ס'איז שווער מסביר צו זיין ברבים. נאר אט דעים הייליגן איד וואס איך האב געזעהן שבת קודש אינדערפריה. ביי איהם אין די משפחה האט מען נישט זייער שטארק מקפיד געוועין אויף דעים לאו וואס שטייט אין די תורה "ואת זכר לא תשכב משכבי אשה". זעהט אויס אז ער האט געהאלטן אז ס'איז נאר א מנהג. אבער טראגן מיט'ן עירוב איז דאך א איסור דאורייתא...
מ'דערציילט אז אין גער, פלעגט מען נישט ארויסזאגן דאס טמא'נע ווארט "אשה" פון מויל. נאר מ'פלעגט זיי רופן נשמה. געווען איינמאל א גערער חסיד, וואס איז געקומען זיך אדורכרעדן מיטן רבי'ן איבער פריוואטע עניינים, (קען זיין בנוגע מצות עונה), און די רעביצין איז געווען אין צימער, וויבאלד דער חסיד האט זיך געפיהלט אביסל אומ-באקוועם אז די רעבעצין זאל מיט-האלטן זיינע פריוואטע עניינים, איז ער שטיל געבליבן און געווארט. פרעגט איהם דער רבי: אויף וואס ווארטסטו? ענטפערט דער חסיד מיטן גרעסטן מאס יראת הכבוד: איך ווארט דער רבינ'ס נשמה זאל ארויסגיין...
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
האסט נישט געכאפט דעם רמז. ער האט געמיינט אז אויב די וועסט פלייסיג לערנען, וועסטו אויך זוכה זיין צו האבן די ידים מלוכלכת ווי דוד המלך וועסטו אויך קענען נוצן פיורעל...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -