דאס יא, עס איז געוועהן א רבי וואס האט זיך געפירט צו דאווענען גאר שפעהט שחרית, נאנט צו די שקיעה, איינמאל, בטעות, האט ער געדאווענט שמונעסרע און געזעהן אז עס איז נאך דא פיל צייט צו די שקיעה, בערך א האלבע שעה, האט ער געקלערט אז עס איז נאך דא צייט צו זאגען תחנון מיט והוא רחום, פסוק בפסוק כדרכו בקודש, והך קאווע, מען האט אנגעהויבן תחנון און געזאגט והוא רחום, און דערנאך געליינט קריאת התורה.
איין טעות האט דער רבי געמאכט, אז עס איז געוועהן דינסטאג, נישט מאנטאג און נישט דאנערשטאג, און קיינער האט נישט געוואלט אויפמערקזאם מאכן. פארוואס טאקע?
ווייל אז מען קען דאווענען שחרית נאכמיטאג, קען מען ליינען דינסטאג.
ווען דער רבי האט אויסגעפינען אז עס איז געווען דינסטאג און מען האט געליינט, האט ער געהאט גרויס עגמת נפש, און האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס קיינער האט נישט געוואלט אויפמערקזאם מאכן.
דער מעשה איז אמת ויציב און איז געשעהן אין טאש קודש.
ווען שבת איז אויסגעפאלן דינסטיג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ביבער האט געשריבן:דער מעשה האט מיר אהייםגערופן... געווען אמאל איינער פון די לעצטיגע צדיקים וואס בערוב ימיו האט ער ל"ע מיאוס געקאלעכט. האט ער אמאל אין א דינסטיג באשלאסן אז ס'איז שבת, ער טוט זיך אהן דעם געבלומטן בעקיטשע מיטן שטריימל און יאגט אריין אין שול שרייענדיג אויף די גבאים היתכן דער טיש איז נישט צוגעגרייט... מיין טאטע זז"ג דערציילט אייביג די עובדא ארויסצוברענגדיג גרויסקייט פונעם רבין כלו' מי יודע וואס דער רבי האט אלס צוגעזעהן אין הימל יעצט, ווי כאילו דער מחלה האט גארנישט געהאט קיין השפעה דא.
ביבער: אן ענליכע מעשה איז לעצטנס געברענגט געווארן אין די אוצר אפטיילונג פון דעם הייליגן בלאט דער בלאט. אבער ווער ס'מאכט דעם זעלבן חילוק הייסט אן אפיקורס...ווער ס'פארשטייט, פארשטייט...ודפח"ח...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 339
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:51 pm
- האט שוין געלייקט: 33 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
מענין לענין שלא ובאותו ענין
"ווען די בר מצוה געפאלט ביי די 12 "
האט מיר איינער פארציילט איבער א משפחה ברוכה ילדים, וואס די טאטע האט זיך פארחשבנט און בר מצוה געמאכט א קינד ביי די 12, א יאר פאר די צייט
וואסינייעס
האט מיר איינער פארציילט איבער א משפחה ברוכה ילדים, וואס די טאטע האט זיך פארחשבנט און בר מצוה געמאכט א קינד ביי די 12, א יאר פאר די צייט
וואסינייעס
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: ווען שבת איז אויסגעפאלן דינסטיג
כ'האב זייער הנאה פון דעם אשכול, נאדיר, אפשר וועסטו אויך הנאה האבן..