דערמאנט מיך אביסל פון די דורכגעפאלענע סופליי סייד עקנאמיקס טעאריע....אלפא האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 28, 2023 10:57 am לענ"ד פון אן עקאנאמישן פערספעקטיוו, איז די איינציגסטע עצה ארויס פון די מצוקה דורך האבן ווייניגער קינדער. און כ'וועל מסביר זיין!
אלע פראפאזיציעס ווערן כסדר פארגעלייגט אויפן טיש, אנגעפאנגען פון העכערן הכנסה, איינצוימען הוצאות, אוועקמופן, ביזן מערכה איבער די וויכטיגקייט פון סעקולארע עדיוקאציע וועלכע וועט זיין די game changer, אדער דאס אראפרייסן די 'סיסטעם' פון נאכמאכן יעדעם איינעם מיט די הויכע סטאנדארטן פון דירות/חתונות/קליידער/און וואס נישט.
די פראבלעם מיט די אלע איז אז זיי זענען אלע גערעכט! נעמליך, אונזער הוצאות זענען גרעסער פון די הכנסות שוין אפי' נאכן עס הייבן דורך א געלערנטע דזשאב, און טוישן די סיסטעם אדער מופן זאגט זיך אסאך גרינגער ווי געטון!..
באמת קען מען לכאו' צולייגן צום ליסטע די פאקט אז מ'לערנט נישט בעסיק פיינענס סקיללס מיט די יוגנט, אדער אז מ'ווערט געבוירן מיט א גאלדענעם לעפל אין מויל - אחריות איז נאר אן ארטיקל ווען דו קענסט שוין גארנישט טון, וואס דאס באמת נעמט זיך שוין אויך פון די ברייטערע לידערשיפ ביי אונז ווי רעספאנסיביליטי און אקאונטעביליטי זענען מיאוס'ע ווערטער א.א.וו... אדער מעגליך דאס אז עס זענען נישטא קיינע סטאטיסטיקס און געהעריגע דאטא איבער אונזער פינאנציעלע מצב וואס זאלן שלאגן די מנהיגים אין פנים אריין.
געהערט האב איך אמאל א קורצן הסבר איבער וואס האט פאסירט, אז נאכן קריג ווען מיר זענען געווען א קליין הייפעלע איז געווען גאנץ גרינג פארן רבין-זי"ע צו שטופן די עולם ארבייטן און נאטירליך באשאפן אפאר עשירים אזוי ארום זיי אויפצונעמען און דע-פאקטא האבן זיי אונטער געבאלטן די קהילה, די מוסדות, די ארימעלייט, און אלע זייטיגע צוועקעלעך, בעת וואס די עולם האט זיך געמערט אנע חשבון אויף פאראויס.
fast-forward צוויי דורות, און די פראצענט פון עשירים זענען א שפיי אנקעגן די צרכים פון די קהילה, אויב האט אן עושר אמאל געקענט אויסהאלטן די גאנצע מוסד (וואס האט אזוי אויך נישט פארלאנגט קיין סאך - די מלמד האט דאך געדארפט ווייניגער אויך) פלאס אויסצאלן די פלייש בילס פאר אלע נצרכים פון שטאט, קען ער היינט קוים דעקן זיין אייגענע בודזשעט פאר זיך, די קינדער, און תורה'דיגע אייניקלעך - וועלכע איז אויך געוואקסן מיטן סטאנדארט - ווער רעדט נאך פון אויסהאלטן א שטאט אדער אפי' א בנין.
נישט פארגעסן אז לעבענדיג בהרחבה אויף 'אנקל-סעם'ס' קאנטע האבן זיך די השגות געהויבן, נעמליך אויב שכר לימוד איז געדעקט, חתונה מאכן גע'שנארעט, און עסן מנודב כפי הצורך, פארוואס דען נישט אויסרייסן די שכן'ס אויגן מיט מעטשינג קליידונג כבני מלכים. און די שכן פארשטייט זיך מאכט אן ענליכן חשבון בנוגע די שטריימל, אויסמישנדיג זיך מיט די מארקעט וואוקס פון טאקע די פילצאליגע וועלכע האבן אנגעפאנגען וועלן דעקן דאס אלעס - וואס האט נאך מער געשטופט דעם סטאנדארט, וחוזר חלילה. האט געברענגט אז לעת עתה איז מען אין א מציאות פון גאר הויכע סטאנדארטן געשאפן דורכן קולטור, און אוממעגליכע דעקונג מיט די פראצענטואלע דיקליין פון נגידים.
[עס איז כמובן אביסל מער קאמפליצירט ווי דאס - ווענדענדיג זיך אין די לאקאלע עקאנאמיע ביינזאם מיט די סאציאלאגיע פון די פרטיות'דיגע קאמיוניטי. די פוינט איז אבער די זעלבע.]
אין אנדערע ווערטער זענען מיר באמת אין א מצב וואס איז עקאנאמיש unsustainable,
די טייערע געגנטער/דירות פון וועלכע מ'קען פסיכאלאגיש זיך נישט אוועקרייסן.
קינדער וועלכע קאסטן (פארן לעבן) ארום $300,000 מינימום - פון שטאפירן, ביז שכר לימוד/קעמפ, ביזן חתונה מאכן, געדאפלט לויטן צאל... (פאר 7 קינדער איז עס ע"פ חשבון איבער 2 מיליאן!)
הימל שרייענדע סטאנדארטן פון עסן, קליידונג, ושאר ירקות, פון וואס מ'קען זיך סאציאלאגיש נישט אפרייסן.
אפי' אן מאכן די פונקטליכע קאלקולאציע קען יעדער בר דעת זען אז אן קיין זייטיגע שטיצע איז דאס אוממעגליך כפשוטו, און אזויווי בדרך הטבע גייט 'זייטיגע שטיצע' אראפ נישט ארויף, [סיי מכח די קלענערע פראפארציע פון עשירים, סיי מכח די העכערע סטאנדארט סיי פאר זיי אליין און סיי פאר די וואס דארפן די שטיצע, און אויך מכח די אלע גרעסערע ארגעניזאציעס (הצלה, RCCS, בוני עולם,) וועלכע זענען נאר נויטיג מיטן פארגרעסערונג פונעם סיסטעם - אבער טרינקען הויפענעס פון די געלט וועלכע וואלט אנדערש געגאנגען צו יחידים] קען מען זיך פאראויסזען אין אלס א טיפערן לאך אויב נעמט מען נישט קיין שריט.
ווער פונקטליך זאל אבער נעמען די 'שריט'? די אין די לידערשיפ, אדער פארשטייען נישט צום מצב בכלל, אדער לעבן זיך פריוואט על סיר הבשר און בלינד צום דרויסענדיגע מציאות, אדער זענען זיי פשוט נישט געמאכט פאר דעם אין איידעלע ווערטער.
יחידים פאר זיך קענען לכאו' יא ארויפברענגען זייער אייגענע הכנסות - טאקע דורך פראפעסיאנאלע דזשאבס וכדו', אדער מיט א שטארקע ווילן אפי' נידערן הוצאות אנקעגן די שטראם. אבער פארן ברייטן בילד איז דאס נישט קיין מהלך. און נישט פארגעסן ווידער, אז איינמאל דו הייסט א שיינע איד האסטו אטאמאטיש דיין שוואגער מיט זיין קנעכל אויסצוהאלטן אלס עניי עירך, און די וואוילטעטיגע ארגעניזאציעס מיט די אלע מוסדות פשוט אלס מעמבער אין קהילה... איז פארוואס דען זיך פלאגן?
איבערקוקנדיג די ליסטע, בלייבט אונז איבער איין עצה... פאמינערן די סאציאלאגישע וואוקס! ביינזאם מיטן העכערן הכנסות און זיך נעמען אין די הענט אריין ביז עס ווערט סטאביל און יעדער האט די מעגליכקייט זיך אליין אויסצוהאלטן.
נישט פונקטליך, נאר אין א היימישע סינעריא. לאז די עשירים טוהן וואס זיי ווילן און געב זיי אלע פרידאם צו געבן און צו טיילן פאר נצרכים, בעת וואס די ארימעלייט שרייבן אויף אין גראסערי אויף הייוון, לעבן פון אנגעבארגטע געלטער וואס זיי האבן נישט און גייען נישט האבן, און אזוי רוקט מען זיך ארויף די לעבן מער און מער (keeping up with the Joneses) און נאכדעם קומען זיי וויינען העלף מיך, איך בין אזוי ארים, האב רחמנות...