ק"ש האקט אויף אלע באקן!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7341 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2411 מאל

ק"ש האקט אויף אלע באקן!

שליחה דורך שעפטאל »

זיצט זיך דער פעטער שעפטי אויף די באקוועמע ווייכע פלייש, ער גלעט זיך זיין ברייטען אויסגעשפרייטן ווייסען בארד. ער זעהט ווי ס'קאכט זיך אין שטיבל מיט א פרישקייט, אבער סחורה האט ער נישט. זיך האלטן שטיל אביסל? נעה, ס'פאלט עם נישט איין. רופט ער זיך אהן ביי די ערשטע געלעגענהייט מיט זיין פרעשׁווייפּ'ס פרישקייט: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

ער קוועלט צו זעהן ווי אלפא בריקעוועט אריין סחורה רעכטס און לינקס. הגם ווי גרויס שעפטאל'ס ווייסע בארד איז הייבט ער נישט אהן צו כאפן די טיעפע שמועסן, אבער ער זעהט מי אני לייק'ט און איז מגיב, געטרויעט ער זיך צו זאגן: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

ער הערט נוח'ס וויי געשריי "ס'איז אלעס אבי גערעדט", טמיר'ס עצה איבערן מלחמה, שאלתיאל'ס לינק'ס, מחריבי קרתא, צעווישען האמער און נאגעל, ווי ס'מאכט זיך נאר חילוקי דעות האלט ער זיך דאס מויל, ער האט דאך נישט קיין דעות. ער נעמט דאך נישט קיין צדדים. (ווארום ס'גאנצע וואס ער קען צולייגען איז א איבריגע עי"ן אין יעדע ווארט דשאסט צו זיין סעיף.) אבער ער שמייכלט צו זיך מיט זיינע געילע ציין: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

ער הארגעט זיך פון געלעכטער ווען ננח נעמט קיער פון די פשוטע אלף בית ביז תורת חכם אליין. אבער ער קען נישט לייק'ן, טא ס'וועט נאך וויי טוהן יענעם. באגניגט ער זיך מיט'ן זאגן שטילערהייט: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

ער ציפט זיך די באקן צו דערגיין אויב ער טרוים'ט נישט ווען שמן דערווייגט זיך אין שמייכלן מאחורי, דעם לופּהאול, אבער ס'פאסט נישט, די פעטער קוק'ט נישט אויף אזאנע זאכען'עס. קען ער נישט לייק'ן. אבער ס'כאפט זיך ארויס פון צעווישען זיינע ברייטע באקן (בשעת ער פראבירט צו מאכן דעם ווינק ;) אבער ער ווייסט נישט אז מ'ווינקט נאר מיט איין פארמאכטע אויג, ווי אויכעט מיינט ער אז מ'דארף האלטן די אויגן פארמאכט פאר דריי גאנצע רגעים): ק"ש האקט אויף אלע באקן!

זיינע אויגן פאלן שיעור נישט ארויס ווען ברוך דערווייגט זיך אזוי צוריק ענטפערן צום'נהל. ער קען נישט לייק'ן, מ'וועט נאך מיינען.. אבער ווי קען מען דורכגיין אזא אשכול אהנע לאכן. באגניגט ער זיך כאטש מיט'ן: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

ווען ער קומט אהן צו "אך און וויי פאר אזא געווינס", ער דערמאנט זיך שמעקעדיג איז אויכעט געוועהן יונג אמאל, איי וואלווי מיטן נשר הגדול מיט מיימון. די יונגע פלענער, אונז גיימער לאבין'נען.. ער געט א קרעכט'ס בשעת זיין הויקער ווערט קרומער, איי ס'געווען גוטע צייטן אמאל. אבער ער מאכט נישט אוועק. היינט איז אויך א מחיה! שרייט ער מיט זיין הייזעריג'ן פארקראצטען רויכענ'ן קול, מיט זיינע 4 רויטע באקן: ק"ש האקט אויף אלע באקן!

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר