אם האראצת אין חסידישע ענגליש
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
אם האראצת אין חסידישע ענגליש
איך האב געטראכט א געדאנק פאר א אשכול וואס קען זיין א פאן געים. וויאזוי חסידים דריקן זיך אויס אויף זאכן אנדערש ווי ס'איז אנגענומען אין די גאס, נישט אייביג איז עס technically wrong ס'איז נאר א קולטור'ישע הומעריסטישע דיפערענץ.
למשל זאגן בוילער אנשטאט זאגט water heater רעד proper!
אדער "צולייגן אנ'אדישענעל צום קרעדיט קארטל" אנשטאט זאגן an authorized user
זאגן א "דזשילעט" א קאמפעני וואס מאכט רעיזערס אנשטאט זאגן raiser blade
שגור בפיהם אבזערוואציע. קומט'ס אריין מיט נאך עקזעמפלארן.
דאס ווייס איך נישט אויב מ'הערט נאך היינט: "איך בין ביי די איזי פעס" ניין ברודער, דו ביזט ביים toll booth ביי די איזי פעס בודקע...
וואס איז פשט דערפון? א פוילקייט זיך צו לערנען שפראך? Blissful ignorance? אדער פשוט געוויסע לערנען זיך ענגליש ענליך צו ווי זיי לערנען זיך אידיש; פון רעדן, נישט לערנען.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
How about
אם... הארצות אין חסידישע לשון קודש?
אם... הארצות אין חסידישע לשון קודש?
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 112
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
- האט שוין געלייקט: 29 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
וואס האט דאס מיט אידן? נאטור פון מענטשן, אידן און גוים איז צו רעדן אזוי.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
צינד אן די סטיעם?
איך מיין אין ענגליש זאגט מען
Turn on the heat
איך מיין אין ענגליש זאגט מען
Turn on the heat
וירח ה' את ריח הניחוח
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
איך בין נישט זיכער אז ״אַמעראַצעס״ איז די ריכטיגע אויסדרוק דא. ווי איך האב ארויסגעברענגט דא, איז פון א לינגוויסטיק שטאנדפונקט אומריכטיג צו באטראכטן, לדוגמא, אפריקאנע אמעריקאנע (ווערנאקיולער) ענגליש (AAE) ווי א ״שוואכערע״ אדער ״אַמעראצישער״ ענגליש, לעומת סטענדערד אמעריקאנע ענגליש. דאס איז אז זיי, אלס אַן אייגענארטיגן קולטור, האבן זיך זייער אייגענארטיגן סאציאלן ענגלישן דייעלעקט הן בנוגע סינטעקס והן בנוגע סימענטיקס, ומחמת זייער אייגענארטיגן קולטור און היסטאריע וסיבות שונות. דאס האט פונקט דאס זעלבע וועלידיטי ווי ״געהעריגע״ ענגליש, און עס איז נישט שייך צו זאגן אז דער ווייסע מענטש׳ס ״סטענדערד״ ענגליש איז ״בעסער״ און מער ״ראפינירט״ וכו׳ וכו׳.
ולכאורה כן הוא ביי חסידים: הן בנוגע די ענגליש וואס זיי רעדן, און הן בנוגע די ענגלישע קאגנעיטס און בארג-ווערטער אויף קאנצעפטן וועלכע האבן זיך אריינגעכאפט אין די אידיש וואס חסידים רעדן. דאס איז אויך נוגע די באקאנטע ״ישיביש ענגליש״. דאס איז אלעס בתוך די ברייטערע פענאמענאן פון עוואלוציעס פון שפראכן, און ווי אזוי זיי טוישן זיך פאר און בתוך (סאָבּ)קולטורן.

- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
כ'האב קיינמאל נישט געהערט גוים אידער נישט-חסידישע אידן נוצן אזעלכע סארטן אויסדרוקן, איינער פון אונז צוויי פאנטאזירט דא.בלויע רעקל האט געשריבן: וואס האט דאס מיט אידן? נאטור פון מענטשן, אידן און גוים איז צו רעדן אזוי.
צ/ק פון די גרעסטע ריאליטי טשעק וואס איך האב געהאט איז טאקע דאס געוועהן, וויפיל בושות איך פלעג האבן אין קאלעדש און מיט מיינע שכנים. מילא א ווארט וואס איך האב נישט געקענט האב איך געקענט נוצן גוגל טרענסלעיט אדער אויפזוכן אין א ווערטערבוך, אבער ווען איך פלעג נוצן אזעלכע ווערטער וואס איך האב מיך איינגערעדט אז איך קען און קיינער האט נישט פארשטאנען איז עס געוועהן בושות. אבער איך וואלט קיינמאל נישט אויפגעטוישט די ריאליטי טשעק בושות פאר די חסידישע בת היענה שטאלץ, די טעימה פונעם עץ החיים וואס מ'באקומט ווען reality kicks in איז לא יסולא בפז. געדענק איך נאך ווי היינט ווען איך האב אמאל געזאגט פאר א שכנה מיינע עפעס וועגן א בער און כ'האב געזאגט beer אנשטאט bear ווי חסידים זאגן, זי האט נישט פארשטאנען וואו ביר קומט אריין איך האב מיך געדארפט מסביר זיין אז איך מיין די חיה וואס הייסט בער, האט זי זיך אנגערופן "Oh ,so you mean bear, not beer", האב איך דעמאלטס געכאפט די חילוק אין אויסשפראך. ווען איך פלעג האנדלען מיט חסידים פלעג איך מיך אין דעם אנשטויסן אויף א טעגליכן פארנעם, היינט האב איך שוין אבער כמעט אלעס פארגעסן, לאמיר זעהן וואס איך קען מיך דערמאנען.
wire אין ענגליש איז אן איינצעלנע קופערנע דראט, די זאך וואס מ'שטעקט אריין אינעם וואנט הייסט א cord.
בכלל a wire you could plug in or unplug, you can't "plug it out"' it just doesn't work
א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.
ס'נישט דא אזא זאך ווי a pants, ס'הייסט a pair of pants.
א head קען נישט קראצן, א scalp קען יא.
meat איז בהמה פלייש, טשיקען פלייש הייסט טשיקען
אפשר שפעטער וועל איך מיך דערמאנען נאך.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
געב מיר 'א' קענדי, אנשטאט געב מיר קענדי. אזוי אויך אלע מיני קענדי, למשל טשונג גא''ם, לאלי'ס, ליקעריש, אספרינג קענדי און טוויזלער'ס זענען אלע 'קענדי'.
(כ'מיין אויכעט אז די ביליגערע טשאקאלאד איז אויכעט קענדי.)
(כ'מיין אויכעט אז די ביליגערע טשאקאלאד איז אויכעט קענדי.)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
ווי אזוי רופט מען די ''פלאג'' אויף די וואנט?ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:52 pmwire אין ענגליש איז אן איינצעלנע קופערנע דראט, די זאך וואס מ'שטעקט אריין אינעם וואנט הייסט א cord.בלויע רעקל האט געשריבן: וואס האט דאס מיט אידן? נאטור פון מענטשן, אידן און גוים איז צו רעדן אזוי.
בכלל a wire you could plug in or unplug, you can't "plug it out"' it just doesn't work
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re:
נאך א פוינט, א טייל פון די חסידישע וואקאבולאר/אקצענט איז נישט מער ווי די ברוקלינע אקצענט וואס איז כמעט אינגאנצן פארוואסערט געווארן דורך גלאבאליזאציע, צווישן קאלעדש גראדואירטע איז עס ממש אינגאנצן אויסגעראטן געווארן און ערזעצט געווארן מיט Valleyspeak. בערני סענדערס זייענדיג פונעם אלטן דור האט נאך דעם אריגינעלן אקצענט, זייענדיג אן עלטערן רעספעקטירטן איד האט עס נאך א חן, אבער ווען א אינגערמאנטשיק רעדט אזוי קראצט עס אין די אויערן. אין 2023 האט עס א טעם ווי אלט-ענגליש אדער לשון המקרא, ס'האט זיך זיין פלאץ אין ליטעראטור אבער אויף א טאג-טעגליכן פארנעם נערווירט עס.מי אני האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:44 pm איך בין נישט זיכער אז ״אַמעראַצעס״ איז די ריכטיגע אויסדרוק דא. ווי איך האב ארויסגעברענגט דא, איז פון א לינגוויסטיק שטאנדפונקט אומריכטיג צו באטראכטן, לדוגמא, אפריקאנע אמעריקאנע (ווערנאקיולער) ענגליש (AAE) ווי א ״שוואכערע״ אדער ״אַמעראצישער״ ענגליש, לעומת סטענדערד אמעריקאנע ענגליש. דאס איז אז זיי, אלס אַן אייגענארטיגן קולטור, האבן זיך זייער אייגענארטיגן סאציאלן ענגלישן דייעלעקט הן בנוגע סינטעקס והן בנוגע סימענטיקס, ומחמת זייער אייגענארטיגן קולטור און היסטאריע וסיבות שונות. דאס האט פונקט דאס זעלבע וועלידיטי ווי ״געהעריגע״ ענגליש, און עס איז נישט שייך צו זאגן אז דער ווייסע מענטש׳ס ״סטענדערד״ ענגליש איז ״בעסער״ און מער ״ראפינירט״ וכו׳ וכו׳.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
וואס איז טאקע טשונג גאם? זייט איך האב מיך אויפגעהערט דרייען מיט חסידים הער איך שוין נישט דאס ווארט, פון פשוט'ע גאם האב איך שוין געהערט, כ'בין אבער נישט זיכער צו ס'איז די זעלבע זאך ווייל איך בין קיינמאל נישט געוועהן קיין גרויסע גאם קייער.דערהויבענע איד האט געשריבן:געב מיר 'א' קענדי, אנשטאט געב מיר קענדי. אזוי אויך אלע מיני קענדי, למשל טשונג גא''ם, לאלי'ס, ליקעריש, אספרינג קענדי און טוויזלער'ס זענען אלע 'קענדי'.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
אויב איינער וויל פארבעסערן זיין ענגליש ווייל ער וויל עס פלעין פארבעסערן איז מהיכי תיתא, אבער אויב קומט עס פשוט פון סעלף העיט און פון אן איינרעדעניש אז זיין חסידישע upbringing און background איז נישט "legitimate", וואלט איך ענדערש רעקאמאנדירט א סטאפ ביים טערעפיסט...
- בר גיורא
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
איך האב "געוואטשט" א מאווי..
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 27
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 09, 2023 9:55 am
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:11 pmוואס איז טאקע טשונג גאם? זייט איך האב מיך אויפגעהערט דרייען מיט חסידים הער איך שוין נישט דאס ווארט, פון פשוט'ע גאם האב איך שוין געהערט, כ'בין אבער נישט זיכער צו ס'איז די זעלבע זאך ווייל איך בין קיינמאל נישט געוועהן קיין גרויסע גאם קייער.דערהויבענע איד האט געשריבן:געב מיר 'א' קענדי, אנשטאט געב מיר קענדי. אזוי אויך אלע מיני קענדי, למשל טשונג גא''ם, לאלי'ס, ליקעריש, אספרינג קענדי און טוויזלער'ס זענען אלע 'קענדי'.
טשונגאם איז א פאראידישטע ווערסיע פון chewing gum
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
פשי דער שטיבל איז וואַך..
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
ביי חסידים רופט מען א ווייכע קענדי א טשונג גא''ם.ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:11 pmוואס איז טאקע טשונג גאם?דערהויבענע איד האט געשריבן:געב מיר 'א' קענדי, אנשטאט געב מיר קענדי. אזוי אויך אלע מיני קענדי, למשל טשונג גא''ם, לאלי'ס, ליקעריש, אספרינג קענדי און טוויזלער'ס זענען אלע 'קענדי'.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
לעפט'ן די גרופ... ליעוו'עןברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:52 pmכ'האב קיינמאל נישט געהערט גוים אידער נישט-חסידישע אידן נוצן אזעלכע סארטן אויסדרוקן, איינער פון אונז צוויי פאנטאזירט דא.בלויע רעקל האט געשריבן: וואס האט דאס מיט אידן? נאטור פון מענטשן, אידן און גוים איז צו רעדן אזוי.
צ/ק פון די גרעסטע ריאליטי טשעק וואס איך האב געהאט איז טאקע דאס געוועהן, וויפיל בושות איך פלעג האבן אין קאלעדש און מיט מיינע שכנים. מילא א ווארט וואס איך האב נישט געקענט האב איך געקענט נוצן גוגל טרענסלעיט אדער אויפזוכן אין א ווערטערבוך, אבער ווען איך פלעג נוצן אזעלכע ווערטער וואס איך האב מיך איינגערעדט אז איך קען און קיינער האט נישט פארשטאנען איז עס געוועהן בושות. אבער איך וואלט קיינמאל נישט אויפגעטוישט די ריאליטי טשעק בושות פאר די חסידישע בת היענה שטאלץ, די טעימה פונעם עץ החיים וואס מ'באקומט ווען reality kicks in איז לא יסולא בפז. געדענק איך נאך ווי היינט ווען איך האב אמאל געזאגט פאר א שכנה מיינע עפעס וועגן א בער און כ'האב געזאגט beer אנשטאט bear ווי חסידים זאגן, זי האט נישט פארשטאנען וואו ביר קומט אריין איך האב מיך געדארפט מסביר זיין אז איך מיין די חיה וואס הייסט בער, האט זי זיך אנגערופן "Oh ,so you mean bear, not beer", האב איך דעמאלטס געכאפט די חילוק אין אויסשפראך. ווען איך פלעג האנדלען מיט חסידים פלעג איך מיך אין דעם אנשטויסן אויף א טעגליכן פארנעם, היינט האב איך שוין אבער כמעט אלעס פארגעסן, לאמיר זעהן וואס איך קען מיך דערמאנען.
wire אין ענגליש איז אן איינצעלנע קופערנע דראט, די זאך וואס מ'שטעקט אריין אינעם וואנט הייסט א cord.
בכלל a wire you could plug in or unplug, you can't "plug it out"' it just doesn't work
א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.
ס'נישט דא אזא זאך ווי a pants, ס'הייסט a pair of pants.
א head קען נישט קראצן, א scalp קען יא.
meat איז בהמה פלייש, טשיקען פלייש הייסט טשיקען
אפשר שפעטער וועל איך מיך דערמאנען נאך.
די habit פון אריינרוקן די ן'ס אין ענגלישע ווערטער קען מאכן א שמועס פאר זיך. כ'בין גראדע אויפגעקומען מיט א משל צו מאכן es's פאר plural ווערטער אין לשה"ק, און יעדער קוקט מיך אן פאר די דאמי: למשל עולם'ס מלך מלכי המלכים'ס ..של בית רבן'ס, גמילות חסדים'ס... דעמנ(צו)סטרעיטן וויאזוי ס'הערט זיך.
נאך א באקאנטער טעות וואס מ'מאכט איז
"?can someone lend me a hammer" דאס איז tricky אבער טעכניש איז עס נישט ריכטיג, lend גייט ארויף אויף די מלוה און borrow גייט ארויף אויף די לוה. ס'מיינט די זעלבע זאך, ס'ווענדט זיך נאר אין ווער ס'רעדט.
רעדנדיג פון לוה-מלוה, איך בין נאך היינט דאנקבאר פאר א מגיד שיעור וואס האט געגעבן די סימן אז ל ו ה האט ווייניגער כאראקטערס פון מ ל ו ה צו וויסן ווער איז וואס.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
דעס איז טעכניש נישט אזוי ראנג, ווייל קענדי מיינט זיסקייט. וואס דו זאגסט איז טאקע אמת, ס'איז די verb פון קענדי אבער קענדי איז א noun אויך. לויט מרים... סא די "א" גייט ארויף אויף די קוואנטום. מ'קען זיך דינגען.דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:53 pm געב מיר 'א' קענדי, אנשטאט געב מיר קענדי. אזוי אויך אלע מיני קענדי, למשל טשונג גא''ם, לאלי'ס, ליקעריש, אספרינג קענדי און טוויזלער'ס זענען אלע 'קענדי'.
(כ'מיין אויכעט אז די ביליגערע טשאקאלאד איז אויכעט קענדי.)
אבער טאקע אין ענגלישע אידאמען זאגט מען אויף א שיינקייט she's eye candy. אדער א שטיקל פון סעלין דיאן איז ear candy
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
זיי נישט נעגעטיוו. נישט יעדע קריטיק איז העיט, און נישט יעדע העיט איז שנאת חינם.בעל אחריות האט געשריבן: ↑ אויב איינער וויל פארבעסערן זיין ענגליש ווייל ער וויל עס פלעין פארבעסערן איז מהיכי תיתא, אבער אויב קומט עס פשוט פון סעלף העיט און פון אן איינרעדעניש אז זיין חסידישע upbringing און background איז נישט "legitimate", וואלט איך ענדערש רעקאמאנדירט א סטאפ ביים טערעפיסט...
ווי געווענליך איז די שטייגער אז מ'פארפארט פון די שינעס. קוק איבער מיין ערשטע תגובה, פשוט אפגעשחט'ן א טערמין און אריינגעלייגט א נייע. איך זאג נישט ס'איז אינטענשענעל, ס'איז אבער קרינזש.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 574 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑ א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.
גראדע אין אייראפע איז עס יא גענוצט ווען מען וויל פרעגן ווי די בית הכבוד איז.
ווי מי אני זאגט, עס איז שווער צו זאגן אז עס האט מיט עם הארצות צו טוהן. עס איז א קולטור.
ווען די ענגלישע וועט הערן די אמעריקאנער ענגליש (וכן להיפך) וועט מען זיך גאנץ שווער פארשטיין מיט פשוטע באגריפן וואס יעדער נוצט אנדערע ווערטער.
מיינט דאס איינער פון זיי רעדט גרייזיג?
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
איך האב באמת נישט געמיינט צו זאגן אז דו זאגסט עס פון סעלף העיט, איך קען געהעריג זעהן אז עס זאל איינעם באמת שטערן אז ער האט א נישט געפאלישטע ענגליש און נישט פון העיט, איך זאג אז עס קען אבער קומען פון א נישט געזונטע פלאץ, זאל יעדער זיך אליין פארהערן.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
הה"ד לגבי raiser blade.מר. קלונימוס האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 11:50 am How about
אם... הארצות אין חסידישע לשון קודש?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)