צו וואס טויג אונז די מדינה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך שמן למאור »

סארי הערצל, האסט מיאוס אנגעזעצט. ווי האט נאר יענער געזאגט? "א פארכאכטע מדינה"! (מיט א ק)

מען שטייט שוין א חודש נאך די שוידערליכע אקטאבער דעם זיבעטן טעראר אטאקע, און קיין גרויסע ישועה זעט זיך נישט אן אויפן האריזאנט. יא, די מדינה האקט שטיקער, עזה איז פלאך, מען נעמט איין שפיטעלער און חאמאס באזעס... און? וואו אהין צילסטו פינקטליך?

אהה! מען גייט אויסמעקן חאמאס! יא יא, הצלחה רבה. לאמיר זיך נישט נאר'ן, אפילו לי יצויר אז חאמאס ווערט אפגעמעקט, ווערן יעצט איינגעזייט די קערנדלעך פארן נעקסטן ערגערן טעראר גרופע.

אז די קענסט אריינגיין קיין עזה און מקיים זיין דעם לא תחיה כל נשמה, איז איין זאך, אבער דאס גייט ממילא נישט געשען. נישט ישראל האט די מעגליכקייט דאס צו טון, נישט די וועלט וועט עס צולאזן, און נישט אז ס'איז גערעכט צו טון.

וואס וועט ווערן פון דעם יונגעלע וואס זיין טאטע מאמע און אפאר געשוויסטער זענען אפגעווישט געווארן אין אן איזרעילי מיסל אטאקע? ער וועט ווערן א פרידן שטיצער? גיי דריי אים א קאפ אז זיין משפחה איז נאר געווארן געכאפט אין קראוספייער בשעת'ן צילן חאמאס, יע יע, א גרויסע טעראריסט וועט ער אויסוואקסן.

וועלט פארזארגער הערן נישט אויף זיך צו מוטשענען מיט די מאראלישע קשיא איבער וואס עס איז די פערפארציאנאלער רעספאנס פאר די שמחת תורה אטאקע, און וויפיל פאלעסטינע קינדער עס דארפן גע'הרג'עט צו ווערן איידער מען האלט שוין ביים ריכטיגן שטאפל פון נקמה.

מד"י ווארטזאגער פון זייער זייט ענטפערן אז מען האט נישט קיין ברירה, מען מוז פטור ווערן פון חאמאס, נישט קיין חילוק וויפיל צווילע עס וועט קאסטן, און גערעכט זענען זיי, אזא אטאקע מוז מען אפענטפערן. אבער רבוש"ע, פאר יעדע חאמאס טעראריסט וואס מען עלימענירט, ווערט באשאפן פרישע 5 טעראריסטן! וואס איז די ענד געים דא?

אה, זאלן זיי גארנישט טון און בלויז אינוועסטירן אין שיץ? בויען הויעכע ווענט און שטעך דראטן? האבן מיר דאך שוין געזען וויאזוי דאס האט זיך אויסגעארבעט.

איז וואס יא?! גארנישט! ס'איז א פארק... מדינה! נישטא קיין געהעריגע עתיד!

די אלע וואס האקן א קאפ וועגן א 2 סטעיט סעלושן פארטאכלעווען אויך סתם די צייט. מען האלט יעצט די ווייטסטע ווי סיי ווען אין די געשיכטע אז דאס זאל פאסירן. די לינקע ישראלים זענען שוין אויך דערקעגן, און נאכן פלאך מאכן גאנץ עזה וועלן די פאר שלום ליבהאבער אין עזה זיך אויך שנעל טוישן די מיינונג. ס'איז גוט פאר געביגלטע סוטס דאס צו פאנטעזירן אויף טיווי נאכן זיך אנקוקן מיט פלאכע שטעט, און עס גליסט זיך צו ענדיגן מיט א געמאכטע האפענונג פון א הארמאנישער שלום וועלט, אבער פון ריאליטעט איז דאס גאר ווייט.

אלזא וואס יא? גארנישט! יעצט קען מען שוין גארנישט טון. פארמאכן די מדינה קען מען שוין אויך נישט, וואו גייען יעצט מיליאנען אידן גיין?

אבער דו הערצל, דו בן גריון, צו וואס האט דאס אויסגעפעלט? האסט טאקע געמיינט אז מיט דיין מדינה'לע וועט זיך אנטיסעמעטיזם אויפהערן?

איך לעב מיך אסאך רואיגער אין אמעריקע ווי מיינע ברידער אין ארץ הקודש. די שאנסן אז עפעס שלעכט זאל פאסירן צו מיינע קרובים אין ארץ ישראל איז פילפאכיג מער ווי פאר די אידן אין ניו יארק. די שאנסן אז א מיסל זאל פאלן אויף מיין הויז אדער אז איך זאל קומען אינטער נוקלעארע אטאקע איז כמעט נול, ווידערום מיינע ברידער אין די מדינה קענען דאס נישט זאגן.

די מדינה איז ארומגענומען מיט שונאים וואס ווילן איר פארטיליגן. איראן מיט אנדערע שונאים יאגן נאך דעם אטאם, און פלאנירן אויפן ערגסטן. צו וואס טויג די גאנצע זאך? איז נישט די פלאן פון נעמען א שטיק אומבאוואוינטע לאנד אין אגאנדע פאר א מדינה געווען פילפאכיג בעסער? נישט אז דאס וואלט יא אויסגעמעקט אנטיסעמעטיזם, אבער קיין מיליאנע אראבער וואס ברויזן נאך עד היום אויפן נאקבא וואלט דאס זיכער פארמיטן.

אנשטאט שיקן אייערע קינדער צום מיליטער ריזיקירנדיג זייער לעבן פארן מוטערלאנד, וואלט איר געקענט שיקן ענקערע קינדער שטודירן אין איניווערזיטעטן מיט א זיכערן געמיט. אפשר קען מען נאכאלטס אויפגעבן ישראל, און עס אויפטוישן מיט עפעס מער א שטילע ווינקעלע ערגעץ וואו אויפן כדור הארץ? אפשר קענען אונז אידן איינמאל פאר אלעמאל לעבן שטיל און מיט פרידן ווייט פארהוילן פון די רוישיגע וועלט?

אפשר אזוי וועלן מיר אויסלענדישע אידן אויך קענען לעבן מיט א רואיגקייט און נישט ווערן אפעקטירט פון די געפערליכע אויפשטייג אין אנטיסעמעטיזם וואס קומט פאר יעדעס מאל וואס די ענדלאזע קריג פלאקערט ווידער אויף.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך שמעון וואלף »

דברים כדרבונות.
נאר וואס דען? באשר הוא שם, אין די מצב ווי מ'שטיימיר, מוז מען טון עכ"פ וואס מ'קען אז די רוצחים זאלן כאטש טראכטן צוויי מאל פאר'ן טערארעזירן די מדינה. און איך גיב עס נאך א טשענס, אולי יחוס, די עזתים מיט די שטיצע פון די מערב וועלט וועלן אויפשטעלן א נארמאלע רעגירונג דארט וואס וועט פאקוסן אויף טוישן די גאנצע סעווילעזאציע דארט אין עזה.
ודברת בם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 9:09 am
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך ודברת בם »

איינע פון די טאלקינג פאונטס איז אז די מדינה איז די פראנט. ווען נישט די מדינה איז די פראנט דא אין אמעריקא.
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך בר גיורא »

ודברת בם האט געשריבן: איינע פון די טאלקינג פאונטס איז אז די מדינה איז די פראנט. ווען נישט די מדינה איז די פראנט דא אין אמעריקא.

הייסט עס אז אויב בריטאניע וואלט נישט געגעבן א מדינה פאר די אייראפעישע אידן, וואלטען אלע פאלעסטינער אויפגעריסן באסעס אין מאנהעטן??
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk

שמעון וואלף האט געשריבן: דברים כדרבונות.
נאר וואס דען? באשר הוא שם, אין די מצב ווי מ'שטיימיר, מוז מען טון עכ"פ וואס מ'קען אז די רוצחים זאלן כאטש טראכטן צוויי מאל פאר'ן טערארעזירן די מדינה. און איך גיב עס נאך א טשענס, אולי יחוס, די עזתים מיט די שטיצע פון די מערב וועלט וועלן אויפשטעלן א נארמאלע רעגירונג דארט וואס וועט פאקוסן אויף טוישן די גאנצע סעווילעזאציע דארט אין עזה.

דאס האט מען אונז געזאגט אז עס גייט געשען אין ליביע, איראן, אפגאניסטן, יהודה ושומרון.
איז דא 1 לאנד ווי מ'האט געטוישט רעזשים דורך מלחמה די לעצטע 50 יאר?
די שיטה קומט נאך פון 70 יאר צוריק ווען מ'האט עס געטון אין דייטשלאנד און יאפאן.
ס'ארבעט שוין נישט!!
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

שמן למאור האט געשריבן: אבער דו הערצל, דו בן גריון, צו וואס האט דאס אויסגעפעלט? האסט טאקע געמיינט אז מיט דיין מדינה'לע וועט זיך אנטיסעמעטיזם אויפהערן?

דא ליגט דיין טעות. דו מיינסט טאקע אז אהן די מדינה'לע וואלט זיך אנטיסעמיטיזם אויפגעהערט?
פונקט פארקערט! זיי, אנערקענענדיג אז אנטיסעמיטיזם האט נישט קיין הייל מיטל, און אז עס וועט זיך קיינמאל נישט אויפהערן, האבן מחליט געווען צו ענדערש בויען אן אייגן לאנד ווי איידער צו זיין אנגעוואנדן אין די גוטהארציגקייט פון די פעלקער.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך בר גיורא »

גערעכט אז ס'איז דא אנטיסעמיטיזם אן דעם אויכעט,
די טענה איז אבער פארוואס לייגסטו צו נאך א גאנצע ראסע וואס האט דיך רעליטיוו ריספעקטעד פאר דעם, צו די ליסט פון דיינע שונאים?!
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך צקון לחש »

די איידיע פון די מדינה איז אז ס'איז ענדערש צו זיכער שטארבן ווי א העלד ווי איידער ספק שטארבן ווי צאן לטבח
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך בר גיורא »

חברי הכנסת, דני דנון (הליכוד) ורם בן ברק (יש עתיד), חברי ועדת חוץ וביטחון האבן היינט פארגעשלאגען אין די WSJ אז יעדכ מדינה וואס האט געוואוט פאר א סיס פייער 2 אין די U.N. זאל אריינעמען 10.000 ציווילע אין די איבריגע טעראריסטען וועלן זיי שוין קעיר נעמען...
זייער טענה איז אז יעדע אנדערע קאנפליקט אין די וועלט ווי סוריה, אפריקה, אקריינע, קען די וועלט זיך אן עצה געבען.
נאר דא בלייבען זיי נאך פליטים נאך 80 יאר!!
און וואס איז מיט די אראבישע לענדער וואס מיט זייער גרויסע רחמנות שיקן זיי תכריכים...?
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך קהל'ס נער »

די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועהן פאר הקמת המדינה, טאקע אט די שמחת תורה שחיטה איז נאך א הוכחה ווי וויכטיג די מדינה איז, די עזתים וואלטן איבערגעמאכט די קרעמעטוריומס און טויט לאגערן ווען זיי קענען ווען, א דאנק די מדינה האבן זיי נישט געקענט שחט׳ן מער פון ארום 1500 אידן הי״ד, ווערסוס די האלעקאוסט ווי מען האט געהרג׳ט 6 מיליאן יודן.

די רעיון פון הקמת המדינה איז נישט געוועהן אפצושטעלן אנטיסעמיטיזם, די ציל איז געוועהן צי באשיצען יודן, און מיט דעים זענען זיי היבש סוקסעספול, און אפילו מיט זייערע דורכפעלער שטייען זיי זעקס טויזענט מאל בעסער ווי אן א מדינה. (טויזענט קרבנות ווס. זעקס מיליאן קרבנות)
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

יאפ, הערצל'ס מדינה איז אן אנזעץ וואס כלל ישראל האט נישט געהאט זייט שמעון בר כוכבא'ס מדינה, ס'נישט צום אראפשלונגען און נישט צום אויסשפייען. נאר וואס דען, אין הערצל'ס צייטן איז גאנץ אייראפע פונקט אזוי געוועהן פארזינקען אין מלחמות און xenophobia, ער האט נישט געהאט קיין שום וועג צו וואוסן אז ס'גייען קומען צוויי וועלט מלחמות וואס גייען גורם זיין אז אייראפע זאל ווערן fed up פון מלחמות פאר נאך טויזענט יאר, פון אזא מולטיקולטורעל סאסייעטי ווי 2023 וואו מענטשן פון אלע סארטן ראסעס און רעליגיעס (ווילאנג זיי זענען נישט צו רעליגיעז) קענען אזוי שיין לעבן זייט ביי זייט האט ער ניטאמאל געקענט חלומ'ען.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך סקעפטיקער »

קהל'ס נער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:48 am די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועהן פאר הקמת המדינה, טאקע אט די שמחת תורה שחיטה איז נאך א הוכחה ווי וויכטיג די מדינה איז, די עזתים וואלטן איבערגעמאכט די קרעמעטוריומס און טויט לאגערן ווען זיי קענען ווען, א דאנק די מדינה האבן זיי נישט געקענט שחט׳ן מער פון ארום 1500 אידן הי״ד, ווערסוס די האלעקאוסט ווי מען האט געהרג׳ט 6 מיליאן יודן.

די רעיון פון הקמת המדינה איז נישט געוועהן אפצושטעלן אנטיסעמיטיזם, די ציל איז געוועהן צי באשיצען יודן, און מיט דעים זענען זיי היבש סוקסעספול, און אפילו מיט זייערע דורכפעלער שטייען זיי זעקס טויזענט מאל בעסער ווי אן א מדינה. (טויזענט קרבנות ווס. זעקס מיליאן קרבנות)
ווען די מדינה עקזיסטירט ווען צען יאר פריער וואלט דען נישט געווען קיין האלאקאוסט? די מדינה קען נישט צופיל טוהן פאר אידן ארום די וועלט. זיי קענען נאר באשיצן לאקאלע אידן אין ארץ ישראל פון א פראבלעם וואס זיי האבן (טיילווייז) זיך אליינס געברענגט
ים רויבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך ים רויבער »

בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 12:05 am
ודברת בם האט געשריבן: איינע פון די טאלקינג פאונטס איז אז די מדינה איז די פראנט. ווען נישט די מדינה איז די פראנט דא אין אמעריקא.

הייסט עס אז אויב בריטאניע וואלט נישט געגעבן א מדינה פאר די אייראפעישע אידן, וואלטען אלע פאלעסטינער אויפגעריסן באסעס אין מאנהעטן??
עס דערמאנט מיך ווען מען האט אויפגעריסן באסעס אין לאנדאן, אן עירפארט אין בראסעלס, איבערגעפארן 80 מענטשן ביים ביעטש אין פראנקרייך און אויפגעריסן 2 פלעינס אין מאנהעטן (סארי, נישט קיין באסעס)
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך סקעפטיקער »

ים רויבער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:16 am
בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 12:05 am
ודברת בם האט געשריבן: איינע פון די טאלקינג פאונטס איז אז די מדינה איז די פראנט. ווען נישט די מדינה איז די פראנט דא אין אמעריקא.

הייסט עס אז אויב בריטאניע וואלט נישט געגעבן א מדינה פאר די אייראפעישע אידן, וואלטען אלע פאלעסטינער אויפגעריסן באסעס אין מאנהעטן??
עס דערמאנט מיך ווען מען האט אויפגעריסן באסעס אין לאנדאן, אן עירפארט אין בראסעלס, איבערגעפארן 80 מענטשן ביים ביעטש אין פראנקרייך און אויפגעריסן 2 פלעינס אין מאנהעטן (סארי, נישט קיין באסעס)
און דאס וואלט געווען מער ווען נישט מדינת ישראל?
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:08 am
קהל'ס נער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:48 am די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועהן פאר הקמת המדינה, טאקע אט די שמחת תורה שחיטה איז נאך א הוכחה ווי וויכטיג די מדינה איז, די עזתים וואלטן איבערגעמאכט די קרעמעטוריומס און טויט לאגערן ווען זיי קענען ווען, א דאנק די מדינה האבן זיי נישט געקענט שחט׳ן מער פון ארום 1500 אידן הי״ד, ווערסוס די האלעקאוסט ווי מען האט געהרג׳ט 6 מיליאן יודן.

די רעיון פון הקמת המדינה איז נישט געוועהן אפצושטעלן אנטיסעמיטיזם, די ציל איז געוועהן צי באשיצען יודן, און מיט דעים זענען זיי היבש סוקסעספול, און אפילו מיט זייערע דורכפעלער שטייען זיי זעקס טויזענט מאל בעסער ווי אן א מדינה. (טויזענט קרבנות ווס. זעקס מיליאן קרבנות)
ווען די מדינה עקזיסטירט ווען צען יאר פריער וואלט דען נישט געווען קיין האלאקאוסט? די מדינה קען נישט צופיל טוהן פאר אידן ארום די וועלט. זיי קענען נאר באשיצן לאקאלע אידן אין ארץ ישראל פון א פראבלעם וואס זיי האבן (טיילווייז) זיך אליינס געברענגט
מ’וואלט געהאט ווי צו לויפן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך סקעפטיקער »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:41 am
סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:08 am
קהל'ס נער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:48 am די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועהן פאר הקמת המדינה, טאקע אט די שמחת תורה שחיטה איז נאך א הוכחה ווי וויכטיג די מדינה איז, די עזתים וואלטן איבערגעמאכט די קרעמעטוריומס און טויט לאגערן ווען זיי קענען ווען, א דאנק די מדינה האבן זיי נישט געקענט שחט׳ן מער פון ארום 1500 אידן הי״ד, ווערסוס די האלעקאוסט ווי מען האט געהרג׳ט 6 מיליאן יודן.

די רעיון פון הקמת המדינה איז נישט געוועהן אפצושטעלן אנטיסעמיטיזם, די ציל איז געוועהן צי באשיצען יודן, און מיט דעים זענען זיי היבש סוקסעספול, און אפילו מיט זייערע דורכפעלער שטייען זיי זעקס טויזענט מאל בעסער ווי אן א מדינה. (טויזענט קרבנות ווס. זעקס מיליאן קרבנות)
ווען די מדינה עקזיסטירט ווען צען יאר פריער וואלט דען נישט געווען קיין האלאקאוסט? די מדינה קען נישט צופיל טוהן פאר אידן ארום די וועלט. זיי קענען נאר באשיצן לאקאלע אידן אין ארץ ישראל פון א פראבלעם וואס זיי האבן (טיילווייז) זיך אליינס געברענגט
מ’וואלט געהאט ווי צו לויפן.
גראדע רוב אידן האבן נישט געהאלטן ביים אנטלויפן ביזן זיך טרעפן אין די לאגער, און דעמאלטס האט מען שוין נישט געקענט אנטלויפן אפילו מ'וואלט געהאט צו וואו
באר מים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 06, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך באר מים »

ווען אידן זענען אריין און ארץ ישראל פאר 3 אהאלב טויזנט יאר צוריק האט אויך גענומען אפאר הונדערט יאר ביז די מלחמות האבן זיך אויפגעהערט.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך אלפא »

IMG_20231109_133424_472[1].jpg
ענליך צו וואס @מי אני האט גע'טענה'ט דא והלאה
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך עמרם »

איך פארשטיי נישט די נידון דא, שנאת ישראל איז אייביג געווען און גייט אייביג זיין!
מ'האט גע'רצח'ט אידן ליידער במשך די גאנצע גלות אויף שרעקליכע פארנעמען ה"י.

קיינער האט נישט געהאלטן אז די מדינה גייט מאכן אז ס'זאל מער נישט זיין קיין שנאת ישראל.

נאר מ'האט אויפגעטוהן סך הכל אז ווען איינער וויל עפעס טון פאר די אידן שלאגט ער זיך מיט א מדינה, אויב וואלט נישט געווען קיין מדינה זאל גאט שומר און מציל זיין וואס וואלט געווען אין אמעריקע, יעדע אנטיסעמיט וואלט רח"ל אטאקירט, נאר אז ס'איז דא א מדינה הייסט אז זיי שלאגן זיך מיט א גרויסע כח איז שוין עפעס אנדערש,

נאר מ'איז נאכנישט פטור פון טעראריסטן, ווייל זיי האבן נישט מורא פון קיין מדינות, זיי האבן נישט מורא פון נקמה און בכלל האבן זיי נישט מורא פון טויט, האט מען פון זיי צו הערן, אבער די פלענע אנטיסעמיטן האלטן די הענט ביי זיך ווייל אקעגן א מדינה ווילן זיי נישט גיין.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך סקעפטיקער »

דו האלטסט אז אידן אין אמעריקא זענען בלויז פארזיכערט צוליב מדינת ישראל?
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך עמרם »

נישט בלויז פארזיכערט,

אבער זייער שטארק מסתבר אז ס'וואלט געווען ארגער אין אמעריקע ווען נישט די מדינה, אז ס'איז א גרופע סתם אן א גרויסמאכט וואס שטייט אונטער זיי וואלטן די אנטיסעמיטן וואס זענען ליידער דא לרחצה און רעדן א גאנצן טאג אקעגן די מדינה, וואלטן זיי ליידער זיך צופירט די הענט היל"ת

(מ'דארף געדענקען אז ווען מ'רעדט פון די ענין "ווען עס וואלט געווען אנדערש וואלט געווען אזוי און אזוי" איז אלעס בלויז השערות, מ'קען דאך נישט וויסן במציאות וואס וואלט דעמאלט געווען בין לטב ובין למוטב)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך שמן למאור »

קהל'ס נער האט געשריבן: די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועהן פאר הקמת המדינה, טאקע אט די שמחת תורה שחיטה איז נאך א הוכחה ווי וויכטיג די מדינה איז, די עזתים וואלטן איבערגעמאכט די קרעמעטוריומס און טויט לאגערן ווען זיי קענען ווען, א דאנק די מדינה האבן זיי נישט געקענט שחט'ן מער פון ארום 1500 אידן הי"ד, ווערסוס די האלאקאוסט ווי מען האט גע'הרג'עט 6 מיליאן יודן.

די רעיון פון הקמת המדינה איז נישט געוועהן אפצושטעלן אנטיסעמיטיזם, די ציל איז געוועהן צי באשיצען יודן, און מיט דעים זענען זיי היבש סוקסעספול, און אפילו מיט זייערע דורכפעלער שטייען זיי זעקס טויזענט מאל בעסער ווי אן א מדינה. (טויזענט קרבנות ווס. זעקס מיליאן קרבנות)

אין אמעריקע איז קיין 1,000 אויך נישט אויסגע'הרג'עט געווארן. אין די פרייע וועלט קען מען רואיג לעבן, עס פעלט נישט אויס קיין מדינה.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט