1). ווי געזאגט, טענה׳ן אז זי ווייסט בכלל נישט אז זי מעג אמאל זאגן ״ניין״ (בו בעת ווען דו זאגסט אז זי זאגט למעשה יא ״ניין״) איז א שווערע טענה און איך גלייב נישט אז דאס איז די מציאות - על הכלל כולו זיכער נישט (א מיעוט אפשר).
2). ״נוצן שכל מרצה צו זיין״ באדייט אז מ׳זאל מפתה זיין אז פון איר זאגן ״ניין״ זאל ווערן א זאגן ״יא״. טאמער זאגט זי למעשה נישט צום סוף א ״יא״ און דאך טוהט מען דאס איז דאך דאס בהדיא
נישט ״מיט שכל״. וואס דען באדייט ״מיט שכל״? ווי איך האב געזאגט איז דאס פונקט אזוי ווי ביי די גוים ביים ערשטן מאל מיט בתולים ווי עס טוהט וויי און דאס גייט צו אזוי על זה הדרך מיט שכל און פארשטאנד.
3). לגבי טעראפּיסטנ׳ס דעפינישאן איז דאס ווייטער א קלעים וואס איך ווייס נישט אויב ס׳איז בארעכטיגט. קען זיין טעראפיסטן טריִטן די חלק הטראמא שבו, וואס קומט לכאורה מער מכח א פעהלער אינעם צוגרייט צו חיי המין און דאס שׁאק דערפון און צוגאנג דערצו בכלליות, ״כאילו עס איז
אזוי ווי צושטאנד געקומען דורך רעיפּ״, אבער זיי האלטן אז דאס איז ״רעיפּ״? נאכאמאל, רעדענדיג על הכלל כולו. א שווערע טענה באזירט אויף די ראיות און דעפיניציעס דערפון. וואס? זיי האלטן אז עס איז סעקשועל עסאָלט? שווער צו גלייבן. געדענק דו ביסט מודה אז עס איז למעשה נישט דא קיין מעלעוואָלענט אינטענט און א (קען טאקע זיין בטעות) קאָנסענט מצדה איז אויך דא. מ׳רעדט דא על הכלל כולו אזוי ווי דיין
ערשטע תגובה אויף די בלאט אין די נושא; נישט וואו ווען ער רעיפּט איר ווייטער ווען זי שרייט ״ניין״, וואס איך האלט איז א מיעוט און דאס איז נישט געווען דיין כוונה אין יענע תגובה.
4). לגבי וואס מיידלעך/כלות ווילן איז אויך אַן עמפּירישע קלעים וואס מ׳קען אויפווייזן דורך א סורוועי וכדומה וואס רוב מיידלעך ווילן טאקע. קענסט טענה׳ן אז זיי ווילן דאס מכח אינדאַקרינעישאן און איינרעדענישן און ווי געשמועסט די סאציאלע שׁעירד עסאָמפּשענס און נאָרמס (וואס איך בין מסכים און האלט אויך איז א חלק פון די נישט געזונטע צוגאנג צו געשלעכט בכלל און ****-עד בפרט אין אונזער געמיינדע, ווי געשריבן פריער אין פונקט 3), אבער דאס נעמט נישט אוועק פון וואס זיי ווילן למעשה דער חתן זאל טוהן.
די שאלה קען אבער יא זיין צי דאס איז
רעיפּ ביי דיסעפּשאן פאר די קאָנסענט פונעם פרוי מכח דאס געזעלשאפט און דעם חתן בתוכה. אבער למעשה די וואס טוהן די "דיסעפּשאן", די געזעלשאפט און דעם חתן, גלייבן
באמת אין דעם און זוכן נישט אויסצופאפּן וממילא הייסט דאס נישט "דעסיִווד". ולכאורה פשוט היא.
צום מערסטענסט איז דאס אפשר
גרעי רעיפּ וואו קאָנסענט איז אומקלאר, וואס איז אליין קאנטראווערסיאנאל דאס צו רופן און טערמינען "רעיפּ". ווי
זיי שרייבן:
The term “grey rape” has a lot of troublesome ideas behind it. Firstly it promotes, the miscommunication myth that sexual assault can sometimes be an “accident,” when in reality, it is always a deliberate act of violence. It also perpetuates the idea that there is a grey area where a person may be partially consenting on some level. However, as recognized by Canadian law consent or lack thereof is really clear and intuitive
מיינענדיג, עס האט שוין נישט קיינע געהעריגע הגדרות און אין אזא פאל קען מען זיך נישט היטן פון רעיפּ בכלל; ביזט קיינמאל נישט פארזיכערט אין קאָנסענט און עס מאכט בעצם יעדע מאנספערזאן וואס האט אינטימישע באציאונגען א ״רעיפּיסט״. און איך בין נישט זיכער אז דא ביי אונזער נידון גייט עס אָן בכלל וואו מ'קען טענה'ן אז זי וויל דאס פונקט אזוי מכח די נארמעס און וואו דער חתן איז מער-ווייניגער אין זעלבן פעקל וככל הנ"ל.
דאס אלעס פירט אריין צו:
5). ליהוי ידוע אז דעם ערשטן נאכט בין
איך דער וואס האט געוואלט אויפגעבן ווייל עס איז מיר שווער געווען קישוי מחמת ענקזייעטי וכו׳. מיין ווייב איז דער וואס האט מיר געשטופט צו גיין ווייטער און ווייטער
(דאכט זיך מיר אז ערגעץ האט שש אויך געזאגט אַן ענליכן עקספּיריענס ביי אים). און מיין ווייב איז אַן איידעלע מער שטילע מיידל. דאס איז א מציאות וואס איך בין דארט געווען. וואס איז שייך נישט זיין האנעסט?
קען זיין אז דיין (און דיינע פריינדינעס) עקספּיריענס(עס) איז געווען אנדערש אבער דאס איז פונקט אזוי ענעקדאָטעל ווי מיינס און מיינע חברים/קרובים/קרובות עקספּיריענסעס מיט וועמען איך האב גערעדט. און טאקע אסאך פארציילן אז זיי האבן עס ערשט געטוהן אינמיטן שבע ברכות צי נאך שפעטער. (איך גלייב אויך אז דו וועסט מודה זיין אז עס איז נאר א מיעוט וואס גייען צו די טעראפיסטן וועמען דו דערמאנסט. וועסט פשוט טענה׳ן אז מער ״דארפן ווען״ צו גיין.)