צו וואס טויג אונז די מדינה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך יעקב מענטש »

אלפא האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 11:50 am נאכן צו-ווייזן דעם ארטיקל פאר א (געלערענטע) חבר, האט ער אויסגעלויבט די געלונגענקייט פונעם שרייבער, אבער גע'טענה'ט: 1, הערצל'ס אגענדע איז נישט דוקא געווען צו עלימינירן אנטי-סעמיטיזם, ענדערש אז עס איז שוין יא דא, זאלן אידן ווי אים כאטש האבן אן אייגן מקום צו שיינען און זיך ארויסצוגעבן - וועלכע איז געווען כמעט אוממעגליך אונטער פרעמדע טעריטאריע, און אויב איז דאס וואר האט ער טאקע היבש מצליח געווען.
ס'איז פשוט נישט וואר.

הערצל האט געהאט אין פלאן צו שמד'ן גאנץ כלל ישראל אין זיי אינטעגרעיטן מיט די קריסטן און מאכן אויס מיט כלל ישראל ה"י, וואס שטימט נישט מיט די סברא אז ער האט געזוכט צו שאפן א פלאץ ווי דער איד זאל שיינען וכו'

די מדינה פון א 'סעקולארע פערספערטיוו' האט געזאלט רעדעפינירן וואס א איד מיינט, שפראך, לאנד, וכו' אן קיין שעבוד פון תורה ומצוות. די וועג וויאזוי מ'האט עס באקומען פון די אינטערנאצינאלע קאמיוניטי איז געווען דורך די 'סעקיוריטי ארגומענט', אז אידן רודפ'ט מען איבעראל, און "נאר" ווען זיי גייען האבן אן אייגן אידישן לאנד (וואס איז נאך א גרויסע פראגע ווי אידיש דאס קען בלייבן בעתיד, וויבאלד ס'פארמאגט א דעמאקראטישע סיסטעם און ס'פעלט נאר אויס א רוב פון אראבער צו פארלירן די "אידישע מדינה" סטאטוס אויף אייביג און זאגן קדיש אויף די גאנצע עקספערימענט, דאס איז וואס מאיר כהנא האט געשריגן פאר יארן לאנג)
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך כרם זית »

הערצל האט לאו דוקא געזיכט אז דאס איד זאל שיינען אלס 'איד' אויס, ער האט געוואלט אז די 'מענטש' וואס באטיטלט זיך איד זאל קענען שיינען אלס 'מענטש'. ווען ער האט געזען אז שמדן וועט נישט לייזן די פראבלעם האט ער פראבירט די אפציע פון נאציאליניזם.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

למעשה גערעדט ביי חסידים ווערט א איד אויך נישט 100% דעפינירט מיט שמירת התורה והמצוות, ווי הייסט עס נאר, אה, שלא שינו את שמם לשונם מלבושם. וויאזוי קוקן חסידים אן א איד וואס גייט אנגעטוהן ווי א גוי, קען נאר ענגליש, און גייט ביי זיין גויאישע נאמען? איך רעד שוין נישט פון קליינע קינדער וואס פון זייער זייט איז אזא איינער א פולקאמער גוי, אבער אפילו ערוואקסענע חסידים קוקן אן אזא איינעם ווי העכסטנס א כלאים, אזא בחינה ווי די hardcore מזרחיסטן קוקן אן חוצ-לארצ'דיג אידן. יא ער איז א איד, אבער ס'איז דומה לו כמי שאין לו אלוה, און מיר ווייסן דאך אז מעיקר הדין זענען אלע מצוות תלויות בארץ (ידוע בשם הרמב"ן אבל הרבה ראשונים אומרים את זה), בקיצור, נישט דאס האט די פסוק געמיינט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך בר גיורא »

כרם זית האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:12 pm הערצל האט לאו דוקא געזיכט אז דאס איד זאל שיינען אלס 'איד' אויס, ער האט געוואלט אז די 'מענטש' וואס באטיטלט זיך איד זאל קענען שיינען אלס 'מענטש'. ווען ער האט געזען אז שמדן וועט נישט לייזן די פראבלעם האט ער פראבירט די אפציע פון נאציאליניזם.
אין אנדערע ווערטער, ער האט געוואלט אבאלישען "אנטיסעמיטיזם", ער וואלט געטון יעדע זאך וואס ער האט געהאלטען עס וועט העלפען מיט די cause..
מדינה (אוגנדה אויב מקען נישט באקומען ישראל), שמד'ן.
מדארף דורך ליינען די פראטעקאלן פון די ערשטע אסיפה און באזעל.
זיין איקיועזשיען איז געגאנגען,
מהאט פיינט אידן וועגען זיי זענען פרעמדע=לאמיר זיך אדער אינטעגרירען אדער אויפשטעלן אן אייגען לאנד.
ווען ער וואלט געזען די שנאה די וועלט האט אויף די לאנד וואלט ער זיך איבערגעדרייט אין קבר...
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך דערהויבענע איד »

כ'פארשטיי נישט פארוואס די עולם איז אבסעסט מיט הרצל...

יא כ'פארשטיי, ער איז למעשה די טאטע פון ציונית, אבער די געדאנק פון נישט זיין די צובראכענע גלות איד, איז א געדאנק בפני עצמו. אזוי אויך די גאנצע וועג ווי אזוי ס'איז למעשה צושטאנד געקומען איז א פאזל פון אסאך שטיקלעך.

ס'איז א קנאי'שע אבסעסיע צו משפט'ן די גרינדער פונעם רעיון הציונות צו זיי זענען גערעכט, און צו זיי דרייען זיך איבער, אדער שלאפן איבערגעדרייטערהייט אין קבר.

פאר די געלט קען מען שוין רעדן צו וואשינגטאן וואלט אויפגעגעבן אמעריקא ווען ער וואלט געזען ווי די היינטיגע BLM פארפירן, אדער צו בין לאדין וואלט ווען דורכגעפירט היינט ניין עלעוון צו ער וואלט נאכאלס געגלייבט אינעם עולם שכולו בתולות.

למעשה האט אונז דער אייבישטער געגעבן א גרויסע מתנה, און א גרויס חלק אידן האבן זיך צוריקגעקערט קיין ארץ ישראל, און די מדינה שטייט אלס די אכטסטע מאכטפולסטע מדינה איבער די וועלט. אלע איבעיא'ס, ספיקות, חידות, קושיות, און פירכות קען מען רעדן נאכן קוגל און ס'איז נישט נוגע למעשה.


למשל פערזענליך האלט איך אז ווען סאקמער רב און הרצל לעבן ווען, וואלטן זיי אויפגעטוישט שיטות הקדושות.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך מאטי »

א שטיקל הכרת הטוב, אז מ'קען זיין אנטי ישראל און מ'מוז נישט זיין קיין אידן פיינט.. ווען נישט די מדינה וועמען וואלטן די העיטערס געהעיט אנע הייסן אזוי? אפשר סאטמאר?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך מאטי »

"אוי! אוי!" האט א איד זיך צעקרעכצט אינעם מיטל אלטער נאכן צום וויפלטן עלילת דם אויף די מצות.
"גאטעניו! כווייס באמת נישט וואס טויג דיר אז אפאר אידעלעך ברעכן זיך די ציין זיבן טאג אויף אפאר הארטע קרעקערס, דאס איז דיין געשעפט, אבער קוקענדיג אויף צוריק, האט זיך דאס באמת געלוינט?"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך berlbalaguleh »

כרם זית האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:12 pm הערצל האט לאו דוקא געזיכט אז דאס איד זאל שיינען אלס 'איד' אויס, ער האט געוואלט אז די 'מענטש' וואס באטיטלט זיך איד זאל קענען שיינען אלס 'מענטש'. ווען ער האט געזען אז שמדן וועט נישט לייזן די פראבלעם האט ער פראבירט די אפציע פון נאציאליניזם.

הערצל איז געווען א "דיסקאנעקטעד איד" וואס האט געהאט א גוטע איידיע, אז אידן זאלן קענען לעבן אין ארץ ישראל במנוחה. נאר איהם האט נישט אינטרעסירט אז מ'זאל מקיים זיין מצוות, פאר איהם איז גוט געווען ווען די אידן זענען (ח"ו) קאטאליקן אדער פראטעסטאנטן. נאר מ'זעהט דא דעם יד ה', אז ס'איז דא היינט אין ארץ ישראל הונדערטער טויזנטער ערליכע אידן וועלכע זענען אויך מקיים די מצוות התלויות בארץ.

ווען מ'קוקט מיט אביעקטיווקייט קענמען זעהן אז נישט אלעס וואס די נישט רעליגיעזע אידן אין ארץ ישראל האבן געטון איז געווען במזיד און מיט א רשעות'דיגע כוונה (כאטש ס'זענען געווען געוויסע גרופעס פון להכעיס'ניקעס), נאר ס'האט זיי נישט געארט אז די קינדער פון אימיגראנטן ווערן פארווארפן אין נישט רעליגיעזע קיבוצים, ווייל דאס איז געווען דאס גרינגסטע פלאץ וואס האט זיי געקענט אויפנעמען אין יענע צייט. ווען די ערליכע אידן, וועלכע זענען אליין געווען נייע אימיגראנטן, וואלטן געווען בעסער ארגאניזירט און צוגעגערייט מקבל צו זיין די נייע עולים פון תימן און עיראק וואלט מען אפשר געקענט אפראטעווען טויזנטער קינדער פון באקומען א נישט ערליכן חינוך.

אויסער די געציילטע בחורים און יונגעלייט פון פעילים (די פארגייער פון יד לאחים) וועלכע זענען אריין אין די אנטי-רעליגיעזע קיבוצים און זיי האבן מיט מסירות נפש ממש ארויסגעראטעוועט קינדער פון די קיבוצים.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך מאטי »

הרצל האט לכתחילה געוואלט טויפן די אידן אויף פאפיר, אים איז נישט געגאנגען בנפשו אז אידן זאלן זיך שמד'ן, ס'איז געווען א פראקטישע עצה פון א פרייע פערספעקטיוו זיך צו אינטעגרירן מיט די נישט אידישע ציוויליזאציע, צו קענען ווערן אנגענומען אויף הויכע פאזיציעס וכדו'. בסוף ימיו האט ער חרטה געהאט, נאכן באקומען א שטיקל געפיל פאר נצח ישראל.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך עמרם »

כספי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:14 pm
פון די צווייטע זייט אויב וואלט שוין דעמאלטס געווען א אידישע מדינה גלייב איך אז היטלער ימ"ש וואלט זיך די ערשטע זאך ארויפגעווארפן אויף דעם, און עס ח"ו פלאך געמאכט מיט זיין מעכטיגע לופט-וואפע
אויב וואלט ווען שוין דערמאלטס געווען א מדינה וואלט'ן זיי אויך געהאט א מעכטיגע לופט-וואפע (אזוי ווי זיי האבן היינט) און ער וואלט עס נישט געקענט פלאך מאכן (אזוי ווי ער האט נישט מצליח געווען איינצונעמען ענגלאנד)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמרם: ייש"כ. אויב די "ציונים", טייערע אידישע קינדער האבן געקענט בחסדי השי"ת אנקומען קיין ענטעבבע אין ווייטן אפריקע וואלטן זיי זיכער געקענט אנקומען קיין בערלין און אוישוויץ.
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך קליינע צדיק »

אידישקייט גליון האט געשריבן אן עדיטאריאל איבער די מדינה וואס איז פאסיג דא
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך קהל'ס נער »

קליינע צדיק האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:03 pm אידישקייט גליון האט געשריבן אן עדיטאריאל איבער די מדינה וואס איז פאסיג דא
בקיצור, דער שרייבט אז די ציונים זענען שולדיג אויף די שחיטה אום שמחת תורה, ווייל ווען נישט די מדינה וואלט אויפגעשטעלט געווארען, וואלטן די אראבישע-נאציס נישט געטון זייערע שחיטות.

האלאו מר. יודישקייט גליון, די האלאקאוסט וואס זעקס מיליאן אידן זענען געהרג׳ט געווארען איז געוועהן ביפאר די מדינה.
זעהסטו קלאר אז ווען ס׳נישטא קיין מדינה האסטו אסאך גרעסערע און ערגערע שחיטות, און ווער ווייסט וויפיל שחיטות די מדינה האט שוין פארמיטן.

הכרת הטוב איז נאך אלץ נוגע אפילו ווען די האסט אנדערע השקפות פון יענעם, אפילו סאטמער׳ר רב האט געשיקט זאגן א יישר כח פאר קאסטענער, על אף ער איז געווען א ציוני, ווייל אז נישט איז מען א כפוי טוב.

(איראניש, די גליון רופט זיך ביים נאמען אידישקייט, בשעת די אג׳ענדע וואס זיי שטיפן איז די פארקערטע פון אידישקייט.)
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
זה חלקי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך זה חלקי »

קהל'ס נער האט געשריבן: הכרת הטוב איז נאך אלץ נוגע אפילו ווען די האסט אנדערע השקפות פון יענעם, אפילו סאטמער׳ר רב האט געשיקט זאגן א יישר כח פאר קאסטענער, על אף ער איז געווען א ציוני, ווייל אז נישט איז מען א כפוי טוב.

סאטמאר רב באזירט דאך די גאנצע מאמר שלוש שבועות אין ויואל משה אז די 2טע וועלט מלחמה איז געקומען צוליב ציונות
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך כרם זית »

אודאי זענען די ציונים שולדיג אין די צווייטע וועלט מלחמה, צוליב זיי זענען די רבנים אריינגעפאלן אין פערענאיע און פארבאטן פאר זייער'ע אנהענגער צו אומערגרירן קיין ארץ ישראל, ווערנדיג איבערגעלאזט צו די נאצי'שע גורל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
תורה ודעת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 7:23 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך תורה ודעת »

כרם זית האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:54 pm אודאי זענען די ציונים שולדיג אין די צווייטע וועלט מלחמה, צוליב זיי זענען די רבנים אריינגעפאלן אין פערענאיע און פארבאטן פאר זייער'ע אנהענגער צו אומערגרירן קיין ארץ ישראל, ווערנדיג איבערגעלאזט צו די נאצי'שע גורל.
:lol: :lol:
אדער וועגען דעים.
אדער וועגען די אידענראט האט ציגעזאגט פאר די רבנים פרי פעסעידזש ארויס פון לאנד אין אויסטויש פאר האלטען די עולם רואיג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך berlbalaguleh »

תורה ודעת: דיין טעאריע איז שוין צו שטארק קאנספיראטאריש. צי האסטו (דען) א הוכחה אז דאס איז געווען דער פאקט?

נאר א סאך רבנים מכח שיקול דעת עצמם האבן געהאלטן אז דער מצב איז נישט "אזוי געפערליך".און ס'גייט בעסער ווערן. און זיי האבן אפגערעדט די אידן פון פרובירן זיך ראטעווען דורך פארשאפן "סערטיפיקאטן" כדי צו קענען פארן קיין ארץ ישראל. און זיך ראטעווען אויף אנדערע וועגן.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דער שרייבער הערמאן וואָק, וועלכער האט געוואוינט אין פּאלם ספרינגס אין קאַליפאָרניע, פארציילט אז ווען ער האט באזוכט אין א״י האט ער געגעסן א סעודה ביי בן גוריון. בן גוריון האט אים געזאגט אז ער מוז קומען וואוינען קיין א״י, ווייל אלס איד וועט ער נאר דארט זיין פריי. אויף דעם האט אים וואָק צוריקגעזאגט, ״פריי? ארומגענומען מיט שונאים ארמייען וואס שרייען ברבים אז זיי ווילן און פרובירן דיר צו פארטיליגן, שאסייען פארמאכט נאכ׳ן שקיעה [אין יענע תקופה מחמת די אומרוהן] וכדומה. דאס הייסט פריי?!״ צו וועלכע בן גוריון האט אים גע׳ענטפערט, ״איך האב געזאגט פריי. נישט פארזיכערט [safe]

דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס @אלפא’ס חבר האט געזאגט אין זיין זיבעטן פונקט בעד ציונות, אז ״אינדיפענדענס איז אויך ווערד א פרייז!״ והיינו, דאס׳ן עצם האבן זעלבסטשטענדיגע סעלף-דיטערמענעישאן, אפגעזעהן פון די פארגרעסערטע סכנה דערפון. ווי אויך די געדאנק וואס @צקון לחש האט פריער דערמאנט.

די שאלה איז נאר צי למעשה לוינט זיך דאס אינעם קאסט-בענעפיט אנאליז, קעגן דעם פרייז פון סעקיוריטי וואס מ׳דארף אויפגעבן. אידן אין די דייעספּאָראַ כהיום זענען אויך בעצם ״פריי״, הגם טאקע נישט אויף די מדריגה פון sovereignty ווי אַן אייגענע נאציאנאלע רעגירונג אין אַן אייגענעם לאנד, און זיי זענען נישט subjugated. און די שאלה איז, ווי ווייט איז דאס׳ן האבן sovereignty און סעלף-דיטערמענעישאן מקושר מיט דעם אז עס איז טאקע כדי מ׳זאל קענען זיין פארזיכערט מיט security; מ׳קען טענה׳ן אז זיי זענען תרין הן דלא מתפרשין מהדדי. מ׳קען דאס אפשר אביסל צוגלייכן צו איינער וואס איז בעל הבית אויף זיין אייגענע הויז אבער אין א שלעכטע געגענט פוהל מיט קריים וואו ער דארף כסדר זיין אויף די וואַך און האט כסדר איינברוכן וואו מ׳שעדיגט אים און זיינע חפצים, לעומת איינער וואס צאלט (די זעלבע פרייז) שכירות פאר א דירה אין א גוטע און סעיף געגענט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך דערהויבענע איד »

זה חלקי האט געשריבן: סאטמאר רב באזירט דאך די גאנצע מאמר שלוש שבועות אין ויואל משה אז די 2טע וועלט מלחמה איז געקומען צוליב ציונות

כ'האב געמיינט אז דו גייסט ברענגען פון א בעסערע מקור ווי פון סאטמער רב'ס מיינונג אז די וועלטס קריג איז געקומען צוליב די ציונים, וואטעווער דעט מינ'ס.


אזוי צו אזוי איז אקטאבער דעם זיבעטען זיכער געקומען צוליב סאטמער,


וויבאלד זיי האבן אנגערייצט די ציונים, זיך צו רייצן מיט די אראבער, און פון דארטן איז שוין א קאצן שפרונג צו די שמחת תורה אטאקעס, שפעטער קומען די צינדער'ס שרייען ציונים פוי און בלעימען די ציונים.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך דערהויבענע איד »

בכלל ווען מ'רעדט פון די מדינה, און ווי אזוי ס'איז צושטאנד געקומען, איז עס א גרויסע פאזל פון אסאך שטיקלעך, אסאך מענטשן מיט אסאך מיינונגען און צילן. ווי אויכעט כהיום האט זיך געטוישט צווי זאכן ווי פאר הונדרעט יאר צוריק, סיי אז אין ישראל איז דא שונאים, און סיי אז אמעריקא איז פארהעלמעסיג זייער א גוטע גלות ביחס צו וואס ס'איז געווען די לעצטע צוויי טויזענט יאר.


ס'איז זיכער אז אסאך לינקע דעמאלטס אין מדנ''י וואלטן היינט נישט געווען אזוי פאטריאטיש, און געגאנגען וואוינען אין אייראפע טערקיי אדער אמעריקא, אבער למשל ווען סאטמער לעיבעלט אלע כנסת מעמבער'ס ווי ציונים פארגעסן זיי אז נישט יעדער איז אויפן זעלבן בלאט בכלל.

אויב די פותח האשכול האט געוואלט פרעגן צו הרצל וואלט היינט נאך געווען אין שטיצע פון די מדינה, זייער מעגליך אז נישט.

אויב וויל מען רעדן צו בן גריון וואלט געגאנגען פאר דעם, לכאורה יא.

בגין? בפשטות יא.

איינשטיין וואלט אויך געווען א חסיד פון ישראל.

בערני סענדער'ס זעט נישט אויס אז יא.

אויב וואלט ירושלימ'ע רב, הראי''ה קוק זצוק''ל געהאלטן היינט פון דעם, וואספארא שאלה בכלל.

מאיר כהנא, וואלט זיכער היינט אויכעט געהאלטן פון א מדינה.

הרב עובדיה יוסף זצ''ל, וואלט אויכעט געווען אין שטיצע.

הרב ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ''ל, איז נישט קלאר ביז היינט וואס ער האט געהאלטן. (אלע קרייזן, כולל די נאצינאלע רעליגיעזע, זאגן אז ער האט געהאלן ווי זיי.)

בנימין נתניהו ווענדט זיך לכאורה ווי סוקסעספול די מדינה וואלט געווען, אן ווי ער וואלט געהאט מער פאטענציאל.



נאך עפעס שווער?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מי אני האט געשריבן: דער שרייבער הערמאן וואָק, וועלכער האט געוואוינט אין פּאלם ספרינגס אין קאַליפאָרניע, פארציילט אז ווען ער האט באזוכט אין א״י האט ער געגעסן א סעודה ביי בן גוריון. בן גוריון האט אים געזאגט אז ער מוז קומען וואוינען קיין א״י, ווייל אלס איד וועט ער נאר דארט זיין פריי. אויף דעם האט אים וואָק צוריקגעזאגט, ״פריי? ארומגענומען מיט שונאים ארמייען וואס שרייען ברבים אז זיי ווילן און פרובירן דיר צו פארטיליגן, שאסייען פארמאכט נאכ׳ן שקיעה [אין יענע תקופה מחמת די אומרוהן] וכדומה. דאס הייסט פריי?!״ צו וועלכע בן גוריון האט אים גע׳ענטפערט, ״איך האב געזאגט פריי. נישט פארזיכערט [safe]

דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס @אלפא’ס חבר האט געזאגט אין זיין זיבעטן פונקט בעד ציונות, אז ״אינדיפענדענס איז אויך ווערד א פרייז!״ והיינו, דאס׳ן עצם האבן זעלבסטשטענדיגע סעלף-דיטערמענעישאן, אפגעזעהן פון די פארגרעסערטע סכנה דערפון. ווי אויך די געדאנק וואס @צקון לחש האט פריער דערמאנט.

די שאלה איז נאר צי למעשה לוינט זיך דאס אינעם קאסט-בענעפיט אנאליז, קעגן דעם פרייז פון סעקיוריטי וואס מ׳דארף אויפגעבן. אידן אין די דייעספּאָראַ כהיום זענען אויך בעצם ״פריי״, הגם טאקע נישט אויף די מדריגה פון sovereignty ווי אַן אייגענע נאציאנאלע רעגירונג אין אַן אייגענעם לאנד, און זיי זענען נישט subjugated. און די שאלה איז, ווי ווייט איז דאס׳ן האבן sovereignty און סעלף-דיטערמענעישאן מקושר מיט דעם אז עס איז טאקע כדי מ׳זאל קענען זיין פארזיכערט מיט security; מ׳קען טענה׳ן אז זיי זענען תרין הן דלא מתפרשין מהדדי. מ׳קען דאס אפשר אביסל צוגלייכן צו איינער וואס איז בעל הבית אויף זיין אייגענע הויז אבער אין א שלעכטע געגענט פוהל מיט קריים וואו ער דארף כסדר זיין אויף די וואַך און האט כסדר איינברוכן וואו מ׳שעדיגט אים און זיינע חפצים, לעומת איינער וואס צאלט (די זעלבע פרייז) שכירות פאר א דירה אין א גוטע און סעיף געגענט..

מי אני: נאר ביי ארץ ישראל איז דא נאך אן "ענגל". ווי די גמ' זאגט...אין ארץ ישראל נקנית אלא ביסורים...! פארשטייצעך אויב מ'גייט נישט אין די שיטה...! You can't have it both ways...!
באניצער אוואטאר
זה חלקי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך זה חלקי »

דערהויבענע איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:31 pm
זה חלקי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:40 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:34 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:03 pm אידישקייט גליון האט געשריבן אן עדיטאריאל איבער די מדינה וואס איז פאסיג דא
בקיצור, דער שרייבט אז די ציונים זענען שולדיג אויף די שחיטה אום שמחת תורה, ווייל ווען נישט די מדינה וואלט אויפגעשטעלט געווארען, וואלטן די אראבישע-נאציס נישט געטון זייערע שחיטות.

סאטמאר רב באזירט דאך די גאנצע מאמר שלוש שבועות אין ויואל משה אז די 2טע וועלט מלחמה איז געקומען צוליב ציונות
כ'האב געמיינט אז דו גייסט ברענגען פון א בעסערע מקור ווי פון סאטמער רב'ס מיינונג אז די וועלטס קריג איז געקומען צוליב די ציונים, וואטעווער דעט מינ'ס.


אזוי צו אזוי איז אקטאבער דעם זיבעטען זיכער געקומען צוליב סאטמער,


וויבאלד זיי האבן אנגערייצט די ציונים, זיך צו רייצן מיט די אראבער, און פון דארטן איז שוין א קאצן שפרונג צו די שמחת תורה אטאקעס, שפעטער קומען די צינדער'ס שרייען ציונים פוי און בלעימען די ציונים.
איך האב זיך באצויגן צו דעם
זה חלקי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:40 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:34 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:03 pm אידישקייט גליון האט געשריבן אן עדיטאריאל איבער די מדינה וואס איז פאסיג דא

האלאו מר. יודישקייט גליון, די האלאקאוסט וואס זעקס מיליאן אידן זענען געהרג׳ט געווארען איז געוועהן ביפאר די מדינה.
זעהסטו קלאר אז ווען ס׳נישטא קיין מדינה האסטו אסאך גרעסערע און ערגערע שחיטות, און ווער ווייסט וויפיל שחיטות די מדינה האט שוין פארמיטן.

סאטמאר רב באזירט דאך די גאנצע מאמר שלוש שבועות אין ויואל משה אז די 2טע וועלט מלחמה איז געקומען צוליב ציונות
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך צוויי »

דערהויבענע איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:31 pm
זה חלקי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:40 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:34 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:03 pm אידישקייט גליון האט געשריבן אן עדיטאריאל איבער די מדינה וואס איז פאסיג דא
בקיצור, דער שרייבט אז די ציונים זענען שולדיג אויף די שחיטה אום שמחת תורה, ווייל ווען נישט די מדינה וואלט אויפגעשטעלט געווארען, וואלטן די אראבישע-נאציס נישט געטון זייערע שחיטות.

סאטמאר רב באזירט דאך די גאנצע מאמר שלוש שבועות אין ויואל משה אז די 2טע וועלט מלחמה איז געקומען צוליב ציונות
כ'האב געמיינט אז דו גייסט ברענגען פון א בעסערע מקור ווי פון סאטמער רב'ס מיינונג אז די וועלטס קריג איז געקומען צוליב די ציונים, וואטעווער דעט מינ'ס.

אזוי צו אזוי איז אקטאבער דעם זיבעטען זיכער געקומען צוליב סאטמער,


וויבאלד זיי האבן אנגערייצט די ציונים, זיך צו רייצן מיט די אראבער, און פון דארטן איז שוין א קאצן שפרונג צו די שמחת תורה אטאקעס, שפעטער קומען די צינדער'ס שרייען ציונים פוי און בלעימען די ציונים.
דו האסט א בעסערע מקור?

כא כא, דו נוצט די משל פון סאטמאר רב אנטקעגן אים אליינס.
פארשפארט