פופציג יאר ארום וועט מען נאך פרעגן מיט ביטערניש, וויאזוי האט אזא זאך געקענט פאסירן? וויאזוי האט א פורכטבארע, שפרודלדיגע, ציוויליזירטע לאנד, געקענט פארוואנדעלט ווערן אין איין אויגן בליק, אין א טעריטאריע פון טאטאלע כאאס, וואו אוממענטשליכע געוואלטאטן וועלכע לייגן זיך גארנישט ארויף אויפן מענטשליכן זינען, זאלן זיך אויסשפילן דארט אינעם העלן טאג, אונטערן קלארן הימל, פארנט פון די אויגן פון די מאסן.
עס איז אוממעגליך צו באגרייפן וואס דא איז זיך פארלאפן, עס איז אינדרויסן פון יעדער פראפארציע, גענצליך ארויס פון צווישן די בלעטער פון א שרעקליכע פיקציע בוך, געשריבן דורך א מאנסטערישן טייוול.
צו דען איז דאס דער סיבה פארוואס מיר האבן געקעמפט פאר פרייהייט? האבן מיר צוליב דעם מקריב געווען די בלוט פון אונזער יונגען און העלדן אז אין דער צייט וואס מיר ווערן געשטעלט אונטער א פארהער, זאלן דאס זיין די רעזולטאטן? מיר האבן דען נישט גענוג געהאט, גענוג געזען, גענוג מיטגעהאלטן, גענוג געליטן, גענוג געוויינט, גענוג בלוט פארגאסן אויף אונזערע געלעגער, אז אויך דא זאלן אונז די פרעמדער מעסערס גרייכן? טאמער זענען מיר אויסגעשטעלט צו שאנד און שפאט אין אונזערע אייגענע בעט, דאן וואו קענען מיר זיך שפירן פארזיכערט?
און ג-ט אין הימל, די פארכאפטע! די פארפיינטע זעלן וועלכע זענען אזוי ברוטאל פארכאפט געווארן, אונטער אזעלכע אוממענטשליכע אומשטענדן. קליינע קינדער, מילך-זייגערס, וואס וויינען מיטן זון אויפשיין און קלאגן מיט איר אונטערגאנג, יעדן איינציג טאג, שוין פאר א מאנאט צייט. עלטערע לייט וועלכע האבן שוין מיט א ליבליכן שמייכל געשניטן די פרוכט פון זייערע שווערע הארוואניע, מיליטער לייט וועלכע האבן העלדיש געקעמפט אונטער פייער פאר די וואוילזיין פון זייערע בירגער. וואו געפונען זיי זיך יעצט, ווען מיר זינקען אין אונזערע פאטעלן? אונטער וועלכע באדינגונגען ווערן זיי געהאלטן אין געפענגעניש? צו ווייסן זיי אז עס איז נאך פארהאן א וועלט אינדרויסן פון זייערע טונקעלע, שמאלע צעלן, פופציג מעטער אונטער דער ערד, וואס בענקט נאך זיי? וואס קרענקט אז זיי זאלן זיך אומקערן צו זייערע ליבע היימען אין פרידן? צו דען ווערן זיי ערלויבט דאס צו גלייבן? טאטע, מאמע, זון, טאכטער, זיידע, באבע, וואו זענט עטס? וואו?
דיסקלעימער: די שורות זענען געשריבן געווארן מיט בלויז געפיל, זיי זענען נישט געמאכט ארויסצוברענגען סיי וועלכע שיטה אדער מהלך. אידיאלאגיע אדער נייגונג. זיי זענען בלויז דאס, הארצרייסענדע געפילן.
רעפלעקטיווע געדאנקען צום מאנאט פון דער אטאקע
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל