תולדות - א 'מצויין' אדער גוטע מידות?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

תולדות - א 'מצויין' אדער גוטע מידות?

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

מיר האלטן פרשת תולדות וואו די תורה הקדושה דערציילט אונז די השתלשלות פון יעקב און עשו, אנגעהויבן פון בעפאר זייער געבורט, און דערנאך ווי זיי ווערן געבוירן און זיי וואקסן אויף און זייערע וועגן שיידן זיך איינע פון די אנדערע. ביז צום סוף גייט יעקב אויפן באפעל פון זיין מאמע רבקה און נעמט אוועק די ברכות פון עשו דורכ'ן אויסנארן זיין פאטער יצחק, און עשו האט איהם פיינט און וויל איהם הרג'ענען ביז ער מוז אנטלויפן קיין פדן ארם.

איז ווען די תורה הקדושה וויל אונז דערציילן וְאֵלֶּה תּוֹלְדֹת יִצְחָק, אז יעקב און עשו זענען די קינדער פון יצחק, איז די תורה קודם מקדים א שטיקל הקדמה און שטעלט אונז פאָר ווער איז יצחק אבינו, "יִצְחָק בֶּן אַבְרָהָם, אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת יִצְחָק" אז יצחק איז דער זוהן פון אברהם און אברהם האט איהם געבוירן, וואס די גאנצע הקדמה איז א פלא פארוואס פעלט עס אויס צו דערמאנען נאכאמאל נאכדעם וואס מיר ווייסן שוין ווער יצחק איז, ווי אויך די דאפלטע לשון פון "יִצְחָק בֶּן אַבְרָהָם" און "אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת יִצְחָק" וואס זענען דאָך ביידע די זעלבע זאך, און ווי רש"י שטעלט זיך שוין טאקע אויף דעם.

די הנהגה פון יצחק און רבקה
דערנאך גייען מיר ווייטער אין די פסוקים, יצחק און רבקה האבן געווארט לאנגע יארן פאר קינדער און זיי האבן מתפלל געווען צו השי"ת און איינגעריסן כדי זוכה צו זיין צו קינדער, ביז ענדליך האט השי"ת זיי געשאנקן און זיי זענען געהאלפן געווארן.

אבער דא הייבט זיך אָן א מסכתא פון צער און יסורים פאר די מאמע רבקה, וַיִּתְרֹצֲצוּ הַבָּנִים בְּקִרְבָּהּ, די קינדער שטויסן זיך ארום אין איר, און ווי רש"י הק' ערקלערט איז דאס גארנישט געווען קיין פשוט'ע זאכן, נאר ווען רבקה איז אדורכגעגאנגען ביים טיר פון א בית המדרש האט יעקב געוואלט ארויסגיין און ביי די טויערן פון עבודה זרה האט עשו געוואלט ארויסגיין. אדער ווי רש"י ברענגט אין די צווייטע פשט פון חז"ל "דבר אחר מתרוצצים זה עם זה ומריבים בנחלת שני עולמות" אז עס איז פאָרגעקומען א ערנסטע קריגעריי צווישן זיי בנוגע די נחלת שני עולמות, ווער עס באקומט עולם הזה און ווער עולם הבא.

די קריגערייען האבן גורם געווען גרויס צער פאר רבקה, "וַתֹּאמֶר אִם כֵּן לָמָּה זֶּה אָנֹכִי" וואס טויג מיר דאס גאנצע געשעפט? פארוואס דארף איך דאס אדורכגיין? און דעריבער איז זי געגאנגען פרעגן וואס איז פשט דערפון - וַתֵּלֶךְ לִדְרֹשׁ אֶת ה', זי איז געגאנגען צום בית המדרש פון שֵׁם בן נח וואס איז געווען פון די גדולי הדור כדי צו פאָרשן די זאך און הערן מן השמים וואס עס קומט דא פאָר.

דארט האט זי שוין געהערט דעם אמת אז עס וועט זיין א צווילינג, "שְׁנֵי גֹיִים בְּבִטְנֵךְ וּשְׁנֵי לְאֻמִּים מִמֵּעַיִךְ יִפָּרֵדוּ" און זיי וועלן זיין צוטיילט אויף צוויי אנדערע פעלקער, דא קומען צו גיין צוויי באזונדערע מענטשן וואס וועלן זיין ווייט און אנדערש איינעם פונעם אנדערן.

וואס באמת דארף מען דאס פארשטיין, וויאזוי קומט דאס צו אזא צדיקת ווי רבקה אמנו צו זאגן "אִם כֵּן לָמָּה זֶּה אָנֹכִי?" וואס איז משמע ח"ו ווי א לשון פון טענות און תרעומות אויף די צער וואס זי גייט אדורך. אונזערע הייליגע אמהות וואס האבן אלעס מקבל געווען באהבה און געוואוסט אז וואס דער באשעפער טוט איז גוט, ווי פּאַסט עס ביי איר אט אזא לשון פון אִם כֵּן לָמָּה זֶּה אָנֹכִי, און זי מוז גאר גיין הערן א קלארע תשובה וואס עס קומט פאָר אין איר און אנדערש איז זי נישט צופרידן חלילה?.

ווי אויך ווען מיר גייען אביסל ווייטער אין די פרשה געפונען מיר "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו כִּי צַיִד בְּפִיו" יצחק אבינו האט ליב געהאט עשו און איהם מקרב געווען צו זיך, און ווי רש"י ברענגט אז עשו האט איהם געקענט אויסנארן און 'פאַנגן זיין הארץ' מיט פארשידענע פרומע שאלות, למשל וויאזוי מען מעשר'ט זאלץ אדער שטרוי, און יצחק האט געמיינט אז ער איז א תלמיד חכם און א מדקדק במצוות. אבער "וְרִבְקָה אֹהֶבֶת אֶת יַעֲקֹב" זי האט יא געוואוסט דעם חילוק צווישן זיי, זי האט געוואוסט ווער עשו איז באמת, און זי האט
טאקע ליב געהאט יעקב.

יעצט פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די ענינים, און דאס וואס יצחק האט ליב געהאט עשו איז געווען א העכערע זאך און ער האט איהם געוויס פראבירט מקרב צו זיין און אריישיינען אין איהם קדושה. [און מיר האבן שוין אמאל דערמאנט די ווערטער פון הרה"ק רבי מרדכי יוסף פון איזביצא זי"ע, אז מיט יעדע בליק וואס יצחק האט געשאנקן פאר עשו הרשע, מיט יעדע ביסל ליבשאפט און קירוב האט ער גורם געווען דערמיט אז ס'זאלן שפעטער ארויסקומען די הייליגע נשמות פון גֵרים וואס זענען געווען אייניקלעך פון עשו הרשע (ווי מיר געפונען עובדיה הנביא, רבי מאיר, רבי עקיבא, שמעיה ואבטליון זענען אלע געווען אייניקלעך פון עשו הרשע) און דאס האט יצחק אבינו שוין גע'פּוֹעל'ט דעמאלטס מיט זיין ליבשאפט צו עשו].

אבער אויב אזוי דארף מען פארשטיין, וואס האט טאקע פאסירט מיט אט די קירוב וואס יצחק האט געשאנקן פאר עשו? פארוואס האט די ליבשאפט און די נאנטע שייכות מיט זיין הייליגן טאטן נישט געווירקט אויף איהם אז ער זאל ווערן אויס עשו הרשע? וויאזוי קען זיי אז די עבודה וואס יצחק האט משקיע געווען אין עשו איז געגאנגען לטמיון און איהם נישט מחזיר בתשובה געווען?.

מידות טובות איז די יסוד פון אלעס!
איז כדי צוצוקומען צום ענין וואס מיר ווילן בסייעתא דשמיא ארויסלערנען פון אנזער פרשה, לאמיר כאפן א בליק אויף צוריק צו די פריערדיגע פרשה, פרשת חיי שרה, וואס איז אודאי שטארק פארבינדן מיט אונזער פרשה, און דארט ווערט באריכות דערמאנט די גאנצע צוגאנג און די השתלשלות פונעם שידוך צווישן יצחק און רבקה.

און הגם מיר האבן טאקע דערמאנט אינעם פריערדיגן שיעור אז אליעזר פרעגט כמעט נישט קיין שאלות פון אברהם און ער נעמט נישט קיין אנווייזונגען און הדרכה בנוגע די גוטע מיידל וואס ער דארף טרעפן פאר יצחק. אבער אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין וועלן מיר באמערקן א גאר אינטערסאנטע נקודה, אז למעשה שטעלט זיך ארויס קלאר איין זאך אלס די עיקר פונקט פונעם שידוך, איין זאך אויף וואס אליעזר האט מקפיד געווען און עס געמאכט פאר זיין הויפט סימן אויב דאס איז טאקע די ריכטיגע זיווּג פאר יצחק, און דאס איז די מידות טובות פונעם מיידל! אליעזר לייגט נישט קיין גרויס געוויכט אויף איר שטוב, נישט אויף אירע השקפות, נישט אויב זי דינט עבודה זרה אדער נישט, בלויז איין זאך, חסד!.

און טאקע נישט סתם חסד, נאר ער זוכט 'גאונות-אין-חסד', דאס הייסט איינער וואס באגנוגט זיך נישט בלויז מיט טוהן פשוט'ע חסדים, נאר איינער וואס טראכט טיף און פארשטייט וואס 'נאך' מען קען טוהן צו העלפן יענעם, איינער וואס איז א מֵבין דבר מתוך דבר. אליעזר קלערט אז ער וועט בעטן וואסער נאר פאר זיך, אבער אויב דאס מיידל וועט פארשטיין טיפער פון דעם, אז דא שטייט א מענטש מיט קעמלעך און ווארשיינליך האבן זיינע קעמלעך אויך נאכנישט געטרינקן היינט, און אז זי וועט זיך אומקוקן אויף זיי און ברענגן וואסער אויך פאר זיי, דאס איז א סימן אז זי איז די אוסדערוועלטע און פאסיגע צדיקת פאר יצחק אבינו.

פלא והפלא! דאס דארף לכאורה דינען אלס א קלארע הוראה און הדרכה לדורות אויף וואס מיר דארפן זוכן ביי אונזערע שידוכים, טאקע דאס, און בעיקר נאר דאס, די גוטע מידות, די אהבת חסד, די גוטהארציגקייט, ווייל פון דעם האט רבקה אמנו זוכה געווען צו ווערן די מאמע פון כלל ישראל.

השקפה קען מען טוישן אבער מידות נישט
און דער ענין ווערט מבואר אין ספרים הקדושים, אז לכאורה וואס איז טאקע געווען פשט פון די גאנצע הנהגה פון אברהם אבינו וואס די תורה הקדושה דערציילט דארט באריכות ווי ער וואָרנט אָן פאר אליעזר אז ער זאל נישט נעמען א כלה פאר יצחק פון די טעכטער פון כנען, נאר דוקא פון זיין משפחה און פון זיין לאנד. וואס איז די גרויסע 'מציאה' וואס אברהם אבינו האט געטראפן אין די מיידלעך פון זיין משפחה?, וואס האט ער דען איינגעזעהן אין אזעלכע מענטשן ווי לבן און בתואל און אלע אנדערע משפחה מיטגלידער זיינע וואס זענען געווען עובדי עבודה זרה און האבן עוסק געווען אין אָפְּגעטער און כישוף?, און מיט וואס זענען זיי בכלל בעסער ווי די בנות הכנענים וואס אברהם אבינו האט זיך אזוי שטארק געשטעלט אויף דעם אז זיי וויל ער בשום אופן נישט נעמען?.

ענטפערט דער כלי יקר (און אזוי ווערט געברענגט אין שם משמואל אין נאמען פון זיין פאטער דער אבני נזר זי"ע) אז די 'מידות' פון א מענטש דאס איז זיין 'טֶבַע' וואס ליגט איינגעווארצלט אין איהם, ס'איז א טייל פונעם עצם מהות און די פנימיות פונעם מענטש און ממילא גייט דאס אריבער אויך צו זיינע קינדער און קינד'ס קינדער, ווייל קינדער טראגן אין זיך די זעלבע נאַטוּר פון די עלטערן. דאגעגן ווען עס קומט צו השקפה און דֵיעות פון א מענטש דאס איז נישט באמת קיין חלק פון זיין נאַטוּר און מהות, נאר עס איז פשוט שֵׂכֶל'דיגע מיינונגען און מחשבות וואס ער טראכט און ער האלט.

דעריבער האט אברהם אבינו זיך נישט געוואלט משדך זיין מיט די כנעניים ווייל זיי האבן געהאט אין זיך פארדארבענע מידות און שלעכטע נאטורן, און דערפאר האט זיך אברהם אבינו אזוי שארף געשטעלט אויף דעם אז ער וויל זיך נישט משדך זיין מיט זיי, ווייל ער האט נישט געוואלט אז זייער מהות און טבע זאל אריבערגיין צו זיינע אייניקלעך וואס וועלן געבוירן ווערן פון יצחק. אבער די מענטשן פון זיין משפחה, כאטש זיי האבן טאקע געדינט עבודה זרה און געגלייבט אין נארישקייטן, זיי האבן געהאט פאלשע השקפות, האט אברהם אבינו געוואוסט אז די שכל פון א מענטש קען מען טוישן, מען קען אויסלערנען פאר דאס מיידל וואס צו גלייבן און וויסן, און אירע פריערדיגע דֵיעות און גלויבונגען וועלן נישט אריבערגיין צו זיינע אייניקלעך.

מופתים זענען גארנישט ווערד אויב ס'איז נישט דא קיין מידות
נאך מער פון דעם, א דבר נפלא שטייט אין ספר דברי ישראל פון דער מאדזשיצער רבי זי"ע, ער פרעגט א שטארקע קושיא, פארוואס האט אליעזר נאך געדארפט נוצן א 'סימן' אויב דאס מיידל וועט געבן צו טרינקן פאר איהם און פאר זיינע קעמלעך דעמאלטס וועט ער וויסן אז זי איז רָאוי פאר יצחק, ער האט דאָך שוין באלד אין אנהייב געזעהן אז זי מוז זיין א גרויסע צדיקת, אזויווי רש"י ברענגט אז ווי נאר רבקה איז אנגעקומען צו ברונעם איז די וואסער ארויפגעקומען קעגן איר, איז אז מען זעהט אזא מופת וואס דארף מען נאך מער פון דעם?.

אלא מאי, זאגט דער דברי ישראל, זעהט מען פון דעם אז א ראיה אויף א צדיקת קען מען ברענגן פון אירע גוטע מידות, נישט פון קיין מופתים... דאס הייסט אז אפילו ווען א מענטש קען באווייזן אותות ומופתים און גרויסע וואונדערליכע זאכן, אבער צו אביסל מידות טובות קומט עס נישט צו! און אויב מען וויל וויסן די אמת'ע מהות פון א מענטש זאל מען נישט קוקן אויף זיינע גרויסע מדריגות און השגות, נאר מ'זאל קוקן וויאזוי ער פירט זיך אויף בין אדם לחבירו און וויפיל ער טראכט פון א צווייטן, דארט ליגט די גדלות פון א מענטש!.

אפגעלאזט דעם שידוך צוליב מידות מגונות
און אז מ'רעדט שוין פון שידוכים און מידות טובות, איז כדאי צו דערמאנען א מעשה נורא וואס הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל פלעגט דערציילן פאר זיינע קינדער. דער בארימטער גאון און צדיק רבי ברוך תאומים פרענקל זי"ע אבד"ק לייפניק, באקאנט אויפן נאמען פון זיין ספר "דער ברוך טעם" (שווער פון הגה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע) האט געשלאסן אמאל א שידוך מיט זיין זוהן מיט א כלה וועלכע איז געווען א טאכטער פון א רייכער נגיד און א אנגעזעהנע בעל-הבית. אין יענע תקופה איז דער וואסער טרעגער אינעם שטאט פונעם ברוך טעם ליידער קראנק געווארן, און דער הייליגער ברוך טעם האט דאס זייער גענומען צום הארצן, ער האט זיך גאר שטארק מצטער געווען אויף די מצב פונעם וואסער טרעגער און עס האט ממש אפעקטירט זיין טאג טעגליכן לעבן, ער איז נישט געווען מסוגל צו עסן געהעריג און זיך קאנצעטרירן אויף זיינע ענינים, ווי אויך האט ער גאר אסאך מתפלל געווען פאר די רפואה פונעם וואסער טרעגער.

ויהי היום, און די רייכע מחותנים זענען אריבערגעקומען אויף א באזוך, און ווען זיי האבן געזעהן אז דער ברוך טעם קוקט אויס אינגאנצן צוטראגן און צובראכן, האבן זיי אויסגעדרוקט זייער זארג מורא האבענדיג אז דאס האט עפעס צוטוהן מיט זיי, אפשר וויל דער רב ח"ו אפלאזן דעם שידוך און דערפאר איז ער אזוי ערשיטערט. אבער דער ברוך טעם האט זיי בארואיגט אז עס האט גארנישט מיט זיי צו טוהן נאר דאס צוליב די מצב פונעם וואסער טרעגער וואס איז נישט געזונט. ווען די מחותנים האבן דאס געהערט, רופט זיך אָן די רייכע מחותנת'טע מיט א ביטול, "מען דארף טאקע מתפלל זיין אויפן וואסער טרעגער, אבער צו האבן אזויפיל צער?"... מיינענדיג צו זאגן אז זי פארשטייט בכלל נישט פארוואס דער רב נעמט דאס אזוי צום הארצן.

דער ברוך טעם איז ערשטוינט געווארן הערנדיג אזעלכע רייד פון א אידישע פרוי, און ער האט טאקע שפעטער אפגעלאזט דעם שידוך, זאגענדיג אז אויב די פרוי האט נישט קיין רחמנות אויף א צווייטע איד און זי פארשטייט נישט פארוואס מ'דארף זיין צובראכן אויף יענעמ'ס מצב, מיט אזא משפחה איז נישט כדאי זיך משדך צו זיין! און ער האט נישט מסכים געווען אז זיין זוהן זאל ווערן אן איידעם אין אזא סארט שטוב וואו מ'האט נישט קיין געפיל פאר אנדערע אידן.

"תקנין עובדהא כעובדי שרה אמיה"
היוצא לנו, וואס מיר זעען פון דעם איינמאל און נאכאמאל אז די יסוד צו אלעם איז מידות טובות, און אָן מידות טובות איז נישט דא קיין שום גוטע עתיד און גוטע מציאות ח"ו.
ווי פאסיג איז דאס מיט דעם וואס מיר געפונען שפעטער אין פרשת חיי שרה, ווען רבקה איז אנגעקומען צו יצחק, דערציילט אונז די תורה הקדושה "וַיְבִאֶהָ יִצְחָק הָאֹהֱלָה שָׂרָה אִמוֹ" און ווי רש"י טייטשט אז ווען יצחק האט איר אריינגעברענגט אין זיין געצעלט האט ער געזעהן אז זי איז פונקט ווי "שָׂרָה אִמוֹ", וויבאלד ווען שרה אמנו האט געלעבט איז שטענדיג געווען פארשידענע נסים אין שטוב, די ליכט האבן געברענט במשך די גאנצע וואך פון איין ערב שבת ביז'ן קומענדיגן ערב שבת, עס איז אריינגעקומען א ברכה אין איר טייג, און א וואלקן האט גערוהט העכערן געצעלט. אבער ווען שרה אמנו איז נפטר געווארן האבן זיך די נסים אויפגעהערט, און דא פלוצלינג וַיְבִאֶהָ יִצְחָק הָאֹהֱלָה, שָׂרָה אִמוֹ, ווי נאר יצחק האט אריינגעברענגט רבקה אינעם געצעלט זענען גלייך צוריקגעקומען די אלע וואונדערליכע זאכן, און ווי די תורה פירט אויס "וַיִּנָּחֵם יִצְחָק אַחֲרֵי אִמּוֹ" אז מיט דעם האט זיך יצחק אבינו געטרייסט נאך זיין מאמע.

שטייט אבער פון צדיקים, אז מען קוקט אריין אין תרגום אונקלוס זעהט מען א דבר נפלא, דער תרגום טייטשט אז די התפעלות פון יצחק איז נישט דוקא געווען פון די געוואלדיגע נסים וואס האבן פאסירט ווען זי איז געקומען, נאר דער תרגום זאגט "ואעלה יצחק למשכנא וחזא והא תקנין עובדהא כעובדי שרה אמיה" יצחק האט איר אריינגעברענגט אינעם געצעלט, און ער האט געזעהן ווי אירע מעשים זענען אויסגעהאלטן און שיין פונקט ווי ביי זיין מאמע שרה, און דאס איז געווען איר מעלה אין זיינע אויגן, צוליב דעם האט ער איר ליב געהאט און געשעצט!.

זעען מיר פון דא ווייטער די זעלבע נקודה, אז אפילו ווען מ'זעהט אותות ומופתים, מ'זעהט אפענע און וואונדערליכע גרויסע זאכן, דאָך איז דאס אלעס גארנישט ווערד קעגן מידות טובות און מעשים טובים, די איינציגסטע זאך וואס איז חשוב און וויכטיג איז דאס אז עס איז "תקנין עובדהא כעובדי שרה אמיה" אירע מעשים זענען שיין און אויסגעהאלטן, זי האט אין זיך די מידת החסד אזויווי די מאמע שרה, דאס מאכט איר באליבט און דאס ברענגט די נחמה פאר יצחק אבינו.

דער הויפט חילוק צווישן עשו הרשע און די אבות הקדושים
נאך די גאנצע הקדמה לאמיר ממשיך זיין און אריבערשפאצירן צו אונזער פרשה, די פרשה פון יעקב און עשו.

מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל פלעגט זאגן אז עשו הרשע האט נישט אנגעהויבן אזוי שלעכט ווי מיר מיינען, ער האט געמוזט זיין גאנץ א גרויסע תלמיד חכם כדי צו קענען פארנאַרן זיין פאטער יצחק אז ער זאל מיינען אז ער איז פרום און ערליך און עוסק בתורה. אין אנדערע ווערטער, עשו איז אין אנהייב נישט געווען אזוי שלעכט און פּראָסט ווי עס קען זיך דאכטן, און ווי עס איז טאקע אזוי באקאנט פון צדיקים, אז ער האט פארמאגט אין זיך פארשידענע גרויסע מדריגות און השגות.

נו, אויב אזוי ווערט דאָך אונזער קושיא פיל פאכיג שטערקער, וויאזוי קען זיין אז עשו איז אזוי דערווייטערט געווארן און אנגעקומען וואו ער איז אנגעקומען, נאכדעם וואס ער האט
יא געהאט א שייכות מיט תורה און ער איז געווען באליבט ביי זיין טאטן, פארוואס האט דאס אלעס נישט געהאלפן איהם צו ראטעווען פון שלעכטס?.

נאר די חסרון פון עשו איז אבער געווען זיינע שלעכטע מידות, עשו האט נישט קיין הכנעה און התבטלות, ער זוכט נישט מקבל צו זיין פון די תורה און פון זיין גרויסע טאטע וואס וויל איהם לערנען דעם וועג און מקרב זיין צו קדושה, עשו איז די פארקערטע פון ענוה מיט שפלות און אלע אנדערע מידות טובות, ער איז אַן אַדְמוֹנִי מיט שלעכטע נאטורן און ער האלט זיך נישט ביים טוישן. און ווען מען גייט צו צו די תורה הקדושה אויף אזא אופן, ווייסן מיר וואס חז"ל זאגן "לא זכה, נעשית לו סם המות" אז די תורה אליינס קען חלילה ווערן סם המות פאר איינער וואס טויג נישט און לערנט עס נישט מיט די ריכטיגע קדושה און לויטערקייט.

און דאס איז ממש די היפוך פון אונזערע אבות הקדושים, ווי די תורה הקדושה הייבט אָן די פרשה מיט די ווערטער וְאֵלֶה תּוֹלְדֹת יִצְחָק בֶּן אַבְרָהָם, און דערנאך שטייט נאכאמאל אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת יִצְחָק. שטייט אין ספה"ק ישמח ישראל (אות י"ד) בשם זיין טאטע הרה"ק רבי יחיאל פון אלכסנדר זי"ע אז דאס איז מרמז אויף די געוואלדיגע מידות און איידלקייט פון אונזערע אבות הקדושים. אברהם אבינו מיט זיין גרויס עניווּת האט זיך קיינמאל נישט געהאלטן ראוי אדער ווערד אז ער האט עפעס א זכות אין די וועלט, נאר ער האט זיך שטענדיג ארומגעדרייט מיט די איינע מחשבה "אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת יִצְחָק" אז ער האט זוכה געווען צו האבן אן ערליכע זוהן ווי יצחק, מיט דעם האט ער זיך מחזק געווען אז דאס איז די איינציגסטע זכות וואס ער פאַרמאָגט אויפן וועלט. און די זעלבע איז געווען מיט יצחק אבינו, ער האט געהאלטן ביי זיך אז ער איז גארנישט ווערד און האט נישט קיין אייגענע זכותים, ער איז אלעמאל אנגעגאנגען נאר מיט די מחשבה "וְאֵלֶה תּוֹלְדֹת יִצְחָק בֶּן אַבְרָהָם" דאס אז ער איז דער זוהן פון אזא צדיק ווי אברהם אבינו, און מער פון דעם האט ער גארנישט.

און דאס איז טאקע די שליסל און די הקדמה צו אונזער פרשה, דער ענין פון מידות טובות, אט די הכנעה און ענוה וואס אברהם און יצחק האבן פארמאגט, נישט האלטנדיג פון זיך און געלעבט מיט התבטלות און שפלות, אינגאנצן פארקערט פון עשו הרשע, דאס איז דער יסוד צו זייער קדושה און גרויסקייט.

רבקה האט געוואוסט דעם סוד אז אָן מידות איז גארנישט דא
דערמיט קענען מיר אפשר ערקלערן דעם ענין פון רבקה אמנו מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן. ווען רבקה האט מרגיש געווען אז די קינדער שטויסן זיך אין איר, וַיִּתְרֹצֲצוּ הַבָּנִים בְּקִרְבָּהּ, און ווי רש"י לערנט אונז איז דארט פאָרגעקומען גאר ערנסטע 'מריבות' און קריגערייען (טאקע וועגן 'נחלת שני עולמות' אבער דאס האט זי נאכנישט געוואוסט), ווי נאר זי האט געשפירט אז עס קומט פאָר קריגעריי, מחלוקת, שלעכטע מידות, האט זי געהאט דערפון גרויס צער וויסענדיג אז פון דעם קען קיין כלל ישראל נישט ארויסקומען! עס איז איר באמת געווארן ביטער אויפן הארצן ווען זי האט געשפירט אז זי טראגט א קינד וואס וועט נישט זיין ערליך און איידל מיט מידות טובות.

טאקע די צדיקת רבקה וואס איז אויסגעוועלט געווארן נאר צוליב אירע מידות טובות, און מיט דעם כוח האט זי געדארפט אויפשטעלן כלל ישראל, און דא שפירט זי אז זי טראגט דאס פארקערטע, נישט איינער וואס גייט אינעם דרך פון אברהם ויצחק, און דערפאר האט זי מיט רעכט געזאגט "אִם כֵּן לָמָּה זֶּה אָנֹכִי" וואס טויג מיר דאס? פארוואס לוינט זיך בכלל אדורכצוגיין אזא צער כדי צו געבוירן קינדער רשעים ח"ו וואס וועלן נישט גיין אויפן גוטן וועג?.

ביז השי"ת האט איר מבשר געווען שְׁנֵי גוֹיִם בְּבִטְנֵךְ וּשְׁנֵי לְאֻמִּים מִמֵּעַיִךְ יִפָּרֵדוּ, דא קומען צוויי באזונדערע קינדער וואס וועלן טאקע זיין צוויי אפגעטיילטע פעלקער, עס קומט א
יעקב אבינו דער בחיר שבאבות וואס וועט ווייטער איינהאלטן דעם דרך פון זיינע אבות הקדושים און אוועקשטעלן צוועלף הייליגע שבטים, און עס וועט אויך זיין א עשו הרשע וואס פון איהם קען כלל ישראל באמת נישט ארויסקומען צוליב זיינע שלעכטע מעשים.

און רבקה האט טאקע אויסגעקליבן יעקב, וְרִבְקָה אֹהֶבֶת אֶת יַעֲקֹב, איר הייליגע באליבטע זוהן וואס גייט אין אירע וועגן און איז ממשיך מיט זיין שפלות און הכנעה און זיין התבטלות צו השי"ת און זיין תורה. זי האט שוין משיג געווען די רשעות פון עשו נאך פון זיינע יונגע יארן, ווען ער האט נאך געהאט א שייכות מיט תורה און ס'איז געווען א מקום איהם מקרב צו זיין, זי האט אבער שוין געוואוסט אז מיט זיינע מידות מושחתות און זיין שלעכטע התנהגות וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען, ווייל אָן די מידות טובות איז נישט פארהאן קיין שום מציאות פון תורה אדער יראת שמים, אפילו מ'איז א מצויין, א צדיק, א בעל מדריגה, איז דאס אבער גארנישט ווערד און וועט נישט האבן קיין קִיוּם ווילאנג ס'ווערט נישט באגלייט דורך גוטע מידות און דורך שפלות און הכנעה.

לסיכום געדענק:
• די יסוד פון אלעס איז מידות טובות, און אָן דעם פארמאגט מען גארנישט! אפילו מ'איז אנגעלאָדענט מיט תורה, און אפילו מ'איז א בעל מדריגה אדער א בעל מופת...
• אויב מ'וויל וויסן די אמת'ע מהות פון א מענטש זאל מען נישט קוקן אויף זיינע מדריגות און השגות, נאר וויאזוי ער פירט זיך אויף בין אדם לחבירו און וויפיל ער טראכט פון א צווייטן, דארט ליגט די גדלות פון א מענטש.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

Re: תולדות - א 'מצויין' אדער גוטע מידות?

שליחה דורך א שעפעלע »

פארשפארט