וירא - פריי זיך באצייטענס!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

וירא - פריי זיך באצייטענס!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אונזער פרשה הייבט זיך אָן מיט די אלעמען באקאנטע מעשה ווי אברהם אבינו זיצט ביים טיר פון זיין געצעלט און איז משתוקק מקיים צו זיין די מצוה פון הכנסת אורחים. דער אייבישטער שיקט דריי מלאכים אין די געשטאלט פון מענטשן, און אברהם אבינו נעמט זיי אריין צו זיך און גיבט זיי צו עסן און טרינקן.

איינס פון די דריי מלאכים איז געווען דער שליח צו קומען איבערגעבן די גוטע בשורה פאר אברהם און שרה אז ביז א יאר וועלן זיי זוכה זיין צו האבן א קינד. און דער מלאך זאגט טאקע צו אברהם, שׁוֹב אָשׁוּב אֵלֶיךָ כָּעֵת חַיָּה וְהִנֵּה בֵן לְשָׂרָה אִשְׁתֶּךָ, איך וועל זיך צוריק קערן צו דיר אין א יאר ארום און דעמאלטס וועט דיין ווייב שרה האבן א קינד.

שרה איז דעמאלטס געשטאנען אונטערן טיר און זי האט געהערט די ווערטער פונעם מלאך, און די תורה הקדושה דערציילט אונז "וַתִּצְחַק שָׂרָה בְּקִרְבָּהּ" שרה האט געלאכט אינעווייניג אין איר הארץ, דאס הייסט אז זי האט לכאורה נישט באמת געגלייבט די ווערטער פונעם מלאך אז זי גייט האבן א קינד, וויסענדיג אז זי מיט איר מאן זענען ביידע צו אלט אז דאס זאל קענען פאסירן. זי האט זיך געוואונדערט, אַחֲרֵי בְלֹתִי הָיְתָה לִּי עֶדְנָה? נאכדעם וואס איך בין שוין אלט געווארן וועל איך דען צוריק יונג ווערן, וַאדֹנִי זָקֵן און אויך מיין מאן אברהם איז שוין אלט.

דערציילט אבער די פסוק ווייטער, וַיֹּאמֶר ה' אֶל אַבְרָהָם, השי"ת איז געקומען מיט טענות צו אברהם אבינו און געפרעגט, לָמָּה זֶּה צָחֲקָה שָׂרָה וגו' פארוואס האט שרה געלאכט? פארוואס האט זי נישט געגלייבט אז דאס גייט ווירקליך פאסירן? הֲיִפָּלֵא מֵה' דָּבָר? צו דען איז עפעס פארהוילן פון השי"ת? עס איז דאָך נישט דא קיין זאך וואס דער אייבישטער קען נישט באווייזן, און ממילא וואלט זי יא געדארפט גלייבן און האבן די ריכטיגע אמונה אז זי קען געהאלפן ווערן אויך אין איר מצב. און דער אייבישטער האט ווידער באשטעטיגט די רייד פונעם מלאך אז עס וועט טאקע מקויים ווערן, כָּעֵת חַיָּה וּלְשָׂרָה בֵן.

וואס איז געווען די טענה קעגן שרה אמנו?
יעצט, באמת די גאנצע ענין איז איין שטיק וואונדער. קודם כל דארפן מיר פארשטיין וואס איז באמת געווען די טענה קעגן שרה אמנו אז זי האט געלאכט פון די ווערטער פונעם מלאך, און ווי דער רמב"ן דערמאנט שוין, לכאורה האט זי דאָך נישט געוואוסט אז דאס איז א מלאך וואס רעדט, זי האט געמיינט אז דאס איז סתם אַן אראבער פון די גאס, נו, אויב ס'קומט צו גיין עפעס א ארחי פרחי און זאגט פאר א הונדערט יעריגער מענטש אז ער גייט האבן א קינד, פארוואס זאל מען דען נישט לאכן? און בפרט ווי די תורה אליינס זאגט אונז אז אברהם און שרה זענען שוין דעמאלטס געווען אלט און ס'איז שוין נישט געווען קיין שום וועג על פי טבע אז זי זאל קענען געבוירן א קינד.

דער אור החיים הקדוש פרעגט נאך מער, דער ענין ווערט אסאך שווערער ווען מיר קוקן צוריק אין פרשת לך לך, ווען הקב"ה האט געזאגט פאר אברהם אבינו אז ער וועט בענטשן שרה און זי וועט געהאלפן ווערן מיט א קינד, שטייט דארט אויך ממש די זעלבע לשון (י"ז י"ז) וַיִּפֹּל אַבְרָהָם עַל פָּנָיו "וַיִּצְחָק", אברהם אבינו איז געפאלן אויף זיין פנים, און ער האט אויך געהאט די זעלבע ענין פון 'צחוק' און וואונדער, וַיֹּאמֶר בְּלִבּוֹ הַלְּבֶן מֵאָה שָׁנָה יִוָּלֵד וְאִם שָׂרָה הֲבַת תִּשְׁעִים שָׁנָה תֵּלֵד? אברהם אבינו האט געקלערט ביי זיך אין הארץ צו דען איז דאס מעגליך אז איך וועל האבן א קינד ביי די הונדערט יאר און שרה ביי די ניינציג יאר?!.

און הגם אין תרגום שטייט טאקע אַן אנדערע טייטש, דער תרגום זאגט דארט ביי אברהם אבינו "וחדי" אז אברהם אבינו האט זיך געפריידט מיט די גוטע בשורה וואס השי"ת האט איהם מבשר געווען, דאס הייסט אז ער האט באמת יא געגלייבט די ווערטער פונעם אייבישטער און ער האט זיך געפריידט צו זיי. דאגעגן דא ביי שרה ווען די תורה זאגט וַתִּצְחַק שָׂרָה בְּקִרְבָּהּ, טייטשט דער תרגום "וחייכת שרה" אז שרה האט געשמייכלט, דאס הייסט אז זי האט זיך אונטער-געשמייכלט און געלאכט אין הארצן מיט א ביטול פון די ווערטער פונעם מלאך. אבער למעשה אין פסוק שטייט סיי ביי אברהם און סיי ביי שרה די זעלבע לשון פון 'צחוק' און ס'איז
נישט משמע אז ס'איז דא א אונטערשייד צווישן זיי ביידע, אויב אזוי פארוואס איז דא א טענה נאר קעגן שרה און נישט קעגן אברהם.

און צום לעצט לאמיר טאקע פארשטיין, ווי מיר זעען האט השי"ת יא געהאט א טענה צו שרה אמנו וואס לויט איר גרויסע מדריגה איז דאס געווען א חסרון אמונה אין השי"ת, אויב אזוי וויאזוי קומט דאס טאקע צו די גרויסע צדיקת שרה וואס האט מגייר געווען פילע פרויען און זיי אריינגעברענגט תחת כנפי השכינה ווי רש"י דערציילט אין פרשת לך לך, זי איז דאָך געווען די מקור האמונה אין די וועלט, זי האט באמת געגלייבט און מפרסם געווען דעם אייבישטער'ס נאמען אין די וועלט, אויב אזוי וויאזוי קען זיין אז דוקא זי האט נישט ריכטיג געגלייבט אין איר ישועה.

און בכלל פארוואס דערציילט אונז די תורה דעם גאנצן ענין, וואס איז די לימוד און די מוסר השכל וואס מיר דארפן אפלערנען דערפון לדורות?.

אז מען האפט צו השי"ת קען מען זיך פרייען
איז איידער מיר טרעטן אריין אין די נקודה וואס מיר ווילן דא אויסברייטערן בסייעתא דשמיא, א זאך וואס דינט אונז אלס א געוואלדיגע חיזוק אינעם טאג טעגליכן לעבן ממש, לאמיר מקדים זיין און אנהייבן מיט צוויי סיפורים:

עס ווערט דערציילט אז אמאל איז געקומען באזוכן אין שטוב פון הרה"ק דער רבי רבי זושא פון האניפאלי זי"ע איינער פון זיינע קרובים, און די רעביצין פונעם ר"ר זושא האט זיך באקלאגט פאר יענעם אז זיי לעבן אין גרויס ארימקייט און נויט. דער קרוב האט איר געפרעגט וואו געפונט זיך יעצט איר מאן דער ר"ר זושא, האט זי געזאגט אז ער זיצט אין בית המדרש. איז דער איד געגאנגען אין ביהמ"ד אריין און באגעגנט דער ר"ר זושא, און ער האט איהם פארגעווארפן "היתכן דו זיצט זיך דא אין שוהל און דו ביסט פרייליך, בשעת ווען דיינע קינדער דרייען זיך ארום אינדערהיים וויינענדיג און זיי האבן נישט וואס צו עסן?!".

ענטפערט איהם דער ר"ר זושא מיט א פשטות, "זיי האבן באמת א סיבה פארוואס צו וויינען, וויבאלד זיי פארלאזן זיך נעבעך אויפן ארימער זושא וואס האט גארנישט, און וואס קענען זיי שוין האבן פון איהם אז ער האט גארנישט, אבער איך ווענד דאָך מיינע אויגן צום אייבישטער וואס איז א כֹּל יכול, אויב אזוי פארוואס זאל איך נישט זיין פרייליך?".

הבוטח בה' חסד יסובבנהו
און אז מ'רעדט שוין, איז כדאי צו דערציילן נאך א הפלא'דיגע מעשה פון אונזערע צייטן, וואס עס האט דערציילט א מקור נאמן, א אדם גדול וואס איז באקאנט מיט די פרטים פון די מעשה.

אין ירושלים עיר הקודש לעבט א איד א תלמיד חכם וואס זיצט און הארעוועט על התורה ועל העבודה, דער איד איז א עכטע בן עליה און איז כמעט ווי אויסגעטוהן פון די וועלט, ער זיצט ממש יומם ולילה אין בית המדרש און לעבט א העכערע סארט לעבן, קיין פרנסה אין שטוב איז נישט דא געהעריג, אבער דער איד איז א מסתפק במועט און איז באמת אנגעזאפט מיט אמונה און בטחון אין השי"ת.

בקיצור, ווען ס'איז געקומען חתונה צו מאכן דאס ערשטע קינד זיינע, זענען די בני בית און די קרובים אריינגעגאנגען צו איינס פון די גדולי הדור אין ארץ ישראל וואס זיי האבן געוואוסט אז ער קען האבן א השפעה אויף דעם איד, און זיי האבן איהם פאר'מַסֶר'ט אז ער טוט גארנישט פאר פרנסה, און ער מאכט ניטאמאל די מינימאלע השתדלות וואס מען דארף טוהן כדי צו ברענגן געלט אויף די חתונה, און זיי האבן געבעטן פון יענעם גדול אז ער זאל איהם הייסן מאכן השתדלות און זעהן צו שאפן געלט פאר זיין קינד'ס חתונה.

כך הוה, דער גדול האט געלאזט רופן דעם איד, און ער האט איהם פאָרגעהאלטן אויף זיין התנהגות, זאגענדיג אז 'לא זו הדרך' דאס איז נישט די תורה'דיגע וועג אז מ'פראבירט נישט צו שאפן געלט. און אפילו אויב ער פארלאזט זיך אינגאנצן אויף השי"ת און ער וויל נישט ארויספארן קיין חוץ לארץ צו זאמלען געלט וכדומה, דאָך איז פארהאן פארשידענע קליינע און לייכטע פעולות וואס ער מוז טוהן צו עפענען א פתח בדרך הטבע אז ס'זאל קומען געלט פאר די חתונה, ווי צום ביישפיל ארויסשיקן צדקה בריוון און זיך ווענדן צו אחינו בני ישראל אז זיי זאלן איהם העלפן.

דער תלמיד חכם האט געזעהן אז ער האט נישט קיין ברירה, האט ער זיך געוואנדן צו אזא ארגעניזאציע וואס איז עוסק אין דעם געביט, און זיי שיקן ארויס צדקה בריוון פאר פארשידענע צוועקן צו אדרעסן איבער די וועלט, און ער האט זיי געבעטן א רשימה פון אדרעסן וואו אהין ער וועט קענען שיקן זיין בקשה צו גוטהארציגע אידן אז זיי זאלן איהם העלפן חתונה מאכן.

האבענדיג די רשימה אין די הענט, האט ער באשלאסן אז וויבאלד מ'רעדט דאָך דא נאר פון יוצא זיין חובת השתדלות, און היות ער גלייבט באמת און פארלאזט זיך אז השי"ת וועט איהם העלפן, דעריבער פעלט נישט אויס אז ער זאל ארויסשיקן אסאך בריוון, נאר ער וועט זיך באגנוגן מיט איין איינציגע בריוו וואס ער וועט ארויסשיקן קיין חוץ לארץ.

אומר ועושה, אזוי האט ער טאקע געטוהן, ער האט זיך געזעצט שרייבן א איינציגע בריוו, און ער האט דאס געטוהן בשלימות, ער האט אפגעשריבן א ווארימע בקשה פאר הילף, ווי אויך בייגעלייגט א הזמנה צו די חתונה פון זיין קינד וואס קומט פאָר אין די נאנטע צוקונפט, און א המלצה בריוו וואס ער האט באקומען פון א רב וואס איז מֵעִיד אויף די חשיבות פונעם צוועק. און דערנאך האט ער אויסגעוועלט איין אדרעס פון די גרויסע רשימה, און ער האט אפגעשיקט דעם בריוו אהין, און יוצא געווען.

מיט עטליכע טעג שפעטער זיצט זיך א איד טויזנטע מייל אוועק אין זיין אפיס אינעם ווייטן ניו יורק, געווען איז דאס א געווענליכע טאג אָן קיין שום אנדייטונג אז עפעס אויסערגעווענליך גייט פאסירן...

פלוצלינג באקומט ער א שרעקעדיגע רוף אז זיין טאכטער איז ל"ע אריבערגעגאנגען א שווערע עקסידענט, זי איז געווארן אראפגעקלאפט גייענדיג אין גאס, און די
מצב טויג נישט. זי געפונט זיך אין אַן אמבולאנס אויפן וועג צום שפיטאל וואו זי איז ערווארטעט אריבערצוגיין שווערע אפעראציעס און פראצעדורן צו ראטעווען איר לעבן.

דער איד איז געווען דערשראקן און צובראכן, און מיט איין בהלה לאזט ער זיך ארויס אויפן וועג צום שפיטאל צו זיין נעבן זיין טאכטער. אויפן וועג האט ער מתפלל געווען פון טיפן הארצן, און צווישן אנדערע האט ער אנגערופן זיין רב צו דערציילן די בשורה, זיין רב האט איהם געגעבן א סגולה וואס איז באקאנט פון צדיקים אז ווען מ'גיבט צדקה פאר הכנסת כלה איז עס מסוגל פאר א רפואה, ווי עס איז מרומז אין די משנה פון 'אלו דברים' וואס מיר זאגן יעדן אינדערפרי, "וּבִקּוּר חוֹלִים וְהַכְנָסַת כַּלָה וּלְוָיַת הַמֵת" קומט אויס אז הכנסת כלה איז דער מפסיק צווישן דער ענין פון ביקור חולים און הלויית המת, און דאס קומט אונז לערנען אז ווען מ'וויל ראטעווען דאס לעבן פון א חולה אז עס זאל חלילה נישט אנקומען צו מיתה, דאן איז די סגולה עוסק צו זיין אין הכנסת כלה און דאס וועט אפהאַקן און צוריקהאלטן דעם חולה פון אנקומען אהין ח"ו.

מיט גרויס התרגשות האט ער דעמאלטס געמאכט א קבלה אז וויבאלד ער האט אוועקגעלייגט א שיינע סכום געלט פאר די חתונה פון דעם טאכטער, איז ער זיך יעצט מקבל אז האלב פון די געלט גיבט ער אוועק פאר א הכנסת כלה צוועק.

למעשה ווען ער איז אנגעקומען צום שפיטאל איז ער נתבשר געווארן מיט די גוטע בשורה אז די מצב האט זיך סטאביליזירט און זאכן זענען אסאך בעסער ווי עס האט פריער אויסגעקוקט, און זיין טאכטער וועט אי"ה האבן א שנעלע און גרינגע ערהוילונג.

די המשך המעשה קענט איר זיך שוין זיכער אליינס פאָרשטעלן, ווען דער איד איז אהיימגעקומען האט ער געטראפן אין זיין פאסט קעסטל אט די ווארימע בריוו וואס יענער ארץ ישראל'דיגער תלמיד חכם האט געשיקט פונקט צו איהם, און פונקט אין אזא זמן...

פארשטייט זיך אז ער האט איינגעהאלטן זיין צוזאג, און ער האט גענומען אויף זיינע פלייצעס צו דעקן די חתונה פון די נויטבאדערפיגע חתן כלה אין ארץ ישראל, און אין דעם זכות האט זיין טאכטער זוכה געווען צו א רפואה שלימה.

די שאלה איז ווי ווייט די בטחון בלייבט אין אונז
די מעשה איז א הערליכע מעשה און רעדט פאר זיך אליין, עס דערמאנט אונז ווידעראַמאָל די געוואלדיגע השגחה פרטית מיט וואס השי"ת איז משגיח אויף די אלע וואס פארלאזן זיך אויף איהם, בָּרוּךְ הַגֶּבֶר אֲשֶׁר יִבְטַח בַּה' וְהָיָה ה' מִבְטַחוֹ, וואויל איז פאר דער פארלאזט זיך אויפן אייבישטער. און באמת קען מען ברענגן נאך און נאך אזעלכע מעשיות אָן א שיעור, וואו מען זעהט דעם וואונדערליכן יד השם און די השגחה פרטית.

אבער מיר ווילן צוקומען צו א נקודה למחשבה, א טיפע געדאנק וואס דער אדם גדול, דער בעל מספר פון די מעשה האט צוגעגעבן: וואס מיינט איר? צו דען האבן די בני המשפחה פון יענער ירושלימ'ע תלמיד חכם זיך געלערנט בטחון? ווען ס'איז געקומען צו די חתונה פונעם קומענדיגן קינד זענען זיי שוין געווען רואיג אז דער אייבישטער וועט שיקן דאס געלט אויף א גאלדענע טאץ אזויווי דאס ערשטע מאל? אדער זיי האבן אנגעהויבן צו שוויצן פון דאסניי און זארגן פון וואו וועט זיין געלט פאר די יעצטיגע חתונה?...

און אין אנדערע ווערטער, די שלימות'דיגע בטחון איז שווער זיך צו לערנען ריכטיג! און אפילו ווען מ'לעבט עס מיט און מ'זעהט עס בחוש, דאָך בלייבן איבער אזעלכע חששות און דאגות אינעם מענטש אז אפשר 'יעצט' איז אנדערש און דאסמאל וועט ער שוין נישט האבן ח"ו, אדער ווער זאגט אז יעצט וועט השי"ת העלפן.
און אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין וועלן מיר באמערקן אז כמעט יעדער מענטש האט זיך זיין אייגענע מאָס פון מידת הבטחון ווי ווייט ער איז גרייט זיך צו פארלאזן אויפן אייבישטער און גלייבן אז השי"ת קען איהם באמת העלפן, און ביי וועלכע 'פונקט' עס הייבט אָן 'אויסצוּוועפּן' און דארט שפירט ער שוין אביסל אומזיכער און פארלוירן ח"ו. דאס הייסט אז יעדער איינער פארמאגט אן אנדערע דַרגא ביז וואו זיין בטחון דערגרייכט, און פון דארט און ווייטער איז עס שוין איינגעשטעלט און עס לאזט נאך.

עס זענען פארהאן מענטשן וואס ביי זיי איז די בטחון גאר גרויס, און אפילו ווען עס קומט צו גרעסערע און מער ערנסטע פראבלעמען גלייבן זיי באמונה שלימה אז השי"ת קען און וועט זיי העלפן, און נאר ווען עס מאכט זיך ח"ו גאר א ערנסטע עת צרה אדער א חוץ לדרך הטבע'דיגע פראבלעם דארט הייבן זיי אָן צו ווערן פארלוירן. אנדערע זענען נישט אין די מדריגה ממש, נאר זיי שפירן בלויז אויפן טאג טעגליכע לעבן אז דארט זענען זיי טאקע זוכה צו פרנסה מן השמים און דער רבוש"ע שטעלט זיי צו אלעס וואס זיי דארפן, אבער ווען ס'קומט חתונה צו מאכן א קינד, אה, דאס איז שוין צו א גרויסע און שווערע הוצאה, דא פילט ער שוין נישט אזוי פארזיכערט ח"ו. און אזוי ווייטער, ביי יעדעם זענען די 'נומערן' און די 'מעסטער' פון זייער בטחון אנגעשטעלט אנדערש, ביז וואו זיי גלייבן און פארלאזן אויפן אייבישטער, און וואו זיי הייבן אָן צו האבן די הרגשה אז דא בין איך שוין אליינס אויפן וואסער און איך דארף זיך אליינס פארזארגן ח"ו. אבער פארשטייט זיך אז די אמת איז נישט אזוי, און די בטחון פון א איד דארף זיין א שטענדיגע זאך נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב, ווי מיר וועלן זעהן ווייטער.

פארוואס האט זיך שרה נישט צוגעכאפט צו די ברכה
אצינד לאמיר זיך צוריק קערן צו די פרשת השבוע. דער רמב"ן זאגט אונז, ריכטיג טאקע אז שרה אמנו האט נישט געוואוסט אז דער וואס זאגט זיי די אומגלויבליכע בשורה אז ביז א יאר גייען זיי האבן א קינד איז א מלאך מן השמים, אבער הקב"ה הֶאשים אותה לאברהם, למה היה הדבר נמנע בעיניה, וראוי לה שתאמין, או שתאמר "אמן כן יעשה ה'"! דער אייבישטער'ס טענה איז געווען פארוואס איז דאס אזא גרויסע וואונדער אין אירע אויגן? פארוואס קלערט זי אז דאס קען נישט פאסירן מער? אויב איז זי אן עכטע מאמין בה' וואלט זי געדארפט גלייבן און וויסן אז השי"ת איז דער כל יכול און ער קען דאס מאכן פאסירן, אדער וואלט זי על כל פנים געדארפט רעאגירן דורכ'ן זאגן "אמן כן יהי רצון" מיט א תחינה צום רבוש"ע, הלואי, איך בעהט דיך באשעפער זיי מקיים די ווערטער פונעם גאסט... און אויב אנשטאט דעם איז איר ערשטע רעאקציע סתם אפצולאכן זיינע רייד, מיינט דאס אז זי האט חלילה נישט די שלימות'דיגע אמונה וואס מען דארף האבן אין דעם אייבישטער'ס כוח.

וואס אין אנדערע ווערטער שטייט דא, ביי א איד וואס איז א מאמין אין די כוח פונעם אייבישטער, טאר נישט זיין קיין חילוק צווישן טבע און חוץ לדרך הטבע. ער דארף אלעמאל לעבן מיט'ן געדאנק און מיט די קלארע ידיעה אז דער באשעפער פירט די וועלט, ער טוט אלעס און ער קען אלעס און ער איז דער טוב ומטיב לכל וואס טוט אונז אלעמאל גוטס, און ממילא ווי נאר ס'קומט אונטער א ברכה אדער א וואונטש פון איינעם, אפילו פון סתם א פרעמדער גאסט וואס ס'קוקט אויס ווי ער ווייסט ניטאמאל וואס ער רעדט, דארף אבער דער מאמין בה' האָפן און שטרעבן אז די ברכה זאל מקויים ווערן - ווייל דער אייבישטער קען דאָך דאס באמת טוהן.

נישט ווארטן ביז מען זעהט די ישועה מיט די אויגן
נאך מער, דער אור החיים הקדוש לערנט אונז דא א געוואלדיגע פשט און א לימוד. ווי מיר האבן פריער דערמאנט פרעגט דער אוהחה"ק וואס איז דער חילוק צווישן וַיִּפֹּל אַבְרָהָם עַל פָּנָיו 'וַיִּצְחָק' וואו אברהם אבינו האט זיך געפריידט הערנדיג די גרויסע בשורה, צו 'וַתִּצְחַק' שָׂרָה בְּקִרְבָּהּ?. ענטפערט דער אוהחה"ק, ביי ביידע איז עס געווען א ענין פון שמחה, זיי האבן באמת געגלייבט די בשורה טובה און זיך געפריידט! דער חילוק איז אבער געווען אז אברהם אבינו האט תיכף ומיד געגלייבט, ער האט נישט געדארפט קיין סימנים און באווייזן אז די רייד פון השי"ת וועלן מקויים ווערן. דאגעגן שרה האט זיך נישט תיכף געפריידט, זי האט עס נישט גלייך אנגענומען, נאר נאכדעם וואס עס איז געשען א נס אז זי האט געשפירט ווי איר גוף איז צוריק יונג געווארן, זי האט געזען אז עפעס אויסערגעווענליך פאסירט דא, דאס האט איר שוין געמאכט גלייבן דערין און זיך פרייען.

און דער אוהחה"ק טייטשט די ווערטער וואס שרה האט געזאגט "אַחֲרֵי בְלֹתִי הָיְתָה לִּי עֶדְנָה" דאס איז שוין געווען א פאַקט, עס האט שוין פאסירט, און שרה האט געקלערט צו זיך מיט שטוינונג געב א קוק וואס פאר א נס ס'איז דא געשען, אַחֲרֵי בְלֹתִי הָיְתָה לִּי עֶדְנָה, נאכן זיין אלט בין איך פלוצלינג צוריק יונג געווארן. און נאר צוליב דעם האט זי זיך ערלויבט צו פרייען, וַתִּצְחַק שָׂרָה בְּקִרְבָּהּ, זי איז געווארן מלא שמחה אויף די בשורה טובה און באמת געגלייבט אז עס וועט מקויים ווערן.
און דערפאר האט השי"ת האט געהאט א טענה אויף איר און געזאגט לָמָה "זֶה" צָחֲקָה שָׂרָה, אט אזא סארט פרייד איז נישט ריכטיג, ווייל אנדערש ווי דו אברהם וואס דו האסט געגלייבט אין מיר אינגאנצן אָן קיין שום באווייזן, זי האט אבער געווארט מיט'ן זיך פרייען ביז זי האט געזען קלארע צייכענעס אז עס גייט טאקע געשען, הֲיִפָּלֵא מֵה' דָּבָר? וואס האט זי געמיינט אז פארן אייבישטער איז עפעס שווער? איז דען דא עפעס וואס השי"ת קען נישט באווייזן? און דעריבער וואלט זי נישט געדארפט ווארטן ביז'ן זיך איבערצייגן אז די ישועה קומט שוין נאר זי וואלט זיך געדארפט פרייען באצייטענס.

וואס מיר לערנען פון די ווערטער פונעם אוהחה"ק ענדליך צו די רייד פונעם רמב"ן, אז ווען מ'גלייבט אין השי"ת דארף מען נישט זעהן די ישועה, מ'דארף נישט מיטהאלטן מיט די אויגן ווי זאכן טוישן זיך, און מ'דארף נישט ווארטן אויף קיין סימנים. נאר די תפקיד פון א איד איז צו גלייבן און זיך פארלאזן מיט די גאנצע הארץ אויף השי"ת, און וויסן מיט א קלארקייט אז ישועת ה' כהרף עין און ער קען העלפן אין יעדן מצב אפילו ווען מען זעהט נישט וויאזו, און מ'דארף זיך שוין פרייען פון פאָראויס.

ביי א איד איז נישט פארהאן קיין שום ייאוש
ווי וואונדערליך זענען די ווערטער פון הגה"ק רבי צדוק הכהן פון לובלין זי"ע (דברי סופרים, ט"ז) וואו ער שרייבט "אין ליהודי להתייאש משום דבר, בין בעניני הגוף כמו שאמרו אפילו חרב חדה על צוארו אל ימנע מהרחמים, בין בעניני הנפש אפילו נשתקע למקום שנשתקע וחטא בדבר שאמרו ז"ל שאין תשובה מועלת חס ושלום, או שתשובתו קשה, או שרואה עצמו משתקע והולך בענייני עולם הזה, אל יתייאש בעצמו לומר שלא יוכל לפרוש עוד, כי אין יאוש כלל אצל איש יהודי, והשי"ת יכול לעזור בכל ענין" א איד טאר זיך נישט מייאש זיין, נישט אין גשמיות און נישט און רוחניות, אפילו אויב מ'האט זיך שוין שטארק פארזינדיגט אדער עובר געווען הארבע עבירות אויף וואס ס'שטייט אז עס העלפט נישט קיין תשובה ח"ו, דאָך דארף א איד וויסן אז ביי א איד איז נישט פארהאן קיין שום ייאוש, און דער אייבישטער קען אלעמאל העלפן אין יעדן מצב.

און רבי צדוק לייגט צו א דבר נפלא, אז טאקע דערפאר האט יצחק אבינו געדארפט געבוירן ווערן דוקא ווען ס'איז שוין געווען אין א בחינה פון לאחר ייאוש, ווען ס'איז נישט געווען קיין שום וועג בדרך הטבע אז אברהם אבינו און שרה אמנו זאלן קענען האבן א קינד, און אפילו די גרויסע צדיקת שרה וואס האט געוואוסט און געגלייבט אז השי"ת איז דער כל יכול, דאָך האט זי געלאכט פון די ווערטער פונעם מלאך און נישט געגלייבט אז די ישועה וועט נאך קומען. און לכאורה וואלט דאָך השי"ת נישט געדארפט מאכן אומזיסט אז ס'זאל זיין אזא גרויסע נס און אזוי שטארק חוץ לדרך הטבע, ווי מיר ווייסן אז פון הימל זוכט מען נישט צו מאכן קיין נסים בחינם.

נאר דער ענין איז, השי"ת האט דייקא געוואלט אז אזוי זאל געבוירן ווערן די מציאות פון כלל ישראל, אונזער זיידע יצחק איז געבוירן געווארן אינגאנצן חוץ לדרך הטבע. "אבל באמת מאת ה' היתה זאת שיהיה בנין האומה דוקא אחר היאוש הגמור... כי זה כל האדם הישראלי, להאמין שאין להתייאש כלל דלעולם השי"ת יכול לעזור והיפלא מה' דבר". אט דאס איז די לימוד וואס השי"ת וויל אז מיר זאלן ארויסנעמען פון דעם לדורות, אז א איד איז העכער פון די טבע און איז זיך קיינמאל נישט מייאש אין קיין שום מצב!.

און מיר קענען צולייגן, אז מן השמים האט מען דאס צוגעפירט טאקע דורך אט די גרויסע צדיקת שרה אמנו וואס איז געווען פעלזן פעסט אין אמונה, טאקע זי וואס האט פארשפרייט אמונה און ידיעת ה' און אריינגעברענגט גרים תחת כנפי השכינה, דורך איר האט השי"ת אונז געלערנט די דאזיגע ידיעה אז אמונה האט נישט קיין שיעור, נישט קיין חילוק ווי גרויס און ווי שווער זאכן זעען אויס פון אינדרויסן, ביים אייבישטער איז אלעס גרינג, השי"ת זאגט אונז הֲיִפָּלֵא מֵה' דָּבָר? דער אייבישטער קען אלעס, מיר דארפן זיך נאר אנגארטלען מיט שטארקייט און בטחון, זיך פרייען און זיך פארלאזן נאך אפילו איידער מ'זעהט קלארע צייכענעס פון א ישועה, און אין דעם זכות וועלן מיר טאקע געהאלפן ווערן אין יעדן זמן און אין יעדן מצב ברוחניות ובגשמיות, אמן כן יהי רצון!.

לסיכום געדענק:
• ווען מ'פארלאזט זיך אויף א בשר ודם איז טאקע ביטער, אבער אז מ'ווענדט זיך צו השי"ת קען מען זיין רואיג און פרייליך.
• אז מ'גלייבט באמת אין השי"ת ווייסט מען אז אלעס איז מעגליך, און מ'נעמט אָן יעדע ברכה און וואונטש, און מ'פריידט זיך און פארלאזט זיך אפילו ווען מ'זעהט נאכנישט די ישועה בדרך הטבע.
• רבי צדוק הכהן זי"ע לערנט אונז אז דאס איז א איד! זה כל האדם הישראלי, להאמין שאין להתייאש כלל, דלעולם השי"ת יכול לעזור. דער אייבישטער קען
יעדן העלפן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

Re: וירא - פריי זיך באצייטענס!

שליחה דורך א שעפעלע »

פארשפארט