א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א...

שליחה דורך berlbalaguleh »

הרב חיים שלמה בערגער שרייבט א קאלום אין "מאמענט" מעגעזין א יעדע וואך.

ער זוכט (און טרעפט) ב"ה "פירצות" ביי כלל ישראל . איינער מאכט א שלום זכר אין הויף. א צווייטער אדווערטייזט א גוטן זאפטיגן סטעיק וואס מ'קען באקומען ביי איהם אין געשעפט. ער ברענגט, פאר א מליצה א פסוק אדער מאמר חז"ל אויך. א דריטער פארקויפט הויכע שטריימלעך וואס זעהען אויס ענליך צו די ספאדיקס וואס די גארדס פון די ענגלישע מלוכה טראגן. (במאמר המוסגר: לגבי די שטריימלעך איז ער 100% גערעכט.). א פערטער ברענגט צו א חתונה א העיר בלאוער און ער בלאזט קאלירפולע טוילעט פאפיר אויף אלע מענטשן.

געוויינליך הייבט ער אן זיין קאלום אז א יונגערמאן האט איהם גערופן אויפ'ן טעלעפאן אדער באגעגנט אין ביהמ"ד ביי מנחה מעריב אדער אין גראסערי און ר'איז איהם באפאלן מיט טענות איבער וואס ער האט געשריבן אין זיין קאלום.

די וואך האט ער אנגעהויבן מיט א נייעס וואס איז געווען באשריבן אין די גאנצע אמעריקאנער מידיא. אז עטליכע "מאדערנע ראבייס, מגולחים, מיט קליינע קאפעלעך" זענען געגאנגען צו א לויה פון אן אראבישן שייגעצ'ל וואס א צודרייטער פארשוין האט געהרג'עט כלומרש'ט אלס "נקמה" פאר די מערדערייען וואס די כאמאס האבן אנגעדרייט אין ארץ ישראל. א יעדער האט אויסגערימט זייער אקט פון מיטבאטייליגן זיך אין צער פון די משפחה. און דאס האט בארואיגט די געמיטער פון די מוסלים געמיינדע איבער אמעריקע.

פרעגט הרב בערגער א "תמימות'דיגע" קשיא. (כאילו ער ווייסט נישט דעם תירוץ.)...פארוואס ווען חסידי'ש געקליידעטע מענטשן מיט לאנגע בערד און פלאטשיגע ביבער היטן טוען די זעלבע זאך איז די גאנצע (אידישע) וועלט אויפגעברויזט אויף זיי...פיהרט אויס הרב בערגער...מאדערנע, מגולחים מיט קליינע קאפלעך מעגן יא. און חסיד'ישע אידן טארן נישט. ער רופט עס אן שבט ה'טאר און שבט ...ה'טאר נישט.

הרב בערגער שליט"א. ס'איז נישט די מענטשן וועלכע טראגן דעם מעסעדזש. נאר דער מעסעדזש אליין וואס זיי טראגן (ברענגען). לאמיר ווערן ליטוויש פאר א מינוט. ס'איז נישט די גברא (דזשאברא אויף פאלעסטיניש) ס'איז די חפצא. דער מעסעדזש וואס זיי ברענגען. די (מאדערנע מגולח'דיגע "ראבייס" מיט די קליינע קאפלעך) האבן נישט אויסגעדריקט סימפאטיע אדער פארשטענדעניש פאר דעם רוצח. זיי האבן סימפאטיזירט מיט די "אומשולדיגע" קרבנות פון רציחה. משא"כ די חסידיש געליידעטע אידן מיט די לאנגע רעקלעך און בערד און פלאטשיגע ביבער היטן סימפאטיזירן און געבן גערעכט פאר די רוצחים פון זייערע "ברידערס"?...!

איהר מוזט נישט אננעמען מיין הסבר. ווייל, כידוע, ביניך אן אהרוני. אויך א ציוני...!

כאילו איהר האט נישט געוויסט דעם חילוק פון פריער..לאל.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א...

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

די קשיא פאנגט זיך אן אסאך פריער, ווי איך פארשטיי איז דער בערגער נישט קיין נטורי קרתאניק און אויך נישט קיין מאדערנער ראביי מיט א קליינעם קאפל, וואס האט די גאנצע זאך מיט איהם/אונז? דאס נעמען אן אומשולדיג פאסירונג און עס אזוי אויסדרייען זיך צו קענען באקלאגן אויף די גאנצע וועלט איז עפעס נעקסט לעוועל וויקטים מענטאליטעט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א...

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

להראותך וואו די הארץ פון די חרד'ישע קאמיוניטי ליגט באמת. אזוי ווי @ברוך שפינוזה האט געשריבן איז ער דאך נישט אליינס קיין נטורי קרתא'ניק, און ניצט די נאראטיוו בלויז צו טרעפן א מקום להתלונן. איך מיין אז עס ווייזט אויך נאך א נקודה. אז אויב וועט ער זיך געפינען אין א מצב ווי ער איז געצווינגען צו אויסוועלן, בלויז איינע פון די צוויי, צווישן נטורי קרתא - צו א קליינעם קאפל אהן א בארד, וועט ער אנדערש זיך אידענטיפיצירן מיט די שטיצער פון רציחה ווי מיט די וועלכע גייען אהן א בארד. ער האט נישט מצליח געווען צו זעהן די גוטס פון א מעשה טוב, בלויז ווייל זיי גייען נישט מיט קיין בארד. און האט ענדערש דאס גענומען צו בארעכטיגן מעשה רשע פון מענטשען מיט לאנגע בערד.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א...

שליחה דורך אסטראלאג »

berlbalaguleh האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 10:21 pm הרב חיים שלמה בערגער שרייבט א קאלום אין "מאמענט" מעגעזין א יעדע וואך.

ער זוכט (און טרעפט) ב"ה "פירצות" ביי כלל ישראל . איינער מאכט א שלום זכר אין הויף. א צווייטער אדווערטייזט א גוטן זאפטיגן סטעיק וואס מ'קען באקומען ביי איהם אין געשעפט. ער ברענגט, פאר א מליצה א פסוק אדער מאמר חז"ל אויך. א דריטער פארקויפט הויכע שטריימלעך וואס זעהען אויס ענליך צו די ספאדיקס וואס די גארדס פון די ענגלישע מלוכה טראגן. (במאמר המוסגר: לגבי די שטריימלעך איז ער 100% גערעכט.). א פערטער ברענגט צו א חתונה א העיר בלאוער און ער בלאזט קאלירפולע טוילעט פאפיר אויף אלע מענטשן.

געוויינליך הייבט ער אן זיין קאלום אז א יונגערמאן האט איהם גערופן אויפ'ן טעלעפאן אדער באגעגנט אין ביהמ"ד ביי מנחה מעריב אדער אין גראסערי און ר'איז איהם באפאלן מיט טענות איבער וואס ער האט געשריבן אין זיין קאלום.

די וואך האט ער אנגעהויבן מיט א נייעס וואס איז געווען באשריבן אין די גאנצע אמעריקאנער מידיא. אז עטליכע "מאדערנע ראבייס, מגולחים, מיט קליינע קאפעלעך" זענען געגאנגען צו א לויה פון אן אראבישן שייגעצ'ל וואס א צודרייטער פארשוין האט געהרג'עט כלומרש'ט אלס "נקמה" פאר די מערדערייען וואס די כאמאס האבן אנגעדרייט אין ארץ ישראל. א יעדער האט אויסגערימט זייער אקט פון מיטבאטייליגן זיך אין צער פון די משפחה. און דאס האט בארואיגט די געמיטער פון די מוסלים געמיינדע איבער אמעריקע.

פרעגט הרב בערגער א "תמימות'דיגע" קשיא. (כאילו ער ווייסט נישט דעם תירוץ.)...פארוואס ווען חסידי'ש געקליידעטע מענטשן מיט לאנגע בערד און פלאטשיגע ביבער היטן טוען די זעלבע זאך איז די גאנצע (אידישע) וועלט אויפגעברויזט אויף זיי...פיהרט אויס הרב בערגער...מאדערנע, מגולחים מיט קליינע קאפלעך מעגן יא. און חסיד'ישע אידן טארן נישט. ער רופט עס אן שבט ה'טאר און שבט ...ה'טאר נישט.

הרב בערגער שליט"א. ס'איז נישט די מענטשן וועלכע טראגן דעם מעסעדזש. נאר דער מעסעדזש אליין וואס זיי טראגן (ברענגען). לאמיר ווערן ליטוויש פאר א מינוט. ס'איז נישט די גברא (דזשאברא אויף פאלעסטיניש) ס'איז די חפצא. דער מעסעדזש וואס זיי ברענגען. די (מאדערנע מגולח'דיגע "ראבייס" מיט די קליינע קאפלעך) האבן נישט אויסגעדריקט סימפאטיע אדער פארשטענדעניש פאר דעם רוצח. זיי האבן סימפאטיזירט מיט די "אומשולדיגע" קרבנות פון רציחה.
האלב פון די נטורי קרתא פעולות האט שוין א פולע שטעמפל פונעם עגלה.
ביי עפעס האלט מען שוין.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א...

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: די קשיא פאנגט זיך אן אסאך פריער, ווי איך פארשטיי איז דער בערגער נישט קיין נטורי קרתאניק און אויך נישט קיין מאדערנער ראביי מיט א קליינעם קאפל, וואס האט די גאנצע זאך מיט איהם/אונז? דאס נעמען אן אומשולדיג פאסירונג און עס אזוי אויסדרייען זיך צו קענען באקלאגן אויף די גאנצע וועלט איז עפעס נעקסט לעוועל וויקטים מענטאליטעט.

ער איז ווייט פון זיין א נטורי קרתא סימפאטיזירער. ער איז א נארמאטיווער, בעל בתישער איד פון די סאטמאר'ער קרייזן. נאר דער עצם מהות און סטייל פון זיין שרייבן איז צו זוכן פעלערס ביי כלל ישראל. און נעמען א יעדע נארישקייט וואס אפשר איינער אדער צוויי מענטשן טוען און עס אויפבלאזן ארויס פון יעדער פראפארץ כאילו ס'איז א טרענד.

ער קען דאך נישט שרייבן א יעדע וואך אז דער וועטער איז זייער שיין, אדער אז דער קוגל ביי די רחמיסטריווקא'ער שלושים סעודה איז געווען זייער גוט, אדער אז דער וואידיס-טשאק'ער רב האט געזאגט זייער א גוטן און טרעפליכן הספד, ווייל ס'איז באורינג. איז דאס זיין אפערעיטינג סטייל, צו זוכן (און געפינען) פירצות ביי (יענעם) כלל ישראל.

באמערק אויך זיין "פרע-דזשודיס". ער איז מדגיש 3 אדער 4 מאל אין זיין ארטיקל ווען ער רעדט איבער די אמעריקאנער "מאדערנע" רבנים אז זיי זענען מגולחים מיט קליינע קאפלעך.

לגבי דעם וואס ער קריטיקירט די סטייל פון די הויכע שטריימלעך, וואס איז מערסטנס שכיח אין זיינע אייגענע קרייזן, איז ער גערעכט. דער פאקט איז אז דאס איז עקלדיג און האט בכלל נישט דעם חן וואס א שיין שטריימל דארף צו האבן. אויסער וואס דאס קאסט אין די געגנט פון 10,000 דאללער (או.קעי. נאר $9,500).

ווען מענטשן האבן איהם געפרעגט וואס איז ראנג מיט מאכן א שלום זכר אין הויף, האט ער אליינס נישט געוויסט וואס צו זאגן. ווייל דער פאקט איז אז ס'איז גארנישט ראנג. און אויב א יוצא דופן האט אן איידיע צו ענטערטעינען דעם עולם ביי א חתונה מיט בלאזן קאלירפולע טוילעט פאפיר אויף די מענטשן הייסט דאס נאכנישט א טרענד אדער א סטייל. און אז א ביזנעסמאן אדווערטייזט אז ביי איהם קענמען באקומען א גוטן, זאפטיגן סטעיק איז אויך נישט קיין עוולה. וואס דען זאל ער אדווערטייזן? אז ביי איהם קענמען באקומען אלט ברויט מיט קנאבל אדער א ציבעלע 'עט ער נישט האבן קיין קאסטומערס. נישט א יעדער איז א גאליציאנער. און גאליציאנער אידן עסן שוין היינט אויך נישט קיין טרוקן ברויט מיט א ציבעלע.

אויב ער ליינט קאווע שטיבל (כ'בין זיכער אז יא) וועט ער מסתמא שרייבן די קומענדיגע וואך אויב ער האט "פארשטאנען" דעם "הסבר"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א...

שליחה דורך berlbalaguleh »

פונדאַמענטאַל האט געשריבן: להראותך וואו די הארץ פון די חרד'ישע קאמיוניטי ליגט באמת. אזוי ווי @ברוך שפינוזה האט געשריבן איז ער דאך נישט אליינס קיין נטורי קרתא'ניק, און ניצט די נאראטיוו בלויז צו טרעפן א מקום להתלונן. איך מיין אז עס ווייזט אויך נאך א נקודה. אז אויב וועט ער זיך געפינען אין א מצב ווי ער איז געצווינגען צו אויסוועלן, בלויז איינע פון די צוויי, צווישן נטורי קרתא - צו א קליינעם קאפל אהן א בארד, וועט ער אנדערש זיך אידענטיפיצירן מיט די שטיצער פון רציחה ווי מיט די וועלכע גייען אהן א בארד. ער האט נישט מצליח געווען צו זעהן די גוטס פון א מעשה טוב, בלויז ווייל זיי גייען נישט מיט קיין בארד. און האט ענדערש דאס גענומען צו בארעכטיגן מעשה רשע פון מענטשען מיט לאנגע בערד.

פונדאמענטאל: דו ביסט גערעכט. נאר אלס א (שטיקל) לימוד זכות (לימיט זכות) קענמען זאגן אז דאס איז זיין סטייל פון שרייבן. ער זוכט אייביג עפעס א פעלער וואס מענטשן טוען, (אבער אייביג נאר יענער. נישט ער אדער זיינע קרייזן) און בלאזט עס ארויס פון א יעדע פראפארץ. מיר האט אין אנפאנג גע'חידוש'ט וויאזוי ער קומט אייביג אויף מיט עפעס א נייע מעשה. ער הערט און ווייסט אלע שלעכטע זאכן וואס די מענטשן (אידן) טוען. נאר ס'איז דא עטליכע צודרייטע אידן (ל"ע) מעגליך בעלי תשובה (נישט אז איך האב עפעס ח"ו פערזענליך אקעגן די גרופ) וועלכע פאבלישן א מעגעזין וואו זיי רעכענען אויס אלע עכטע און אויספאנטאזירטע עוולות און עבירות וואס כלל ישראל טוט. ווען איך האב געליינט די שטותים און נארישקייטן וואס שטייט דארט האביך נישט געוויסט אויב איך זאל לאכן אדער וויינען. אויך פון וואו הרב בערגער קומט, דארט איז מען צוגעוואינט אראפצוקלאפן א יעדן צווייטן איד. די צונעמען וואס מ'רופט זיי איז דאך נישט אינטרעסאנט, ווייל ס'איז ידוע לכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א...

שליחה דורך berlbalaguleh »

אסטראלאג: דו ביסט נישט קיין גוטער חוזה בכוכבים. סארי. אבער די איצטגניני פרעה האבן געטון א בעסערן דזשאב פון דיר. ווען זיי האבן פותר חלום געווען פאר פרעה אז ער וועט האבן זיבן טעכטער און ער וועט זיי באגראבן.

לעינייננו (או לעניינך). ווען דיינע פרענדס די נטורי חרתא וואלטן כאטש מיט א האלב מויל פארדאמט די מעשים תעתועים פון זייערע (און דיינע) פרענדס וואלטן זיי כאטש געווען אזוי ווי די (מערסטע) שונאי ישראל וועלכע געבן א מורמל אפ עפעס אז זיי זענען "אקעגן" די רציחות פון אומשולדיגע מענטשן/אידן. נאר די עיקר כעס איז אויף די אידן וועלכע שלאגן צוריק זייערע רוצחים. און ס'פאללן (נעבעך) אזויפיהל "אומשולדיגע" סיוויליענס. נאר זיי טוען דאס אויך נישט. זענען זיי אויף איין שטאפל מיט די גרעסטע אראבישע רוצחים. נארך ערגער ווי די בריטישע אנטיסעמיטן אן די פאראזיטן פון די יו.ען.

אויך. דיין פרענד און רעבע הרב ישראל דויד ווייס שליטע האט עטליכע מאל אין איינס פון זיינע פיהל דרשות דערמאנט דעם שם עבודה זרה. זאגנדיג אללאה אכבאר, אינש'אללאה און האמדו-לילא. איך ווייס נישט לויט ווי האב געהערט איז "לילי"ת" די נקבה פונ'ם ס"מ. זעהט אויס אז ער איז נישט נאר א גדול (מלשון געדעילים) בנגלה. נאר ער איז א בעל מקוגל אויך.
פארשפארט