צניעות'דיגע מקוה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 300
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 505 מאל

צניעות'דיגע מקוה

שליחה דורך צפת »

יעדער איינער ווייסט ווי אזוי די מקוואות קוקן היינט אויס. ס'איז נישט קיין סוד, און אסאך מאל וואונדערט זיך אויף זיך אליין, "אין אזא מקוה גיי איך? - סיריעסלי? - איז דאס נארמאל?" - דער מצב המקוואות איז נישט אויסגעהאלטן סיי העגיעניש, סיי מענטשליך און סיי תורה'דיג. אז דו וועסט ארייננעמען א נארמאלע גוי אין מקוה, אים ווייזן ווי אזוי עס קוקט דארט אויס אן ערב-שבת, וועט ער עס נישט קענען גלויבן... אבער דאס איז די פאקט, מיר אלע גייען אהין וואך איין און וואך אויס, מיר ווייקן זיך דארט, מהקטנים ועד הגדולים, מען בראט זיך אויס און מען קומט ארויס פון דארט שבת'דיג, מיט א קאפ העכער.

לאמיר זיך נישט לאזן נארן, דער מצב איז אסאך בעסער געווארן אין די לעצטערע יארן. סיי די ריינקייט און געשמאקקייט איז פיל פארבעסערט געווארן, און אויך אין רוחניות'דיגקייט, בשעת עס איז פארהאן אן אויפוואכונג און מען גיבט מער אכטונג וואס עס טוט זיך ארום, מענטשן זענען וואכזיניג צו פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן. אסאך נייע מקוואות מאכט מען שוין לכתחילה אויף אסאך אן איידעלערן פארנעם, אזוי אז עס איז עטוואס מער אידישלעך.

פון די אנדערע זייט, איז עס ממש א בושה! אין די צייט וואס מען פרעדיגט אין אונזערע קינדער איבער צניעות און באשיידנקייט, נעמט מען זיי אין מקוה, דארט וואו זיי זענען אויסגשטעלט צו מראות און צו געשעענישן וואס איז פארקערט פון וואס מען לערנט זיי אויס, און צומאל זענען זיי אויסגעשטעלט צו מסוכנ'דיגע אקטיוויטעטן ה"י, אויב עס איז נישט פאראן קיין גוטע השגחה. איז דאס נישט קיין געפערליכע קאנטראסט אינעם חינוך? - פארוואס דארף עס אזוי זיין? - אפילו ביי די שפלים שבאומות גיבט מען אכטונג דערויף. אין די גרויסע שוויץ-בעדער דרייען זיך ארום די איינגעשטעלטע און האלטן א שטיקל אויג, מען לאזט נישט אריין סיי וועמען, מען בעט אן איי-די... עפעס, אבער עפעס... ביי אונז קען יעדער אריינגיין, נישט קיין חילוק אין עלטער אדער זיין עבר (יא, לעצטנס איז אסאך בעסער, אבער נישט איבעראל...) - ווי אזוי ענטפערט איר דאס פאר די קינדער, ווי אזוי קוקט איר אייך אליין אין שפיגל? - איך בין זיכער אז אויב ס'וואלט נישט געווען אזא זאך, און מען קומט דיר דערציילן אז אין א געוויסע קהילה טוט מען אזוי... וואלט איר געשפיגן או געשריגן "שקצים"!

אין די צייט וואס עס איז שוין 2023, די וועלט איז שוין מער פארגעשריטן און אוועקגעשטעלט, איז דער ענין פון מקוואות אזוי נאכגעלאזט און נישט מסודר, און עס קוקט נישט אויס אז מען גיבט זיך ערנסט אפ דערמיט. עס איז שוין העכסט צייט אז מען זאל אויך דעם ענין מתקן זיין, מאכן מער פארגעשריטן, אויסגעשטעלט מער צו היינטיגע טעג, אז עס זאל זיין א תיקון אין דעם ענין, מער ריינער, שענער, בעסער, באקוועמער און אידישליכער.

אין די לעצטע צייט איז ערשינען א גליון, איבער א געדאנק פון א מקוה, ווי אזוי מען קען בויען א ריינע צניעות'דיגע מקוה, וואס וועט געבן פון איין זייט מער פריוואטקייט פאר יעדן איינעם, ס'וועט זיין מער צניעות'דיגער און איידעלער, מער ריינער, שענער און באקוועמער. בקיצור, א מקוה וואס וואלט שוין לאנג געדארפט זיין אין אלע בתי-מדרשים. לאמיר האפן אז עס וועט זיך טאקע אויסארבעטן.

לויט ווי די גליון לויטעט, וועט די מקוה זיין אויסגעשטעלט אויף אן אופן פון מחיצות אין די וואסער, אזוי אז יעדער וועט האבן זיין פריוואטע אריינגאנג, יעדער וועט האבן זיין שואער, זיין פלאץ. ס'וועט זיין שמור לקדשו מבואו ועד צאתו. א טאטע וועט קענען זיין רואיג אז זיין בחור געפינט זיך דארט, א יונגערמאן וועט רואיג קענען פארברענגען אין מקוה, נישט מורא האבנדיג זיך צו באגעגענען מיטן שווער כאדם לפני החטא... מ'וועט מער נישט עובר זיין אויף אפענע הלכות, ווער עס מעג זיך וואשן מיט וועמען וכו'. והעולה על כולנה, עס וועט זיין ריין, שיין, פריוואטקייט, געשמאק. ס'וועט זיין א פלעזשער צו גיין אין מקוה.

איך שטעל דא ארויף א בילד וואס איינער האט מיר געשיקט, א מאדעל ווי אזוי אזא מקוה דארף אויסצוקוקן. אדרבה, לאמיר הערן פונעם עולם צי ס'איז א גוטע זאך, ווי אזוי מען קוקט דערויף און וואס דער עולם זאגט דערצו.

מען דארף געדענקען, מיר האלטן היינט אין אזעלכע צייטן, וואס אלעס ווערט פארבעסערט און פארשענערט. מען קוועטשט שוין נישט קיין טרויבן מיט די בארוועסע פיס אין א גת, מען נעמט שוין נישט די הינער צום שוחט, מען האדעוועט נישט קיין רינדער צו עסן און מען קלאפט שוין נישט אין די פענסטער צו סליחות - מען באנוצט זיך ענדערש מיטן וועקער-זייגער. אויך די חמין נעמט מען שוין נישט צום בעקער, עס צו לייגן דארט אינעם אויוון - מען פארמאגט שוין היינט אייגענע געז-רענטשעס. פארוואס זאל מען נישט פארשענערן אויך דער ענין פון מקוה גיין, עס מאכן מער היינטיג, נארמאלער, געשמאקער און בא'טעמ'טער, אויסגעשטעלט צו די היינטיגע טעג?!

איר ווייסט? - די נשים מקוואות אין דער אלטער היים, האט אויסגעקוקט אזוי ווי היינט די מענער מקוואות. עטליכע פרויען פלעגן גיין אויף איין מאל, זיין צוזאמען אין איין בור, מען פלעגט אפילו מיטנעמען די קליינע מיידלעך, אז זיי זאלן האבן א געלעגנהייט זיך ארומצווואשן ווי א מענטש - נישט יעדער האט געהאט א וואנע מיט א שויער אינדערהיים. אין טייל פלעצער האבן די מענער גענוצט די זעלבע מקוה ווי די פרויען - די מענער בייטאג און די פרויען ביינאכט. פארוואס איז דאס היינט נישט אזוי? - ווייל מיר האבן רעפארמירט די נשים מקוואות, עס מאכנדיג אויסגעשטעלט צו די היינטיגע צייטן. נו, פארוואס קען מען נישט טון די זעלבע זאך מיט די מענער מקוואות?!

איך שטעל דא ארויף א בילד פון אזא מאדעל, ווי אזוי עס דארף אויסצוקוקן אזא מקוה, און זאל דער עולם שרייבן וואס מען האט צו זאגן דערויף.
בייגעלייגטע פיילס
5858.jpg

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר