צו וואס טויג אונז די מדינה?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
צו וואס טויג אונז די מדינה?
סארי הערצל, האסט מיאוס אנגעזעצט. ווי האט נאר יענער געזאגט? "א פארכאכטע מדינה"! (מיט א ק)
מען שטייט שוין א חודש נאך די שוידערליכע אקטאבער דעם זיבעטן טעראר אטאקע, און קיין גרויסע ישועה זעט זיך נישט אן אויפן האריזאנט. יא, די מדינה האקט שטיקער, עזה איז פלאך, מען נעמט איין שפיטעלער און חאמאס באזעס... און? וואו אהין צילסטו פינקטליך?
אהה! מען גייט אויסמעקן חאמאס! יא יא, הצלחה רבה. לאמיר זיך נישט נאר'ן, אפילו לי יצויר אז חאמאס ווערט אפגעמעקט, ווערן יעצט איינגעזייט די קערנדלעך פארן נעקסטן ערגערן טעראר גרופע.
אז די קענסט אריינגיין קיין עזה און מקיים זיין דעם לא תחיה כל נשמה, איז איין זאך, אבער דאס גייט ממילא נישט געשען. נישט ישראל האט די מעגליכקייט דאס צו טון, נישט די וועלט וועט עס צולאזן, און נישט אז ס'איז גערעכט צו טון.
וואס וועט ווערן פון דעם יונגעלע וואס זיין טאטע מאמע און אפאר געשוויסטער זענען אפגעווישט געווארן אין אן איזרעילי מיסל אטאקע? ער וועט ווערן א פרידן שטיצער? גיי דריי אים א קאפ אז זיין משפחה איז נאר געווארן געכאפט אין קראוספייער בשעת'ן צילן חאמאס, יע יע, א גרויסע טעראריסט וועט ער אויסוואקסן.
וועלט פארזארגער הערן נישט אויף זיך צו מוטשענען מיט די מאראלישע קשיא איבער וואס עס איז די פערפארציאנאלער רעספאנס פאר די שמחת תורה אטאקע, און וויפיל פאלעסטינע קינדער עס דארפן גע'הרג'עט צו ווערן איידער מען האלט שוין ביים ריכטיגן שטאפל פון נקמה.
מד"י ווארטזאגער פון זייער זייט ענטפערן אז מען האט נישט קיין ברירה, מען מוז פטור ווערן פון חאמאס, נישט קיין חילוק וויפיל צווילע עס וועט קאסטן, און גערעכט זענען זיי, אזא אטאקע מוז מען אפענטפערן. אבער רבוש"ע, פאר יעדע חאמאס טעראריסט וואס מען עלימענירט, ווערט באשאפן פרישע 5 טעראריסטן! וואס איז די ענד געים דא?
אה, זאלן זיי גארנישט טון און בלויז אינוועסטירן אין שיץ? בויען הויעכע ווענט און שטעך דראטן? האבן מיר דאך שוין געזען וויאזוי דאס האט זיך אויסגעארבעט.
איז וואס יא?! גארנישט! ס'איז א פארק... מדינה! נישטא קיין געהעריגע עתיד!
די אלע וואס האקן א קאפ וועגן א 2 סטעיט סעלושן פארטאכלעווען אויך סתם די צייט. מען האלט יעצט די ווייטסטע ווי סיי ווען אין די געשיכטע אז דאס זאל פאסירן. די לינקע ישראלים זענען שוין אויך דערקעגן, און נאכן פלאך מאכן גאנץ עזה וועלן די פאר שלום ליבהאבער אין עזה זיך אויך שנעל טוישן די מיינונג. ס'איז גוט פאר געביגלטע סוטס דאס צו פאנטעזירן אויף טיווי נאכן זיך אנקוקן מיט פלאכע שטעט, און עס גליסט זיך צו ענדיגן מיט א געמאכטע האפענונג פון א הארמאנישער שלום וועלט, אבער פון ריאליטעט איז דאס גאר ווייט.
אלזא וואס יא? גארנישט! יעצט קען מען שוין גארנישט טון. פארמאכן די מדינה קען מען שוין אויך נישט, וואו גייען יעצט מיליאנען אידן גיין?
אבער דו הערצל, דו בן גריון, צו וואס האט דאס אויסגעפעלט? האסט טאקע געמיינט אז מיט דיין מדינה'לע וועט זיך אנטיסעמעטיזם אויפהערן?
איך לעב מיך אסאך רואיגער אין אמעריקע ווי מיינע ברידער אין ארץ הקודש. די שאנסן אז עפעס שלעכט זאל פאסירן צו מיינע קרובים אין ארץ ישראל איז פילפאכיג מער ווי פאר די אידן אין ניו יארק. די שאנסן אז א מיסל זאל פאלן אויף מיין הויז אדער אז איך זאל קומען אינטער נוקלעארע אטאקע איז כמעט נול, ווידערום מיינע ברידער אין די מדינה קענען דאס נישט זאגן.
די מדינה איז ארומגענומען מיט שונאים וואס ווילן איר פארטיליגן. איראן מיט אנדערע שונאים יאגן נאך דעם אטאם, און פלאנירן אויפן ערגסטן. צו וואס טויג די גאנצע זאך? איז נישט די פלאן פון נעמען א שטיק אומבאוואוינטע לאנד אין אגאנדע פאר א מדינה געווען פילפאכיג בעסער? נישט אז דאס וואלט יא אויסגעמעקט אנטיסעמעטיזם, אבער קיין מיליאנע אראבער וואס ברויזן נאך עד היום אויפן נאקבא וואלט דאס זיכער פארמיטן.
אנשטאט שיקן אייערע קינדער צום מיליטער ריזיקירנדיג זייער לעבן פארן מוטערלאנד, וואלט איר געקענט שיקן ענקערע קינדער שטודירן אין איניווערזיטעטן מיט א זיכערן געמיט. אפשר קען מען נאכאלטס אויפגעבן ישראל, און עס אויפטוישן מיט עפעס מער א שטילע ווינקעלע ערגעץ וואו אויפן כדור הארץ? אפשר קענען אונז אידן איינמאל פאר אלעמאל לעבן שטיל און מיט פרידן ווייט פארהוילן פון די רוישיגע וועלט?
אפשר אזוי וועלן מיר אויסלענדישע אידן אויך קענען לעבן מיט א רואיגקייט און נישט ווערן אפעקטירט פון די געפערליכע אויפשטייג אין אנטיסעמעטיזם וואס קומט פאר יעדעס מאל וואס די ענדלאזע קריג פלאקערט ווידער אויף.

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
דברים כדרבונות.
נאר וואס דען? באשר הוא שם, אין די מצב ווי מ'שטיימיר, מוז מען טון עכ"פ וואס מ'קען אז די רוצחים זאלן כאטש טראכטן צוויי מאל פאר'ן טערארעזירן די מדינה. און איך גיב עס נאך א טשענס, אולי יחוס, די עזתים מיט די שטיצע פון די מערב וועלט וועלן אויפשטעלן א נארמאלע רעגירונג דארט וואס וועט פאקוסן אויף טוישן די גאנצע סעווילעזאציע דארט אין עזה.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 66
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 9:09 am
- האט שוין געלייקט: 31 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
איינע פון די טאלקינג פאונטס איז אז די מדינה איז די פראנט. ווען נישט די מדינה איז די פראנט דא אין אמעריקא.
- בר גיורא
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
הייסט עס אז אויב בריטאניע וואלט נישט געגעבן א מדינה פאר די אייראפעישע אידן, וואלטען אלע פאלעסטינער אויפגעריסן באסעס אין מאנהעטן??
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
- בר גיורא
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
שמעון וואלף האט געשריבן: ↑ דברים כדרבונות.
נאר וואס דען? באשר הוא שם, אין די מצב ווי מ'שטיימיר, מוז מען טון עכ"פ וואס מ'קען אז די רוצחים זאלן כאטש טראכטן צוויי מאל פאר'ן טערארעזירן די מדינה. און איך גיב עס נאך א טשענס, אולי יחוס, די עזתים מיט די שטיצע פון די מערב וועלט וועלן אויפשטעלן א נארמאלע רעגירונג דארט וואס וועט פאקוסן אויף טוישן די גאנצע סעווילעזאציע דארט אין עזה.
דאס האט מען אונז געזאגט אז עס גייט געשען אין ליביע, איראן, אפגאניסטן, יהודה ושומרון.
איז דא 1 לאנד ווי מ'האט געטוישט רעזשים דורך מלחמה די לעצטע 50 יאר?
די שיטה קומט נאך פון 70 יאר צוריק ווען מ'האט עס געטון אין דייטשלאנד און יאפאן.
ס'ארבעט שוין נישט!!
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
דא ליגט דיין טעות. דו מיינסט טאקע אז אהן די מדינה'לע וואלט זיך אנטיסעמיטיזם אויפגעהערט?
פונקט פארקערט! זיי, אנערקענענדיג אז אנטיסעמיטיזם האט נישט קיין הייל מיטל, און אז עס וועט זיך קיינמאל נישט אויפהערן, האבן מחליט געווען צו ענדערש בויען אן אייגן לאנד ווי איידער צו זיין אנגעוואנדן אין די גוטהארציגקייט פון די פעלקער.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
- בר גיורא
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
גערעכט אז ס'איז דא אנטיסעמיטיזם אן דעם אויכעט,
די טענה איז אבער פארוואס לייגסטו צו נאך א גאנצע ראסע וואס האט דיך רעליטיוו ריספעקטעד פאר דעם, צו די ליסט פון דיינע שונאים?!
די טענה איז אבער פארוואס לייגסטו צו נאך א גאנצע ראסע וואס האט דיך רעליטיוו ריספעקטעד פאר דעם, צו די ליסט פון דיינע שונאים?!
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
- צקון לחש
- ידיד ותיק
- הודעות: 682
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
די איידיע פון די מדינה איז אז ס'איז ענדערש צו זיכער שטארבן ווי א העלד ווי איידער ספק שטארבן ווי צאן לטבח
- בר גיורא
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
חברי הכנסת, דני דנון (הליכוד) ורם בן ברק (יש עתיד), חברי ועדת חוץ וביטחון האבן היינט פארגעשלאגען אין די WSJ אז יעדכ מדינה וואס האט געוואוט פאר א סיס פייער 2 אין די U.N. זאל אריינעמען 10.000 ציווילע אין די איבריגע טעראריסטען וועלן זיי שוין קעיר נעמען...
זייער טענה איז אז יעדע אנדערע קאנפליקט אין די וועלט ווי סוריה, אפריקה, אקריינע, קען די וועלט זיך אן עצה געבען.
נאר דא בלייבען זיי נאך פליטים נאך 80 יאר!!
און וואס איז מיט די אראבישע לענדער וואס מיט זייער גרויסע רחמנות שיקן זיי תכריכים...?
זייער טענה איז אז יעדע אנדערע קאנפליקט אין די וועלט ווי סוריה, אפריקה, אקריינע, קען די וועלט זיך אן עצה געבען.
נאר דא בלייבען זיי נאך פליטים נאך 80 יאר!!
און וואס איז מיט די אראבישע לענדער וואס מיט זייער גרויסע רחמנות שיקן זיי תכריכים...?
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועהן פאר הקמת המדינה, טאקע אט די שמחת תורה שחיטה איז נאך א הוכחה ווי וויכטיג די מדינה איז, די עזתים וואלטן איבערגעמאכט די קרעמעטוריומס און טויט לאגערן ווען זיי קענען ווען, א דאנק די מדינה האבן זיי נישט געקענט שחט׳ן מער פון ארום 1500 אידן הי״ד, ווערסוס די האלעקאוסט ווי מען האט געהרג׳ט 6 מיליאן יודן.
די רעיון פון הקמת המדינה איז נישט געוועהן אפצושטעלן אנטיסעמיטיזם, די ציל איז געוועהן צי באשיצען יודן, און מיט דעים זענען זיי היבש סוקסעספול, און אפילו מיט זייערע דורכפעלער שטייען זיי זעקס טויזענט מאל בעסער ווי אן א מדינה. (טויזענט קרבנות ווס. זעקס מיליאן קרבנות)

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
יאפ, הערצל'ס מדינה איז אן אנזעץ וואס כלל ישראל האט נישט געהאט זייט שמעון בר כוכבא'ס מדינה, ס'נישט צום אראפשלונגען און נישט צום אויסשפייען. נאר וואס דען, אין הערצל'ס צייטן איז גאנץ אייראפע פונקט אזוי געוועהן פארזינקען אין מלחמות און xenophobia, ער האט נישט געהאט קיין שום וועג צו וואוסן אז ס'גייען קומען צוויי וועלט מלחמות וואס גייען גורם זיין אז אייראפע זאל ווערן fed up פון מלחמות פאר נאך טויזענט יאר, פון אזא מולטיקולטורעל סאסייעטי ווי 2023 וואו מענטשן פון אלע סארטן ראסעס און רעליגיעס (ווילאנג זיי זענען נישט צו רעליגיעז) קענען אזוי שיין לעבן זייט ביי זייט האט ער ניטאמאל געקענט חלומ'ען.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
ווען די מדינה עקזיסטירט ווען צען יאר פריער וואלט דען נישט געווען קיין האלאקאוסט? די מדינה קען נישט צופיל טוהן פאר אידן ארום די וועלט. זיי קענען נאר באשיצן לאקאלע אידן אין ארץ ישראל פון א פראבלעם וואס זיי האבן (טיילווייז) זיך אליינס געברענגטקהל'ס נער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:48 am די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועהן פאר הקמת המדינה, טאקע אט די שמחת תורה שחיטה איז נאך א הוכחה ווי וויכטיג די מדינה איז, די עזתים וואלטן איבערגעמאכט די קרעמעטוריומס און טויט לאגערן ווען זיי קענען ווען, א דאנק די מדינה האבן זיי נישט געקענט שחט׳ן מער פון ארום 1500 אידן הי״ד, ווערסוס די האלעקאוסט ווי מען האט געהרג׳ט 6 מיליאן יודן.
די רעיון פון הקמת המדינה איז נישט געוועהן אפצושטעלן אנטיסעמיטיזם, די ציל איז געוועהן צי באשיצען יודן, און מיט דעים זענען זיי היבש סוקסעספול, און אפילו מיט זייערע דורכפעלער שטייען זיי זעקס טויזענט מאל בעסער ווי אן א מדינה. (טויזענט קרבנות ווס. זעקס מיליאן קרבנות)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 102
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
עס דערמאנט מיך ווען מען האט אויפגעריסן באסעס אין לאנדאן, אן עירפארט אין בראסעלס, איבערגעפארן 80 מענטשן ביים ביעטש אין פראנקרייך און אויפגעריסן 2 פלעינס אין מאנהעטן (סארי, נישט קיין באסעס)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
און דאס וואלט געווען מער ווען נישט מדינת ישראל?ים רויבער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:16 amעס דערמאנט מיך ווען מען האט אויפגעריסן באסעס אין לאנדאן, אן עירפארט אין בראסעלס, איבערגעפארן 80 מענטשן ביים ביעטש אין פראנקרייך און אויפגעריסן 2 פלעינס אין מאנהעטן (סארי, נישט קיין באסעס)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
מ’וואלט געהאט ווי צו לויפן.סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:08 amווען די מדינה עקזיסטירט ווען צען יאר פריער וואלט דען נישט געווען קיין האלאקאוסט? די מדינה קען נישט צופיל טוהן פאר אידן ארום די וועלט. זיי קענען נאר באשיצן לאקאלע אידן אין ארץ ישראל פון א פראבלעם וואס זיי האבן (טיילווייז) זיך אליינס געברענגטקהל'ס נער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:48 am די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועהן פאר הקמת המדינה, טאקע אט די שמחת תורה שחיטה איז נאך א הוכחה ווי וויכטיג די מדינה איז, די עזתים וואלטן איבערגעמאכט די קרעמעטוריומס און טויט לאגערן ווען זיי קענען ווען, א דאנק די מדינה האבן זיי נישט געקענט שחט׳ן מער פון ארום 1500 אידן הי״ד, ווערסוס די האלעקאוסט ווי מען האט געהרג׳ט 6 מיליאן יודן.
די רעיון פון הקמת המדינה איז נישט געוועהן אפצושטעלן אנטיסעמיטיזם, די ציל איז געוועהן צי באשיצען יודן, און מיט דעים זענען זיי היבש סוקסעספול, און אפילו מיט זייערע דורכפעלער שטייען זיי זעקס טויזענט מאל בעסער ווי אן א מדינה. (טויזענט קרבנות ווס. זעקס מיליאן קרבנות)
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
גראדע רוב אידן האבן נישט געהאלטן ביים אנטלויפן ביזן זיך טרעפן אין די לאגער, און דעמאלטס האט מען שוין נישט געקענט אנטלויפן אפילו מ'וואלט געהאט צו וואואלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:41 amמ’וואלט געהאט ווי צו לויפן.סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:08 amווען די מדינה עקזיסטירט ווען צען יאר פריער וואלט דען נישט געווען קיין האלאקאוסט? די מדינה קען נישט צופיל טוהן פאר אידן ארום די וועלט. זיי קענען נאר באשיצן לאקאלע אידן אין ארץ ישראל פון א פראבלעם וואס זיי האבן (טיילווייז) זיך אליינס געברענגטקהל'ס נער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:48 am די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועהן פאר הקמת המדינה, טאקע אט די שמחת תורה שחיטה איז נאך א הוכחה ווי וויכטיג די מדינה איז, די עזתים וואלטן איבערגעמאכט די קרעמעטוריומס און טויט לאגערן ווען זיי קענען ווען, א דאנק די מדינה האבן זיי נישט געקענט שחט׳ן מער פון ארום 1500 אידן הי״ד, ווערסוס די האלעקאוסט ווי מען האט געהרג׳ט 6 מיליאן יודן.
די רעיון פון הקמת המדינה איז נישט געוועהן אפצושטעלן אנטיסעמיטיזם, די ציל איז געוועהן צי באשיצען יודן, און מיט דעים זענען זיי היבש סוקסעספול, און אפילו מיט זייערע דורכפעלער שטייען זיי זעקס טויזענט מאל בעסער ווי אן א מדינה. (טויזענט קרבנות ווס. זעקס מיליאן קרבנות)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 68
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 06, 2020 2:08 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
ווען אידן זענען אריין און ארץ ישראל פאר 3 אהאלב טויזנט יאר צוריק האט אויך גענומען אפאר הונדערט יאר ביז די מלחמות האבן זיך אויפגעהערט.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
ענליך צו וואסוַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
איך פארשטיי נישט די נידון דא, שנאת ישראל איז אייביג געווען און גייט אייביג זיין!
מ'האט גע'רצח'ט אידן ליידער במשך די גאנצע גלות אויף שרעקליכע פארנעמען ה"י.
קיינער האט נישט געהאלטן אז די מדינה גייט מאכן אז ס'זאל מער נישט זיין קיין שנאת ישראל.
נאר מ'האט אויפגעטוהן סך הכל אז ווען איינער וויל עפעס טון פאר די אידן שלאגט ער זיך מיט א מדינה, אויב וואלט נישט געווען קיין מדינה זאל גאט שומר און מציל זיין וואס וואלט געווען אין אמעריקע, יעדע אנטיסעמיט וואלט רח"ל אטאקירט, נאר אז ס'איז דא א מדינה הייסט אז זיי שלאגן זיך מיט א גרויסע כח איז שוין עפעס אנדערש,
נאר מ'איז נאכנישט פטור פון טעראריסטן, ווייל זיי האבן נישט מורא פון קיין מדינות, זיי האבן נישט מורא פון נקמה און בכלל האבן זיי נישט מורא פון טויט, האט מען פון זיי צו הערן, אבער די פלענע אנטיסעמיטן האלטן די הענט ביי זיך ווייל אקעגן א מדינה ווילן זיי נישט גיין.
מ'האט גע'רצח'ט אידן ליידער במשך די גאנצע גלות אויף שרעקליכע פארנעמען ה"י.
קיינער האט נישט געהאלטן אז די מדינה גייט מאכן אז ס'זאל מער נישט זיין קיין שנאת ישראל.
נאר מ'האט אויפגעטוהן סך הכל אז ווען איינער וויל עפעס טון פאר די אידן שלאגט ער זיך מיט א מדינה, אויב וואלט נישט געווען קיין מדינה זאל גאט שומר און מציל זיין וואס וואלט געווען אין אמעריקע, יעדע אנטיסעמיט וואלט רח"ל אטאקירט, נאר אז ס'איז דא א מדינה הייסט אז זיי שלאגן זיך מיט א גרויסע כח איז שוין עפעס אנדערש,
נאר מ'איז נאכנישט פטור פון טעראריסטן, ווייל זיי האבן נישט מורא פון קיין מדינות, זיי האבן נישט מורא פון נקמה און בכלל האבן זיי נישט מורא פון טויט, האט מען פון זיי צו הערן, אבער די פלענע אנטיסעמיטן האלטן די הענט ביי זיך ווייל אקעגן א מדינה ווילן זיי נישט גיין.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
דו האלטסט אז אידן אין אמעריקא זענען בלויז פארזיכערט צוליב מדינת ישראל?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נישט בלויז פארזיכערט,
אבער זייער שטארק מסתבר אז ס'וואלט געווען ארגער אין אמעריקע ווען נישט די מדינה, אז ס'איז א גרופע סתם אן א גרויסמאכט וואס שטייט אונטער זיי וואלטן די אנטיסעמיטן וואס זענען ליידער דא לרחצה און רעדן א גאנצן טאג אקעגן די מדינה, וואלטן זיי ליידער זיך צופירט די הענט היל"ת
(מ'דארף געדענקען אז ווען מ'רעדט פון די ענין "ווען עס וואלט געווען אנדערש וואלט געווען אזוי און אזוי" איז אלעס בלויז השערות, מ'קען דאך נישט וויסן במציאות וואס וואלט דעמאלט געווען בין לטב ובין למוטב)
אבער זייער שטארק מסתבר אז ס'וואלט געווען ארגער אין אמעריקע ווען נישט די מדינה, אז ס'איז א גרופע סתם אן א גרויסמאכט וואס שטייט אונטער זיי וואלטן די אנטיסעמיטן וואס זענען ליידער דא לרחצה און רעדן א גאנצן טאג אקעגן די מדינה, וואלטן זיי ליידער זיך צופירט די הענט היל"ת
(מ'דארף געדענקען אז ווען מ'רעדט פון די ענין "ווען עס וואלט געווען אנדערש וואלט געווען אזוי און אזוי" איז אלעס בלויז השערות, מ'קען דאך נישט וויסן במציאות וואס וואלט דעמאלט געווען בין לטב ובין למוטב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑ די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועהן פאר הקמת המדינה, טאקע אט די שמחת תורה שחיטה איז נאך א הוכחה ווי וויכטיג די מדינה איז, די עזתים וואלטן איבערגעמאכט די קרעמעטוריומס און טויט לאגערן ווען זיי קענען ווען, א דאנק די מדינה האבן זיי נישט געקענט שחט'ן מער פון ארום 1500 אידן הי"ד, ווערסוס די האלאקאוסט ווי מען האט גע'הרג'עט 6 מיליאן יודן.
די רעיון פון הקמת המדינה איז נישט געוועהן אפצושטעלן אנטיסעמיטיזם, די ציל איז געוועהן צי באשיצען יודן, און מיט דעים זענען זיי היבש סוקסעספול, און אפילו מיט זייערע דורכפעלער שטייען זיי זעקס טויזענט מאל בעסער ווי אן א מדינה. (טויזענט קרבנות ווס. זעקס מיליאן קרבנות)
אין אמעריקע איז קיין 1,000 אויך נישט אויסגע'הרג'עט געווארן. אין די פרייע וועלט קען מען רואיג לעבן, עס פעלט נישט אויס קיין מדינה.