א טעם פארוואס קרן (ושן ורגל) פטור במעילה בקדשים
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 66
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 9:09 am
- האט שוין געלייקט: 31 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
א טעם פארוואס קרן (ושן ורגל) פטור במעילה בקדשים
די ראשונים מיטשען זיך דערמיט, עיין רש"י ותוספות בבא קמא דף ז. האב איך געטראכט אז אפשר די טעם איז וועגן מעילה איז גאט'ס פישקע. נו, פארוואס זאל איך באצאלן גאט ווען ער איז אין טשארדזש פון די בהמה'ס דעת (אויב געלייבט מען אין השגחה וכ"ש השגחה פרטית) און ער וואלט געקענט מאכן די בהמה זאל נישט שטויסען זיין אייגענע קדשים פארמעגנס, כביכול.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: א טעם פארוואס קרן (ושן ורגל) פטור במעילה בקדשים
אריינצוגיין אין ידיעה ובחירה, נאך וואס א מענטש איז מזיק, ווייסט מען למפרע אז דאס איז געווען גאט’ס ווילן, איז פארוואס דארף ער באצאלן?
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לפי״ז ווערט אפשר אביסל שווער פארוואס דער רמב״ם פסק׳נט בהל׳ נזקי ממון (פ״ח ה״א) כסתם משנה בב״ק לז: ודלא כר׳ שמעון בן מנסיא, אז א שור של הקדש שנגח או שניגח איז פטור ע״ש. דער רמב״ם האלט דאך, במו״נ ח״ג פי״ז, אז אויף בע״ח איז נישטא קיין השגחה פרטית און נאר השגחה מינית ע״ש. אויב אזוי איז דאך נישטא די טענה פון זאגן אז ״הקב״ה וואלט געדארפט מונע זיין דעם היזק לנכסיו כביכול״. איז פארוואס אויב ווערט דער שור של הקדש געשטויסן איז מען פטור? ביי דעם איז דאך נישטא קיין השגחה מאתו להימנע אותו.
ואולי גייט דאס אויך אריין אינעם געדאנק פונעם גר״ח אז ״כלל גדול אצלינו שאין להקשות על סתירה שבין ספר היד לספר מורה נבוכים״.
ואולי גייט דאס אויך אריין אינעם געדאנק פונעם גר״ח אז ״כלל גדול אצלינו שאין להקשות על סתירה שבין ספר היד לספר מורה נבוכים״.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 66
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 9:09 am
- האט שוין געלייקט: 31 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
Re: א טעם פארוואס קרן (ושן ורגל) פטור במעילה בקדשים
אויב איז ער מזיק הקדש איז טאקע דא אזא שיטה. אבער למעשה א מענטש איז יא מחויב צו גאט פאר זיינע מעשים און עבירות. מילא וואס איז שייך צו פרעגן פארוואס ער דארף באצאלן הקדש, אונטער מיין טעאריע אז די בהמה ווערט קאנטראלירט דורך גאט אליין קען מען נישט אריין לייגען די מענטש.אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 10:20 am אריינצוגיין אין ידיעה ובחירה, נאך וואס א מענטש איז מזיק, ווייסט מען למפרע אז דאס איז געווען גאט’ס ווילן, איז פארוואס דארף ער באצאלן?
ועוד, ס'איז די גרויסע דיסקאָשען פון די אבן העזל און אלע אחרונים די חיוב צו באצאלן כששורו וממנו היזוק, אויב ס'איז ווייל ער האט נישט געהיטען די שור ומשום פשיעה אדער משום ממונו. אבער ס'איז טאקע דא א סברה אז א מענטש זאל נישט מחויב זיין מן התורה אויף בהמתו.. אן די חיוב פון די תורה ספעציעל. ואכמ"ל ווייל ס'איז נישט נוגע דירעקטלי צו מיין בהמה טעאריע.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
Re: א טעם פארוואס קרן (ושן ורגל) פטור במעילה בקדשים
פשוטע סיבה, ווייל מעילה מעיקרו איז די נהנה זיין, נישט דווקא ביי הזיקות. געלט שאדן מיט הנאת הקדש איז צוויי נקודות, ווייל פון נהנה זיין אליינס גייט עס ארויס פון הקדש.
אן נאכקוקען, קען זיין אז ס'האט נישט מיט בחירה, ווייל אפילו א בהמה אן בחירה איז מזיק, דאך איז חיוב ההיזק אייביג אויף די בעלים ווייל שמירתו עליו. דא איז אבער אן ענין פון משתמש זיין מיט הקדש וואס איז נישט די עצם ענין הזיקות.
אן נאכקוקען, קען זיין אז ס'האט נישט מיט בחירה, ווייל אפילו א בהמה אן בחירה איז מזיק, דאך איז חיוב ההיזק אייביג אויף די בעלים ווייל שמירתו עליו. דא איז אבער אן ענין פון משתמש זיין מיט הקדש וואס איז נישט די עצם ענין הזיקות.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- טראלל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
Re: א טעם פארוואס קרן (ושן ורגל) פטור במעילה בקדשים
אפשר איז דאס א חלק פונעם פלאן? גאט וויל ער זאל מזיק זיין, גאט וויל ער זאל פילן ווי ער דארף באצאלן, און ווען גאט וויל אז ער זאל טאקע באצאלן דאן באצאלט ער טאקע.אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 10:20 am אריינצוגיין אין ידיעה ובחירה, נאך וואס א מענטש איז מזיק, ווייסט מען למפרע אז דאס איז געווען גאט’ס ווילן, איז פארוואס דארף ער באצאלן?