די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

היט שבת האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:21 am :!:
עמרם האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 10:34 pm גאר א דערהויבענע שבת איז אריבער פאר חסידי ראחמיסטריווקא אין מאנסי, נאכדעם ווי ס'איז פארגעקומען דעם שבת א "אומאפיציעלע שבת הכתרה" פאר כ"ק מרן אדמו"ר רבי יעקב יוסף שליט"א בנו בכורו פון הגה"צ ר' מאטל ז"ל בנו בכורו פון כ"ק מרן אדמו"ר זצ"ל

די הויכפונקט איז געווען פרייטיג צי נאכטס ווען די רבי'ס שווער הגה"צ די רב שליט"א האט מאיזה סיבה נישט געקענט ערשיינען צום טיש און כ"ק די רבי שליט"א איז אריינגעקומען און געפראוועט די טיש אויף גאר א דערהויבענע פארנעם מיט די השתתפות פון א ריזען ציבור חסידים ואנשי מעשה
מעגליך אונז האבן זיך געזען?? איך בין דארט געווען ביים באטע/טיש... קיין "ריזען ציבור" איז נישט געווען... אפשר 50 אידן מיינט ביי אייך ריזיג.. דאס קען זיין
איך ווייס נישט ווען די ביסט געווען אבער בשעת די טיש ביז מ'איז דורעך געבען לחיים האב איך געציילט מער פון 100 אידן
שפעטער ביים באזע איז געווען אביסעל א קלענערע עולם אבער מער פון פיפציג
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

האדמו"ר רבי זושא שליט"א רעזיגנירט פון די לינדענער אדמורו"ת!!!

בייגעלייגט איז זיין רעזיגנאציע בריוו
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20231031-WA0054.jpg
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך צפת »

היט שבת האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:21 am מעגליך אונז האבן זיך געזען?? איך בין דארט געווען ביים באטע/טיש... קיין "ריזען ציבור" איז נישט געווען... אפשר 50 אידן מיינט ביי אייך ריזיג.. דאס קען זיין
וויפיל זענען געווען ביי ר' יהושע?
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:25 am האדמו"ר רבי זושא שליט"א רעזיגנירט פון די לינדענער אדמורו"ת!!!

בייגעלייגט איז זיין רעזיגנאציע בריוו
מה הפשט?
נאזבאם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:56 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נאזבאם »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 6:34 pm
מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:25 am האדמו"ר רבי זושא שליט"א רעזיגנירט פון די לינדענער אדמורו"ת!!!

בייגעלייגט איז זיין רעזיגנאציע בריוו
מה הפשט?
ס'איז הויך יו"ט דארט צו האלטן "שלום"?!?!?!? :?:
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך סבא דבהתא »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 6:34 pm
מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:25 am האדמו"ר רבי זושא שליט"א רעזיגנירט פון די לינדענער אדמורו"ת!!!

בייגעלייגט איז זיין רעזיגנאציע בריוו
מה הפשט?
כפארשטיי אים זייער פשוט ער וויל האבן א נארמאלע פרייוועט לייף , נישט יעדע גבאי זאל פונקטליך מיטהאלטן ווען ער גייט אין ביה”כ און ווען זיין רבצין גייט טבילה וד”ל
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך cictim »

געהערט אז ער זאגט זיך נאר אפ פון לינדען, ער פלאנט צו קומען קיין וויליאמסבורג, ער איז שוין געווען שמחת תורה אין וויליאמסבורג.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

שמועות קורסירן אז האדמו"ר מטשערנאביל ב"פ וואס איז דער שווער פון רבי יעקב יוסף מלינדען וואס וואוינט שוין דארט, און געעפענט א אייגענע מנין, האט געלייגט גרויס דרוק אויף רבי זושא פון לינדען זיך נישט אהינצוציען, למעשה הער איך, אז די אינגערלייט פלאנען אויפצונעמען א רב/דיין, וואס זאל זיין דער שיינער אויבן אהן איד, און דער שטיבל וועט זיין תחת דגלו פונעם בארא פארק'ער רבין, און דערמיט וועלן זיי פארמיטן פון ווערן ארויפגעצווינגען א רבין וועם זיי גלייכן נישט.

עיין ערך מאנסי וד"ל
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

ווי געמאלדן זענען די 15 משפחות חסידי ראחמיסטריווקא לינדען געגאנגען צום בארא פארקער רבין ווי איידער מקבל מרות זיין פון האדמו"ר מהרי"י מלינדען שליט"א
בייגעלייגטע פיילס
חסידי ראחמיסטריווקא לינדען ביים מקבל מרות זיין פון האדמו"ר מבארא פארק שליט"א
חסידי ראחמיסטריווקא לינדען ביים מקבל מרות זיין פון האדמו"ר מבארא פארק שליט"א
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

די בריוו געחתמעט דורך די חסידי לינדען
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20231103-WA0016.jpg
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך צפת »

כ"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, איז געקומען אויף א בליץ באזוך פון שיכון ויז'ניץ קיין מאנסי, וויילנדיג דאהי בלויז איין טאג לרגל א סנדקאות פון דער ערשטער אור-אור-אייניקל לאיוש"ט. זייענדיג דא אויף א קורצע באזוך, האט ער געהאט אן אנגעשטרענגטע סדר היום און ער איז נישט ארומגעגאנגען קיין ערגעץ אויף קיין באזוכן.

ביי די שמחת הוואכנאכט, וואס איז פארגעקומען בבית-מדרשו אין מאנסי, אינאיינעם מיט א בר-מצוה לנכד חתנו הרה"צ ר' יצחק בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א, האט דער רבי באמערקט דעם רחמיסטריבקער רבי שליט"א זיצן בתוך שאר הרבנים החשובים אויפן אויבן-אן. דער רבי האט אים ארויפגערופן, געהייסן דעם גבאי זאל אים ברענגען א שטוהל מיט א בעכער, און אים מכבד געווען כאדמו"ר גדול. בשעת מעשה האט דער רבי לאנג געשמועסט מיט אים און ס'איז געווען ניכר הכבוד וההערצה אליו.

אויפצומארגנס איז געקומען א טעלפאן קאל פון סקווירא, אז עס איז געשען דא אן עוון בל-יכופר, און דער ויז'ניצע רבי מוז גיין באזוכן האדמו"ר ר' יהושע מרחמסטריבקא. וויפיל די גבאים האבן פראבירט צו ערקלערן אז דער רבי גייט צו קיינעם נישט און די צייט איז אנגעשטרענגט, און דא רעדט מען פון אן אכציג יעריגע רבי וואס שפירט זיך נישט גוט וכו', האט עס גארנישט געהאלפן. מען האט אים געמאלדן אומצוויידייטיג, אז אויב וויל ער אנהאלטן קשרי ידידות מיט סקווירא, מוז ער אריבערגיין א באזוך צו ר' יהושע.

און... לחץ האט געהאלפן. דער ויז'ניצע רבי איז צו קיינעם נישט געקומען אויף א באזוך (פרט לבן דודו מויז'ניץ מאנסי, שהיה ביקור פרטי והסתגר עמו במשך למעלה משעה), אבער בלויז צו איינעם איז ער געקומען, צו ר' יהושע. אזוי האט סקווירא געהאפט צו פארגעבן אויף זיין פארשוועכטן כבוד, נעבעך.

בהמות און פערדן, איך האב נישט קיין אנדערע ווארט... נעבעך...
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך צפת »

מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 10:19 am ווי געמאלדן זענען די 15 משפחות חסידי ראחמיסטריווקא לינדען געגאנגען צום בארא פארקער רבין ווי איידער מקבל מרות זיין פון האדמו"ר מהרי"י מלינדען שליט"א
עס גייען ארום שמועות אז ר' ימ"ז שליט"א גייט קיין וויליאמסבורג איבערנעמען דארט די אדמורו"ת.
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יחסן_גדול »

צפת האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 10:39 am כ"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, איז געקומען אויף א בליץ באזוך פון שיכון ויז'ניץ קיין מאנסי, וויילנדיג דאהי בלויז איין טאג לרגל א סנדקאות פון דער ערשטער אור-אור-אייניקל לאיוש"ט. זייענדיג דא אויף א קורצע באזוך, האט ער געהאט אן אנגעשטרענגטע סדר היום און ער איז נישט ארומגעגאנגען קיין ערגעץ אויף קיין באזוכן.

ביי די שמחת הוואכנאכט, וואס איז פארגעקומען בבית-מדרשו אין מאנסי, אינאיינעם מיט א בר-מצוה לנכד חתנו הרה"צ ר' יצחק בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א, האט דער רבי באמערקט דעם רחמיסטריבקער רבי שליט"א זיצן בתוך שאר הרבנים החשובים אויפן אויבן-אן. דער רבי האט אים ארויפגערופן, געהייסן דעם גבאי זאל אים ברענגען א שטוהל מיט א בעכער, און אים מכבד געווען כאדמו"ר גדול. בשעת מעשה האט דער רבי לאנג געשמועסט מיט אים און ס'איז געווען ניכר הכבוד וההערצה אליו.

אויפצומארגנס איז געקומען א טעלפאן קאל פון סקווירא, אז עס איז געשען דא אן עוון בל-יכופר, און דער ויז'ניצע רבי מוז גיין באזוכן האדמו"ר ר' יהושע מרחמסטריבקא. וויפיל די גבאים האבן פראבירט צו ערקלערן אז דער רבי גייט צו קיינעם נישט און די צייט איז אנגעשטרענגט, און דא רעדט מען פון אן אכציג יעריגע רבי וואס שפירט זיך נישט גוט וכו', האט עס גארנישט געהאלפן. מען האט אים געמאלדן אומצוויידייטיג, אז אויב וויל ער אנהאלטן קשרי ידידות מיט סקווירא, מוז ער אריבערגיין א באזוך צו ר' יהושע.

און... לחץ האט געהאלפן. דער ויז'ניצע רבי איז צו קיינעם נישט געקומען אויף א באזוך (פרט לבן דודו מויז'ניץ מאנסי, שהיה ביקור פרטי והסתגר עמו במשך למעלה משעה), אבער בלויז צו איינעם איז ער געקומען, צו ר' יהושע. אזוי האט סקווירא געהאפט צו פארגעבן אויף זיין פארשוועכטן כבוד, נעבעך.

בהמות און פערדן, איך האב נישט קיין אנדערע ווארט... נעבעך...
דער ר׳ יהושע האט קוים מנין, קיינער קוקט אים נישט אן אלס ווייל ער האט זיך געדרייט נאר אין סקווירא אלע שבתות פון יאר, חוץ ווען זיין שווער איז געפארן קיין מאליבו אדער נייעק אדער פרעשבורג וכו׳, דער זעלבע איז מיט ימים טובים, עס איז געווען אויסגערעכנט מיט א פונקטליכע חשבון ווען ער קומט צום טאטן צו די סדרים וכו׳.
קיינער אין ראחמיסטריווקא האט מיט אים קיינמאל נישט אנגעקניפט קיין קשר, יעצט זאל ער עסן זיינע פירות.

בנוגע די טעראר פון סקווירא, מיר זענען שוין פון לאנג צוגעוואוינט דערצו, לא מעלה ולא מוריד, עס וועט זיי גארנישט העלפן, כ״ק מרן אדמו״ר הרה״ק רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט״א מראחמיסטריווקא-מאנסי האט אלע חסידים פון מאנסי, בנוסף האט ער נאך הונדערטע חסידים ארום די וועלט כידוע. ווי אויך האט ער די מוסדות אין מאנסי.

זאג ט׳ מיר א סקווירא חסיד אז עפשר דייט מען עפענען פאר ר׳ שיע א ישיבה אין מאנסי, לכאן׳ וועט דאס אים צופים נישט העלפן, ווייל קיין איין ראחמיסטריווקא חסיד וועט נישט שיקן דארט זיין בחור, ער וועט דארפן גרויס סייעתא דשמיא מיט תפלות אז עס זאל זיך אויסארבעטן.

אפשר אויב ער וועט טוישן די נאמען פון ״ראחמיסטריווקא-מאנסי״ צו ״ראחמיסטריווקא-בלאוועלד״ וועט ער האבן סייעתא דשמיא, לעת עתה וואס ער טשעפעט מיט׳ן פעטער רבי אברהם דוב וועט ער קיינמאל נישט מצליח זיין.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די גאנצע פרשה, איך בין פון דער עלטערע דור, און איך קוק אהן די גאנצע זאך מיט א שטיק געלעכטער, די וועג וויאזוי די ראחמיסטריווקא אדמורו"ת פירט זיך אויף, בפרט וויאזוי די היציגע חסידים רעאגירן, וואלט מען שוין געקענט פאר די געלט בלייבן אין סקווירא וד"ל.

ס'איז געווארן א שטיק פאליטיק, די אלטע רבי איז אוועק געשטאנען פון דעם, די ווייטאג איז פי כמה, סקווירא האט כאטשיג געהאט חסידים קענען זיי רעדן און זיך אויף פירן וויאזוי מ'האט זיך אויפגעפירט.... אבער במחילת כבודם פון אלע אינגע חסידים, ענק זענען אונטערשטעליג פון סקווירא אדער וועלכע אנדערע חסידות במספר קטן מאוד, אבער ענק בונטעווען ווי כאילו מ'רעדט פון ווער ווייסט וואס....

איך האב פאר ענק נייעס, די רבי האט געמופט קיין בארא פארק האט ער געהאט צוויי מאל גארנישט, און צוביסלעך האט זיך עס געבויט, פרעג איך אייך, איר מאכט חוזק פון מהרי"י פון לינדען, איר מאכט חוזק פון מהר"י פון מאנסי, יעדער פון זיי וועט נאכגיין אין טאטן'ס פוס טריט, דהיינו אנהייבן מיט זערא, און צוביסלעך אנקומען, איינער וועט אנקומען שענער איינער ווייניגער, כפי מזלו ולפי ערכו.

אז מ'רעדט שוין פון די אנדערע רבי'ס וועם מען מאכט נישט חוזק, וויפל האבן זיי יא, די וויכוח איז געווען אין מאנסי צו מהרי"י האט געהאט 50 אדער 100 מענטשן, און דאס הייסט שוין צוזאמען געשלעפט א עולם..... און וויפל רעדט מען אין לינדען, מ'האט גערעדט פון גאנצע 20 משפחות, ביזדערווייל פון די חתימות זעה איך בלויז 15 משפחות, העמיר נאך געוואויר ווערן וויפל ס'איז דא אין אוק ענד וויין, ביזדערווייל זוכט מען נאך חסידים, און לעיקוואוד גופא איז מער ווייניגער "ידידים אוהדים ומעריצים" ווי חסידים, אזעלכע לעיקוואד סטייל חסידים, נישט דאס מיינט דער פסוק ווען מ'וויל אפטייטשן וואס מיינט חסידים, ווייטער אין וןיליאמסבורג אויב ר' זושא גייט אהין, רעדט מען פון גאנצע 10-14 חסידים, און פלוצים וועם מ'האט נישט ליב רעדט מען געמיין, און משימפט פאר כעס, האלאו, בארויאיגט אייך, ענק זענען במילא א געלעכטער, א בינטל שלש סעודות רעבעלעך איינער מער און איינער ווייניגער.... וואס יא, די רבי ז"ל הכ"מ האט געהאט א חן, א שמעק פון א ערליכע איד פונעם פריערדיגן דור, ס'האט געצויגן אידן מסלתה ןמשמנה פון יהדות אמעריקא ווי א מאגנעט, די היינטיגע פרחי חסידים מאכן חוזק פון סקווערא, ווען זיי קאפי-פעיסטן אלע פאמפע און שוואנצונעס פון סקווירא, און ווי געזאגט האט סקווירא כאטשיג פאר וועם, ענק טוען דאס פאר רבי'ס וואס האט עטליכע אויסגעקארגטע חסידים'לעך.....
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

אגב איך געדענק גוט די לופט און פילווער ווען סקווערער רבי איז נסתלק געווארן, כלל ישראל ובתוכם אלע משפחות אנטי דעם היינטיגן סקווערן רבין, האבן בשעתו אין תשכ"ח נישט פארשטאנען פארוואס מעגן נישט ביידע ווערן רבי, און פלוצים היינט פארשטייט מען אז אין מאנסי אדער לינדען טארן נישט זיין קיין צוויי, אתמהה
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

איך וויל קלאר שטעלן, איך פארשטיי זייער די ווייטאג, ווען מ'האט א בא'טעמ'טע רבי זושא, אין דער שוואכסטער זוהן פון רבין ריקט זיך אהן אזוי מיר נישט דיר נישט אונטערן פוס.... אבער זייט וויסן טייערע לינדענער חסידים, ענק דארפן נישט מקבל מרות זיין פון איהם, אבער די די באבל וואלט במילא געפלאצט, ווייל די יעצטיגע לינדענער רבי איז א פלעינע ביזנעסמאן, און מער ווי א רב פון א ביהמ"ד וואלט ער במילא נישט געווארן, ער גייט נישט אנקומען צו ווייט, אבער איך וואונדער מיך אויף די די רבי'ס האחים הקדושים אנגעהויבן ביים בארא פארקער רבין, ער וואלט געדארפט זאגן פאר די 15 לינדענער חסידים איך קען נישט ווייטאגן מיין ברודער איך קען ענק נישט אויפנעמען אלס מיינע חסידים, די לינדענער שטיבל קען נישט זיין אונטער מיין הנהגה, נאר וואס דען "מ'מישט זיך נישט", די זעלבע אין מאנסי די ברודער זענען שטיל, מ'וועיסט נישט" וואס זענען זיי אנדערש פון זייער פעטער אין סקווירא.... מ'דארף מיר אפילו נישט ענטפערן, איך האב שוין פריער ערקלערט, א קליינע אויסגעשפילטע פלאץ וואס האט נישט געהאט גענוג חסידים כדי חלוקה פאר אלע ברודער'ס רבי'ס, אבער מ'האקט א גאנצען טאג אויף סקווירא און מ'מאכט זיי נאך טריט ביי טריט, נישט פאר דעם זענען אונז אוועקגעגאנגען פון סקווירא אז פערציג יאר שפעטער טוהט מען זיי נאך אויף יעדע שריט
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

צפת האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 10:39 am כ"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, איז געקומען אויף א בליץ באזוך פון שיכון ויז'ניץ קיין מאנסי, וויילנדיג דאהי בלויז איין טאג לרגל א סנדקאות פון דער ערשטער אור-אור-אייניקל לאיוש"ט. זייענדיג דא אויף א קורצע באזוך, האט ער געהאט אן אנגעשטרענגטע סדר היום און ער איז נישט ארומגעגאנגען קיין ערגעץ אויף קיין באזוכן.

ביי די שמחת הוואכנאכט, וואס איז פארגעקומען בבית-מדרשו אין מאנסי, אינאיינעם מיט א בר-מצוה לנכד חתנו הרה"צ ר' יצחק בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א, האט דער רבי באמערקט דעם רחמיסטריבקער רבי שליט"א זיצן בתוך שאר הרבנים החשובים אויפן אויבן-אן. דער רבי האט אים ארויפגערופן, געהייסן דעם גבאי זאל אים ברענגען א שטוהל מיט א בעכער, און אים מכבד געווען כאדמו"ר גדול. בשעת מעשה האט דער רבי לאנג געשמועסט מיט אים און ס'איז געווען ניכר הכבוד וההערצה אליו.

אויפצומארגנס איז געקומען א טעלפאן קאל פון סקווירא, אז עס איז געשען דא אן עוון בל-יכופר, און דער ויז'ניצע רבי מוז גיין באזוכן האדמו"ר ר' יהושע מרחמסטריבקא. וויפיל די גבאים האבן פראבירט צו ערקלערן אז דער רבי גייט צו קיינעם נישט און די צייט איז אנגעשטרענגט, און דא רעדט מען פון אן אכציג יעריגע רבי וואס שפירט זיך נישט גוט וכו', האט עס גארנישט געהאלפן. מען האט אים געמאלדן אומצוויידייטיג, אז אויב וויל ער אנהאלטן קשרי ידידות מיט סקווירא, מוז ער אריבערגיין א באזוך צו ר' יהושע.

און... לחץ האט געהאלפן. דער ויז'ניצע רבי איז צו קיינעם נישט געקומען אויף א באזוך (פרט לבן דודו מויז'ניץ מאנסי, שהיה ביקור פרטי והסתגר עמו במשך למעלה משעה), אבער בלויז צו איינעם איז ער געקומען, צו ר' יהושע. אזוי האט סקווירא געהאפט צו פארגעבן אויף זיין פארשוועכטן כבוד, נעבעך.

בהמות און פערדן, איך האב נישט קיין אנדערע ווארט... נעבעך...
איינער שיקט מיר אין אישי, אז דו שרייבסט דער ויז'ניצע רבי איז צו קיינעם נישט געקומען אויף א באזוך (פרט לבן דודו מויז'ניץ מאנסי, שהיה ביקור פרטי והסתגר עמו במשך למעלה משעה), דאס איז סתם אזוי נישט ריכטיג, יענער שרייבט מיר ער איז געווען אין סקווירא ביי זיין סקווערער שוואגער
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יחסן_גדול »

מיסטעריע האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 11:48 pm איך וויל קלאר שטעלן, איך פארשטיי זייער די ווייטאג, ווען מ'האט א בא'טעמ'טע רבי זושא, אין דער שוואכסטער זוהן פון רבין ריקט זיך אהן אזוי מיר נישט דיר נישט אונטערן פוס.... אבער זייט וויסן טייערע לינדענער חסידים, ענק דארפן נישט מקבל מרות זיין פון איהם, אבער די די באבל וואלט במילא געפלאצט, ווייל די יעצטיגע לינדענער רבי איז א פלעינע ביזנעסמאן, און מער ווי א רב פון א ביהמ"ד וואלט ער במילא נישט געווארן, ער גייט נישט אנקומען צו ווייט, אבער איך וואונדער מיך אויף די די רבי'ס האחים הקדושים אנגעהויבן ביים בארא פארקער רבין, ער וואלט געדארפט זאגן פאר די 15 לינדענער חסידים איך קען נישט ווייטאגן מיין ברודער איך קען ענק נישט אויפנעמען אלס מיינע חסידים, די לינדענער שטיבל קען נישט זיין אונטער מיין הנהגה, נאר וואס דען "מ'מישט זיך נישט", די זעלבע אין מאנסי די ברודער זענען שטיל, מ'וועיסט נישט" וואס זענען זיי אנדערש פון זייער פעטער אין סקווירא.... מ'דארף מיר אפילו נישט ענטפערן, איך האב שוין פריער ערקלערט, א קליינע אויסגעשפילטע פלאץ וואס האט נישט געהאט גענוג חסידים כדי חלוקה פאר אלע ברודער'ס רבי'ס, אבער מ'האקט א גאנצען טאג אויף סקווירא און מ'מאכט זיי נאך טריט ביי טריט, נישט פאר דעם זענען אונז אוועקגעגאנגען פון סקווירא אז פערציג יאר שפעטער טוהט מען זיי נאך אויף יעדע שריט
מען קען נישט ארויף צווינגען אויף יונגערלייט וועמענס חסיד צו זיין, אין מאנסי ווילן זיי רבי יעקב יוסף, נישט רבי יהושע, אין לינדן ווילן זיי רבי זושא, נישט רבי יעקב יוסף מלינדען.
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יחסן_גדול »

דאס גאנצע רבי׳סטעווע אין ראחמיסטריווקא איז טאקע א געלעכטער, אפציעל האט אלע יארן געהייסן אז עס וועלן נאר זיין צוויי אדמורי״ם, רבי דוד משה אויפ׳ן ארט פונעם טאט׳ן, און נכדו בן בכור לבנו בכורו רבי יעקב יוסף אדמו״ר אין מאנסי, מדין ירושה. נאר צוליב אן אינערליכע פאליטיק אין לעיקוואד האט מען געמוזט דארט אויך אויפנעמען רבי ישכר דוב, איינמאל ער איז אויך אן אדמו״ר ווילן די אנדערע אויך…
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

מיסטעריע האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 11:31 pm אגב איך געדענק גוט די לופט און פילווער ווען סקווערער רבי איז נסתלק געווארן, כלל ישראל ובתוכם אלע משפחות אנטי דעם היינטיגן סקווערן רבין, האבן בשעתו אין תשכ"ח נישט פארשטאנען פארוואס מעגן נישט ביידע ווערן רבי, און פלוצים היינט פארשטייט מען אז אין מאנסי אדער לינדען טארן נישט זיין קיין צוויי, אתמהה
ווער לאזט נישט אין מאנסי צוויי?

אלע חסידים וואס זענען געגאנגען צי כ"ק די רבי שליט"א ר' יעקב יוסף, קענען גערען באשטיין אז ר' יהושע זאל אויכט זיןן א רבי
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך צפת »

בעל-דרשן, בעל-דרשן, בעל-דרשן...

וואו ביסטו?

פארוואס ענטפערסטו נישט?

דו זעסט דעם אמת אין פנים אריין, שעמסטו זיך, און דו קענסט שוין נישט ענטפערן?


תכלית גערעדט, וואס איז געבליבן? - וויפיל חסידים האט ר' יהושע? - וויפיל פראצענט פון דער מאנסי'ער עולם זענען געגאנגען צו ר' יהושע?

(לאכן, לאכט דער וואס לאכט די לעצטע...)
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יחסן_גדול »

עמרם האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 3:06 pm
מיסטעריע האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 11:31 pm אגב איך געדענק גוט די לופט און פילווער ווען סקווערער רבי איז נסתלק געווארן, כלל ישראל ובתוכם אלע משפחות אנטי דעם היינטיגן סקווערן רבין, האבן בשעתו אין תשכ"ח נישט פארשטאנען פארוואס מעגן נישט ביידע ווערן רבי, און פלוצים היינט פארשטייט מען אז אין מאנסי אדער לינדען טארן נישט זיין קיין צוויי, אתמהה
ווער לאזט נישט אין מאנסי צוויי?

אלע חסידים וואס זענען געגאנגען צי כ"ק די רבי שליט"א ר' יעקב יוסף, קענען גערען באשטיין אז ר' יהושע זאל אויכט זיןן א רבי
ריכטיג, ער האט די פולע רעכט צו זיין א ראחמיסטריווקא רבי אין מאנסי, אבער כדי נישט צו וויי טוהן זיין פעטער רבי אברהם דוב, און כדי נישט צו שאפן מחלוקת און פאליטיק מיט די לאנג-יעריגע קהל ראחמיסטריווקא-מאנסי, מעג ער זיך רופן מיט אן אנדערע צו-נאמען, נישט ראחמיסטריווקא-מאנסי.
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

אין ירושלים מימי קדם װען סאיז געװען עטליכע ראחמיסטריװקער רביס אױף אײן מאהל אן קײן צונעמען אלע גרױסע לײט געװען אין סגעװען שלום ושלוה
פארשפארט