שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט
ווען א נרדף נעמט זיך ענדערש אן אויף דעם רודף, אדער מאכט שלום מיט די מצב, איז דא א באצייכנונג אין די אלגעמיינער וועלט אלס שטוקלהולם סינדראם. דאס נעמט זיך פון א באנק רויבעריי - משכונות דראמא וועלכע איז פארגעקומען אין די שטאט שטוקהולם, שוועדן, אין וועלכע די משכונות האבן ענדערש מיטגעארבעט מיט זייערע פארכאפער, ווי מיט די פאליציי.
עס איז דא אסאך צו זאגן איבער אונזער געמיינדע'ס פארמאכטקייט און אפשיי פון נייע זאכן וועלכע זענען במביט ראשון א סתירה צו אונזער רעליגע. איך וויל מיך נישט באציען דא צו די מענטשן וואס די סיסטעם האט באוויזן צו פארמאכן די אויגן, ווארום די דאזיגע ליינען דאך נישט דא, און אפשר איז טאקע גוט פאר זיי צו בלייבן אזוי. ענדערש וויל איך זיך באציען צי די קלוגע אזוי גערופענע אפענע מענטשן וועלכע זענען שואף חכמה און ליינען זיך אן פון אבילאציע ביז ניטשה, אבער דאך זענען זיי געשלאגן מיט די שטוקהולם סינדראם, וכמו שאפרש.
יעדער ווייסט אז די טריפה'נע 'קאמאן קאור' מיט וועלכע גויש'ע פעדאגאג'ן זענען אויפגעקומען איז - אזוי ווי אלע אנדערע חכמות - אינספירירט געווארן פון די גמרא (קלארשטעלונג: אזוי האב איך געליינט אין א קנאי'שע בלעטל אבער פאָר די סעיק אָף די ארגימענט מאכט נישט אויס צי עס איז אמת). והיינו זיי האבן געזען אז די גמרא איז געבויט אויף קשיות און תירוצים אן קיין שום דאגמע און דורך די אלע ספיקות קומט ארויס די אמת, האבן זיי דאס איינגעפירט אויך אין די אהלי חם.
די מזל איז אז די פעדאגאגן האבן נאר געקוקט אויף די אויסשטעל פון די גמרא, אבער נישט אויף די לומדי הגמרא. ווייל ווען יא וואלטן זיי זיך אנגעשטויסן אין א גרויסע פאראדאקס אז כאטש דער טיפיקל ישיבה בחור איז טרענירט צו טשעלענדזשן יעדע הלכה פון די גמרא, וועט ער זיך אבער קיינמאל נישט וואגן צו קריגן מיט די מסקנת הגמרא, וויבאלד אויב יא וועט ער בשם אפיקורוס מכונה ווערן; אנשטאט דעם צייכנט ער וצע''ג.
פארוואס ווען אן אפענע איד שטויסט זיך אן אין אבילוציע וואס צעשטויסט זיין הבנה אין ספר בראשית וועט זיין ערשטע אינסטינקט זיין צו לויפן צו ר' זמיר כהן'ס 'א הילף פארן קינד' קאלערינג בוך, אדער צו דער נצי''ב'ס און 'תפארת ישראל'ס אפעלעדזעריג מהלכים? פארוואס קען ער נישט אקצעפטירן אז ער דארף טוישן זיין ביז יעצטיגע בליק?
פארוואס ווען מען זעט אפיקורס'ישע ווערטער אין דער 'נרבוני' ווערט מען אינגאנצן פארלוירן? זאגן אז ער איז אן אפיקורוס וואס שטיפט אריין זיינע ווערטער אין דעם רמב''ם (וכמש''כ מהר''י קאפח) שטימט דאך נישט מיט די ראשונים כמלאכים - מהלך. און זאגן אז ער איז משלומי אמוני ישראל קען מען דאך אויך נישט. טרעפט זיך דער טיפער דענקער במחנינו מיט צעמישטע מחשבות אין של ראש.
ווען מען שטויסט זיך אן אין א זאפטיגע סוד פונעם אבן עזרא האט מען נישט קיין ברירה נאר צו זאגן אז תלמיד טועה כתבו, נאר אזוי שטימט עס אין קאפ.
און ווער רעדט נאך ווען מען שטויסט זיך אן מיט א קאנטערווערסיאלע פיגור אין היסטאריע, א שטייגער ווי ר' יהודה אריה ממדונה ז''ל, ווערט מען אינגאנצן פארלוירן. אפיקורס צי נישט? מען זאגט זיינע פיוטים אבער ער האט אנגעפירט א טעאטער.
יעצט לאמיר נעמען די געזעץ פון @מי אני וואס לויטעט אין קורצן אז כאטש א חרדי וועט זיך אנשטויסן אין אן אבסלוט סתירה צו זיין גלויבן, וועט ער נאך אלץ טרעפן א מהלך ביי זיך אין מח צו מסביר זיין די מציאות. אט דאס איז 'שטוקלהולם סינדראם', ביזט פארכאפט אין די לערע'ס פון דיין געזעלשאפט, און כאטש זיי זענען סם המות צום חותמו של הקדוש ב''ה אמת, וועסטו ווייטער גיין מיט די פשוט'ע מהלך ביז אהער. איי די ראיה פארקערט איז דאך ביי דיר - שואף חכמה ברור למדי? וועסטו שוין טרעפן עפעס א תירוץ (קען אויך זיין אז די סיבה איז @אלפא'ס טעזע).
אין אנדערע ווערטער, אונז ווערן מחונך צו נוצן די קאפ אבער נאר אין די תחומים וואס מען לאזט אונז. די אמת'ע וועג פאר א שואף חכמה דארף זיין אנצוקוקן יעדע זאך אליין אן קיין שום הנחה קודמת. יא, מען קען זיך באנוצן מיט די חכמה וואס מען האט קונה געווען אין חדר און אין ישיבה, אבער מען טאר עס נישט לאזן פארבלענדן די אויגן.
און דאס איז לפע''ד די סיבה פארוואס עס איז כמעט נישט דא קיין היימישער רב וואס קען אדרעסירן די שאלות פון קלוגע אינגעלייט און אביסל אפדעיטן אונזער אמונה סיסטעם לרוח הזמן. וויבאלד רוב רובם פון אונזער מחונכים, כאטש גאר קלוג און כיטרע, בלייבן אייביג פארכאפט אין די הנחה קודמת וואס מען האט זיי געלערנט אין ישיבה.
ווען וועלן מיר וויסן אז אונזער חינוך ארבעט? ווען מיר וועלן זען א דראסטישע אויפשטייג אין די צאל אפיקורסים וואס מיר פראדוצירן. דאס וועט באדייטן אז דער עולם האט זיך געלערנט צו ניצן די שכל, נישט נאר דארט ווי דער מלמד לאזט. און דאן וועלן די מאמינים וועלכע בלייבן מיט אונזער הייליגע אמונה זיין שטאלץ מיט זייער גלויבונג, ווארום זיי זענען באפרייט פון די 'שטוקלהולם סינדראם' און פילן ווי זייער שכל איז נאחז אין די אמת'דיגקייט פון הקב''ה.
נ''ב, די ארטיקל איז געבויט אויף מיין אייגענע עקספיריענס. עס האט מיר גענומען א שיינע שטיק צייט זיך ארויסצוזען פון די סינדראם. קען זיין אז אנדערע האבן יא געהאט די חוש צו צענעמען חכמה מיט אן אמת, טראץ זייער פריערדיגע דאגמאטישע אידישקייט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: שטוקהולם סינדראם אין חרדיש'ע געזעלשאפט.
דיעס פוינט גייט באמת נאך טיעפער, געווענליך ווען דו פרובירסט אויפקלערן א מענטש וואס וויל עס נישט מאכסטו נאך ערגער. צ.ב. אז דו נעמסט א creationist און דו ווייזט איהם אויף אז ס'דא געביידעס פון צענדליגע טויזענטע יארן אלט און ביינער וואס זענען מילליאנען יארן אלט, נישט נאר וואס ער וועט ווייטער גלייבן אינעם נארישן creationism, ס'וועט נאך צוקומען דאס אבסורדע אמונה אז גאט האט באהאלטן דיזע ביינער און געביידעס אריינשטעלנדיג מענטשן אין א נסיון וואס זיי קענען נישט ביישטיין, שוין בעסער געוועהן די תמימות'דיגע אמונה אן די חוכמולוגיה. אמונה תמימה האט כאטש א חן, אויפגעקלערטע "אמונה" איז נישט צום אראפשלונגען און נישט אויף אויסצושפייען. זעהסט א תמימות'דיגע סאטמארע בחור'ל וואס צופייערט זיך קעגן הרב קוק האט עס א חן, ווען ס'קומט אבער דער סאטמארער באלעבאס מיט תורות גג על גג פארוואס עברית איז א טמא'נע שפראך גיממי עי ברעיק, חילך לביזנסתא האט דער רויבער געזאגט. מיט א תמימות'דיגע אידל וואס גלייבט אז די שו"ע איז איהם מחייב ווייל ס'געשריבן געווארן מיט רוח הקודש האב איך נאך א שפראך אין אנדערע נושאים, דער אויפגעקלערטער וואס גלייבט בכלל נישט אין רוח הקודש און קען דיר ווייזן אין יעדן צווייטן סימן א גראבן גרייז אבער מיט דעם אלעם האלט ער אז ס'איז איהם מחייב וועגן עפעס א שפיץ smartass סיבה איז פשוט א שאד די פארע פון מויל, זיין מוח איז שוין אזוי פארקרומט און פארדרייט אז ס'שוין ממש נישט דא מיט וועם צו גיין צום טויש, there's nobody home ווי מ'זאגט.כרם זית האט געשריבן: יעצט לאמיר נעמען די געזעץ פון @מי אני וואס לויטעט אין קורצ'ן אז כאטש א חרדי וועט זיך אנשטויסן אין אן אבסלוט סתירה צו זיין גלויבן, וועט ער נאך אלס טרעפן א מהלך ביי זיך אין מח צו מסביר זיין די מציאות. אט דאס איז 'שטוקלהולם סינדראם', ביזט פארכאפט אין די לערע'ס פון דיין געזעלשאפט, און כאטש זיי זענען סם המות צום חתמו של הקדוש ב''ה אמת, וועסטו ווייטער גיין מיט די פשוט'ע מהלך ביז אהער. איי די ראיה פארקערט איז דאך ביי דיר - שואף חכמה ברור למדי? וועסטו שוין טרעפן עפעס א תירוץ (קען אויך זיין אז די סיבה איז @אלפא'ס טעזע).
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט
הונדרעט פראצענט.
נאר וואס איך טענה איז אז עס איז א פראצעדור וואס די מח דארף דורכגיין. איך רעד דוקא פון קלוג'ע מענטשן וואס האבן די פעטענטשל צו ניצן זייער שכל אנצוקומען צו נייע משוגים און דערהערן, אבער וואגן זיך נישט צו נעמען די אמת כמו שהיא. פאר זיי קען מיינ'ע שורות זיין בייהילפיג: שרעק דיך נישט פון די אמת, און גיי עס נאך מיט א קלאר'ע קאפ.
נאר וואס איך טענה איז אז עס איז א פראצעדור וואס די מח דארף דורכגיין. איך רעד דוקא פון קלוג'ע מענטשן וואס האבן די פעטענטשל צו ניצן זייער שכל אנצוקומען צו נייע משוגים און דערהערן, אבער וואגן זיך נישט צו נעמען די אמת כמו שהיא. פאר זיי קען מיינ'ע שורות זיין בייהילפיג: שרעק דיך נישט פון די אמת, און גיי עס נאך מיט א קלאר'ע קאפ.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט
כרם זית: איך האב דיר וואס צו ענטפערן אויף דעם פאקט אז אויב א "חרדי". א בוגר פון ישיבות וועט אויסגעפונען אז די אלגעמיינע (דארווין) טעאריע פון עוואלוציע איז אנדערש ווי ס'שטייט אין ספר בראשית וועט ער אריינגיין אין "דענייעל".נאר דער מנהל וועט אויסמעקן מיין תגובה. מיט דעם תירוץ (איינס פון מערערע) אז ס'קומט נישט נאך די פארלאנגען פן תורה ודעת. ער האט ספעציעלע "רולס" פאר מענטשן וועים ער האט געמארק'ט. בדרך אגב. דאס איז דאך געווען איינס פון די הויפט סיבות וואס איך וויל/גיי אי"ה איבערלאזן קאווע שטיבל. איי וועסטו פרעגן, פארוואס טוט ער עס ???! ווייל ער קען...!
ביי מיר אין קאפ איז זיך זייער גוט מתיישב סיי די טעאריע פון "קריעישיאניזם" די אמונה אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט. ליטערעללי, אזוי ווי ס'שטייט אין חומש. אויך אז ס'איז דא א שטענדיגער , דינאמישער פראצעס פון עוואלושן/טוישונגען/אנטוויקלונגען. ווייל די אנדערע טעאריעס מאכן נישט קיין סענס.

- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט
זייער שיין צונומען! און דיין צושטעל צו די שטאקהאלם סינדראם איז אויך נישט שלעכט.
מיכאל אברהם רירט טאקע אן ממש דיין נקודה דא און דא, ערגעץ זאגט ער אפי' קלארער אז ווען מער מענטשן פארן אפ איז עס א סימן אויף א בעסערע חינוך ביי אונז נישט קיין שוואכערע, עס איז ענדערש א באווייז אויף די פראבלעמען אין די גאנצע חרדי'שע סיסטעם..
בנוגע מיר פערזענליך (לדוגמא) אדער געוויסע אנדערע יחידים צווישן אונז, האלט איך נישט אז דאס זיך פירן חרדי'ש און אפי' דאס פארענטפערן אסאך נארמעס מיט דאגמעס נעמט בהחלט אוועק פון חכמה און אמת, לדעתי קען מען באמת לעבן אין די צוויי דיימענסיעס צוזאמען (אזוי ווי @מי אני ברענגט ארויס. און פאר @ברוך שפינוזה צושרייט זיך וועל איך טענה'ן אז פסיכאלאגיש לעבט יעדער מענטש ממילא אויף מער ווי איין אמת'ע רעאליטעט, אפי' עס איז לאו דוקא אין די לאגישע ראלם, איז עס בס"ה א פלאס צו קענען עס ברענגען און קאנטעינען לאגיש אויך... ואכמ"ל), דאס וויסן און פארשטיין די אמת פון איין זייט דארף נישט פארמינערן דאס קענען (-בעהעיווארלי) לעבן מיט א צווייטע סעט פון מושגים און פאקטן, הגם עס איז טאקע בכלל נישט גרינג אלעמאל...

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט
כ'וואלט געזאגט ס'איז ענדערש קאגניטיוו דיסאנאנס ווי שטוקהאלם סינדראום
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אייזן, אייזן, אייזן!
לענ״ד איז די פונקט א גוטער, הגם די דמיון צו שטוקהאלם סינדרוים איז נישט ממש אייניג. דאס איז וויבאלד ביים סינדרוים איז דאס ווי דער מענטש נעמט זיך מיטארבעטן מיט זיינע פארכאפערס וכדומה קעגן זיינע אייגענע אינטערעסן מעיקרא. מיינענדיג, ער איז מעיקרא געווען אויף דער פריי אא״וו, און יעצט באקומט ער גאר א געפיהל צו זיין פארכאפטער מצב און ארבעט גאר מיט מיט זיי. משא״כ בזה וואו זיין מצב מעיקרא איז דאך אטע דאס. ס׳איז מער דומה צו איינער וועלכער איז געבוירן אין א קאָלט, וממילא האט א געפיהל צו זיי און ארבעט מיט מיט זיי.
דאס פירט אריין אין צו די געדאנק דא על הכלל. ווי איך האב ארויסגעברענגט בשטיבל עטליכע מאל, זענען אלס פארהאן צוויי וועגן ווי אזוי דער מענטש עפּרויטשט דאס רעאליטעט: אבּיעקטיוו און סאָבּיעקטיוו. ס׳איז נישטא אזא זאך אז נאר מיט איינס. אבער ווי איך האב געשריבן איז מכח מעלת דרך החכמה, דארף דער חכם אוחז זיין אז זיין סאָבּיעקטיווער צוגאנג דארף זיך בייגן און אקאמאדירן מדין קדימה, דאס וואס ער זעהט איין איז דער אבּיעקטיווער אמת והמציאות; נישט זיך פארהוילן דערפון וכו׳ וויבאלד דאס שטערט זיינע געפיהלן און סאָבּיעקטיווער צוגאנג. די שאלה ווערט דערנאך וואו און ווען איז דאס גענצליך מדחה זיין סאָבּיעקטיווער צוגאנג וואס ער האט לעת עתה? וואס איז די קו התאריך וואס דארט ווערט זיין יעצטיגער סאָבּיעקטיווער צוגאנג גענצליך נעקר מחמת זה? אין קורצן, ווען איז עס א ״סתירה״ אזש אז די סאָבּיעקטיווער צוגאנג זיינער וואס ער האט, איז שוין מער נישט טענעבּל און ער מוז דאס אויפגעבן? אט אין דעם איז מיין ״געזעץ״ עוסק.
אין אנדערע ווערטער, לפי מיין ״געזעץ״ נעמט דאך דער חכם יא אינגאנצן אָן דעם אמת און אבּיעקטיווער אויפגעוואוזענער מציאות וואס איז מסתבר. וממילא קען מען נישט טענה׳ן אז מכח דעם איז דאס ״סם המות צום חותמו של הקדוש ב''ה אמת״. די שאלה איז צי דאס איז גענוג ״סתירה״ וכו׳ אז יעצט דארף ער מכח זה אפווארפן זיין פריערדיגע סאָבּיעקטיווער ״אמת״ וואס ער האט? אין אנדערע ווערטער, די שאלה איז צי זיין פריערדיגע סאָבּיעקטיווער ״אמת״ איז טאקע יעצט ״שקר״? אויף דעם איז די דייעלעטיאיזם פארטיידיגונג אז עס איז ל״ד, און פון דארט גייט דאס סתם אזוי אריין אינעם פילאזאפישן הגדרה פון ״אמת״ בכלל.
לסיכום, איך בין מסכים מיט די טענה טאמער איז דאס דירעקטירט קעגן דאס נישט אָננעמען אַן אבּיעקטיוון אמת. אבער ל״ד טאמער איז דאס דירעקטירט קעגן דאס נישט אפווארפן א פריערדיגע סאָבּיעקטיווער פאזיציע, ובפרט ווען ער האט א הסבר וכו׳ פארוואס ער דארף דאס נישט דייקא אפווארפן. און אזוי ווי @שאלתיאל זאגט, איז דאס א מהלך צו משווה זיין דאס קאגניטיוו דיסאנענס, וויבאלד זיין סאָבּיעקטיווער מהלך/״אמת״ האט דאך השלכות אויף וויאזוי ער פירט זיך.
ווי איך האב עטליכע מאל דערמאנט, איז דאס א לענגערע סאָבּמיטעד ארטיקל (שוין צוויי) צום וועקער. עס ווערט שוין גענוג מאל דערמאנט און רעפערענצט דא, אז איך גיי דאס שוין אפשר פארעפענטליכן דא אויף קאווע שטיבל.

אלפא האט געשריבן: ↑
בנוגע מיר פערזענליך (לדוגמא) אדער געוויסע אנדערע יחידים צווישן אונז, האלט איך נישט אז דאס זיך פירן חרדי'ש און אפי' דאס פארענטפערן אסאך נארמעס מיט דאגמעס נעמט בהחלט אוועק פון חכמה און אמת, לדעתי קען מען באמת לעבן אין די צוויי דיימענסיעס צוזאמען (אזוי ווי @מי אני ברענגט ארויס. און פאר @ברוך שפינוזה צושרייט זיך וועל איך טענה'ן אז פסיכאלאגיש לעבט יעדער מענטש ממילא אויף מער ווי איין אמת'ע רעאליטעט, אפי' עס איז לאו דוקא אין די לאגישע ראלם, איז עס בס"ה א פלאס צו קענען עס ברענגען און קאנטעינען לאגיש אויך... ואכמ"ל), דאס וויסן און פארשטיין די אמת פון איין זייט דארף נישט פארמינערן דאס קענען (-בעהעיווארלי) לעבן מיט א צווייטע סעט פון מושגים און פאקטן, הגם עס איז טאקע בכלל נישט גרינג אלעמאל...
מיין נקודה איז נישט געווען אנטקעגן זיך 'פירן' חרדי'ש ווען מען איבערצייגט זיך אז עס שטימט נישט מיט די אמת. דאס איז לכאורה א סאציאלאגישע דילעמא וואס יעדער פאר זיך דארף מחליט זיין. מיין נקודה איז בנוגע מקבל זיין נייע איידיע'ס און פאקטן אויף אן אבדזשעקטיוו וועג כאטש עס שטימט נישט מיט די וועג וויאזוי מען איז אויפגעוואקסן, אפילו ער וועט לאו דוקא עפעס טוישן בפועל דערפאר. ווען איך האב געשריבן אז ווען אפיקורסות וועט זיך מערן וועלן מיר וויסן אז אונזער חינוך שטייט גוט, האב איך נישט געמיינט אז דאס איז ח''ו א גוטע זאך, נאר דאס וועט זיין א גוטע מעסטער צו מעסטן אונזער יכולת צו טראכטן מיט אן אמת.
@שאלתיאל איך האב בכלל נישט געוויסט פון 'קאגניטיוו דיסאנאנס' , יישר כח פאר'ן צו ווייזן.
@מי אני אודאי איז נישט אפגעפרעגט צו פארענטפערן די פריערדיגע הנחות, נאר אין מיין פערזענליכע עקספריענס האב איך ניטאמאל געכאפט אז איך טו דאס. עס איז איין זאך ווען איינער ווייסט אז ער קען אנעמען די נייע ענין כמות שהיא און דאך טוט ער עס פארענטפערן מיט עפעס וואס ער איז אויפגעוואקסן, אבער אויב זיין מח טוט אטאמאטיש פארענטפערן אלע נייע ידיעות מיט פריערדיגע, דארף ער איינער וואס זאל אים דאס אנמערקן און פאר אזא איינער האף איך אז מיין ארטיקל וועט ארויסהעלפן. דאס האב איך אויך געמיינט מיט די צושטעל צו 'שטוקלהולם סינדראם' - וויבאלד מיין שכל איז געווען א 'משכן' צו מיין סובקאנטשעס, ניטמאל כאפנדיג אז עס ארבעט מיט קעגן איר אייגענע אינטערעס.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט
עס איז אפשר אביסל זייטיג צו אשכול. אבער עס דרייט זיך ביי מיר אין מוח שוין לאנג אזא saying: קאמאן קאור איז טאקע מותר, אבער קריטיקעל טינקינג איז נאך אסורכרם זית האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:25 am יעדער ווייסט אז די טריפה'נע 'קאמאן קאור' מיט וועלכע גויש'ע פעדאגאג'ן זענען אויפגעקומען איז - אזוי ווי אלע אנדערע חכמות - אינספירירט געווארן פון די גמרא (קלארשטעלונג: אזוי האב איך געליינט אין א קנאי'שע בלעטל אבער פאָר די סעיק אָף די ארגימענט מאכט נישט אויס צי עס איז אמת). והיינו זיי האבן געזען אז די גמרא איז געבויט אויף קשיות און תירוצים אן קיין שום דאגמע און דורך די אלע ספיקות קומט ארויס די אמת, האבן זיי דאס איינגעפירט אויך אין די אהלי חם.
די מזל איז אז די פעדאגאגן האבן נאר געקוקט אויף די אויסשטעל פון די גמרא, אבער נישט אויף די לומדי הגמרא. ווייל ווען יא וואלטן זיי זיך אנגעשטויסן אין א גרויסע פאראדאקס אז כאטש דער טיפיקל ישיבה בחור איז טרענירט צו טשעלענדזשן יעדע הלכה פון די גמרא, וועט ער זיך אבער קיינמאל נישט וואגן צו קריגן מיט די מסקנת הגמרא, וויבאלד אויב יא וועט ער בשם אפיקורוס מכונה ווערן; אנשטאט דעם צייכנט ער וצע''ג.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
Re: שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט
שטייט דאך "אל תמנע טוב מבעליו".berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 2:56 am כרם זית: איך האב דיר וואס צו ענטפערן אויף דעם פאקט אז אויב א "חרדי". א בוגר פון ישיבות וועט אויסגעפונען אז די אלגעמיינע (דארווין) טעאריע פון עוואלוציע איז אנדערש ווי ס'שטייט אין ספר בראשית וועט ער אריינגיין אין "דענייעל".נאר דער מנהל וועט אויסמעקן מיין תגובה. מיט דעם תירוץ (איינס פון מערערע) אז ס'קומט נישט נאך די פארלאנגען פן תורה ודעת. ער האט ספעציעלע "רולס" פאר מענטשן וועים ער האט געמארק'ט. בדרך אגב. דאס איז דאך געווען איינס פון די הויפט סיבות וואס איך וויל/גיי אי"ה איבערלאזן קאווע שטיבל. איי וועסטו פרעגן, פארוואס טוט ער עס ???! ווייל ער קען...!
ביי מיר אין קאפ איז זיך זייער גוט מתיישב סיי די טעאריע פון "קריעישיאניזם" די אמונה אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט. ליטערעללי, אזוי ווי ס'שטייט אין חומש. אויך אז ס'איז דא א שטענדיגער , דינאמישער פראצעס פון עוואלושן/טוישונגען/אנטוויקלונגען. ווייל די אנדערע טעאריעס מאכן נישט קיין סענס.
לאז אונז נישט איבער אָן מסביר זיין דיין מהלך בנוגע די בריאה. אויב האסטו מיטן מנהל צו טון, דאן אפשר ווילסטו עס מיר אישי׳ען און איך וועל שוין קעיר נעמען דערפון... (איך האב אלץ געהאט א רעפוטאציע פון זיין גוט מיט די מנהלים און מלמדים, אפילו אין חדר )
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט
דער רמב''ם אין 'מורה הנבוכים' (ח''א פרק לא) ברענגט בשם דער פילוסאף אלכסנדר אלאפרודיסי דריי סיבות פארוואס מענטשן קענען זיך נישט פאראייניגן אויף איין שיטה אין פילאסאפיע (וואס לויט דער רמב''ם איז נאר דא איין אמת): די תאות הנצחון פון ווערן באזיגט אין א טענה'ריי, די ענין איז צו א טיפע צו פארשטיין פאר יעדעם, אדער די מענטשן זענען נישט גענוג קליג צו פארשטיין.
שרייבט דער רמב''ם:
***
ר' ליפא שמעלצער נ''י אין זיין נייע אינטערוויאו דערמאנט סיי שטוקהאלם סינדראם און סיי קאגניטיוו דיסאנאנס ביחס צו די חרדיש'ע ציבור. ווי ער זאגט האט ער א בעטשלערס אין פיסיכאלגיע אבער כ'בין נייגעריג צי ער דרייט זיך אין שטיבל?
שרייבט דער רמב''ם:
נא דארף מען טוישן די קעפל פון שטוקהאלם סינדראם צו אלכסנדיה של מצרים סינדראם...ובזמננו גורם רביעי שלא הזכירו, מפני שלא היה אצלם, והוא ההרגל והחינוך, לפי שיש לאדם בטבעו אהבה להרגלו ונטייה כלפיו, עד שהנך רואה אנשי הכפרים, כפי שהם מן הנוול והעדר התענוגות ודחקות המזון, מתעבים את הכרכים ואינם נהנים בתענוגותיהם, ומעדיפים המצבים הגרועים שהורגלו בהם, על המצבים התקינים שלא הורגלו להם. ואין נפשם נינוחה במגורי הארמונות, ולא בלבישת המשי, ולא בהתעדנות במרחץ ובשמנים ומיני הבושם.
כך יארע לאדם בהשקפות אשר הורגל להם ונתחנך בהם, שהוא מחבבן ומגן עליהם, ומתרחק מזולתן, וגם [מו] גורם זה מעוור את האדם מהשגת האמת ויטה כלפי הרגליו. כמו שאירע להמון בגשמות ובעניינים אלוהיים רבים, כפי שנבאר. כל זה מחמת ההרגל והחינוך על לשונות שהכל מודים בקדושתן ואמיתתן, אשר פשטיהן מורים על גשמות ועל דמיונות בלתי נכונות, אבל נאמרו על דרך המשל והחידה. ונעשה הדבר בגלל סיבות שאזכיר.
***
ר' ליפא שמעלצער נ''י אין זיין נייע אינטערוויאו דערמאנט סיי שטוקהאלם סינדראם און סיי קאגניטיוו דיסאנאנס ביחס צו די חרדיש'ע ציבור. ווי ער זאגט האט ער א בעטשלערס אין פיסיכאלגיע אבער כ'בין נייגעריג צי ער דרייט זיך אין שטיבל?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 99
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל
Re: שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט
שאלתיאל איז גערעכט אז דאס איז קאגניטיוו דיסאנאנס און נישט שטוקהאלם סינדראום. און די רמב"ם וואס כרם זית האט געברענגט "שיש לאדם בטבעו אהבה להרגלו ונטייה כלפיו" איז זיכער אויך א שטארקע פעקטאר. אבער איך מיין אז עס איז דא נאך א נקודה "פארוואס קען ער נישט אקצעפטירן אז ער דארף טוישן זיין ביז יעצטיגע בליק". והיינו, אז אפילו נאך מיר זעהן קלאר די עווידענס טראכטן מיר אז מיר זענען נישט די חכם מכל אדם און אז מיר האבן נישט אנדעקט אמעריקע און עס לייגט זיך אויפן שכל אז פון די אלע יודן וואס האלטן אהן די מסורה'דיגע בליק איז זיכער דא אזעלעכע וואס ווייסן די אלע הוכחות און, וזה העיקר, עס איז זייער מעגליך אז עס איז דא זאכן וואס איך ווייס נישט וואס זיי ווייסן יא. ממילא גייט מען זיכן ביי אנדערע צו זעהן איף איי עם נאט מיסינג סאמטינג.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט
ווען די פראדוקציע פון פילאזאפישע שיטות וואלט געוועהן א רעזולטאט פון וועלן פארשטיין די פאקטן וואלט מען געדארפט זוכן סיבות פארוואס מ'קען זיך איבער זיי נישט פאראייניגן, אזויווי ס'דאך אבער נישט אזוי פאנגט דיך די גאנצע קשיא נישט אן, פארוואס זאל מען זיך דען יא פאראייניגן?כרם זית האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 3:54 pm דער רמב''ם אין 'מורה הנבוכים' (ח''א פרק לא) ברענגט בשם דער פילוסאף אלכסנדר אלאפרודיסי דריי סיבות פארוואס מענטשן קענען זיך נישט פאראייניגן אויף איין שיטה אין פילאסאפיע (וואס לויט דער רמב''ם איז נאר דא איין אמת):
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט
אין וועלכע פון די פיר סיבות פאלסטו אריין?...
ווי דער רמב"ם האט פארשטאנען איז פילאסאפיע די וועג אנצוקומען צו די אמת און יעדער וואלט בעצם געדארפט פארשטיין די אמת ווען נישט איינער פון די פיר סיבות.
ווי דער רמב"ם האט פארשטאנען איז פילאסאפיע די וועג אנצוקומען צו די אמת און יעדער וואלט בעצם געדארפט פארשטיין די אמת ווען נישט איינער פון די פיר סיבות.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
זאג דו מיר... נעם א guess און איך וועל דיר זאגן צו ס'איז ריכטיג צו נישט.
אויב האט ער אזוי געמיינט האט ער געמאכט א פארדריסליכן טעות, הגם איך בין שטארק ביי די מיינונג אז זיין גאנצע פילאזאפיע שטות איז געוועהן א חלק פונעם אמונות הכרחיות מעסטער פלען.