אליין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1513 מאל

אליין

שליחה דורך מיימון »

13736.jpg
13736.jpg (39.22 KiB) געזען געווארן 2280 מאל
1st
די ברענענדיגע זון שטראלן האבן זיך אנגעקלאפט אויף די רוישיגע וואלן, פארבלענדנדיג די אויגן פון שוגי-הא, ער האט ארויפגעקלעטערט אויף א העכערן שטיקל פונעם פעלז אויף וועלכן ער איז געשטאנען און זיך אראפגעזעצט.

"אך, ווי קען איך אויפהייבן מיינע אויגן צו די זון, נאכדעם וואס איך האב אזוי ווידערגעשפעניגט אין איר?" האט ער געטראכט צו זיך, און באהאלטנדיג זיין פנים צווישן זיינע הענט זענען זיינע געדאנקען צוריקגעפלויגן צו די נישט-ווייטע פארגאנגענהייט.

- - - -

שוגי-הא איז געבוירן געווארן אויף א איזאלירטן אינזל אינעם פאציפישן אקעאן, בלויז עטליכע מייל ווייט פונעם בארטן פון דעם אמעריקאנעם קאנטינענט, אזוי נאנט אבער אזוי ווייט, אויף אט דעם פארגעסענעם עק וועלכעס קיין פרעמדער פוס האט שוין נישט באטראטן צענדליגער יארן לעבט זיך א פארצייטישער שבט וואס וואוינט שוין דא פאר הונדערטער יארן.

דער שבט באשטייט פון עטליכע צענדליג פאמיליעס און א כהן, דער כהן איז דער פירער פון די געמיינדע, יעדן אויפדערנאכט בעפאר די זון גייט אונטער קומט זיך דער גאנצער עולם צוזאם אויף א באשטימטן ארט, דער כהן נעמט א האז און ער שחט דאס אינמיטן ווען דער גאנצער עולם רינגלט אים ארום, ער גיסט אויס דאס בלוט אין א קרייז ארום זיך און דאן הייבט ער אויף זיינע צוויי הענט צו די זון און ער בענטשט איר, ער דאנקט איר פאר אירע פילע גענאדן און ער נידערט אראפ פון איר דאנקען פאר די גאנצע געמיינדע, דאן זעצט זיך דער גאנצער עולם אראפ אין א פייערליכער שטימונג און מען פראוועט די מאלצייט.

יעדן אינדערפרי ביים זון אויפגאנג און אין אוונט ביי זון אונטערגאנג קומט זיך דער עולם צוזאם און מען פראוועט די רעליגיעזע מאלצייטן און איבערן טאג טוען זיי ארבעטן שווער אויפן פעלד וואו זיי פלאנצן פארשידענע ערליי געוואוקסן זיך צו ערנערן.

שוגי-הא, א יונגער מאן אין די פריע צוואנציגער יארן, א איינציגער זון צו זיינע עלטערן, איז אויך איינגעשפאנט אין די ארבעטס קראפט, פון ווען ער איז געקומען אין דעם ערוואקסנהייט עלטער האט ער באקומען זיינע פליכטן וועלכע ער טוט ערליך ערפילן, פירנדיג זיין לעבן רואיג און סטאביל.

אלעס האט זיך אנגעהויבן אין יענעם טאג, אין דעם טאג וואס ער צוזאמען מיט זיין יוגנט פריינט סאמו-מי האבן באקומען די אויפגאבע צו באוואכן דעם ווייץ שייער ביים עק פונעם אינזל פון ווילדע חיות, סאמו-מי איז געווען א שלאנקער יונג עטליכע יאר עלטער פון שוגי-הא,  מיט א שטארקן כאראקטער וואס האט זיך שוין דערקענט פון פריסטן יוגנט אזש ביי די 12 יאר האט ער שוין ארויסגעהאלפן דעם כהן ביי די רעליגיעזע צערעמאניעס, עס איז געווען ווען די זון האט אנגעהויבן אראפצוגיין און די נאכט האט איבערגענומען די הערשאפט ווען סאמו-מי האט אים צוגערופן אין א זייט.

"הער אויס, דו מיינסט אז די וועלט ענדיגט זיך דא ביים וואסער? דו געדענקסט נאך לאס-מו דער שטארקער? ווען ער איז פארשוואונדן און דער גאנצער עולם האט געוויינט? הער מיך צו, ער איז נישט פארשוואונדן, ער לעבט! ער האט מיר פארציילט א נאכט פאר ער איז געגאנגען אז ער גייט פארשוואונדן ווערן, דו זעסט דארט ביי יענעם ווינקל? דארט איז דא א שטריקענעם בריקל וואס ציט זיך ביז צו א שטיינערנעם אינזל וואס פון דארט איז דא ארויסשטארנדע שטיינער פונעם ים גענוג נאנט איינס צום צווייטן אז מען קען זיך אריבערכאפן אויף זיי, דארט נישט ווייט געפינט זיך א לאנד וואס אירע מענטשן זענען פיל ווי די זאמד ביים ברעג ים, זיי זענען הויך און שטארק און פארמאגן פיל גאלד און זילבער, דארט געפינט זיך לאס-מו דער שטארקער,  איך פלאן אויך אהינצוגיין דעם קומענדיגן אינדערפרי ביים באגינען, געדענק וואס איך האב דיר געזאגט!"

און דאן איז סאמו-מי פארשוואונדן געווארן און דער גאנצער עולם האט געקלאגט און געגעסן ביטערע גראזן זיבן טעג, אבער ביי שוגי-הא אין מח האבן זיך שוין געווירבלט פארשידענע געדאנקען,  ער האט זיך ארומגעדרייט בייטאג ווי א רוח און ביינאכט האט ער זיך געוואלגערט אויף זיין געלעגער, שעות אויף שעות האט ער געטראכט און נישט געקענט קומען צו א באשלוס, אבער ווען זיינע נאנטע האבן אנגעהויבן אים אויפמערקן איבער זיין פארחלומטקייט האט ער געוואוסט אז ער דארף נעמען שריט.

אין די פינסטערניש פון די נאכט האט ער זיך איינגעפאקט אביסל עסן און קליידונג, און האט זיך ארויסגעלאזט צום אנגעגעבענעם ארט, ער האט צוגעווארט אויף די ערשטע זון שטראלן וועלכע זאלן אים ווייזן דעם וועג און דאן האט ער מיט ציטערדיגע פוס געשטעלט זיינע ערשטע טריט ארויס צום ווייטן וועג...

אבער... אוי וויי! ווי האט ער זיך פאררעכנט? אין דעם מיטלסטן טאג פון חודש טוט דער כהן אפרעכטן א ספעציעלע טבילה צערעמאניע ביי זון אויפגאנג נישט ווייט פונעם ארט וואו ער איז געשטאנען,  און יא! דער כהן האט אים באמערקט! שטייענדיג עטליכע צענדליג פיס פונעם בארטן האט ער נאך קלאר געקענט הערן דעם כהן'ס שטרענגן געשריי ער זאל צוריקקומען ווען נישט וועט מען אפשניידן דעם עק פונעם שטריק, שוגי-הא איז אבער שוין געווען אויפן וועג, און אין די רגע וואס זיינע פיס האבן באטראטן דעם שטיינערנעם פעלז זענען די לעצטע שטריק איבערגעריסן געווארן, עס איז נישטא מער קיין וועג צוריק...

יעצט האלט ער שוין נאך עטליכע טעג פון קריכן אויף די שפיציגע שטיינער און בלאטעס און ער זעט שוין אפילו פונדערווייטנס דעם בארטן פון די אנדערע זייט, אבער ווען ער האט דערזען די מענטשן וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען צום וואסער פארברענגען איז זיין הארץ איינגעפאלן.

"צו די מענטשן בין איך געקומען? פארדעם האב איך מקריב געווען מיין לעבן?" די פרעמדע געשטאלטן אין מאדנע קליידונג האבן געשריגן ווילד-קלינגנדע פראזן, און ער האט זיך געפילט אזוי אליין... א פארבלאנדזשעטער פישער שיפל האט זיך דערנענטערט צום ארט וואו ער איז געזעסן, אבער ווען יענער האט דערזען דעם ווילד פרעמדן געקליידעט אין פרימיטיווע קליידונג איז זיין פנים פארקרומט געווארן פון שרעק און ער האט שנעל פארקירעוועט זיין שיפל פון דארט.

יעצט זיצט שוגי-הא אויף דעם שפיץ פונעם פעלז ווען די טונקלקייט פאלט צו און די רוישיגע כוואליעס קלאפן זיך אן אינעם שטיין לאזנדיג הערן זייער שטורמישן ווידער-קול, און א שטומע געשריי רייסט זיך ארויס פון זיין הארץ אריין אינעם ענדלאזן חלל.....

צו וועט ער באקומען א ענטפער???

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר