שטאלענע שווערדן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

שטאלענע שווערדן

שליחה דורך דיכטער »

אירע הענט זענען געווען פארזינקען אינעם טייגל וועלכע זי האט - מיט פארשטייפטע מוסקלען - צוזאמגענומען און געקנעט. זי איז געזעצן איבערן בעקעלע, אין דער איינפאכע ביידל אינעם שטילן געגענט אל-מאַוואַשי נישט ווייט פון דער שטאט כאן-יונעס, אבער אירע געדאנקען זענען געווען ווייט פון איר פיזישע קערפער.

פייסול, איר מאן איז יעצט אין שפיטאל. ער ארבעט פיר און צוואנציג שטונדן ארום דעם זייגער, מיט איבערמידליכע כוחות, פראבירענדיג וויפיל ער קען, צו מילדערן די שמערצן פון די פאציענטן וועלכע פליסן אריין ווי א שטראם, און זיי היילן פון זייערע וואונדן. שוין דריי טעג וואס ער האט זיך נאך נישט אומגעקערט אהיים. " אהיים" קלערט זי מיט א קאמישן קרעכץ, טאמער עס איז נאך פארבליבן עפעס וואס מען קען רופן היים. זי האלט זיך איבערמזל'דיג אז דער דאך איבער דאס קאפ איז נאך אין פאזיציע און אירע דריי קליינע קינדערליך האבן נאך א רעלאטיוו פארזיכערטע ארט וואו צו וויילן און שפילן דורכן טאג.

שוין פיר וואכן זענען פארלאפן. זי קען זיך נישט גלייבן וויאזוי זאכן האבן אויסגעקוקט פאר פיר וואכן צוריק. זי האט געלעבט אין גן עדן. וואס האט איר דען געפעלט? פייסול האט ערליך געארבעט און פיין פארדינט און זיי האבן געלעבט אין א וואלקן פון פרייד.

אוי מחמוד, מיין אכטצן יעריגס, האט זי ארויסגעגעבן א זיפץ, וואו ביסטו יעצט? וואו? האב איך דיך דען נישט געווארנט אז עס לוינט זיך נישט זיך צו פארשמירן די הענט? וואס האט אויסגעפעלט די אלע אקטיוויטעטן? וואו האט עס אונז געפירט? וואס האט עס אונז שוין דערגרייכט? אין אנהייב האט זי זייער שטארק געשעצט איר מחמוד'ל. א בחנטע, וואוילע קינד, פול מיט ענערגיע און מאטיוואציע. אבער גאנץ שנעל האט זי איינגעזען אז זיינע מאטיוון שטייגן איבער זיינע פחדים. ער איז גרייט צו טוהן אלעס פאר דאס פאלק. זיין שטרעבן איז צו שטארבן אלץ א שאהיד.

"איך געדענק דאס נישט פון מיינע עלטערן אינדערהיים אין תמרא, דאס איז א נייע גייסט דא" פלעגט זי זיך אפרעדן צו איר מאן פון צייט צו צייט. די קינדער קומען אהיים פון קינדערגארטן מיט קאלירטע בלעטער און שיינע צייכענונגען וועלכע שילדערן דאס גרויזאמקייט פונעם אונטערדריקונג און דאס געוואגטקייט פון די קעגענער. זיי וואקסן אויף אין שולע מיט א פארברענטע האס קעגן די איינעמער, "די קינדער פונעם שטן" רופט מען זיי. ווי מער צייט איז זיך פארלאפן פון ווען די קעגענער האבן איבערגענומען די פירערשאפט, אלס מער האט זי זיך צוגעוואוינט צו דעם נייעם לעבנס-שטייגער. נאך אלעם שטעלט זיי די קעגנערישע באוועגונג צו, אלעס וואס א באפעלקערונג דארף נאר האבן. זיי נעמען צוזעמען די מיסטן, שטעלן צו ארבעט, בויען פארקס און פארוויילונגס ערטער און שטעלן אוועק א פולע ערציאונגס סיסטעם.

זי האט זיך גאנץ שנעל אויסגעלערנט זיך צו האלטן דאס מויל פארשלאסן, נאכדעם וואס די קעגענער האבן פארגעשטעלט פאר דאס פאלק וואס עס ערווארט א פאררעטער אדער נאר איינער וואס איז פארדאכט אין פארראט. די עלטערע פונעם פאלק האבן זיך בליץ שנעל אדאפטירט צו דער נייע רעגירונג און די יונגע זענען אויפגעצויגן געווארן אויף איר שויס.

שוין עטליכע חדשים וואס מחמוד וויילט און פארברענגט מיט יונגען וועלכע געהערן צו די גרופע. איר מאן שטיצט איהם און געבט איהם דער פולסטע קוראזש. ער זאגט שטענדיג "מיין זון ערפילט דער אויפגאבע פון זיינע עלטערן" אבער זי, טראץ דעם וואס אויסערליך שטעלט זי אן א פנים ווי זי קוועלט, איז איר הארץ אבער פיל מיט אנגסט פון וועלכע זי קען נישט פטור ווערן.

ער האט אנגעהויבן אהיים צו קומען אנגעטוהן מיט די טינקעלע מונדירן, באפאנצערט מיט געווער און עמוניציע גרייט צו קעמפען פאר דאס פרייהייט פונעם פאלק. ער ליינט עקסטרעמע ליין מאטעריאל און מיליטערישע סטראטעגיע. ער פלעגט שטראלן פון פרייד רעדענדיג איבער זיינע ערייכונגען אינעם אל קאסאם בריגאדע, זי האט זיך צוגעהערט מיט פרייד אבער איר הארץ האט געצאפעלט, איך וויל א באשיידענע פאמיליע, לעבן אין פרידן, וואס פעלט מיר אויס די פאליטיק? פלעגט זי קלערן אין איינזאמקייט. זי האט פראבירט אוועקצודרייען די איבעריגע דריי קינדער פון מחמוד אבער נישט אלעמאל איז עס איר געלונגען.

מחמוד האט איר יענער נאכט, אין א שטילע טאן, אריינגעזאגט אין אויער, "מאמי טייער, איך גרייט מיך צו שטארבן אלס א שאהיד" א סקרויך איז אריבער אין איר ביינער, זי האט איהם נישט געוואלט פרעגן צו פיל קשיות. ער האט איר נאך עספיעט צו זאגן, אן א שטימע, "עס ערווארטעט א גרויסע איבעראשונג פאר דער פאלעסטינע פאלק, מאמי" איידער ער איז פארשווינדן געווארן אין דער פונסטערניש.

הילכיגע געשרייען און מוזיק פון פרייד האבן זיך געהערט פון אלע זייטן ווען זי האט זיך ערוועקט. עס האט נישט גענומען צו לאנג ביז די גוטע נייעס האבן געגרייכט אירע אויערן. "מיר האבן צו שאנדע געמאכט אונזערע פיינט צו די אויגן פונעם גאנצן וועלט, די אידישע שוויינען זענען באזיגט".

די מוזיק און שאלן פון פרייד האבן זיך געצויגן פאר עטליכע שעה, ביז אין דער נאכט אריין. אבער איינמאל דער פונסטערניש האט איבערגענומען דעם קווארטל, האבן זיך מעכטיגע אויפרייסן געהערט און העלישע פייערן האבן זיך אויפגעהויבן ביזן הימל. פון דאן ווערן די באמבערדירונגען און אויפרייסן שטערקער און שטערקער מיט יעדן פארבייגייענדן טאג.

בלוט, פייער און געדעכטער רויך, איז דער שיקזאל פון דער באפעלקערונג.

...איך האף פארצוזעצן...
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: שטאלענע שווערדן

שליחה דורך שעפטאל »

הייליגע זיסע דיכטער דערמאנסט מיך פון דיין פארזעצונג אשכול!!
פליז קיפ איט אפ!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: שטאלענע שווערדן

שליחה דורך berlbalaguleh »

דיכטער: ייש"כ. דו האסט אונז געגעבן א דיכטערישן, פאעטישן אריינבליק אין די טיפענישן פון הארץ פון די "וויקטימס". די נעבעכ'דיגע, אומשולידגע פאלעסטינער (געוועזענע) אידישע פרויען און קינדער. וועלכע האבן אין די לעצטע שעות פון זייער "לעבן" זיך געפריידטמיט הריגות, רציחות און פארגוואלדיגונגען פון די אידישע/ציוניסטישע קינדער פון שוויינען.
פארשפארט