א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך בין מוסר מודעה אז איך גיי נישט מאכן פאר מיין תפקיד אפצוענטפערן און געבן א "הסבר" אויף הרב בערגער'ס שטותים א יעדע וואך. נאר א סאך מאל איז דא א צייט ווען ס'איז א יוצא מן הכלל, ווייל רעדן און שרייבן שטותים והבלים איז זיין פרנסה. די וואך האט ער (אזוי מייניך) שוין איבערגעצויגן דאס שטריקל.

ער הייבט אן דעם ארטיקל (אזוי ווי אייביג) מיט א מעשה'לע פון עפעס א "חלום" אדער אנדערע פאנטאזיע. נאכדעם קומט ער צו צום "עיקר". ער פארציילט אז ער איז אריינגעקומען צו א שמחה און ער זעהט ווי דער עולם האקט "בשר בקר". האט ער זיך אזוי "כבדרך אגב" צוגעהערט צום שמועס. הערט ער ווי זיי זאגן און רעדן איבער "די מלחמה אין ארץ ישראל" און וואס "אונז" גיימיר טון. זאגט ער... האביך מיך אנגערופן... "אונז" גייען גארנישט טון. "זיי" גייען טון. אויך, ס'איז נישט דא קיין מלחמה אין "ארץ ישראל", די מלחמה איז אין "מדינת ישראל". זיי (כאמאס/אראבערס) הרג'נען נישט קיין אידן, זיי הרג'נען "ציונים", און די מלחמה (פון די ציונים) האט גארנישט צו טון מיט "אונז".

וויל איך דא געבן א שטיקל "הסבר" פאר דעם חשוב'ן שרייבער הרב בערגער שליט"א. נישט אז ער דארף א הסבר, מ'קען אים נישט אנרופן "תם" אדער "תמים", אדער אפשר "נאאיוו". ניין, ער איז נישט קיין איינס פון די זאכן. א "דעמאגאג", דאס איז ער יא.

הרב בערגער (שליט"ע), ווען ס'קומט צו דעם "עשיו שונא ליעקב" איז נישט דא קיין "אונז" און "זיי". די גויים די רוצחים ווילן (ח"ו) הרג'נען אלע אידן, קנאים און ציונים צוגלייך. ועוד, נישט נאר די אידן אין ארץ ישראל (אדער מדינת ישראל, ווי דו און די אנדערע דעמאגאגן זאגן) זענען ארומגענומען מיט רוצחים, שונאי ישראל וואס נאר דער שומר ישראל (יא אויך מדינת ישראל) קען אונז אפהיטן פון זייערע רוצח'ישע הענט, נאר אויך דא אין מאנסי זיצן אויף אונזערע גרעניצן די גרעסטע רוצחים און מערדערס. נישט די אחיהם של כושיים, נאר די כושים אליינס, וואס די שנאה און פאטענציעלע רציחה שפראצט און שפריצט ארויס פון זיי, מיט די הילף פון אנדערע גוי'אישע (ווייסע) פאליטישאנס.

אפשר האסטו שוין פארגעסן (נאר איך נישט) אז דער רשע און שונא ישראל (אויך שונא מדינת ישראל, יא) עד דעי ימ"ש, בראשית דרכו האט ער פרובירט אנצוהעצן די שווארצע באפעלקערונג ביי אונזערע גרעניצן (אויף מעין סטריט) אז די אידישע "כולל" יונגעלייט נעמען געלט פון די רעגירונג שלא ביושר ובגניבה און זיי נעמען אוועק דאס געלט פון די (ארעמע) שווארצע באפעלקערונג.

אויף וואס ווארטסטו, הרב בערגער? אז די גוי'אישע רוצחים זאלן קומען קיין מאנסי און דיר נאכווארפן שטיינער און שלעפן דיין בארד, אז דו זאלסט פארשטיין אז ס'איז נישט דא קיין "אונז" און "זיי"?

איך בין זיכער אז הרב בערגער ליינט (און שרייבט?) קאווע שטיבל, ווי ער אליין איז א מודה במקצת. זאל ער מולך זיין און זאגן אויב ער פארשטייט מיין "הסבר"...!.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך berlbalaguleh »

ועוד: וואס טוט ער מיט די גמ' וואס זאגט..."למה נקרא שמה סיני? מפני שמשם ירדה שנאה לישראל"!...(נישט נאר מדינת ישראל). אדער דעם מדרש וואס רש"י הק' ברענגט. אז די אידן זענען צוגעגליכן צו א "כבשה אחת בין שבעים זאבים". און ווער שמועסט נאך פון די פאגראמען פון די קרייצ-ציגלער און גזירות ת"ח ות"ט. און די אנדערע פאגראמען און רציחות פון אידישע קינדער. דאס אלעס איז געווען נאך פאר ציוניזם איז געבוירן.
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

די פאקט אז אזעלכע דעות [אז ציונים (סיי ווער עס איז חולק אויפן 'שיטה'?) זענען נישט קיין טייל פון עם ישראל / אז די רוצחים זענען פשוט אנטי ציונות (אפשר גאר זענען זיי אידן, לויט די פריעדיגע הנחה אז זיין א איד איז געוואנדען אין זיין אנטי ציונות...) / אז די מלחמה איז אין אן אלטארנאטיווע יוניווירס ווי ארץ ישראל עקזיסטירט נישט - בלויז מדינת ישראל. וכו' וכו'] זענען מעינסטרים אין די חרד'ישע מאגאזינען, און ווערן לגמרי טאלערירט, זאגט גאר אסאך איבער די חרד'ישע סאסייעטי. די קאלט-בלוטיגע אפשאקלונג פון צרות ישראל מיט א גלייכגילטיגקייט, די בליק אז בלויז מיין פאליטישע אגענדע איז נוגע - אפילו אין ליכט פון שרעקליכע טראגעדיעס ביי טויזענטע אידן, ווייזט אז עס איז נישט בלויז א סאסייעטי מיט געוויסע חסרונות וועלכע זענען מעגליך מינדערוויכטיג פאר אירע מיטגעלידער, נאר איז א סאסייעטי מיט טיפע אומ-מענטשליכע פראבלעמען וועלכע זענען גאר טיף אריינגעבאקן אינעם סיסטעם.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

דערמאנט מיר פון דעם https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 06#p481406
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך ים של שלום »

איך ווייס נישט ווער דער בערגער איז, אבער אויב האט ער אזוי געזאגט איז ער פשוט א שוטה און איז נישט ווערט אז מיר זאלן אים דיסקוטירן.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך שפילער »

ר'בערל ער האט דאס נישט געזאגט ער האט נישט געזאגט אז חמאס הארגעט נאר ציונים און נישט אונז
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך berlbalaguleh »

ים של שלום האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 11:20 pm איך ווייס נישט ווער דער בערגער איז, אבער אויב האט ער אזוי געזאגט איז ער פשוט א שוטה און איז נישט ווערט אז מיר זאלן אים דיסקוטירן.
ים של שלום: ס'קען זיין ער איז א שוטה, אין די גרויסע פיקטשער. נאר קיין תם אדער א טעמבעל איז ער נישט. ער איז ענדערש א דעמאגאג. אזוי ווי איך האב געשריבן. די דעפינישן פון א דעמאגאג איז אז כאטש ער אליין קען אמאל האלטן אנדערש ווי ער זאגט. נאר ער וועט עס זאגן כדי צו אנרייצן און אויפרעגן אנדערע מענטשן.(דאמאלס איז ער א טראלל.). אויך כדי צו טרייבן זיין אגענדא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך berlbalaguleh »

שפילער האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 11:54 pm ר'בערל ער האט דאס נישט געזאגט ער האט נישט געזאגט אז חמאס הארגעט נאר ציונים און נישט אונז
אבער ער האט יא געזאגט אז די מלחמה איז נישט אין ארץ ישראל נאר אין מדינת ישראל. דאמאלס וואס טוט כאמאס. זיי טיילן טשאקאלאד?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 10:40 pm דערמאנט מיר פון דעם https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 06#p481406
ברוך שפינוזה: פון דארט איז נישט קיין ראיה. ווייל ער באשעוויס זינגער האט געהאט א "געשליפן צינגל". און ער האט געקענט רעדן פון "ביידע זייטן פון זיין מויל." וויאזוי ס'האט זיך איהם געלוינט אויף די מאמענט. איך האב געליינט אן ארטיקל געשריבן אין א "ראמאנטישן" וועג. אונטער'ן פעסוודאנים י. ווארשאווסקי. דער תוכן איז געווען אזוי עקלדיג אז איך האב עס נישט געקענט ליינען ביז'ן סוף אן ברעכן.

ניין. דו ווילסט נישט וויסן. איינער איז געגאנגען זוכן א ז---. ער איז אנגעקומען צו דעם אדרעס און ער האט געטראפן אן אלטע באבע וואס איהרע פאלשע ציין זענען געליגן אין א גלאז וואסער אויף דעם "נייט-סטענד". איך האב אויסגעפלאצט אין א גרויס געלעכטער. אויך האביך געבראכן פון פארעקלדיגקייט. ער האט נאך אנגעגעבן איהר נאמען און די שטאט וואו זי האט געוואוינט. אזוי ווי להבדיל איינער זאגט..."דער וואוידיס-טשאק'ער רב".
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך דערהויבענע איד »

רעב בערל, ווי איז ער מודה אז ער ליינט די קאפי רום?


פאר מיר איז נישט קיין חידוש אז איינער רעדט אזוי. ליידער אסאך אידן גייט זיי גארנישט אן די טעג. זיי זענען נאר פארנומען צו ביבי גייט זיצן אדער זיין זיץ פלייש וועט וויי טון, זייער פארטיי גייט עפעס פארדינען, צו זייער רעגעליעזע פירער וואס האט געלעבט מיט מער פון פופציג יאר צוריק האט טאקע געהאט אזא ווייטע בליק, און צו יעדער זעט...

די חידוש איז אבער אז מאמענט וואס איז כביכול א מעסיגע צייטונג זאל אריינלאזן אזעלכע דברי הבל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך berlbalaguleh »

פונדאַמענטאַל האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 10:37 pm די פאקט אז אזעלכע דעות [אז ציונים (סיי ווער עס איז חולק אויפן 'שיטה'?) זענען נישט קיין טייל פון עם ישראל / אז די רוצחים זענען פשוט אנטי ציונות (אפשר גאר זענען זיי אידן, לויט די פריעדיגע הנחה אז זיין א איד איז געוואנדען אין זיין אנטי ציונות...) / אז די מלחמה איז אין אן אלטארנאטיווע יוניווירס ווי ארץ ישראל עקזיסטירט נישט - בלויז מדינת ישראל. וכו' וכו'] זענען מעינסטרים אין די חרד'ישע מאגאזינען, און ווערן לגמרי טאלערירט, זאגט גאר אסאך איבער די חרד'ישע סאסייעטי. די קאלט-בלוטיגע אפשאקלונג פון צרות ישראל מיט א גלייכגילטיגקייט, די בליק אז בלויז מיין פאליטישע אגענדע איז נוגע - אפילו אין ליכט פון שרעקליכע טראגעדיעס ביי טויזענטע אידן, ווייזט אז עס איז נישט בלויז א סאסייעטי מיט געוויסע חסרונות וועלכע זענען מעגליך מינדערוויכטיג פאר אירע מיטגעלידער, נאר איז א סאסייעטי מיט טיפע אומ-מענטשליכע פראבלעמען וועלכע זענען גאר טיף אריינגעבאקן אינעם סיסטעם.
פונדאמענטאל: איך ווייס נישט וועגן די איבריגע מאגאזינען. ווי די וואך און דער בליק. מסתמא זענען זיי שטארק גיפטיג אין זייער שנאה צו אידן. (ב"ה) איך ליין עס נישט. איך ווער געניג קראנק צו ליינען דעם בלאט. וואס בראשית דרכו איז ער געווען א נארמאלע אידישע צייטונג וואס איז געווען געשמאק צו ליינען לעומת דעם "דער איד". וועלכער האט געשפריצט מיט שנאת ישראל פון א יעדע שורה. נאר היינט איז עס ליידער א "סעסס-פול" פון שנאת ישראל. זיי רעדן זיך איין אז דאס איז די "שיטה". לעומת דער מאמענט. וועלכער איז געשמאק צו ליינען. נאר זיי ווייסן אויך אז זיי טארן נישט איבערטרעטן די ליניע. ווייל אנישט וועט מען זיי באיקאטירן און לייגן אין חרם. ממילא. בדרך אפשר האלטן זיי בערגער'ן און זיינע פארדרייטע, פאררוקטע מיינונגען כדי צו געבן א הכשר סטעמפל פאר די אזוי גערופענע "קנאים".
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך berlbalaguleh »

דערהויבענע איד האט געשריבן: רעב בערל, ווי איז ער מודה אז ער ליינט די קאפי רום?

דערהויבענע איד: ייש"כ. ער זאגט אז ער ליינט אלע אידישע בלעטלעך... כדי ער זאל וויסן וואס צו שרייבן און ענטפערן.. קאווע שטיבל איז דאך אויך א "אידיש בלעטל".

דאס אז זיי שפראצן מיט שנאה אקעגן אנדערע אידן ווען אידיש בלוט גיסט זיך, איז ווייל זיי ווילן איינרעדן פאר זיך און פאר אנדערע אז דאס איז די "שיטה".

מאמענט איז טאקע זייער א "מעסיגע" מאגאזין און געשמאק צו ליינען. נאר זיי האבן אויך מורא איבערצוטרעטן די ליניע כדי די ליידיגייערס און משוגעים וועלכע רופן זיך "קנאים" זאללן זיי נישט באיקאטירן און לייגן אין חרם. האלטן זיי דעם פאררוקטן בריאה וועלכער זוכט נאר "עבירות" ביי אנדערע אידן. קיינמאל נישט ביי זיך אליין אדער ביי זיין אייגענעם קרייז. אייביג נאר ביי יענעם.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך זעה אז ער איז נישט דער איינציגסטער וואס רעדט אזוי...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p4664669
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:34 am איך זעה אז ער איז נישט דער איינציגסטער וואס רעדט אזוי...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p4664669
איך האב זייער שטארק געוואלט ליינען וואס כ"ק האדמו"ר מ'קאשוי שליט"א האט געזאגט ביי סעודת רעווא דרעווין. נאר ס'איז צו קליינע ווערטער (און מ'קען עס נישט פארגרעסערן) האב איך געמוזט מוותר זיין דערויף) נאר איך בין זיכער אז ער זאגט גוטע זאכן. נאר א איד טאר נישט רעדן אזוי ווען אידיש בלוט גיסט זיך. ווייל, כידוע די שונאי ישראל זענען נישט מבחין בין דם לדם. זיי זענען גרייט (ח"ו) צו הרג'נען א יעדן איד. אן קוקן אויב יענער איז א קנאי אדער ציוני. אדער סתם א פושע ישראל. דעם חלק הציונות 'עמיר איבערלאזן פאר ויכוחים צווישן אונז אליין. די מערדערס פון כאמאס האבן נישט פארהערט די אידן אויב זיי גייען אין די שיטה אדער זענען ציונים. ממילא אויב א איד זאגט אז די מלחמה איז נישט אין ארץ ישראל נאר אין מדינת ישראל.דאס מיינט אז עס גייט איהם נישט אן וואס די רוצחים האבן געטון פאר די אידן אום שמחת תורה. און אויב שוין יא מלחמה איז עס די ציונים. נישט די אידן.

דאס דערמאנט מיך א (קאמישע) מעשה וואס מ'פארציילט...א אידענע איז אמאל צו געגאנגען צו איהר חבר'טע און געזאגט...געב מיר צוריק דעם טאפ וואס איך האב דיר געבארגט. זאגט זי. ערשטנס. האביך קיינמאל נישט געבארגט קיין טאפ פון דיר. צווייטנס. כ'האב עס דיר שוין לאנג צוריק אפגעגעבן...!
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך ים של שלום »

עס איז ארומגעפארן א ריקארדינג פון מהר"א מסאטמער שליט"א ווי ער ברענגט ארויס די פוינט. ער זאגט דארט אויך פאר די בחורים אז אפילו א פרייע איד, אויב ווערט ער געהארגעט דירעך א גוי הייסט עס אז ער איז נהרג על קידוש השם. און ער דערמאנט דעם עולם אז רוב רובם פון די זעקס מיליאן קדושים וטהורים וואס זענען געהארגט געווארן אין די צווייטע וועלט מלחמה זענען געווען פריי אינגאנצען.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך שפילער »

ער האט בכלל נישט אזוי שלעכט גערעדט ווי פאריגע וואך מדינת ישראל vs ארץ ישראל איז א סאטמארע זאך גארנישט מיט נטורי קרתא
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך אסטראלאג »

שפילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:40 am ער האט בכלל נישט אזוי שלעכט גערעדט ווי פאריגע וואך מדינת ישראל vs ארץ ישראל איז א סאטמארע זאך גארנישט מיט נטורי קרתא
אלע צדיקים וקדושים האבן פארבאטן די ציוניסטישע קליפה אין סיי וועלכע שעיפ און פארם.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך קהל'ס נער »

אסטראלאג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 12:59 pm
שפילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:40 am ער האט בכלל נישט אזוי שלעכט גערעדט ווי פאריגע וואך מדינת ישראל vs ארץ ישראל איז א סאטמארע זאך גארנישט מיט נטורי קרתא
אלע צדיקים וקדושים האבן פארבאטן די ציוניסטישע קליפה אין סיי וועלכע שעיפ און פארם.
הרב קוק האט שטארק געהלטן פון ציונות
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך berlbalaguleh »

אסטראלאג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 12:59 pm
שפילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:40 am ער האט בכלל נישט אזוי שלעכט גערעדט ווי פאריגע וואך מדינת ישראל vs ארץ ישראל איז א סאטמארע זאך גארנישט מיט נטורי קרתא
אלע צדיקים וקדושים האבן פארבאטן די ציוניסטישע קליפה אין סיי וועלכע שעיפ און פארם.
איך האב דיר נישט וואס צו זאגן. נאר ברענגען א שטיקל גמרא..."אם אין דעת, הבדלה מנין?!???" נאר ווען דו וואלסט געווען א שטיקל בא דעת וואלטסטו פארשטאנען אז די גרעסטע צדיקים וקנאים זענען נישט געווען גלייכגילטיג ווען גויים האבן געהרג'ט אידן. נאר דיינע פרענדס די שטונקעדיגע (בגשמיות וברוחניות) נטורי חרתא (מלשון חרתא) (סאראקראד, אויף אונגעריש) וועלכע וויינען מיט קראקאדיל טרערן אויף די אראבישע פגרים און רוצחים און פרייען זיך ווען אידישע קינדער ווערן (ח"ו) געהרג'ט.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך אסטראלאג »

קהל'ס נער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:23 pm
אסטראלאג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 12:59 pm
שפילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:40 am ער האט בכלל נישט אזוי שלעכט גערעדט ווי פאריגע וואך מדינת ישראל vs ארץ ישראל איז א סאטמארע זאך גארנישט מיט נטורי קרתא
אלע צדיקים וקדושים האבן פארבאטן די ציוניסטישע קליפה אין סיי וועלכע שעיפ און פארם.
הרב קוק ימ"ש האט שטארק געהלטן פון ציונות
אין אמת"ן אריין, זענען געווען נאך וואס האבן געהאלטן פון ציונות אויסער רב קוק, א שטייגער ווי בן גוריון ימ"ש, ועוד ועוד ביז אירע גרינדער - הערצל ימ"ש.
אבער קיין איינער פון זיין ווערט נישט פאררעכנט אלץ ספירטועלע פירער תורה טריי אין כלל ישראל. נאר אויסגעשפראכן אלץ טמאים ומטמטים.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך שפילער »

אסטראלאג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:51 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:23 pm
אסטראלאג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 12:59 pm
שפילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:40 am ער האט בכלל נישט אזוי שלעכט גערעדט ווי פאריגע וואך מדינת ישראל vs ארץ ישראל איז א סאטמארע זאך גארנישט מיט נטורי קרתא
אלע צדיקים וקדושים האבן פארבאטן די ציוניסטישע קליפה אין סיי וועלכע שעיפ און פארם.
הרב קוק ימ"ש האט שטארק געהלטן פון ציונות
אין אמת"ן אריין, זענען געווען נאך וואס האבן געהאלטן פון ציונות אויסער רב קוק, א שטייגער ווי בן גוריון ימ"ש, ועוד ועוד ביז אירע גרינדער - הערצל ימ"ש.
אבער קיין איינער פון זיין ווערט נישט פאררעכנט אלץ ספירטועלע פירער תורה טריי אין כלל ישראל. נאר אויסגעשפראכן אלץ טמאים ומטמטים.
זאג דו האסט שוין געהערט פונעם בעל אם הבנים שמחה? ער איז געווען א חסידישע רבי
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך אסטראלאג »

שפילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 4:29 pm
אסטראלאג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:51 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:23 pm
אסטראלאג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 12:59 pm
אלע צדיקים וקדושים האבן פארבאטן די ציוניסטישע קליפה אין סיי וועלכע שעיפ און פארם.
הרב קוק ימ"ש האט שטארק געהלטן פון ציונות
אין אמת"ן אריין, זענען געווען נאך וואס האבן געהאלטן פון ציונות אויסער רב קוק, א שטייגער ווי בן גוריון ימ"ש, ועוד ועוד ביז אירע גרינדער - הערצל ימ"ש.
אבער קיין איינער פון זיין ווערט נישט פאררעכנט אלץ ספירטועלע פירער תורה טריי אין כלל ישראל. נאר אויסגעשפראכן אלץ טמאים ומטמטים.
זאג דו האסט שוין געהערט פונעם בעל אם הבנים שמחה? ער איז געווען א חסידישע רבי
נאך א כופר בעיקר.
קענסט אזוי אוועקווארפן די גאנצע תורה, ווייל יענע אידיאט וכו' האט אזוי געשריבן. דאס טוישט גארנישט.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אסטראלאג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 4:38 pm קענסט אזוי אוועקווארפן די גאנצע תורה, ווייל יענע אידיאט וכו' האט אזוי געשריבן. דאס טוישט גארנישט.
אינגערמאן, קיינער ווערט נישט קיין כופר ווייל די און דיינע פירער’ס האבן אזוי אפגעמאכט.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
פארשפארט