א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
שמעקעדיג זאגט פיין
און לאמיר נישט אריינגיין אין די עצם טענות פון ביידע זייטן
לאמיר גיין צו די לעצטע פאקטן לגבי די ריינער פאנעט קעיס אפאר נקודות וואס איז באקאנט פאר יעדעם:
1. סאיז קיינמאל נישט ארויס א ענדגילטיגע פסק פון דעם בורר
2. סאיז ארויס א "ביזדערווייל" פסק פון בערגמאן אז ביידע שותפים זאלן באקומען גלייך אויף גלייך צוטריט צו אלעמען
און ריינער האט עס נישט געפאלגט! און פארכאפט די גאנצע קאפאני און לאזט נישט צו מרת פאנעט צו גארנישט
3. בית דין בית יוסף האט ארויס געגעבן (נישט קיין עיקול! נאר א) פסק (ליין די אינהאלט פון זייער בריוו דאס איז נישט א טיפיקל נוסח פון א עיקול) דאס איז א פסק געבויט אויף בלויז אויסהערן איין צד בשעת בית יוסף האט בכלל נישט געוואלט אויפנעמען פאנעט און הערן זיין צד
4. די עיקול איז געבליבן בתוקף כאטש ער איז צוריק געגאנגען צו דעם בערגמאן בשעת כולי עלמא מודה אז אויב גייט דער בעל דין צוריק צו בית דין נעמט מען אראפ דעם עיקול
5. די זעלבע מיט די דיינים ר חיים יענקל טויבער פון באבוב ר אשר עקשטיין פון בעלז און ר יחיאל באבד פון טאטיקורב האבן באפוילן גראסעריס ארויס צו ווארפן הונדערט כאטש פאנעט איז שוין דעמאלס צוריק געזיצן ביי בערגמאן
6. די דערמאנטע דיינים האבן קיינמאל נישט פארדעם אפילו פרובירט צו הערן פאנעטס צד
פאנעט האט אויפגעוויזן אין זיין שטענעל ווי אפילו נאכדעם ווען ער האט זיי הנ"ל פרובירט צו רופן זענען זיי געווארן טויב און בלינד
7. פאנעט האט בשעתו מסכים געווען צו גיין צו א בית דין של שלשה און צד ריינער איז געווען דער וואס האט עס אפגעווארפן
8. כביכול די טענה פון די אלע דיינים איז געווען אז מען מעג טון צו פאנעט יעדע רשעות מעגליך ווייל ער האט זיך געוואנדן צו ערכאות
אבער אפילו נאכדעם וואס פאנעט האט געפאלגט און האט זיך ארויס געצויגן פון קארט אויף 100% איז די אלע רשעות געבליבן בתוקף
נאכמער: נאכדעם האט צד ריינער ממש גערופן פאליציי אויף פאנעט אים צו ארעסטירן מיט פאלנע שקרים, משום מה האט מען נישט געהערט א פיפס פון סיי וועלכע פון די דערמאנטע דיינים איבער צד ריינערס ערכאות און מסירה
9. נאכמער! בשעץ ווען מען האט געלייגט לחץ אויף פאנעט זיך צו ארויס ציען פון ערכאות איז נאך ריינער יא געבליבן!! און סהאט קיינער קיין ווארט נישט געזאגט!!!
ועל כולם:
צוויי בתי דינים האבן יא אויסגעהערט ביידע צדדים און דאס איז בית דין מחזיקי הדת בעלז אין א"י און פאלטיטשאנער בית דין פון ב"פ
די ביידע בתי דין וועלכע האבן יא אויסגעהערט סיי ריינער און סיי פאנעט האבן געשריבן א בריוו א די עיקול פון בית יוסף איז בטל ומבוטל
ומשום מה האט די סיסטעם נישט געוואלט קוקן אויף די צוויי נאר געפאלגט דעם בית יוסף עיקול כאטש כאטש כאטש כאטש
פון די פאקטן לערנט יעדע חדר אינגל (פאקטן שאין חולקים עליהם סאיז פאקטן וואס יעדער קען מברר זיין) אז די סיסטעם איז קאראפטירט און פארשימלט פון אויבן ביז אראפ
אז רבנים און דיינים קענען זיך אזוי אויפפירן איז מער קיין דעת תורה נישט דא דערווייל
דאס איז געזאגט געווארן אן נעמען א צד אין די עצם פייט צווישן די ביידע צדדים
דאס איז לגבי די טעראר וואס די דיינים זעלבסט האבן געפירט קעגן פאנעט
סא וואס איז דאס אויב נישט אפענע קארופציע?
איך האף אז פאנעט גייט טאקע סוען די אלע דיינים און זיי מסדר זיין אין קארט ווי עס קומט זיי

- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
איך קען נישט אלע פרטים, און מסתם אז מ'וועט נאכגיין עט מען טרעפן אסאך "אומפונקטלעכקייטן". אבער איין זאך האט ג'כאפט מיין אויג.בא גד האט געשריבן:שמעקעדיג זאגט פיין

דער בית דין פון בעלז אין ארץ ישראל האט ארויסגעגעבן א געשריבנענעם בריוו אז זיי ציען צוריק!!
משום מה האסטו פארגעסן פון דעם פאקט
ומקצתו יעיד על השאר
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
בנוגע בעלזע בית דין
קודם האט בעלזא בית דין געשריבן אז די עיקול איז בטל
דאן האט זיך מרדכי בריסק דער מנכ"ל פון בעלז אריינגעמישט
מרדכי האט "געוויסע" שייכות מיט ריינער און אינמיטן די נאכט האט ער גערופן דעם מזכיר מרדכי לאנדא אז ער זאל אליינס ארויס שטעלן א בריוו אז די "הסרת עיקול" איז בטל
דאס איז געשען בשעת די רבנים הבי"ד האבן גארנישט געוויסט פון דעם "ביטול הסרת העיקול"
די בעלזע דיינים זענען געווארן זייער בייז אז א "מאכער" האט די חוצפה צו גיין שרייבן בית דין צעטלעך אן זייער וויסן
די בעלזע דיינים האבן זיך פון פריש אריינגעווארפן אין די קעיס זיי האבן גערופן יעדע רב וואס איז געווען פארמישט
זיי האבן אפילו גערופן בית יוסף וועלכע האט כמובן נישט אויפגעהויבן און נישט צוריק גערופן (!)
און זיי האבן גערעדט מיט ביידע צדדים
און הערשט נאכדעם איז געקומען די צעטיל וואס פאנעט האט נארוואס פון פריש געשטעלט אויף זיין סטטוס
קענסט ווייטער קומען מיט די אלטע שקרים וואס זיי פארקויפן אבער רוף אן רבי אברהם דירענפעלד און הער אליינס
אבער פון דיין "מקצתו" פון שקרים מעיד על השאר

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 24
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 17, 2023 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
איך בין גרייט צו שווערן מיט א ספר תורה אז איך
איך מיט מיינע אויערען האבן געהערט פון דוד ריינערס מויל שרעקליכע לשון הרעס אויף פאנעט וואס האט נישט קיין שום שייכות צום קעיס און ער און איך ווייסן אז עס איז שקר
ווען איך האב דאס געהערט פון זיין אייגענע מויל האב איך באשלאסן צו שטיין ווייט פון דעם שקרן
א איד וואס קען מוציא שם רע זיין אויף א איד מיט אזעלכע הארבע זאכן וואס האט נישט קיין שום שייכות צום קעיס פשוט ווייל ער וויל נקמה
אזא איד איז ביי מיר פסול
זיינע טענות זענען ביי מיר נישט נוגע מער
און ווי מיר זענען דא הונדערטע וואס האבן מיטגעהאלטן די זעלבע סארט מעשיות מיט דעם ריינער

- הודעות: 9
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 8:03 am
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
Good point!עמק הבכא האט געשריבן:מיינט צוויי צענט:
מענטשן בטבע גלייכן נישט קיין נרדפים. מ'וועט טאקע רחמנות האבן אויפ'ן נרדף און אים אפשר אויסהערן, אבער נאכדעם וועט מען זיך זוכן אפצושאקלען פון אים. די סיבה דערצו איז וויבאלד א נרדף, אן עני, א פארביטערטער, ברענגט נישט קיין גוטע מצב ארום זיך, ס'פילט נישט גוט צו שטיין נעבן אים. ער קען זיין גערעכט, קען אויך זיין אז ער איז במהותו א געשמאקער פאזיטיווער מענטש, נאר איינמאל ער שפירט זיך ווי א דורכפאל, און ער באשולדיגט אנדערע דערין, שפירט דער מענטש וואס רעדט מיט אים אויך ווי א דורכפאל און ער וועט זיך אפשאקלען בעוד מועד.
עס קומט ארויס זייער שטארק ביי קינדער. מ'ליינט אסאך מאל די סטאריס פון מענטשן וואס זענען געווארן געבוליט אלס קינד, שרייבן זיי אייביג אז ס'איז בעיקר געווען איין רודף און קיינער האט זיך נישט אנגענומען צוליב פחד פון דעם קעניג פון קלאס. לדעתי איז עס נישט ריכטיג, מעגליך טאקע אז פחד שפילט אויך א ראלע, אבער די אמת'ע סיבה פארוואס קיינער איז נישט מקרב דעם וויקטעם איז פשוט ווייל זיין מהות אלס נרדף מאכט אנדערע קינדער פארלירן דעם אפעטיט פון זיך באפריינדן מיט אים.
אלוקים יבקש את הנרדף, דער אייבערשטער קוקט זיך אום, ווייל ער האט נישט ווער ס'זאל זיך פאר אים אננעמען. און טאקע נאר דער אייבערשטער, ווי אויך א צדיק וואס האט א ריין הארץ און איז אין א בחינה פון אלקות, קען זיך באמת קערן צום נרדף, אבער פשוט'ע מענטשן וועלן שטיין ווייט.
לענינינו, ווען ר' מענדל הערש פאנעט קומט מיט אזא שארפע ווייטאג, מיט אזעלכע פארביטערטע טענות קעגן זיינע געוועזענע שותפים, מאכט עס טאקע א רושם אויף די צוהערער און מענטשן פילן באמת מיט זיין צער, אבער מען גייט אוועק דערפון מיט א ביטערן טעם אין מויל. מענטשן טראכטן צו זיך ב"ה מיינע קינדער ווארפט מען נישט ארויס פון די מוסדות, איך דארף נישט פארקויפן מיין דירה, איך פארטראג מיך מיט מיינע ביזנעס קאלעגעס, איך האב זייער רחמנות אויף דעם צעבראכענעם איד, נאר צו וואס לאזן דאס הארץ ווערן איבערגענומען פון אזעלכע נעגאטיווע געפילן.
מיין עצה צו ר' מענדל הערש איז אז ער זאל זיך אביסל ווייניגער באנעבעכן. ער קען ווייטער ארויסברענגען די עוולות וואס זענען באגאנגען געווארן קעגן אים, נאר ער זאל פירן דעם קאמף מיט עטוואס מער זעלבסט-רעספעקט. דאס זיך דערקלערן אלס אזא שלימזל און לוזער ברענגט אפשר מער סימפאטיע אויפ'ן מינוט, אבער פארטרייבט מענטשן אויפ'ן לענגערן טערמין.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 06, 2023 5:38 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
סאיז מיר זייער אינטרעסאנט פארוואס ער איז כמעט שטיל געווארן אויף יוטוב, כמעט נישטא קיין נייע סחורה
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 1:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
זיך אויך גע'חידוש'טלמדן וחסיד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 12, 2023 5:41 am סאיז מיר זייער אינטרעסאנט פארוואס ער איז כמעט שטיל געווארן אויף יוטוב, כמעט נישטא קיין נייע סחורה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
קען זיין אז ער איז הייזעריק געווארן
אדער איז ער ביזי מיט עפעס א חידוש
דערווייל עדוועטייזט ער אז מען קען אים באשטעלן פאר דרשות און סליידס
אדער איז ער ביזי מיט עפעס א חידוש
דערווייל עדוועטייזט ער אז מען קען אים באשטעלן פאר דרשות און סליידס
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 1:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
בין נייגעריג ווי אזוי ער גייט ריספאנדען צו די נייע הדסים אויסגאבע דורך זיי
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 06, 2023 5:38 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
ער האט זיכער געהאפט ארויסצוגעבן א מאגעזין פאר עדאלטס יעצט אז קינדליין האט געפענט איז ער סטאק!
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
מיר האבן א בעל רוה"ק אין שטיבל!
יעדער ווייסט אז ווען ער וויל קען ער עניטיים ארויסקומען מיט א קינדער מאגאזין אדער טאטע מאגאזין און עס וועט גיין ווי הייסע פיצה מוצאי פסח
די גרעסטע ראיה דערצו איז די נישט נארמאלער עפארט וואס דער ריינער טוט אים צו באגראבן,
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
ער גייט זיין א פורים רב אז ער געט ארויס יעצט א מאגעזין
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
בעל בעמיו האט געשריבן: ↑ לכבוד האי ספרא רבה ר' מענדל הערש פאנעט הי"ו
מיט צער און ווייטאג קוק איך מיך צו צו דיין צער און ווייטאג. דו האסט אויפגעשטעלט א שיינעם ביזנעס, דו האסט געמאכט א רעוואלוציע אין אידישע ליין מאטריאל, בפרט ביי קינדער, און יעצט איז אלעס געגאנגען לטמיון, צוליב א סכסוך וואס דו האסט מיט דיין שותף. דו ביסט געבליבן בעירום ובחוסר כל, מיט גרויסע חובות. הקב"ה ימלא חסרונך.
עס טוט מיר אויך אביסל וויי אז מיינע קינדער וואס האבן אזוי ליב געהאט דיינע מאגאזינען, גייען דאס מער נישט האבן. זיי האבן פארלוירן דאס בעסטע ליין מאטריאל וואס זיי האבן געהאט.
רבי מענדל הערש, דו גייסט יעצט פובליק מיט די השחתה וואס דו האסט געזעהן ביי די דיינים און רבנים. דו שרייבסט און זאגסט דרשות ווי דו ביסט מגלה וואס עס האט זיך אפגעטאן אונטער די קוליסן. און איך וויל מיך אביסל באציען אויף דעם.
בתי דינים זענען קארופטירט, מיר אלע ווייסן דאס. עס איז נישטא קיין איבערזיכט אויף די בתי דינים, וואס דאס איז א סגולה פאר יחידי סגולה און קאנעקטעד מענטשן דאס אויסצונוצן פאר זייערע אינטערעסן.
נאטינג ניוז היר.
דאס גייט שוין אן יארן לאנג. יעדער מענטש מיט א ביבער הוט וואס האט א לעטערהעד פון א בית דין, קען טעראריזירן וועמען ער וויל. יעדער באיצטלא דרבנן קען נוצן אלע הויך-קלינגענדיגע לשונות ווי מסרב, עיקול, בית דין, מרים יד, מסור, וכל שום וחניכה דאית להם. אויב וואגסטו דיך נישט צו פאלגן דעם ביבער-הוט מענטש, מעג ער דיך מבזה זיין ברבים. פון איין מינוט צום צווייטן קענסטו דיך טרעפן אן קיין מוסד פאר דיינע קינדער און אן דעם וואס מענטשן זאלן וועלן האנדלען מיט דיר.
איך דארף דיר דאס נישט דערציילן. מבשרך תחזה. דו ווייסט וואס דו ביסט אדורך אונטער די האנט פון די טעראר וואס האט דעם קלינגענדיגן נאמען "בית דין".
דאס איז נישט עפעס וואס איז געשען נעכטן נאכט און דאס האט זיך נישט אנגעהויבן מיט דיר. דאס גייט שוין אן יארן לאנג. בעלי זרוע מיט די הילף פון רבנים טוען מה שלבם חפץ, ואין פוצה פה ומצפצף! יעדער האט מורא צו רעדן. קיינער וויל נישט ווערן אן אפגעפרעגטער. קיין איין טאטע וויל נישט טרעפן זיינע קינדער אינדערהיים אן קיין חדר נאר ווייל ער האט חלילה געהאט מחשבות זרות אויף א איד וואס האט דעם טיטל הרב.
אבער ר' מענדל הערש, דו האסט געשטיפט דעם באן די אלע יארן!
צו קענען אנגיין מיט די קארופציע, דארפן די פירער האבן א בלינדן עולם. אן עולם וואס גלייבט אין זיי. אן עולם וואס זעהט אין זיי עפעס מער, עפעס גרעסערע כוחות. דער עולם דארף באקומען כסדר'דיגע איינשלעף מעדעצינען.
אז איר קוקט אין די וועלט פון דיקטאטורן וועט איר זעהן אז זיי באקומען די מאכט דורך האבן מענטשן וואס גלייבן אין זיי. זיי קאנטראלירן דעם מוח פון די מענטשן.
איינע פון די מיטלען צו פארמאכן די מוחות פון מענטשן איז דורך קאנטראלירן די אינפארמאציע וואס דער עולם באקומט. דער עולם קען נאר באקומען פאזיטיווע אינפארמאציע אויף דעם סיסטעם און די דיקטאטורן. האבן דעם בעלות אויף די צייטונגען און מאגאזינען איז דער ערשטער זאך וואס די דיקטאטורן פארלייגן זיך אויף.
דייינע אויסגאבעס, קינדליין און הונדערט, זענען געווען קאנטראלירט ביי שיינע אידן. זיי האבן געגעבן זייער הסכמה. זיי האבן דארט געשריבן. דארט האט מען געשטיפט דעם וואגן. אין דיינע אויסגאבעס זענען שיינע אידן געווארן באשריבן אויפן שענסטן אויפן. דארט האט מען דערציילט אותות ומופתים פון זיי. דארט האט מען געפרעדיגט אמונת צדיקים, אז מ'דארף גלייבן אין יעדן בעקיטשע איד. דארט האט מען שיין געמאכט דעם סיסטעם וואס דו באשמיצט יעצט.
אויב געדענק איך גוט, איז דארט אפילו געלאפן אן ארטיקל איבער די ארבעט פון א בית דין. ווי הייליג די רבנים פירן זיך אויף, ווי ערליך זיי האנדלען און ווי ערנסט זיי באהאנדלען שאלות און געפעכטן!
אין דיינע אויסגאבעס האט מען נישט געפינען קיין איין שלעכט ווארט אויפ'ן סיסטעם. קיין איין השחתה האט מען דארט נישט פארציילט. דארט האט מען נישט געלערנט די קינדער צו טראכטן. דארט האט מען נאר געפרעדיגט, אויסגאבע נאך אויסגאבע, בלינדע צוטרוי צו די בעלי זרוע.
אין דעם קינדליין האט מען נישט דערציילט פאר די קינדער אז בתי דינים פסק'נען נישט וואס די תורה הייסט. אז דער ולא תגורו מפני איש אדער דער איסור פון שוחד זענען שוין נישט קיין ארטיקל היינטיגע צייטן. אין דעם הונדערט האט מען קיינמאל נישט דערציילט פאר די קינדער אז עס זענען דא מענטשן וואס לאקערן אויף זיי. מ'האט דארט אכט געגעבן אויף דעם סיסטעם אויפן חשבון פון די קינדער.
דאס איז פון וואו די רבנים און בתי דינים נעמען זייער כוח און מאכט. פון קינדווייז אן ווערן די קינדער געפיטערט אז מען טאר נישט האבן קיין קשיות. אז יעדער בנש"ק האט עפעס א כוח. אז יעדער שיינער איד פארשטייט בעסער פון דיר. אז יעדער רב קען טוהן וואס ער וויל און דו קענסט נישט האבן קיין טענות.
איר הערט ר' מענדל הערש, דו האסט זיי געגעבן דעם כוח צו טוהן מיט דיר די השחתה וואס זיי טוען יעצט מיט דיר!
ווען די השחתה וואלט נאר געווען ביי דיני תורות, החרשתי. אבער ליידער ליידער גייט דער השחתה אן כמעט אין יעדן אספעקט פון אונזער לעבן, פון כשרות ביז ישיבות. פון פעדעפיליע ביז מחלוקת. רבנים מעגן טוהן וואס זייער הארץ באגערט, און עולם גולם דארף דאס אננעמען ווי תורת משה מסיני!
קינדליין און הונדערט זענען געווען דער פאן טרעגער פון די רבנים!
יעצט ווען די זעלבע רבנים האבן אויסגעדרייט זייער געווער אויף דיר, ווען זיי האבן איינגעזען ברוחב בינתם אז פאר זייער אינטערעסן איז דיין געוועזענער שותף בעסער, קומסטו וויינען צו אונז?!
איך וויל נישט חלילה גיסן זאלץ אויף דיינע וואונדן, בפרט נישט בעת צר, ווען דיינע וואונדן זענען נאך אפן. די סיבה וואס איך שרייב צו דיר איז לתועלת העתיד.
יעצט ווען דו זיכסט עצות וואס צו טאן ווייטער, וויל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט:
דו האסט יעצט שני דרכים לפניך. איין דרך איז זוכן פרנסה אין דעם באקס וואס ווערט קאנטראלירט דורך די זעלבע אידן וואס טיילן דיר אויס ציפקע צרות. דו קענסט זוכן מיטלען ווי אזוי ווייטער צו ברענגען פאר די קינדער וואס קינדליין האט געפרעדיגט. דו קענסט פראבירן א נייעם וועג ווי אזוי ווייטער צו פארהייליגן דיינע אונטערדריקער. אפשר נישט אין קיין מאגאזין, אבער אפשר גיין דיזשיטעל. דער תוכן וועט בלייבן דאס זעלבע, נאר דער מיטל גייט זיך טוישן.
דער אנדערער דרך איז טוישן דעם תוכן. פון היינט און ווייטער גייסטו מער נישט זיין אונטערגעווארפן אונטער דעם טעראר, באשלייערט מיטן נאמען רבנים. דו גייסט מער נישט זיין דער וואס גייט פארהייליגן השחתה.
עס דא איז דא אסאך וואס אזא טאלאנטפולער אינגערמאן ווי דיר קען טוהן. דו קענסט שרייבן ביכער אויף וויסנשאפט וואס וועט ברענגען א תועלת פאר די קינדער. דו קענסט האבן ביכער אויף חשבון, ענגליש, אידישע און וועלטליכע היסטאריע, פיינענץ, ביזנעס, מאפע און נאך. אפשר קענסטו גאר אויפמאכן אן עפטער סקול פראגרעם אנליין ווי דו וועסט לערנען מיט די קינדער די זאכן. דו קענסט אויך האבן קלאסן אויף טאלאנט ווי נגינה און מאלן. דו קענסט לערנען קינדער שרייבן. עס איז דא א געוואלד זאכן וואס דו קענסט לערנען מיט די קינדער וואס איז נישט קיין לימוד צו פארשטאפן די קאפ פון די קינדער מיט שטותים און בלינדע צוטרוי צו רבנים און צום סיסטעם.
אפשר קענסטו מאכן אינטערעסאנטע קארטלעך אויף חשבון, ווי די קינדער וועלן זיך קענען לערנען עפעס וואס גייט זיי צוניץ קומען אין לעבן ווי איידער זיי זאלן טרעדן שומרים קארטלעך. קענסט מאכן קארטלעך איבער היסטאריע, וואס וועט געבן פאר די קינדער אסאך מער ווי די קארטלעך פון וויפל מצילי אש מעמבערס ס'איז דא אין קרית יואל און וויפיל הצלה מעמבערס ס'איז דא אין אנטווערפן. קארטלעך פון לענדער אויף די וועלט און זייער לאקאציע, וועט געבן פאר די קינדער א געוואלד מער פון קארטלעך פון אידן מיט קאלערדיגע בעקיטשעס.
נאך בעסער. עס איז מעגליך דא א פארלאנג פאר א ישיבה וואס איז געשטעלט צו מחנך זיין פיינע ערליכע קינדער, ווי איידער א ישיבה וואס איז געשטעלט אז די בחורים זאלן מאכן א שם טוב פאר די ישיבה. דו קענסט זיין דער פיאנער, דער רעוועלוציאנער. דו קענסט עפענען א ישיבה שלא למצויינים. א ישיבה מיט בא'טעמ'טע מגידי שיעור, ווי יעדער בחור קען לערנען אין א ווארעמע סביבה.
עס זענען דא נאך אסאך וועגן מיט וואס דו קענסט עפעס אויפטוהן מיט דיינע טאלאנטן ווי איידער נוצן דיינע טאלאנטן צו שטופן דעם וואגן פון השחתה.
וועט זיך עס אויסארבעטן? איך ווייס נישט. דער סיסטעם גייט דיך אוודאי פייטן. זיי קענען זיין סוקסעספול. אבער עס איז נישט זיכער. דער שטערן יוכיח. עס איז זייער מעגליך אז דו וועסט דיך טרעפן מיט הונדערטער קינדער וואס זייערע עלטערן זענען גרייט צו באצאלן אז דו זאלסט זיי אויסלערנען עפעס זאכליך, נישט קיין חילוק וויפל איסורים וקול קורא'ס עס גייט זיין.
דו קענסט אבער זיך אויסוועלן דעם אנדערן דרך. דער דרך פון ווייטער שטופן דעם וואגן וואס איז דיר אריבערגעפארן. דו וועסט שטופן אז דער זעלבער וואגן זאל קענען אריבערפארן אנדערע אידן. דו קענסט באשלוסן צו קושן די האנט וואס האט דיר געשלאגן און לעקן די פיס וואס האט דיך געשטויסן.
קום אבער נישט נאכדעם וויינען צו אונז!
אויב גייסטו מיט דעם דרך, דארפסטו שוין אויפהערן צו באשמיצען דעס סיסטעם. דער סיסטעם געבט פאר איינעם וואס האט געליטן זייער א קליינעם גרעיס פיריעד ווען ער קען וויינען און שרייען. איינמאל דער צייט גייט פארביי, איז סיומא דלעלם. דו קענסט נישט מער קיינמאל נישט וויינען איבער די אכזריות וואס דו ביסט פאריבער. אויב גייסטו אנגיין מיט דיינע דרשות, גייען אפילו די פאר רבנים וואס האבן זיך אנגענומען פאר דיר דיך ווארפן איבערן דראנג. ווייל דער סיסטעם איז איבער אלעם, אפילו ביי די פאר דיינים וואס האבן פון צייט צו צייט א שטיקל דרייסטקייט צו גיין קעגן דעם שטראם.
אויב גייסטו אנגיין מיט אויפדעקן השחתה, גייסטו ווערן אן אפגעפרעגטער, א שגץ, איינער וואס טאר נישט האבן קיין השפעה אויף קינדער. רבנים וועלן דיר מער נישט שטיצן, זיי וועלן מער נישט געבן קיין הסכמות אויף דיינע ווערק.
עס איז מיין האפענונג אז דו וועסט אויסוועלן די קינדער איבער די רבנים. נארמאלקייט איבער השחתה. אמת'ע אידישקייט איבער א קארופטירטע סיסטעם.
אויב דו טוסט דאס, האף איך אז דו זאלסט מצליח זיין און דער אייבערשטער זאל דיר שיקן ברכה והצלחה, עושר ואושר.
עס איז גוט גוט געשריבן
א תמים וואס האט געדינט די סיסטעם און מכבד געווען יעדע קהילה
און ער צאלט יעצט די פרייז ווען זיי ווייזן זייערע אמתע קאלירן
ר' מענדל הערש ליין עס איבער און איבער
און פון דיין מעשה זאל זיך יעדער לערנען ווי נידעריג די רבנים זענען
זיי וואלטן געדארפט זיי די וואס נעמען זיך אן פאר דיר
און אנשטאט האבן זיי דיר חרוב געמאכט דיין לעבן
איך בעט דיר פייט זיי עד הסוף!
טו תשובה און ברענג אונטער די בתי דין המשוחחים
מעגליך אז אט דאס וויל גאט פון דיר
זאלסט תשובה טון אויף דעם חטא פון דיין תמימות
מיר אלע ווארטן צו זען די בתי דין ארויס פון אונזער לעבן!!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
די רבנים און די בתי דינים וועלן בלייבן לעולם ועד.
און פון מענדל הערש פאנעט איז שוין יעצט גארנישט געבליבן.
הער גוט וואס איך זאג דיר, איינמאל פאר אלעמאל,
פאנעט האט "ZERO CHANCE" צו געווינען די קארט.
וועסטו זאגן ליין דורך זיין קלעם, ער האט גוטע ראיות.
וועל איך דיר זאגן נאכאמאל, ער גייט גארנישט געווינען.
לייג אוועק די תגובה און פרעג מיר אין אפאר יאר ארום
פון ווי איך האב דאס געוויסט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
@לאכעדיג, כ'ווייס נישט פונקטלעך דיין אגענדע אנטקעגן רמ"ה, ס'איז זיכער נישט סתם ווייל האסט "איינגעזעהן" אין ריינער'ס גערעכטיקייט. אבער כ'וואלט דיך געראטן זיך צי בארואיגן, ווייל מתוך גנותו בא לידי שבחו.
אויב דו באקומסט באצאלט פאר דעם, קען עס זיין א חשש גזילה
אויב דו באקומסט באצאלט פאר דעם, קען עס זיין א חשש גזילה
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
זעמער געוואר געווארן היינט אז מיר האבן דא גאר א חשובע ניק
א דאקטער!
א ראבינער אויך!
יעצט ביסטו מיר שוין א בעל רוח הקודש?
געטץ א קוק וואס מיר פארמאגן דא!!
שטעלט אייך אויף פאר לאכעדיג
אבער לאכט נישט!
ווייל לאכן לאכט דער לעצטער
דערווייל ליידט ריינער דורכפאל נאך דורכפאל אין קארט שוין באלד צוויי יאר
העמער זען!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בא גד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
טמיר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:25 pm @לאכעדיג, כ'ווייס נישט פונקטלעך דיין אגענדע אנטקעגן רמ"ה, ס'איז זיכער נישט סתם ווייל האסט "איינגעזעהן" אין ריינער'ס גערעכטיקייט. אבער כ'וואלט דיך געראטן זיך צי בארואיגן, ווייל מתוך גנותו בא לידי שבחו.
אויב דו באקומסט באצאלט פאר דעם, קען עס זיין א חשש גזילה
א דאנק פאר אייער געראטאכץ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
פאר די וואס פרעגן וואס די השתלשלות הדברים איז דא. איז אזוי, איך בין נאר באקאנט מיט איין זייט פון די שטעקן. פארוואס? ווייל דער זייט לייגט אלעס ארויס. מ'קען זעהן באריכות גדול אלע זיינע טענות מיט הוכחות אויף זיין יוטוב טשענעל https://youtube.com/@mhpaneth?si=u4nWudCH1l0TOUH0. און טאמער האסטו נאך א שאלה איז ער גרייט צי ענטפערן בטו"ט סיי אויפן טעלעפון, טעקסט, וואטסעפפ און טעלעגראם.
אויב דו ווילסט הערן סיי ווער פון די אנדערע צד, גוד לאק. אין בעסטן פאל (אויב די טעלעפון איז נישט געווארן מיסטיריעז אפגעהאקט) וועסטו באקומען א גרעפץ "נישט אויפן טעלעפאן".
כ'מיין דאס איז שוין פונקט גענוג. מ'דארף גארנישט מער קיין "הוכחות"
אויב דו ווילסט הערן סיי ווער פון די אנדערע צד, גוד לאק. אין בעסטן פאל (אויב די טעלעפון איז נישט געווארן מיסטיריעז אפגעהאקט) וועסטו באקומען א גרעפץ "נישט אויפן טעלעפאן".
כ'מיין דאס איז שוין פונקט גענוג. מ'דארף גארנישט מער קיין "הוכחות"
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
אבער ברוך ה' אז א גנב בין איך נישט...
און פאנעט האלט גאלאנטע רב שליט"א
ועוד רבנים אז ער איז יא א גנב.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
זיי האלטן נישט אזוי! קען זיין זיי "זאגן" אזוי אבער זיי האלטן נישט אזוי
גאלאנטער רב האט ניטאמאל אויסגעהערט מענדל הערש פאנעטס טענות בכלל
סא ווי קען ער האבן א מיינונג?
אבער אויב גאלאנטא רב זאגט אז ער איז א גנב (כאטש איך האב עס נאכנישט געהערט) דאן איז ער נישט קיין כשר'ע דיין
ווייל א דיין קען נישט פסקנען אן אויסהערן ביידע צדדים
און די "אנדערע רבנים" האלטן וואס? וועלכע אנדערע רבנים? די זעלבע וואס האבן אים קיינמאל נישט אויסגעהערט?
לאמיר דאס מאכן קלאר
דער איינציגסטער וועלכע האט עפישעלי געהערט ביידע זייטן איז בלויז משה בערגמאן, אויך רוב צייט האט בערגמאן בלויז געהערט דעם ריינער און קוים געלאזט פאנעט רעדן
אויב בויעסטו דיין הנחה אויף בערגמאן'ס מיינונג, דעמאלס חוץ פון לאכן וועל איך נישט גארנישט זאגן
נו נו וועט מען זען אין קארט ווער משה'לע איז
צו די "דיינות געלט" וואס ער רייסט ארויס איז אזוי ערליך גענומען
גיי ארום אין גאס פרעג זיך נאך אויף דעם משהלע בערגמאן
און יעדער אנדערע רב וואס זאגט דאס איז א שקרן און א רשע מרושע ווייל קיין שום רב קען נישט פסקענען אויף א איד אן אים אויסהערן
דאס איז וואס אונזער תורה זאגט
קען זיין אז ריינער האט א נייע תורה אבער דאס איז נישט אונזער תורה
סתם אזוי, מענדל הערש האט געוואלט גיין בימים ההם צו א בית דין של שלשה און ריינער דער "נישט גנב" האט געציטערט אהין צו גיין
פארוואס האט ער אזוי מורא געהאט? הא?
און לא לחינם הלך דוד ריינער לי.ק. קוק ווער זיין קליקע איז
א גוטן פורים
(ביסט אפשר א דאקטער אבער זייער א שוואכער קאמפיינער
סארי פארן זיין בלאנד)