טמיר האט געשריבן:
די בעסטע מערסט באלאנסירטע אנאליז איבער די פאלעסטינע קאנפליקט. נאך אלע "בעסטע" וואס כ'האב שוין געזען ביז יעצט, איז דאס "די" בעסטע
זייער שיין. הגם באמת אינטערעסירט מיר גאנץ קנאפ די גאנצע פאלעסטינע פאליטיק, בכלל די ווארט "באלאנצירט" איבעלט מיר געפערליך און ברענגט מיר ליטעראלי צו ברעכן, ס'איז די ערשטע לינק אין דעם אשכול (אויסער די שמואלי בוטח) אויף וואס איך האב בכלל געקליקט, איך ווייס נישט פארוואס, מעגליך אז איך האב פשוט געוואלט זעהן וואס דו רופסט אן באלאנצירט... למעשה האט דער פראפעסאר גאר א געשמאקע טעם זקנים, יעדעס ווארט זיינעם איז אויסצושמאטשקען
בכלל האב איך זייער הנאה געהאט ווי ער מיידט אויס די אלע woke דילעמאס און קירעוועט צוריק דעם שמועס אויף א נארמאלן ריכטונג, ער איז נישט פאר און נישט קעגן, ס'פשוט דא וויכטיגערע אישוס מיט וואס זיך צו ספראווען ווי די אלע פריש געבאקענע "פראבלעמען" וואס פלאגן די היינטיגע לאנגווייליגע יוגנט. ווי אויך איז מיר זייער געפאלן ווי ער נוצט די ווארט enterprise
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II