רבינו הקדוש טוט תשובה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב געהאט געשריבן א לאנגע ענטפער און ביים דרוקן שיק איז עס אריין אין סייבער ספעיס נעווער טא ריטורן.

געדויערט אפאר טאג צו פארדייען דעם פאנטשער און יעצט וועל איך שרייבן נאכאמאל נאר קורצער.

אויב האלטסטו אז דאס איז סתם שפיל און יעדער עקט זייער פארט- פארוואס רעדסטו מיט אזא טאן ווי: ווער ס'וויל להכעיס בלייבן?

By your own admission באקומט מען צוגעטיילט דעם פארט.
פונקט ווי די זאגסט נישט פאר דעם אינוואלידן יונגעלע נעבעך פארוואס בוזטו ארויסגעפאלן פון וואגן דו חאלאמאק?!

פארוואס האסטו געטשוזט צו זיין פערעלייזד?
ווייסטו אז דו קענסט ווערן אויס פערעלייזד מיט די און די טעראפי?! אקעי סוועט וויי טון אבער דאך קאם אן!!

דו טוסט דאס נישט. פארוואס? ווייל דו ווייסט אז באמת דעס איז זיין פארט פון די פלעי און וויפיל טעראפי ער וועט טון וועט ער נישט ארויסגיין פון דעם.
אויב וואלט ער געדארפט ווערן געהאלפן מיט טעראפי וואלט ער דיך אויסגעהערט נאך איינמאל.

דו וואלטסט געדארפט האבן געדולד און אנערקענונג צו דעם פארפרומטן פונקט אזוי.

נאר וואסזשע דען? עס קוקט אויס ווי די אנהייב פין די journey.
דו ווייסט עס אבער דו האלטסט נאכנישט אינגאנצן אזוי.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

עפעס זאגסטו אבער כ'האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס, מעגליך ווייל דו האסט געשריבן צו בקיצור, חבל על דאבדין. איך וויל מיך נאר באציען צו איין שורה דיינעם פון וואס ס'שיינט אז דו האסט פאלש פארשטאנען די ענין:
ווייל דו ווייסט אז באמת דעס איז זיין פארט פון די פלעי און וויפיל טעראפי ער וועט טון וועט ער נישט ארויסגיין פון דעם.
דאס איז פארשטאנען דעם ענין הפוך על הפוך. ס'נישט ווייל א מענטש מיינט אז ער וועט קיינמאל נישט קענען ארויסקריכן סייווי דערפאר בלייבט ער וואו ער איז, פונקט פארקערט, ווייל ער ווייסט אז ער וועט יא קענען ארויסקריכן דערפאר פרובירט ער נישט ארויסצוקריכן ווייל ער וויל בלייבן דארט וואו ער איז, להכעיס, ווייל אזוי וויל ער, נישט ווייל ער קען נישט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

Re:

שליחה דורך [NAMELESS] »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:53 pm עפעס זאגסטו אבער כ'האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס, מעגליך ווייל דו האסט געשריבן צו בקיצור, חבל על דאבדין. איך וויל מיך נאר באציען צו איין שורה דיינעם פון וואס ס'שיינט אז דו האסט פאלש פארשטאנען די ענין:
ווייל דו ווייסט אז באמת דעס איז זיין פארט פון די פלעי און וויפיל טעראפי ער וועט טון וועט ער נישט ארויסגיין פון דעם.
דאס איז פארשטאנען דעם ענין הפוך על הפוך. ס'נישט ווייל א מענטש מיינט אז ער וועט קיינמאל נישט קענען ארויסקריכן סייווי דערפאר בלייבט ער וואו ער איז, פונקט פארקערט, ווייל ער ווייסט אז ער וועט יא קענען ארויסקריכן דערפאר פרובירט ער נישט ארויסצוקריכן ווייל ער וויל בלייבן דארט וואו ער איז, להכעיס, ווייל אזוי וויל ער, נישט ווייל ער קען נישט.

קענסט מיר זאגן וואס דו פארשטייסט נישט און איך וועל פרובירן מסביר זיין.

דאס וואס דו זאגסט אז איך האב נישט פארשטאנען שטימט נישט מיט דיין גאנצע לאנגע ערקלערונג אין דיין ערשטע פאוסט.

דער יונגעלע באקומט א פארט צו זיין פערעלייזט.
ער האט א מיסיע מיט דעם פארט. ער וויל דעוועלאפן זיין אינטעלעקט.

דו פייניגסט אים נישט ווייל דו ווייסט אז דעס איז זיין פארט.

דער פרומאק באקומט א פארט צו זיין פרום. ווייל? איך ווייס נישט. דו ווייסט נישט. אבער דעס איז די מציאות. דעס איז זיין פארט.

דו פייניגסט אים נישט ווייל דו ווייסט אז דעס איז זיין פארט. קארעקט?

די ווערטער וואס דו האסט גענוצט with regards צו דעם פערעלייזט יונגעלע זענען געווען soft. עס האט אויסגעקוקט ווי דו האסט אנגענומען זיין פארט ווי א מציאות.

די ווערטער וואס דו האסט גענוצט with regards צו דעם פרומאק זענען געווען מיט א טאן פון כעס. עס האט אויסגעקוקט ווי דו האלטסט אז יענע פארט, יענע מציאות קען מען עפעס somehow יא טוישן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

Re: Re:

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דעת האט געשריבן: דאס וואס דו זאגסט אז איך האב נישט פארשטאנען שטימט נישט מיט דיין גאנצע לאנגע ערקלערונג אין דיין ערשטע פאוסט.
ס'שטימט יא, אויב איז מיין ערקלערונג נישט גענוג קלאר געוועהן וועסטו דארפן ליינען דעם בוך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

Re: Re:

שליחה דורך [NAMELESS] »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:49 pm
דעת האט געשריבן: דאס וואס דו זאגסט אז איך האב נישט פארשטאנען שטימט נישט מיט דיין גאנצע לאנגע ערקלערונג אין דיין ערשטע פאוסט.
ס'שטימט יא, אויב איז מיין ערקלערונג נישט גענוג קלאר געוועהן וועסטו דארפן ליינען דעם בוך.
דער בוך איז נישט אויף מיין באקעט ליסט אבער איך האב געוואלט זען וואס איך פארפאס און וואו איך גרייז האב איך געליינט די Summary.

לויט וואס איך ליין האב איך ריכטיג פארשטאנען די קאנסעפט.

איך גלייב נישט אז ער באהאלט עפעס ווער ווייסט וואס אין די בוך גופא וואס איך האב נאכנישט געליינט ערגעץ אנדערש וואו.

מען וועלמיר רעדן אין צען יאר ארום.

הצלחה אין די Journey פון דיין Soul.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך בת קול »

וואס איז ווען די מעשה איז פארקערט?
ווען א פרייער אינטעלעקטואל ווערט א בעל תשובה?
.I got voices in my head.
פארשפארט