ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
אין פאקט איז מדינת ישראל די הויפט נטורי קרתא.
זייער אלע "הויפטן" טרעפן זיך ("טרעפן זיך" איז די ווארט?!) מיט די אראבער, די אראבישע פירער, די פאלעסטינער פרעזידענט, זיין שטעלן גאר אויף אמבאסאדעס אין אראבישע לענדער..!
פארוואס איז מדינת ישראל דער פאנטרעגער צווישן אידן מיט די אראבער?! זינט ווען זענען זיי די פארטרעטער פון כלל ישראל?!
די ציונים- מיר זענען די וואס מאכן שלום, מיר באשליסן ווען דער אראבער איז א אוהב ישראל, שונא ישראל, און מען שטעלט זיך מיט זיין צאם.
ימ"ש מדינת ישראל = די עכטע נטורי קרתא
אפאר נטורי קרתא אידן דאהי צו אין לאנדאן, זיי פארדאמט מען: וויאזוי נעמט עטס נטורי קרתא די חוצפא צו רעדן מיט אראבער אן די דיפלאמאטישע באציאונגען פון די ציונים....

לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
איך געב דיר טויזענט דאלאר* אויב דו ביסט אליינס מסביר פארוואס די ביסט נישט גערעכט, לאמיר זעהן וואס איז דיר וויכטיגער...
*(כ'האב געמאכט א פייג)
*(כ'האב געמאכט א פייג)
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
כלל ישראל טוט ווארעם באגריסן די שלוחי מצוה פון די חשובע ארגאניזאציע "נטורי קרתא" בראשות הרה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א, פאר די געוואלדיגע דערגרייכונגען אין באציאונגען למען השלום בעולם!
אשריכם, אשריכם, אשריכם!!!!
(ס'זענען היינט צוטאגס פארהאן טויזענטער אידן אין איראן, מיט אריבער 50 אקטיווע שוהלן)
אשריכם, אשריכם, אשריכם!!!!
(ס'זענען היינט צוטאגס פארהאן טויזענטער אידן אין איראן, מיט אריבער 50 אקטיווע שוהלן)
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
עיקר חסרת: ס'איז נישט ווער ס'רעדט צו וועם. נאר וואס מ'רעדט. ווער ס'געט חיזוק פאר די רוצחים פון אידישע קינדער און ער געט זיי גערעכט, דער טויג נישט. ס'איז די מעסעדזש. נישט דער מעסענדזשער.אסטראלאג האט געשריבן: ↑מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:51 pm אין פאקט איז מדינת ישראל די הויפט נטורי קרתא.
זייער אלע "הויפטן" טרעפן זיך ("טרעפן זיך" איז די ווארט?!) מיט די אראבער, די אראבישע פירער, די פאלעסטינער פרעזידענט, זיין שטעלן גאר אויף אמבאסאדעס אין אראבישע לענדער..!
פארוואס איז מדינת ישראל דער פאנטרעגער צווישן אידן מיט די אראבער?! זינט ווען זענען זיי די פארטרעטער פון כלל ישראל?!
די ציונים- מיר זענען די וואס מאכן שלום, מיר באשליסן ווען דער אראבער איז א אוהב ישראל, שונא ישראל, און מען שטעלט זיך מיט זיין צאם.
ימ"ש מדינת ישראל = די עכטע נטורי קרתא
אפאר נטורי קרתא אידן דאהי צו אין לאנדאן, זיי פארדאמט מען: וויאזוי נעמט עטס נטורי קרתא די חוצפא צו רעדן מיט אראבער אן די דיפלאמאטישע באציאונגען פון די ציונים....
אזוי ווי א רבי פון די גמרא ווען ער איז געקומען צו א שטאט האט ער געבעטן אז מ'זאל איהם ברענגען די וועלכע רופן זיך "נטורי קרתא". האט ער געזאגט. זענען זיי דען די נטורי קרתא?. זיי זענען דאך די מחריבי קרתא...!
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
דאס איז דאך וואס איך זאג. די ציונים זענען די הויפט אנדרייער פון אנטיסעמיטיזם שוין איבער 75 יאר!! נישט נאר מיט רעדן.. בלויז מיט פעולות ימ"ש. זיי פירן דאך אן די גרעסטע בלוט באד קעגן אידן.
דיין גאנצע באשולדיגונג אויף וועם דו טייטלסט אז זיי געבן חיזוק פאר די רוצחים איז קאמפלעט פאלש!
די גרעסטע חיזוק פאר די רוצחים איז צו שטיצן די ציוניסטישע מדינה, אזוי דרייען די ציונים אן שטערקערע האס און אנטיסעמיטיזם קעגן אחינו בני ישראל בכל מקום.

- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
ווי הייסט דער אנדערער לץ דארט און וואס איז זיין געשיכטע?אסטראלאג האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:31 am כלל ישראל טוט ווארעם באגריסן די שלוחי מצוה פון די חשובע ארגאניזאציע "נטורי קרתא" בראשות הרה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א, פאר די געוואלדיגע דערגרייכונגען אין באציאונגען למען השלום בעולם!
אשריכם, אשריכם, אשריכם!!!!
(ס'זענען היינט צוטאגס פארהאן טויזענטער אידן אין איראן, מיט אריבער 50 אקטיווע שוהלן)
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑ קודם זיי מיר מסביר די ימח שמו אויף הרב קוק, און קום מיר נישט מיט קיין תירוצים, האסט עס נישט געהערט אויף קיין שום גדול זאל אזוי שעלטן, זיי מיר מסביר ווי נאך די ששת ימים מלחמה האט ער געזאגט אז ס'איז ניסים פון סטרא אחרא, זיי מיר מסביר די שטות פון רעדן עברית איז אזוי ווי זיך 100 מאל ביקן צו א צלם.
ווען אלע קללות מיט שגיונות וועט זיין פארענטפערט, העמיר הערן צו די רבינו הקדוש האט געהאלטן פון נטורי חרתא.
אין מיינע אויגן די גרעסטע זינד פון סאטמאר'ן רבי זי"ע איז (צווישן אנדערע..) דאס נארמאליזירן ימ"ש' און 'שר"י' אויף אנדערע (ערליכע!) אידן וואס האלטן נישט ווי אים. און האלט מיך נישט פאר פארוואס איך רעד אויף א גדול בישראל ווייל ער אליין האט געהאקט כמעט אויף אלע גדולים.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
ימח שמם איז אלץ געווען דער טיטול פאר די רשעים וכדו' און כלל ישראל פלעג זיך מיט דאס באנוצן אויף די מסיתים ומדיחים. לויט ווי די הלכה פארלאנגט: עס איז א חיוב צו שעלטן רשעים.
אפשר זאלסטו טענות האבן אויף טעגליכע תפילה די בעל ולמלשינים.. מען שעלט דארט אריין.
יא טאקע, די ליבעראלע אידן קענען דאס נישט דילדען.
אפשר זאלסטו טענות האבן אויף טעגליכע תפילה די בעל ולמלשינים.. מען שעלט דארט אריין.
יא טאקע, די ליבעראלע אידן קענען דאס נישט דילדען.
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
די ליבעראלע אידן קענען עס שוין איינמאל דולדען, זיי האבן נאר אינזין אנדערע מענטשן
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
איך מיין אז אין סאטמאר איז אנגענומען א גירסא אז דער רבי האט נישט געזאגט קיינמאל ימ"ש אויסער אויף איינעם.
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
די איינציגסטע "מכלומרשט רעליגיעזע פירער" וואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע פלעגט זאגן און געשריבן בכתב יד קדשו אין אגרות מהרי"ט, תשובות דברי יואל, איז אויף הרב קוק - ימ"ש.
אויף אינדיווידועלע רשעים מסיתים ומדיחים, אדער פרייע אפיקורוסים, פלעגט ער כסדר זאגן ימ"ש, שר"י, רשע, וכו'
פשוט ווי די הלכה פארלאנג.
אויף אינדיווידועלע רשעים מסיתים ומדיחים, אדער פרייע אפיקורוסים, פלעגט ער כסדר זאגן ימ"ש, שר"י, רשע, וכו'
פשוט ווי די הלכה פארלאנג.
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
Don't feed the troll.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
אגב, אין זיין באקאנטע תשובה אויף הרב קוק זצ''ל, שרייבט ער נישט ימח שמו אפילו איין מאל אויכנישט. יא ער שעלט אים אוועק ווי נאר אן אפשטאמיגע פון ח''י דורות שומרי הברית קען (וידוע שברית המעור מכוין כנגד ברית הלשון), אבער אפילו איין מאל ימ''ש שרייבט ער נישט.
נישט אז עס מאכט אויס. הרב קוק איז די זעלבער צדיק אדער נישט צדיק אפגעזען וואס אנדערע רבנים האלטן, וכלפי שמיא גליא. איך וויל נישט באלד אויסזען ווי די משוגעים פון עולם הביצה (אגב, יעצט פארשטיי איך פארוואס ביצה איז א מואס'ע ווארט, ומתורץ השגת התפא''י על המהרש''ל,) וועלכע זענען דן צי די אומגעקומענ'ע אין א''י הי''ד, קענען אנגעריפן ווערן קדושים. כ'מיין וואס פינקלעך איז דיר א חילוק? זיי זענען דאך שוין בבי''ד של מעלה און דארט ווייסט מען פינקלעך ווי אזוי זיי דן צו זיין. און אויך וואס איז די אומפארגינערישקייט פון טיילן די 'קדושים' קארטלעך? וואס גייט דיר אן אז א צווייטער איד ווערט אזוי באטיטלט? כ'מיין אז עס איז וויבאלד די מענטשן זענען מיזרעבאל אין זייער אידישקייט. כ'אטש זיי וועלן עס נישט מודה זיין איז אבער די תרי''ג מצות ביי זיי תרי''ג פראבלעמען און זייער נחמה איז אז לאחר מאה ועשרים וועלן זיי האקן סטעיק און בועל זיין שבעים זקנים. און דא נעמסטו א איד וועלכער האט אינדזויט זיין לעבן און געסט אים א פעס צו עולם הבא נאר ווייל ער איז געהרגט געווארן פארן זיין א איד?! דעטס נאט פעיר!
אבער למען האמת ההיסטורי איז עס פינקאטיש אז המהרי''ט האט קיינמאל באטיטלט מהראי''ה אלס א ימחשמוניק (די איינציקסטע ימחשמו'ניק' וואס איך קען, וועלכע איז פורש מדרכי ציבור איז @אסטראלאג).

וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
איך וועל באלד ברענגען א בילד דערפון.
הרב קוק ווערט נישט ווייניגער ימח שמו'ניק אפילו להבדיל רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט נישט אזוי געשריבן.
מרן זי"ע שרייבט אויף אים רשע וכו' דאס איז אסאך שטערקער ווי ימ"ש.
הרב קוק ווערט נישט ווייניגער ימח שמו'ניק אפילו להבדיל רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט נישט אזוי געשריבן.
מרן זי"ע שרייבט אויף אים רשע וכו' דאס איז אסאך שטערקער ווי ימ"ש.
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:11 am
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
דער אראבישע/פאלעסטינע שאל וואס דער מחריב קרתא גייט אלס פאר די פרעס פאסט אים זייער שטארק. איך מיין אז ער זאל עס קובע זיין אלס א חלק פון טאג טעגליכען מלבוש און ער זאל ג'יין דערמיט אין שיל, צו שמחות אא"וו.
נאך מער, די אלע שלש מאות ברכים זאלען עס אנטון אלס חלק פון זייער אפיציעלע לבוש, צו מאכען א קלארע אנערקענונג ווער זענען פון די קליינע הויפען איבער געבליבענע ערליכע יידען.
נאך מער, די אלע שלש מאות ברכים זאלען עס אנטון אלס חלק פון זייער אפיציעלע לבוש, צו מאכען א קלארע אנערקענונג ווער זענען פון די קליינע הויפען איבער געבליבענע ערליכע יידען.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
כרם זית: דו פארדינסט 10 לייקס...יפה דיברת...!כרם זית האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:20 pm אגב, אין זיין באקאנטע תשובה אויף הרב קוק זצ''ל, שרייבט ער נישט ימח שמו אפילו איין מאל אויכנישט. יא ער שעלט אים אוועק ווי נאר אן אפשטאמיגע פון ח''י דורות שומרי הברית קען (וידוע שברית המעור מכוין כנגד ברית הלשון), אבער אפילו איין מאל ימ''ש שרייבט ער נישט.
נישט אז עס מאכט אויס. הרב קוק איז די זעלבער צדיק אדער נישט צדיק אפגעזען וואס אנדערע רבנים האלטן, וכלפי שמיא גליא. איך וויל נישט באלד אויסזען ווי די משוגעים פון עולם הביצה (אגב, יעצט פארשטיי איך פארוואס ביצה איז א מואס'ע ווארט, ומתורץ השגת התפא''י על המהרש''ל,) וועלכע זענען דן צי די אומגעקומענ'ע אין א''י הי''ד, קענען אנגעריפן ווערן קדושים. כ'מיין וואס פינקלעך איז דיר א חילוק? זיי זענען דאך שוין בבי''ד של מעלה און דארט ווייסט מען פינקלעך ווי אזוי זיי דן צו זיין. און אויך וואס איז די אומפארגינערישקייט פון טיילן די 'קדושים' קארטלעך? וואס גייט דיר אן אז א צווייטער איד ווערט אזוי באטיטלט? כ'מיין אז עס איז וויבאלד די מענטשן זענען מיזרעבאל אין זייער אידישקייט. כ'אטש זיי וועלן עס נישט מודה זיין איז אבער די תרי''ג מצות ביי זיי תרי''ג פראבלעמען און זייער נחמה איז אז לאחר מאה ועשרים וועלן זיי האקן סטעיק און בועל זיין שבעים זקנים. און דא נעמסטו א איד וועלכער האט אינדזויט זיין לעבן און געסט אים א פעס צו עולם הבא נאר ווייל ער איז געהרגט געווארן פארן זיין א איד?! דעטס נאט פעיר!
אבער למען האמת ההיסטורי איז עס פינקאטיש אז המהרי''ט האט קיינמאל באטיטלט מהראי''ה אלס א ימחשמוניק (די איינציקסטע ימחשמו'ניק' וואס איך קען, וועלכע איז פורש מדרכי ציבור איז @אסטראלאג).
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
יפה תורה עם דרך ארץ.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
אינטרעסאנט איך האב געהערט זיי טוען באגריסן אביסל טשילי, נישט ווארעם.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 21, 2023 2:14 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
א פלא, אז דער איראן כומעני, זאל נישט מאכן דאס מינדעסטע קליינע סורטש, און זעהן אז ער האנדלט דא מיט דריי וויינזיניגע צופידלטע אינדעווידואלן. און פארן חטא פון מאכן דאס גענאר פון אים וואלט ער זיי געדארפט פטרן על אתר…. ווי מעפירט זיך אין זייערע מקומות.
סווערט מער און מער קלאר, אז איראן איז א נעבעכדיג לאנד מיט באגרענעצטע חכמה….
סווערט מער און מער קלאר, אז איראן איז א נעבעכדיג לאנד מיט באגרענעצטע חכמה….
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
איראנער פרעזידענט כומעני יר"ה ווייסט אז דאס איז א ארגאניזאציע אנגעפירט דורך קבוצות אידן.
און ווייסט אויך אז די שטעלונג פון די אלגעמיינע יודענטום ארום דער וועלט, האלט בעצם אז די ציוניסטישע מדינה איז קעגן די תורה, און די ציונים פארטרעטן זיי נישט.
און מיט דעם אלעם נעמט ער אויף די קליינע קבוצות אידן, פארט וואס ער זעט נישט טויזענטער אידן שטיין מיט פאלעסטינע פענער. דאס ווייזט אויף גבורה. נישט גאה
און ווייסט אויך אז די שטעלונג פון די אלגעמיינע יודענטום ארום דער וועלט, האלט בעצם אז די ציוניסטישע מדינה איז קעגן די תורה, און די ציונים פארטרעטן זיי נישט.
און מיט דעם אלעם נעמט ער אויף די קליינע קבוצות אידן, פארט וואס ער זעט נישט טויזענטער אידן שטיין מיט פאלעסטינע פענער. דאס ווייזט אויף גבורה. נישט גאה
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
כף הקלע: איך האלט פארקערט. אז מ'דארף איהם אוועקכאפן דאס אראבישע טלית'ל. דאמאלס וועט ער ווערן אויס קאפעליטש מאכער.כף הקלע האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 29, 2023 9:47 pm דער אראבישע/פאלעסטינע שאל וואס דער מחריב קרתא גייט אלס פאר די פרעס פאסט אים זייער שטארק. איך מיין אז ער זאל עס קובע זיין אלס א חלק פון טאג טעגליכען מלבוש און ער זאל ג'יין דערמיט אין שיל, צו שמחות אא"וו.