בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
פרשת חיי שרה הייבט זיך אָן מיט די פטירה פון שרה אמנו וואס איז נסתלק געווארן פון די וועלט ווי נאר זי האט געהערט די בשורה פון די עקידה. אברהם אבינו קומט צו גיין און ער דארף קויפן א מקום פאר איר קבורה, ער ווענדט זיך צו די בני חת און צו עפרון החתי, און נאך א גאנצע שקלא-וטריא אהין און צוריק צווישן איהם און עפרון, געלונגט איהם אפצקויפן די מערת המכפלה פאר די טייערע סכום פון "אַרְבַּע מֵאֹת שֶׁקֶל כֶּסֶף עֹבֵר לַסֹחֵר" כדי צו קענען באַערדיגן שרה.
דערנאך איז די תורה הקדושה ממשיך און זאגט אונז וְאַבְרָהָם זָקֵן בָּא בַּיָּמִים וַה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם בַּכֹּל, אברהם אבינו איז געווען אלט און ער איז שוין געקומען אין זיינע טעג, און השי"ת האט איהם געבענטשט מיט אלעם גוטן. און ווי דער אבן עזרא טייטשט וה' ברך את אברהם בכל, "באורך ימים ועושר וכבוד ובנים, וזו כל חמדת האדם", אז ער האט זוכה געווען צו אלע גוטע השפעות וואס א מענטש קען נאר גליסטן צו האבן...
וואס באמת איז דאס א גרויסע וואונדער, אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין אין די לעבן פון אברהם אבינו שטעלט זיך ארויס פאר אונזערע אויגן גאנץ אן אנדערע מציאות. מיר וואלטן אסאך שנעלער באטראכט אברהם אבינו אין זיין יעצטיגן מצב אלס א אומגליקליכער מענטש ח"ו. ער האט שוין מיטגעמאכט צען שווערע נסיונות, ער האט נארוואס פארלוירן זיין ווייב שרה, און טראצדעם וואס הקב"ה האט איהם צוגעזאגט אז ער וועט באקומען ארץ ישראל דאָך קען ער נישט דארט באגראבן זיין ווייב, נאר ער דארף גאר באצאלן גרויס געלט פאר א קליין שטיקל קרקע אין זיין אייגענעם לאנד, ווי אויך פארמאגט ער נאר אַן איינציג קינד (הגר און ישמעאל זענען שוין פארטריבן) וואס האט נאכנישט קיין שידוך... נו וואו איז די געוואלדיגע ברכה פון וַה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם בַּכֹּל? מיט וואס איז אברהם אבינו אזוי געבענטשט און גליקליך.
יפה שיחתן של עבדי אבות לפני המקום מתורתן של בנים
לאמיר כאפן א שפאציר ווייטער אין די פרשה וואו די תורה הקדושה דערציילט אונז באריכות אז אברהם אבינו שיקט ארויס זיין געטרייע קנעכט אליעזר אויף א שליחות צו גיין זוכן א פאסיגע שידוך פאר זיין זוהן יצחק. אברהם אבינו זאגט איהם אז ער וויל נישט אז ער זאל נעמען א כלה פאר יצחק פון די בנות כנען פון די לאנד וואו ער וואוינט יעצט, נאר אנשטאט דעם זאל אליעזר זיך ארויסלאזן און זוכן א שידוך דוקא פון זיין משפחה און פון זיין היימשטאט, כִּי אֶל אַרְצִי וְאֶל מוֹלַדְתִּי תֵּלֵךְ.
מיר געפונען אז אליעזר פרעגט נישט קיין סאך שאלות, ער האט בלויז איין זארג אויב זיין שליחות וועט נישט ריכטיג מצליח זיין, "אוּלַי לֹא תֹאבֶה הָאִשָּׁה לָלֶכֶת אַחֲרַי אֶל הָאָרֶץ הַזֹאת", וואס וועט זיין אויב דאס מיידל וועט נישט וועלן קומען אהער קיין ארץ כנען, זי וועט נישט מסכים זיין צו פארלאזן איר פלאץ, וואס טוט מען דעמאלטס? זאל איך לאזן יצחק גיין וואוינען דארט? אבער אברהם ענטפערט ניין, הִשָׁמֶר לְךָ פֶּן תָּשִׁיב אֶת בְּנִי שָׁמָה, מיין זוהן זאל נישט גיין וואוינען דארט, און אברהם אבינו ערקלערט אים אז ער פארלאזט זיך אויף השי"ת אז ער וועט באגליקן זיינע וועגן, ה' אֱלֹקֵי הַשָּׁמַיִם אֲשֶׁר לְקָחַנִי מִבֵּית אָבִי וּמֵאֶרֶץ מוֹלַדְתִּי וַאֲשֶׁר דִּבֶּר לִי וַאֲשֶׁר נִשְׁבַּע לִי לֵאמֹר לְזַרְעֲךָ אֶתֵּן אֶת הָאָרֶץ הַזֹּאת הוּא יִשְׁלַח מַלְאָכוֹ לְפָנֶיךָ, דער אייבישטער וואס האט מיך קיינמאל נישט פארלאזט און מיר צוגעזאגט צו געבן די לאנד פאר מיינע קינדער, ער וועט אויך יעצט שיקן זיין הילף, און דו וועסט מצליח זיין און טרעפן דעם ריכטיגן זיווּג פאר יצחק, און אויב נישט, טאמער קענסטו בשום אופן נישט טרעפן א מיידל וואס וועט מסכים זיין צו קומען דא אהער, דעמאלטס ביסטו פטור, און דו ביסט ריין פון די גאנצע שבועה וואס איך האב דיר באשוואוירן.
און די המשך המעשה קענען מיר דאָך זייער גוט, וויאזוי אליעזר קומט אָן צום ברונעם און ער מאכט זיך א סימן אז דאס מיידל וואס ער וועט איר בעטן אביסל וואסער צו טרינקן און זי וועט איהם זאגן "שְׁתֵה וְגַם גְּמַלֶּיךָ אַשְׁקֶה" דו טרינק און אויך פאר דיינע קעמלעך וועל איך געבן צו טרינקן, אט דאס וועט זיין די זיווג פון יצחק, אֹתָהּ הֹכַחְתָּ לְעַבְדְּךָ לְיִצְחָק.
און אזוי האט טאקע פאסירט, רבקה איז געקומען צו גיין מיט איר קריגל, אליעזר בעהט איר וואסער און זי גיבט איהם צו טרינקן און זי ברענגט אויך וואסער פאר די קעמלען, און אליעזר ווייסט אז זיין תפלה איז נתקבל געווארן, ער האט געטראפן די פאסיגע שידוך פאר יצחק. און די תורה הקדושה איז מאריך צו דערציילן די גאנצע השתלשלות וויאזוי די זאכן האבן זיך אפגעשפילט, און ווי רש"י (כ"ד מ"ב) ברענגט פון חז"ל, "אמר רבי אחא יפה שיחתן של עבדי אבות לפני המקום מתורתן של בנים", אז מיר זעען פון דעם ווי חשוב עס איז די שמועס פון 'עבדי אבות' דאס הייסט פון אליעזר וואס איז געווען א קנעכט ביי אברהם אבינו, נאך מער ווי די תורה פון די בני האבות זעלבסט, ווייל פארשידענע וויכטיגע פרשיות און ענינים פון תורה שרייבט די תורה הקדושה בקיצור, און דא ווען מ'רעדט פון שיחתן של עבדי אבות איז די תורה אזוי מאריך.
פארוואס האט אליעזר נישט געפרעגט מער?
וואס באמת שטעלט זיך דא גאר א שטארקע קושיא: אברהם אבינו שיקט ארויס אליעזר אויף אזא וויכטיגע שליחות צו גיין זוכן א שידוך פאר יצחק, וואלט דאָך אליעזר געדארפט אויספרעגן אברהם וואס מער פראגעס און שאלות בנוגע דעם שידוך, אויף וועלכע ענינים ער זאל זיך שטעלן, וואס דארף דאס מיידל פארמאגן אין זיך? וועלכע סימן זאל ער מאכן כדי צו וויסן אז זי איז די פאסיגע ווייב פאר יצחק?, און אזוי ווייטער פיל מיט פשוט'ע און פראקטישע שאלות וואס יעדער פון אונז וואלט געפרעגט ווען מ'שיקט איהם ארויס אויף אזא חשוב'ע מיסיע צו זיין א שדכן.
און בפרט אז עס האנדלט זיך דא פונעם גדול הדור אברהם אבינו, פּאַסט דאָך אודאי אז מ'זאל איהם בעטן הדרכה און אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פירן, השקפה אויף וואס מ'דארף מקפיד זיין, און אפשר אפילו איז כדאי אביסל אויסצונוצן זיין רוח הקודש אדער נבואה אז ער זאל זאגן גענוי וואו אהין אליעזר זאל זיך ווענדן און ביי וועלכע משפחה ער זאל אנקלאפן אויפן טיר.
אבער דערווייל געפונען מיר דאס פארקערטע, אליעזר פרעגט ממש גארנישט! די אלע שווערע און האַקעלע ענינים דאס לאזט ער גאר איבער פאר זיך אליינס מחליט צו זיין, ער וועט שוין באשליסן אויף א סימן און ער וועט שוין מחליט זיין וועלכע מיידל. די איינציגסטע זאך וואס ער וויל נאר וויסן איז אויב ס'וועט זיך מאכן א טעכנישע פראבלעם און דאס מיידל וועט נישט וועלן קומען וואוינען אין כנען וואס טוט מען דעמאלטס. אז מען טראכט אריין באמערקט מען אז דאס איז ממש שווער צו פארשטיין, וואס איז דא פאָרגעקומען און וואס איז טאקע פשט פון אט די הנהגה?.
די דינסט זאגט אז זי ווייסט אבער איך ווייס טאקע
איז איידער מיר קומען צו צו אונזער ענין, וועלן מיר קודם מקדים זיין מיט א באקאנטע סיפור וואס ווערט דערציילט אויפן בארדיטשובער רב - הרה"ק בעל קדושת לוי זי"ע, ווען ער איז געפארן אמאל אלס יונגערמאן צו זיין רבי הרה"ק דער רבי רבי שמעלקא פון ניקלשבורג זי"ע און געוויילט ביי איהם אויף א שטיק צייט. פאר זיין שווער וועלכער איז געווען א מתנגד צו חסידות איז נישט געפעלן דעם נייעם דרך פון זיין איידעם אז ער פאָרט און פארברענגט צייט ביי א רבי, דעריבער האט ער איהם געפרעגט "וואס האסטו געלערנט דארט ביים רבי'ן?", ענטפערט רבי לוי יצחק, איך האב געלערנט אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט דער בורא ומנהיג לכל הברואים... זיין שווער האט אינגאנצן נישט פארשטאנען די תשובה, און ער האט נישט געקענט באהאלטן זיין וואונדער, פארדעם האסטו געדארפט פאָרן און וויילן ביי דיין רבי כדי צו וויסן אז ס'איז דא א רבונו של עולם אויף די וועלט, רוף נאר אריין די פשוט'ע מיידל די דינסט אין קאך און זי וועט דיר זאגן די זעלבע זאך, זי ווייסט דאס אויך אָן פאָרן צום רבי'ן. האט רבי לוי יצחק זי"ע ערקלערט זיין פריערדיגע תשובה, "די דינסט זאגט אז זי ווייסט, אבער איך ווייס טאקע!"...
כלומר, אז ס'איז דא אמאל זאכן וואס מיר ווייסן, מיר הערן עס, און מיר גלייבן עס, אבער דאס אלעס איז נאר אין א בחינה פון 'זאגן אז מען ווייסט', דאס הייסט אז עס בלייבט א שיינע ידיעה אינעם מוח, אבער נישט קיין סאך מער פון דעם. און נאכדעם איז דא אזעלכע זאכן וואס דער מענטש 'ווייסט טאקע' און עס ווערט ממש א חלק פון זיין עצם מהות און מציאות, ער לעבט מיט דעם און ער אָטעמט מיט דעם, און ער קען אפילו נישט טראכטן אנדערש.
ווען א זאך הייבט אָן צו ווערן באמת עכט
כדי מקרב צו זיין דעם געדאנק אביסל נענטער צו אונזער שכל, לאמיר זיך באנוצן מיט א שטיקל משל. עס האט מיר דערציילט א יונגערמאן וואס איז זיך געגאנגען לערנען א פאַך צו ווערן א 'קאמפיוטער פראגראמער' צו קענען אהערשטעלן און פאררעכטן קאמפיוטער'ס וכדומה. במשך די גאנצע צייט וואס ער האט זיך באטייליגט אין די קלאסן און די קורסן וואו מ'האט זיך געלערנט דעם פאַך, האט ער געשפירט ווי ער כאפט עס ממש נישט אויף, זיין קאפ איז ממש געווען פארשטאָפּט און ער האט נישט געקענט געדענקן די פילע טערמינען און קאוד'ס וואס מ'האט דארט אויסגעלערנט, ער האט געהאלטן אז ער איז ממש א דורכפאל און אפשר איז די גאנצע זאך נישט געמאכט פאר איהם.
למעשה האט די השגחה עליונה אזוי צוגעפירט אז איינער האט איהם גערופן אז ער זאל ביי איהם מסדר זיין די קאמפיוטער'ס, און ער האט ממש ארויפגעצווינגן די ארבעט אויף איהם, אזוי אז ס'האט איהם נישט געהאלפן קיין טענות ומענות, ער האט זיך געמוזט ארויפשאַרן די ארבל און אנהייבן טוהן למעשה. און וואונדער איבער וואונדער, פלוצלינג האט ער געזעהן אז ער קען יא! אין די מינוט וואס זאכן האבן אנגעפאנגן צו ווערן 'עכט' און ער האט דאס געמוזט אנהייבן אויסצופירן למעשה, האט ער שוין פלוצלינג אלעס געכאפט כמעט ווי פון זיך אליינס. דאס אלעס וואס ער האט געלערנט ביז אהער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין קלאר מסודר אין זיין מוח, און ער האט געוואוסט פונקטליך וואס ער האט צו טוהן...
און מ'קען אויף דעם ברענגן גאר אסאך דוגמאות. עס איז אמאל געווען באריכטעט פון א גרויסע מיליטערישע אנשטאלט וואו מ'האט געמאכט פארשידענע איבונגען און פראבעס מיט די סאלדאטן צו זעהן אויב זיי זענען גרייט אויפצושפרינגן פון בעט אינמיטן די נאכט און ארויסטאנצן פון די קליינע שמאָלע פענטסערס וכדומה, און ווען מ'האט דאס אויספראבירט איז עס קיינמאל נישט געלונגען ווי געפלאנט, אלס האבן זיך געמאכט פארשידענע שטרויכלונגען, און טייל סאלדאטן האבן נישט געקענט נאכקומען די פארלאנגן.
ויהי היום און עס האט אויסגעבראכן א שווערע פייער אינעם בנין וואו די סאלדאטן זענען געשלאפן, די פלאמען האבן זיך גאר שנעל פארשפרייט, און די סאלדאטן זענען געבליבן פארכאפט אינעווייניג אויף א הויכע שטאק, אבער דאסמאל האט יעדער איינער באוויזן ארויסצושפרינגן באצייטענס און קיינער איז נישט איבערגעבליבן אינעווייניג.
פארוואס טאקע? ווייל אמאל 'זאגט' מען נאר אז מען ווייסט, מ'קלערט נאר דערוועגן אזוי האַלבוועגס, אבער ס'איז נישט גענוג ערנסט, ס'איז נישט עכט. אין די מינוט וואס די פייער צינגען האבן באמת פארמאכט דעם וועג ארויס, פלוצלינג איז עס געווארן א מציאות, יעדער איינער האט עס געשפירט אויף למעשה און געוואוסט אז ס'איז מער נישט קיין דמיון אדער א רצון, ס'איז א פאַקט און די סכנה איז דא פאר די אויגן, און פלוצלינג דעמאלטס קען מען שוין טאקע.
גלייבן היפלא מה' דבר מיט אן אמת לאמיתו
אינעם פריערדיגן שיעור האבן מיר זוכה געווען צו לערנען בסייעתא דשמיא איבער די חיוב פון אמונה און בטחון אין השי"ת ווי ווייט א איד דארף וויסן און גלייבן "הֲיִפָּלֵא מֵה' דָבָר?" אז פונעם אייבישטער איז גארנישט פארהוילן און גארנישט איז שווער פאר איהם מקיים צו זיין. און ווי דער רמב"ן זאגט אונז דארט אז א עכטע מאמין בה' וואלט געדארפט גלייך רעאגירן אויף יעדע ברכה -אפילו ווען ס'איז ווייט פון די מציאות און טבע- דורכ'ן זאגן "אמן כן יהי רצון" מיט א תחינה צום רבוש"ע, הלואי, אז עס זאל טאקע מקויים ווערן, ווייל אז מען גלייבט אין די כוח פונעם אייבישטער טאר נישט זיין קיין חילוק צווישן טבע און חוץ לדרך הטבע, און מ'דארף אלעמאל גלייבן וויסן און האפן אז השי"ת דער כל יכול קען און וועט העלפן. ווי אויך האבן מיר דערמאנט די ווערטער פונעם אור החיים הקדוש זי"ע אז די טענה אויף שרה אמנו איז געווען פארוואס זי האט זיך נישט תיכף געפריידט, נאר נאכדעם וואס ס'איז געשען א נס און זי האט געשפירט ווי איר גוף איז צוריק יונג געווארן דעמאלטס האט זי אנגעהויבן צו גלייבן, און באמת וואלט זי געדארפט וויסן הֲיִפָּלֵא מֵה' דָּבָר, אז דער אייבישטער קען אלעס באווייזן און מ'דארף נישט ווארטן ביז מען זעהט די ישועה פאר די אויגן.
אצינד, דא דארף מען אבער באטאנען און צולייגן א גאר וויכטיגע הוספה: אויב א איד לעבט בלויז מיט א אויבערפלעכליכע ידיעה פון "הֲיִפָּלֵא מֵה' דָּבָר" און ער 'זאגט' נאר אז ער ווייסט, אבער ער 'לעבט' עס נישט מיט באמת; דאס הייסט אז ער נוצט עס אלס א מיטל פאר התחזקות זיך צו דערמאנען פון צייט צו צייט אז דער רבוש"ע איז גרויס און ער קען אלעמאל העלפן, דאס איז נישט גענוג. ווייל עס איז נישט בלויז א פזמון וואס מ'ציט ארויס פון לעדל נאר אין פאל פון נויט און מ'זאגט אז מ'גלייבט אין השי"ת אז ער קען העלפן תיכף ומיד.
דאס איז א ידיעה וואס א מענטש דארף איינקריצן אין זיין הארץ, ער דארף דאס חַזר'ן מיט א בלינדע אמונה, אפילו ווען מ'זעהט נישט קיין ישועה פאר די אויגן, עס דארף ווערן ביי איהם א פעלזן פעסטע יסוד, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב ער געפונט זיך און וואס ער גייט אלס אדורך, אלעמאל דארף ער זיין קלאר איבערצייגט ביי זיך און אָטעמען יעדע רגע דעם הֲיִפָּלֵא מֵה' דָּבָר...
און דאס איז נישט קיין לייכטע עבודה בכלל, מען דארף ארבעטן און הארעווען אויף דעם זייער שווער, מען דארף דאס איינבאקן אין זיך מיט מסירות נפש. און ווי באקאנט האבן צדיקים אזוי געטייטשט דאס וואס דוד המלך זאגט אין תהלים "הֶאֱמַנְתִּי כִּי אֲדַבֵּר" אמונה קומט דורכ'ן רעדן, אז מען זאגט עס איינמאל און נאָכאַמאָל פאר זיך און פאר די קינדער און פאר די סביבה, מען חַזֶר'ט עס איבער אָן א שיעור מאל, מיט די צייט ווערט עס באמת איינגעקריצט אינעם נפש און ס'ווערט א טייל פונעם מענטש און זיין מהלך המחשבה, ער גלייבט באמת און לעבט מיט'ן אייבישטער.
די זיסע געבענטשטע לעבן פון איינער וואס לעבט מיט השי"ת
און וואו דערקענט זיך די חילוק צווישן די צוויי סארט מענטשן, איינער וואס זאגט נאר אז ער גלייבט און איינער וואס גלייבט טאקע?. ווען א מענטש גייט אדורך פארשידענע נסיונות און שוועריגקייטן אין לעבן, און ווי עס מאכט זיך כסדר אין געוויסע מצבים אז ס'דויערט צייט ביז די ישועה קומט צו גיין, און טראצדעם וואס דער אייבישטער איז דער טוב ומטיב לכל און אלעס וואס ער טוט איז מיט א פונקטליכע חשבון לטובה, און דער סוף וועט זיכער זיין גוט, דאָך קען אמאל זיין פארשריבן אויף א מענטש אדורכצוגיין זיינע נסיונות און פראבלעמען וואס זענען איהם באשערט ח"ו.
איז אזא איינער וואס איז נישט אויסגעקאכט מיט א אמת'ע און דערהויבענע אמונה אדורך און אדורך, דער וועט זיצן און ווארטן צו זעהן די באלדיגע 'רעזולטאטן' פון זיינע תפלות און פון זיין אמונה און בטחון, ער וועט שרייען אז ער גלייבט הֲיִפָּלֵא מֵה' דָּבָר, אבער אין הארצן וויל ער אז זאכן זאלן זיך יעצט רוקן און טוישן פון שווארץ צו ווייס אין איין רגע... נו פון אונזער זייט איז הלואי און אמן כן יהי רצון ווי דער רמב"ן זאגט, מען דארף טאקע אזוי בעטן און האפן, אבער נישט אלעמאל געשעט דאס טאקע, און אויב מען זעהט נאכנישט די ישועה פאר די אויגן טאר מען נישט אויפגעבן דורכדעם אדער ווערן צובראכן אויף שברי שברים, דער מענטש דארף זיך קענען מחזק זיין און אנגיין מיט'ן לעבן די מערסטע וואס איז שייך אפילו אין זיינע שווערע זמנים.
אבער א איד וואס לעבט מיט א אמת'ע אמונה, א שלימות'דיגע ידיעה פון הֲיִפָּלֵא מֵה' דָּבָר, עס ליגט איהם טיף אין די ביינער און ער האט נישט די מינדנסטע ספק אין דעם אפילו ווען ס'איז איהם ביטער און שווער רח"ל, אזא איינער איז ממש כרחוק מזרח ממערב פונעם פריערדיגן, אדרבה ער לעבט א גאנץ אנדערע סארט לעבן, ער לעבט אסאך זיסער און רואיגער די גאנצע צייט און ער נעמט אויף זיינע יסורים אסאך גרינגער, ווייל ער האט דעם רבוש"ע נעבן זיך אין יעדע מצב, און ער ווייסט יעדע רגע אז זיינע צרות און יסורים קענען זיך שוין דא ענדיגן און אלעס קען נתהפך ווערן לטובה ולברכה, ווייל הֲיִפָּלֵא מֵה' דָּבָר?!. אין אנדערע ווערטער, אט די עצם ידיעה אז השי"ת איז דער כל יכול און קען טוהן אלעס אפילו חוץ לדרך הטבע, דאס שיינט אריין א נעימות און א רואיגקייט אפילו אין זיינע שווערע מצבים, ווייל ער אָטעמט דאָך דאס די גאנצע צייט אז השי"ת איז מיט איהם און ער קען אלעס און ער פירט אלעס. און טאקע ווייל עס איז נישט בלויז א
חיצוניות'דיגע דערמאנונג וואס ער דערמאנט זיך פון צייט צו צייט ווען ער ווערט איבערגענומען פון זיינע שוועריגקייטן, נאר ער לעבט אזוי און טראכט אזוי שטענדיג און ער איז נישט מסיח-דעת פון דעם קיינמאל אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט און ער איז דער וואס פירט איהם אויך טריט און שריט.
די גרויסע עשירות פון אברהם אבינו
און דאס לערנען מיר אין אונזער פרשה וואס דינט ממש ווי א המשך און א השלמה צו די פריערדיגע פרשה פון הֲיִפָּלֵא מֵה' דָּבָר. די תורה הקדושה דערציילט אונז איבער אברהם אבינו, "וְאַבְרָהָם זָקֵן בָּא בַּיָּמִים" אברהם אבינו האט זוכה געווען צו קומען מיט אלע זיינע טעג, ער האט מיטגענומען מיט זיך די עשר נסיונות וואס ער איז אדורכגעגאנגען, ער האט געלעבט מיט קרבת אלקים און ידיעת ה' צו וואס ער האט זוכה געווען דורך די נסיונות, אברהם אבינו לעבט באמת מיט דעם און טראגט עס מיט אין זיין לעבן אין יעדן מצב, ער לעבט א העכערע סארט לעבן מיט א ריינע אמונה אין השי"ת. און די תורה הקדושה איז באלד ממשיך, "וַה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם בַּכֹּל!" אברהם אבינו איז א געבענטשטע מענטש, ער האט אלעס!. וועט איר פרעגן דאס הייסט געבענטשט? דאס הייסט האבן אלעס וואס מען דארף? ווען א קליינע חֶלקה פאר די קבורה פון זיין ווייב דארף ער קויפן פאר א טייערן סכום? ווען ער האט פארלוירן זיין ווייב און האט נאכנישט קיין עתיד פון זיינע דורות? וועלכע סארט ברכה איז דאס?!.
אבער די תורה הקדושה לערנט אונז דא אז ווען מ'איז א בָּא בַּיָּמִים אזויווי אברהם, ווען מ'ברענגט-מיט מיט זיך א ריינע אמונה אין השי"ת, דעמאלטס איז מען בעצם געבענטשט! אברהם אבינו דארף בכלל נישט זעהן די ישועה פאר די אויגן, ער דארף בכלל נישט וויסן וויאזוי זאכן גייען זיך אויסארבעטן און ווערן בעסער פאר איהם, ער לעבט מיט'ן בורא עולם און ער ווייסט אז דער גרויסער באשעפער באגלייט איהם און פירט איהם אויף טריט און שריט און ער איז דער כל יכול וואס קען איהם אויפרעכטן יעדע רגע, און ממילא פעלט איהם שוין יעצט גארנישט! ער לעבט רואיג און צופרידן, ער האט שמחה און התחזקות, ווייל ער ווייסט און איז זיך בוטח באמת אז ער ליגט אין גוטע הענט די גאנצע צייט, אויך ווען ס'איז שווער.
און יתכן אז דאס איז די 'עשירות' וואס דער אבן עזרא דערמאנט דא אז השי"ת האט געבענטשט אברהם אבינו מיט רייכטום, די כוונה איז נישט צו א גשמיות'דיגע עשירות פון שאָף און רינדער; אברהם אבינו איז העכער פון דעם, אברהם אבינו איז כולו קודש און ווערט נישט נתפעל פון גאלד און זילבער. נאר די כוונה איז צו א רוחניות'דיגע עשירות, צו זיין א שמח בחלקו, צו וויסן די גאנצע צייט אז אלעס איז גוט, נישט צו פארגעסן קיין איין רגע אז השי"ת איז מיט איהם און קען איהם העלפן.
און עס איז באמת וַה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם בַּכֹּל, ווייל אז מ'ווייסט אז השי"ת איז דער כל יכול און ער קען אלעס באווייזן, און טאקע 'אלעס' פשוטו כמשמעו, דאן איז מען באמת די גליקליכסטע מענטש ווייל מ'שפירט און מ'איז פארזיכערט אז מ'קען האבן אלעס אין איין מינוט ווען דער אייבישטער וויל.
און ווי פאסיג איז דאס מיט די ווערטער וואס רש"י ברענגט אויפן פסוק שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה - "כולן" שוין לטובה, די יארן פון שרה אמנו זענען אויך געווען געבענטשט מיט אט דעם ענין פון וַה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם בַּכֹּל, זי האט געלעבט מיט צופרידנקייט און כאילו זי פארמאגט אלעס שוין יעצט. הגם זי האט נישט געהאט קיין גרינגע לעבן, און זי האט בכלל נישט דערלעבט צו זעהן ווי יצחק האט חתונה, אבער זי האט שוין אלעס, זי לעבט מיט די ישועה פאר די אויגן אפילו ווען ס'איז נאכנישט דא, ווייל זי ווייסט אז דער אייבישטער קען אלעס...
וואס אליעזר האט זיך אנגעזאַפּט אין די שטוב פון אברהם
און אט די אטמאספערע האט געהערשט ביי אברהם אבינו אין שטוב, דאס איז געווען זיין שפראך און זיין חינוך וואס ער האט משפיע געווען ארום זיך אלעמאל. אליעזר איז געווען א 'עבד אברהם' וואס דער מושג פון 'עבדות' ווייזט אויף די מהות פון א מענטש, דאס איז די מציאות פון א קנעכט און זיין גאנצע תכלית צו ארבעטן און באדינען זיין בעל הבית ער איז איין שטיק עבד-לאדוניו, אליעזר איז טאקע קונה און זאַפּט איין אין זיין עצמיות די גרויסע און שלימות'דיגע אמונה און בטחון וואס שיינט ביי אברהם אבינו אין שטוב, ער ווערט א טייל פון די הייליגע השקפה און ידיעה. און דעריבער ווען אברהם אבינו שיקט איהם צו גיין זוכן א שידוך פאר יצחק, האט ער נישט קיין שום פראגעס צו פרעגן! ווייל פונקט ווי אברהם אבינו אליינס, לעבט אליעזר מיט'ן אייבישטער, ער ווייסט אז דער באשעפער איז מיט איהם און באגלייט איהם און וועט איהם העלפן, פונקט ווי זיין האַר אברהם ווייסט ער אז ה' אֱלֹקֵי הַשָּׁמַיִם וגו' הוּא יִשְׁלַח מַלְאָכוֹ לְפָנֶיךָ, און דעריבער איז באמת נישט דא קיין סאך וואס צו פרעגן וואס וואו און ווער אדער וועגן א סימן פארן שידוך, ווייל דאס אלעס וועט השי"ת צושטעלן. בלויז איין קליינע שאלה פון אוּלַי לֹא תֹאבֶה הָאִשָּׁה לָלֶכֶת אַחֲרַי, דאס דארף מען דאָך וויסן וויאזוי אברהם אבינו פלאַנט עס צו באהאנדלען...
און דאס לערנען אונז חכמינו ז"ל, יפה שיחתן של עבדי אבות לפני המקום מתורתן של בנים, ווען מ'רעדט פון 'תורתן' של בנים, עס איז טאקע זייער א הייליגע און חשוב'ע זאך, אבער תורה איז בלויז א לימוד, א זאך וואס מ'לערנט און מ'האלט אינעם מוח. דאגעגן "שיחתן של עבדי אבות" ווען מ'רעדט פון א אנגעזאַפּטע קנעכט, איינער וואס פארמאגט עבדות פון אברהם, דער עבד אברהם וואס זיין גאנצע מהות איז געווען די השקפה און די מציאות פון אברהם אבינו פיל מיט אמונה און בטחון, דאס איז באמת יפה שיחתן של עבדי אבות לפני המקום, עס איז חשוב און באליבט ביי השי"ת, וויבאלד דאס איז א טייל פון די 'עצמיות' און די פנימיות פון אונזערע אבות הקדושים וואס האבן אזוי געלעבט און דאס איינגעבאקן אין זיך און אין זייערע ארומיגע.
און דאס איז וואס מיר דארפן טיף אפלערנען און ארויסנעמען אויך פאר זיך צו גיין אין זייערע וועגן, צו שטייגן פון אונזערע נסיונות און צו לעבן מער און מער מיט'ן בורא עולם און וויסן יעדע רגע אז ער איז מיט אונז און קען אונז העלפן, און דורכדעם זוכה זיין צו לעבן א געבענטשטע לעבן, פונקט ווי אברהם אבינו האט צום סוף זוכה געווען צו זיין שכר און ס'איז מקויים געווארן אלע הבטחות פון השי"ת, אבער ער האט אויך געלעבט זיס און גליקליך די גאנצע צייט ביז אהין, דאס זעלבע דארפן מיר וויסן און גלייבן אז די ישועה וועט זיכער קומען צו גיין, אבער ביזדערווייל, ביז אהין, אויך לעבן א העכערע לעבן פיל מיט ברכה און שמחה וואס מען פארמאגט נאר ווען מ'ווייסט באמת און מ'געדענקט אלעמאל אז מ'געפונט זיך אין גוטע הענט.
לסיכום געדענק:
• ס'איז נישט גענוג בלויז זיך מחזק צו זיין פון צייט צו צייט אז השי"ת קען העלפן, נאר מ'דארף לעבן דערמיט שטענדיג, עס דארף זיין א חלק פון אונזער מהות.
• ווען מ'לעבט אזוי האט מען א גליקליך לעבן אפילו ווען ס'איז שווער, ווייל מ'ווייסט אז דער רבוש"ע איז דא און די ישועה קען קומען יעדע רגע.
• געדענק, די ישועה וועט זיכער קומען צום סוף, די שאלה איז נאר וויאזוי מען לעבט און מען שפירט ביז אהין.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
חיי שרה - ווען עס ברענט א עכטע פייער!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
Re: חיי שרה - ווען עס ברענט א עכטע פייער!
שיעור לייוו
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=264439
פרינט ארויס לכבוד שבת
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 11&gil=172
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=264439
פרינט ארויס לכבוד שבת
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 11&gil=172