א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20301
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 26077 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15595 מאל
קאנטאקט:

א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א...

שליחה דורך berlbalaguleh »

הרב חיים שלמה בערגער שרייבט א קאלום אין "מאמענט" מעגעזין א יעדע וואך.

ער זוכט (און טרעפט) ב"ה "פירצות" ביי כלל ישראל . איינער מאכט א שלום זכר אין הויף. א צווייטער אדווערטייזט א גוטן זאפטיגן סטעיק וואס מ'קען באקומען ביי איהם אין געשעפט. ער ברענגט, פאר א מליצה א פסוק אדער מאמר חז"ל אויך. א דריטער פארקויפט הויכע שטריימלעך וואס זעהען אויס ענליך צו די ספאדיקס וואס די גארדס פון די ענגלישע מלוכה טראגן. (במאמר המוסגר: לגבי די שטריימלעך איז ער 100% גערעכט.). א פערטער ברענגט צו א חתונה א העיר בלאוער און ער בלאזט קאלירפולע טוילעט פאפיר אויף אלע מענטשן.

געוויינליך הייבט ער אן זיין קאלום אז א יונגערמאן האט איהם גערופן אויפ'ן טעלעפאן אדער באגעגנט אין ביהמ"ד ביי מנחה מעריב אדער אין גראסערי און ר'איז איהם באפאלן מיט טענות איבער וואס ער האט געשריבן אין זיין קאלום.

די וואך האט ער אנגעהויבן מיט א נייעס וואס איז געווען באשריבן אין די גאנצע אמעריקאנער מידיא. אז עטליכע "מאדערנע ראבייס, מגולחים, מיט קליינע קאפעלעך" זענען געגאנגען צו א לויה פון אן אראבישן שייגעצ'ל וואס א צודרייטער פארשוין האט געהרג'עט כלומרש'ט אלס "נקמה" פאר די מערדערייען וואס די כאמאס האבן אנגעדרייט אין ארץ ישראל. א יעדער האט אויסגערימט זייער אקט פון מיטבאטייליגן זיך אין צער פון די משפחה. און דאס האט בארואיגט די געמיטער פון די מוסלים געמיינדע איבער אמעריקע.

פרעגט הרב בערגער א "תמימות'דיגע" קשיא. (כאילו ער ווייסט נישט דעם תירוץ.)...פארוואס ווען חסידי'ש געקליידעטע מענטשן מיט לאנגע בערד און פלאטשיגע ביבער היטן טוען די זעלבע זאך איז די גאנצע (אידישע) וועלט אויפגעברויזט אויף זיי...פיהרט אויס הרב בערגער...מאדערנע, מגולחים מיט קליינע קאפלעך מעגן יא. און חסיד'ישע אידן טארן נישט. ער רופט עס אן שבט ה'טאר און שבט ...ה'טאר נישט.

הרב בערגער שליט"א. ס'איז נישט די מענטשן וועלכע טראגן דעם מעסעדזש. נאר דער מעסעדזש אליין וואס זיי טראגן (ברענגען). לאמיר ווערן ליטוויש פאר א מינוט. ס'איז נישט די גברא (דזשאברא אויף פאלעסטיניש) ס'איז די חפצא. דער מעסעדזש וואס זיי ברענגען. די (מאדערנע מגולח'דיגע "ראבייס" מיט די קליינע קאפלעך) האבן נישט אויסגעדריקט סימפאטיע אדער פארשטענדעניש פאר דעם רוצח. זיי האבן סימפאטיזירט מיט די "אומשולדיגע" קרבנות פון רציחה. משא"כ די חסידיש געליידעטע אידן מיט די לאנגע רעקלעך און בערד און פלאטשיגע ביבער היטן סימפאטיזירן און געבן גערעכט פאר די רוצחים פון זייערע "ברידערס"?...!

איהר מוזט נישט אננעמען מיין הסבר. ווייל, כידוע, ביניך אן אהרוני. אויך א ציוני...!

כאילו איהר האט נישט געוויסט דעם חילוק פון פריער..לאל.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר