די פאראדאקס אין די שיטה פונעם רמב"ן.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס׳איז א מחלוקת ראשונים צו די אסמכתא פון לא תסור גייט ארויף אויף יעדע רב צו נאר אויף די סנהדרין, דארף מען איינזעצן דעם רבי אלחנן יעדע ראשון לויט זיין שיטה.
[/b]
אישתישבי האט געשריבן:אין דברי חיים שטייט אז רבנים זענען נאר דא אויב איינער האט א ספק אין א דין מדיני התורה, פרעגט ער א רב איינער וואס קען בעסער. אבער נישט אז א רב האט עפעס א כח.

לויט די פסוק אין ספר דברים איז דאס אמת לגבי די סנהדרין אויך, אבער אז מ׳פארברייטערט עס שוין יא מיט אסמכתאות און סברות קען מען דאך שוין זאגן וואס מ׳וויל.

למעשה גערעדט, אפילו לויט די ראשונים וואס האלטן אז לא תסור גייט ארויף נישט נאר אויף די סנהדרין נאר אויף אלע רבנים זענען היינטיגע רבנים זיכער נישט אריינגערעכנט פשוט אלץ א טעכנישע סיבה. צ.ב. אז דיין רב לאזט נישט נוצן קיין אינטערנעט שלא לצורך פרנסה האסטו קעגן איהם הונדערטער מער לינקע רבנים וואס לאזן יא, און דו קענסט מקיים זיין דעם לא תסור מיט׳ן זיי פאלגן. ס׳איז כמעט נישט דא קיין איסור וואס א נארמאלע מענטש זאל האבן א נסיון עובר צו זיין וואס זאל זיין אנגענומען ביי אלע רבנים צו אפילו רוב רבנים, די אוסרים וועלן אלץ זיין א מיעוט שבמיעוט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: די פאראדאקס אין די שיטה פונעם רמב"ן.

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

כ'האב געזעהן א מורא'דיגע כאפ אין דעם קליפ דא, בתוך הדברים רעדט ער ארום אז איינס פון די עיקר חילוקים צווישן די קאטאליקן און די פראטעסטאנטן איז אז די פראטעסטאנטן האלטן אז די בייבל האט מער אויטאריטעט ווי די קירכע (רבנים?) ווידער די קאטאליקן האלטן אז די קירכע, און בעיקר איר הויפט דער פויפסט, האט מער אויטאריטעט ווי דעם בייבל. זאגט ער אזוי, מילא די פראטעסטאנטן פארשטייט מען ווייל די בייבל איז דאך דאס ווארט פון גאט אליין, וואס קען דען זיין העכער פון דעם? וואס איז אבער פשט אין די קאטאליקן?! זאגט ער מורא'דיג, ווייל די גאנצע בייבל איז דאך צאמגעשטעלט געווארן דורך די קירכע, כלומר זיי האבן באשלאסן וועלכע ספרים איינצושליסן אינעם בייבל און וועלכע צו אסר'ן אלץ ספרים חיצוניים, זיי האבן באשלאסן וועלכע גירסאות אנצונעמען, וויאזוי צו פארטייטשן די פסוקים, א.א.וו., איז וויאזוי קען די בייבל/תנ"ך/תורה וואס איז בסך הכל א פראדוקט פון די רבנים האבן מער אויטאריטעט ווי די רבנים אליין? :idea:
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
פארשפארט