ק"ש האקט אויף אלע באקן!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך שעפטאל »

זיצט זיך דער פעטער שעפטי אויף די באקוועמע ווייכע פלייש, ער גלעט זיך זיין ברייטען אויסגעשפרייטן ווייסען בארד. ער זעהט ווי ס'קאכט זיך אין שטיבל מיט א פרישקייט, אבער סחורה האט ער נישט. זיך האלטן שטיל אביסל? נעה, ס'פאלט עם נישט איין. רופט ער זיך אהן ביי די ערשטע געלעגענהייט מיט זיין פרעשׁווייפּ'ס פרישקייט: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

ער קוועלט צו זעהן ווי אלפא בריקעוועט אריין סחורה רעכטס און לינקס. הגם ווי גרויס שעפטאל'ס ווייסע בארד איז הייבט ער נישט אהן צו כאפן די טיעפע שמועסן, אבער ער זעהט מי אני לייק'ט און איז מגיב, געטרויעט ער זיך צו זאגן: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

ער הערט נוח'ס וויי געשריי "ס'איז אלעס אבי גערעדט", טמיר'ס עצה איבערן מלחמה, שאלתיאל'ס לינק'ס, מחריבי קרתא, צעווישען האמער און נאגעל, ווי ס'מאכט זיך נאר חילוקי דעות האלט ער זיך דאס מויל, ער האט דאך נישט קיין דעות. ער נעמט דאך נישט קיין צדדים. (ווארום ס'גאנצע וואס ער קען צולייגען איז א איבריגע עי"ן אין יעדע ווארט דשאסט צו זיין סעיף.) אבער ער שמייכלט צו זיך מיט זיינע געילע ציין: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

ער הארגעט זיך פון געלעכטער ווען ננח נעמט קיער פון די פשוטע אלף בית ביז תורת חכם אליין. אבער ער קען נישט לייק'ן, טא ס'וועט נאך וויי טוהן יענעם. באגניגט ער זיך מיט'ן זאגן שטילערהייט: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

ער ציפט זיך די באקן צו דערגיין אויב ער טרוים'ט נישט ווען שמן דערווייגט זיך אין שמייכלן מאחורי, דעם לופּהאול, אבער ס'פאסט נישט, די פעטער קוק'ט נישט אויף אזאנע זאכען'עס. קען ער נישט לייק'ן. אבער ס'כאפט זיך ארויס פון צעווישען זיינע ברייטע באקן (בשעת ער פראבירט צו מאכן דעם ווינק ;) אבער ער ווייסט נישט אז מ'ווינקט נאר מיט איין פארמאכטע אויג, ווי אויכעט מיינט ער אז מ'דארף האלטן די אויגן פארמאכט פאר דריי גאנצע רגעים): ק"ש האקט אויף אלע באקן!

זיינע אויגן פאלן שיעור נישט ארויס ווען ברוך דערווייגט זיך אזוי צוריק ענטפערן צום'נהל. ער קען נישט לייק'ן, מ'וועט נאך מיינען.. אבער ווי קען מען דורכגיין אזא אשכול אהנע לאכן. באגניגט ער זיך כאטש מיט'ן: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

ווען ער קומט אהן צו "אך און וויי פאר אזא געווינס", ער דערמאנט זיך שמעקעדיג איז אויכעט געוועהן יונג אמאל, איי וואלווי מיטן נשר הגדול מיט מיימון. די יונגע פלענער, אונז גיימער לאבין'נען.. ער געט א קרעכט'ס בשעת זיין הויקער ווערט קרומער, איי ס'געווען גוטע צייטן אמאל. אבער ער מאכט נישט אוועק. היינט איז אויך א מחיה! שרייט ער מיט זיין הייזעריג'ן פארקראצטען רויכענ'ן קול, מיט זיינע 4 רויטע באקן: ק"ש האקט אויף אלע באקן!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעפטאל: דו האסט דא קיינעם נישט באליידיגט אדער אטאקירט. ממילא 'עט מען נישט אויסטייטשן מיין לייק אז איך בין מסכים מיט דיין באליידיגונג. העכסטנס האסטו נאר גערעדט א ביסל שטותים. אזוי ווי בערל בעל עגלה פיהרט זיך געוויינליך... קיעפ אן סמיילינג. (מיין ענגליש קיעבאורד האטציך פארגענימען צו שרייבן נאר מיט אידישע אותיות. אפילו ענגליש און אונגאריש.)
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך שעפטאל »

(כ'הייב אהן טראכטן, אז מ'כאפט נישט..)

מ'דארף ליינען אפאר תגובות צו פארשטיין. (דא האט איר אפאר)

ננח נעמט קעיר
viewtopic.php?p=538148#p538148

שמן, דעם לופּהאול
viewtopic.php?p=537492#p537492

און אשכולות.

ברוך ענטפערט צוריק
viewtopic.php?t=16644

אך און וויי צו אזא געווינס
viewtopic.php?t=12677
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך כספי »

זייער גוט און געשמאק געשריבן!

מיין שאלה איז אויף דעם שטיקל
שעפטאל האט געשריבן: ווען ער קומט אהן צו "אך און וויי פאר אזא געווינס", ער דערמאנט זיך שמעקעדיג איז אויכעט געוועהן יונג אמאל

אויב יעדער וועט צום סוף פרומער, פארוואס זאל איך גיין אין דעם סייקל, איך קען דאך שוין לכתחי' בלייבן דארט?

(טאקע נישט יעדער, נישט למשל רביה"ק זי"ע אדער ברוך שפינוזה, אבער מער ווייניגער יעדער, ניין?)
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן?!!!

שליחה דורך שעפטאל »

וואס איז געשעהן מיט אונזער שטיבל?!!

אפשר עפענט מען א פארם פאר ניקים וואס זענען אינטרעסירט אין עפעס חוץ פון נטורי קרתא, סאטמער, וכדו'?

אסאך גרויסע ניקים האבן זיך לעצטענ'ס פאר'עקל'ט פונעם שטיבל. אנשטאט פון אקטיווע אשכולת דרייט מען זיך אין די אלטע אשכולת ווי מ'איז געוועהן מיט ידיעות חידושים קלוגשאפט. סתם פארן סיסטעם קענסטו דאך וואטסאפן און אייוועלטן.

ס'שוין צייט צו עפענען א נייע טיי שטיבל?!!

עניבאדי האום?!

אן עצה?!
--

כ'שריי נישט, כ'וויין.
ס'געוועהן א הייפעלע קליין.
נישט געבוקט דעם דיכט.
נאר דעם אמת געזיכט.

און היינט..!!
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך שפילער »

איך מיין סאיז די טויש אין די סעטינג
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך שעפטאל »

יא. טאפאטאלק
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן?!!!

שליחה דורך אלע צוזאמען »

שעפטאל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 3:19 pm וואס איז געשעהן מיט אונזער שטיבל?!!

אפשר עפענט מען א פארם פאר ניקים וואס זענען אינטרעסירט אין עפעס חוץ פון נטורי קרתא, סאטמער, וכדו'?

אסאך גרויסע ניקים האבן זיך לעצטענ'ס פאר'עקל'ט פונעם שטיבל. אנשטאט פון אקטיווע אשכולת דרייט מען זיך אין די אלטע אשכולת ווי מ'איז געוועהן מיט ידיעות חידושים קלוגשאפט. סתם פארן סיסטעם קענסטו דאך וואטסאפן און אייוועלטן.

ס'שוין צייט צו עפענען א נייע טיי שטיבל?!!

עניבאדי האום?!

אן עצה?!
--

כ'שריי נישט, כ'וויין.
ס'געוועהן א הייפעלע קליין.
נישט געבוקט דעם דיכט.
נאר דעם אמת געזיכט.

און היינט..!!
בארואיג זיך, וויין נאך נישט, האלט צירוק דיינע הספדים אויף אונזער באליבטע שטיבל, נאך אביסל, די מלחמה אין ארצינו הקדושה וועט זיך ענדיגן, און די וועלט ע’ט צירוק גיין צו נארמאל, און קאווע שטיבל וועט אויך צירוקגיין צום גלייכן וועג, ס’איז אלץ געווען אזוי, ביי יעדע גרעסערע אויפשאקלעניש האט מען עס דא דיסקוסירט און דורכגעטון.
ס’וועט נאך קומען טעג גאר פיינע...
מיר וועלן אלע זיצן אינאיינעם...
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן?!!!

שליחה דורך קהל'ס נער »

שעפטאל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 3:19 pm וואס איז געשעהן מיט אונזער שטיבל?!!

אפשר עפענט מען א פארם פאר ניקים וואס זענען אינטרעסירט אין עפעס חוץ פון נטורי קרתא, סאטמער, וכדו'?

אסאך גרויסע ניקים האבן זיך לעצטענ'ס פאר'עקל'ט פונעם שטיבל. אנשטאט פון אקטיווע אשכולת דרייט מען זיך אין די אלטע אשכולת ווי מ'איז געוועהן מיט ידיעות חידושים קלוגשאפט. סתם פארן סיסטעם קענסטו דאך וואטסאפן און אייוועלטן.

ס'שוין צייט צו עפענען א נייע טיי שטיבל?!!

עניבאדי האום?!

אן עצה?!
--

כ'שריי נישט, כ'וויין.
ס'געוועהן א הייפעלע קליין.
נישט געבוקט דעם דיכט.
נאר דעם אמת געזיכט.

און היינט..!!
איך האב מורא אז ק״ש איז געווארען גע׳העקט…. שעפטי איז נעגעטיוו?!?!… באלד וועט נאך מי אני זיך מישען אין די צימעס אשכולות…. און איך גיי ווערן די סיסטעמ׳ס לויער, און שמן למאור א תמימות׳דיגע תהילים זאגער, שמעקעדיג גייט רעדן שמוץ, גאלדענע אדלער גייט שעלטן ווי נאר א סענס סטריטער איד קען, צוזאמגעדרייט וועט רעדן עפעס צום זאך, די מנהל גייט זאגן די פ׳ סגולה מיט א אצבע תילתא, זיידי בערעלע וועט ווערן א זלוני….. אוי רבי אמעריקא איז דאך נישט די ג׳ונגעלס.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך שעפטאל »

קודם כל. כ'מיין נישט ממש. כידוע שעפטי טרייבט א(לע)מאל איבער..
קיינער איז נישט פאר'עקל'ט.. מ'דארף נישט קיין נייע פארם. ס'איז פשוט א וועיק אפ קאול.. האלא ס'דא נאך עניינים חוץ פון אסטראלאגיע.. פארוואס זיין אין א זומפ.. לאמיר אביסל ארויפברענגן ווארע..
מי אני האט נישט צו'גע'גנב'ט די חכמה - יעדער מעג. דיכטער האט נישט פארכאפט דעם שרייבערישן פעדער. - יעדער זאל. שעפטי האט נישט צוגענומן דאס זיך משוגע מאכן.. - יעדער קען..

אגב. קהל'ס. ווי אזוי ווייסטו אויב כ'בין אין דשונגל צו נישט? זעהסט מיין סטאטוס צו וואס?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך קהל'ס נער »

שעפטאל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:21 pm קודם כל. כ'מיין נישט ממש. כידוע שעפטי טרייבט א(לע)מאל איבער..
קיינער איז נישט פאר'עקל'ט.. ס'איז פשוט א וועיק אפ קאול.. האלא ס'דא נאך עניינים חוץ פון אסטראלאגיע.. פארוואס זיין אין א זומפ.. לאמיר אביסל ארויפברענגן ווארע..
מי אני האט נישט צו'גע'גנב'ט די חכמה - יעדער מעג. דיכטער האט נישט פארכאפט דעם שרייבערישן פעדער. - יעדער זאל. שעפטי האט נישט צוגענומן דאס זיך משוגע מאכן.. - יעדער קען..

אגב. קהל'ס. ווי אזוי ווייסטו אויב כ'בין אין דשונגל צו נישט? זעהסט מיין סטאטוס צו וואס?!
איך קען דאס נישט ענטפערען צוליב HIPAA.
אבער פון דיינע תגובות דא אויף ק״ש קען מען אויך זעהן צו ביסט אין ג׳ונגעל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך שעפטאל »

צו שעפטי איז אין דשונגל ווייסעך נישט, אבער די דשונגל איז אין עם..
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך שעפטאל »

כספי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:00 am זייער גוט און געשמאק געשריבן!

מיין שאלה איז אויף דעם שטיקל
שעפטאל האט געשריבן: ווען ער קומט אהן צו "אך און וויי פאר אזא געווינס", ער דערמאנט זיך שמעקעדיג איז אויכעט געוועהן יונג אמאל

אויב יעדער וועט צום סוף פרומער, פארוואס זאל איך גיין אין דעם סייקל, איך קען דאך שוין לכתחי' בלייבן דארט?
דעם אשכול אך און וויי רעדט נישט פון פרום נאר פון סיסטעם.
לגבי דיין עצם שאלה. שרגא צונעמט עס זייער קלאר דא.
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=131425#p131425
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן?!!!

שליחה דורך בר גיורא »

שעפטאל האט געשריבן: וואס איז געשעהן מיט אונזער שטיבל?!!

אפשר עפענט מען א פארם פאר ניקים וואס זענען אינטרעסירט אין עפעס חוץ פון נטורי קרתא, סאטמער, וכדו'?

אסאך גרויסע ניקים האבן זיך לעצטענ'ס פאר'עקל'ט פונעם שטיבל. אנשטאט פון אקטיווע אשכולת דרייט מען זיך אין די אלטע אשכולת ווי מ'איז געוועהן מיט ידיעות חידושים קלוגשאפט. סתם פארן סיסטעם קענסטו דאך וואטסאפן און אייוועלטן.

ס'שוין צייט צו עפענען א נייע טיי שטיבל?!!

עניבאדי האום?!

אן עצה?!
--

אפשר קען מען אריבערפירן די בחצרות אשכול גראד צי אייוועלט אדער אידטיש, פאר די אלע נייע ניקס וואס זענען נאר נייגעריג ווער ס'איז די קימענדיגע ראחמעסטריווקע רבי.
אדער זאל מען עס עטליסט אראפנעמען פון אקטיווע אשכולות??..
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך שעפטאל »

בר גיורא: לייק פארן מיטלייד.

לגבי די עצם עצה. ק"ש ערלויבט יעדעם צו רעדן וואס ס'אינטרעסירט זיי, (על טעם וריח כו'.) פעטער @נוח האט שוין גערעדט פונעם ירידת הדור אז די "אויפגעקלערטע" זענען נישט אינטרעסירט אין חכמה ועיון.

אפשר קענען אונז אלע שרייבן מער. און די וואס זענען צוגעוואוינט צו טאפלטאלק דארפן צייט זיך צו געוואוינן צום נייעם סייט, אדער בעהטן ביים מנהל אויב מ'קען עס צוריק עפענען.
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך בר גיורא »

סאיז נישט געווען א הצעה פאר צנזורה ח"ו...
סאיז מער א קשיה, פארוואס קען מען נישט דיקאסירען די קומענדיגע ראחמעסטריווקה רבי אויף אייוועלט!??
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך כספי »

שעפטאל האט געשריבן:
כספי האט געשריבן: מיין שאלה איז אויף דעם שטיקל
שעפטאל האט געשריבן: ווען ער קומט אהן צו "אך און וויי פאר אזא געווינס", ער דערמאנט זיך שמעקעדיג איז אויכעט געוועהן יונג אמאל

אויב יעדער וועט צום סוף פרומער, פארוואס זאל איך גיין אין דעם סייקל, איך קען דאך שוין לכתחי' בלייבן דארט?

דעם אשכול אך און וויי רעדט נישט פון פרום נאר פון סיסטעם.

לגבי דיין עצם שאלה. שרגא צונעמט עס זייער קלאר דא.
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=131425#p131425

ייש"כ פאר די לינק

די סיסטעם איז נאך ערגער אויב אין די עלטער פארטיידיגט מען עס, איז מה לי ולצרה הזאת.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך עמרם »

בר גיורא האט געשריבן: סאיז נישט געווען א הצעה פאר צנזורה ח"ו...
סאיז מער א קשיא, פארוואס קען מען נישט דיקוסירען די קומענדיגע ראחמעסטריווקע רבי אויף אייוועלט!??

ווייל אייוועלט לאזט נישט
פארשפארט