צניעות'דיגע מקוה
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
צניעות'דיגע מקוה
יעדער איינער ווייסט ווי אזוי די מקוואות קוקן היינט אויס. ס'איז נישט קיין סוד, און אסאך מאל וואונדערט זיך אויף זיך אליין, "אין אזא מקוה גיי איך? - סיריעסלי? - איז דאס נארמאל?" - דער מצב המקוואות איז נישט אויסגעהאלטן סיי העגיעניש, סיי מענטשליך און סיי תורה'דיג. אז דו וועסט ארייננעמען א נארמאלע גוי אין מקוה, אים ווייזן ווי אזוי עס קוקט דארט אויס אן ערב-שבת, וועט ער עס נישט קענען גלויבן... אבער דאס איז די פאקט, מיר אלע גייען אהין וואך איין און וואך אויס, מיר ווייקן זיך דארט, מהקטנים ועד הגדולים, מען בראט זיך אויס און מען קומט ארויס פון דארט שבת'דיג, מיט א קאפ העכער.
לאמיר זיך נישט לאזן נארן, דער מצב איז אסאך בעסער געווארן אין די לעצטערע יארן. סיי די ריינקייט און געשמאקקייט איז פיל פארבעסערט געווארן, און אויך אין רוחניות'דיגקייט, בשעת עס איז פארהאן אן אויפוואכונג און מען גיבט מער אכטונג וואס עס טוט זיך ארום, מענטשן זענען וואכזיניג צו פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן. אסאך נייע מקוואות מאכט מען שוין לכתחילה אויף אסאך אן איידעלערן פארנעם, אזוי אז עס איז עטוואס מער אידישלעך.
פון די אנדערע זייט, איז עס ממש א בושה! אין די צייט וואס מען פרעדיגט אין אונזערע קינדער איבער צניעות און באשיידנקייט, נעמט מען זיי אין מקוה, דארט וואו זיי זענען אויסגשטעלט צו מראות און צו געשעענישן וואס איז פארקערט פון וואס מען לערנט זיי אויס, און צומאל זענען זיי אויסגעשטעלט צו מסוכנ'דיגע אקטיוויטעטן ה"י, אויב עס איז נישט פאראן קיין גוטע השגחה. איז דאס נישט קיין געפערליכע קאנטראסט אינעם חינוך? - פארוואס דארף עס אזוי זיין? - אפילו ביי די שפלים שבאומות גיבט מען אכטונג דערויף. אין די גרויסע שוויץ-בעדער דרייען זיך ארום די איינגעשטעלטע און האלטן א שטיקל אויג, מען לאזט נישט אריין סיי וועמען, מען בעט אן איי-די... עפעס, אבער עפעס... ביי אונז קען יעדער אריינגיין, נישט קיין חילוק אין עלטער אדער זיין עבר (יא, לעצטנס איז אסאך בעסער, אבער נישט איבעראל...) - ווי אזוי ענטפערט איר דאס פאר די קינדער, ווי אזוי קוקט איר אייך אליין אין שפיגל? - איך בין זיכער אז אויב ס'וואלט נישט געווען אזא זאך, און מען קומט דיר דערציילן אז אין א געוויסע קהילה טוט מען אזוי... וואלט איר געשפיגן או געשריגן "שקצים"!
אין די צייט וואס עס איז שוין 2023, די וועלט איז שוין מער פארגעשריטן און אוועקגעשטעלט, איז דער ענין פון מקוואות אזוי נאכגעלאזט און נישט מסודר, און עס קוקט נישט אויס אז מען גיבט זיך ערנסט אפ דערמיט. עס איז שוין העכסט צייט אז מען זאל אויך דעם ענין מתקן זיין, מאכן מער פארגעשריטן, אויסגעשטעלט מער צו היינטיגע טעג, אז עס זאל זיין א תיקון אין דעם ענין, מער ריינער, שענער, בעסער, באקוועמער און אידישליכער.
אין די לעצטע צייט איז ערשינען א גליון, איבער א געדאנק פון א מקוה, ווי אזוי מען קען בויען א ריינע צניעות'דיגע מקוה, וואס וועט געבן פון איין זייט מער פריוואטקייט פאר יעדן איינעם, ס'וועט זיין מער צניעות'דיגער און איידעלער, מער ריינער, שענער און באקוועמער. בקיצור, א מקוה וואס וואלט שוין לאנג געדארפט זיין אין אלע בתי-מדרשים. לאמיר האפן אז עס וועט זיך טאקע אויסארבעטן.
לויט ווי די גליון לויטעט, וועט די מקוה זיין אויסגעשטעלט אויף אן אופן פון מחיצות אין די וואסער, אזוי אז יעדער וועט האבן זיין פריוואטע אריינגאנג, יעדער וועט האבן זיין שואער, זיין פלאץ. ס'וועט זיין שמור לקדשו מבואו ועד צאתו. א טאטע וועט קענען זיין רואיג אז זיין בחור געפינט זיך דארט, א יונגערמאן וועט רואיג קענען פארברענגען אין מקוה, נישט מורא האבנדיג זיך צו באגעגענען מיטן שווער כאדם לפני החטא... מ'וועט מער נישט עובר זיין אויף אפענע הלכות, ווער עס מעג זיך וואשן מיט וועמען וכו'. והעולה על כולנה, עס וועט זיין ריין, שיין, פריוואטקייט, געשמאק. ס'וועט זיין א פלעזשער צו גיין אין מקוה.
איך שטעל דא ארויף א בילד וואס איינער האט מיר געשיקט, א מאדעל ווי אזוי אזא מקוה דארף אויסצוקוקן. אדרבה, לאמיר הערן פונעם עולם צי ס'איז א גוטע זאך, ווי אזוי מען קוקט דערויף און וואס דער עולם זאגט דערצו.
מען דארף געדענקען, מיר האלטן היינט אין אזעלכע צייטן, וואס אלעס ווערט פארבעסערט און פארשענערט. מען קוועטשט שוין נישט קיין טרויבן מיט די בארוועסע פיס אין א גת, מען נעמט שוין נישט די הינער צום שוחט, מען האדעוועט נישט קיין רינדער צו עסן און מען קלאפט שוין נישט אין די פענסטער צו סליחות - מען באנוצט זיך ענדערש מיטן וועקער-זייגער. אויך די חמין נעמט מען שוין נישט צום בעקער, עס צו לייגן דארט אינעם אויוון - מען פארמאגט שוין היינט אייגענע געז-רענטשעס. פארוואס זאל מען נישט פארשענערן אויך דער ענין פון מקוה גיין, עס מאכן מער היינטיג, נארמאלער, געשמאקער און בא'טעמ'טער, אויסגעשטעלט צו די היינטיגע טעג?!
איר ווייסט? - די נשים מקוואות אין דער אלטער היים, האט אויסגעקוקט אזוי ווי היינט די מענער מקוואות. עטליכע פרויען פלעגן גיין אויף איין מאל, זיין צוזאמען אין איין בור, מען פלעגט אפילו מיטנעמען די קליינע מיידלעך, אז זיי זאלן האבן א געלעגנהייט זיך ארומצווואשן ווי א מענטש - נישט יעדער האט געהאט א וואנע מיט א שויער אינדערהיים. אין טייל פלעצער האבן די מענער גענוצט די זעלבע מקוה ווי די פרויען - די מענער בייטאג און די פרויען ביינאכט. פארוואס איז דאס היינט נישט אזוי? - ווייל מיר האבן רעפארמירט די נשים מקוואות, עס מאכנדיג אויסגעשטעלט צו די היינטיגע צייטן. נו, פארוואס קען מען נישט טון די זעלבע זאך מיט די מענער מקוואות?!
איך שטעל דא ארויף א בילד פון אזא מאדעל, ווי אזוי עס דארף אויסצוקוקן אזא מקוה, און זאל דער עולם שרייבן וואס מען האט צו זאגן דערויף.

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
אויב מאכט מען אזוי די מקוואות הער איך אויף גיין אין מקוה!
איך גיי אין מקוה אויף צי סאושעלייזן, סתם אויף זיך צי שאwערן קען איך שוין גיין ביי מיר אינדערהיים.

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
אויף צי סאושעלייזן קענסטו גיין אין קאווע שטיבל. (אהא ביסט שוין דא.....)
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:31 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
ווען וועלט איז וועלט וואלט אפשר געווען אזוי, אבער וועלט איז נישט וועלט.. מען פארלירט זייער אסאך פלאץ אזוי, און פאר א מקוה וואס עס דרייט זיך דורך א פרייטאג 500 מענטשען גייט מען דא דארפן האבן א דאס גרויס. (די פלאץ איז אסאך מאל דא אבער מען מאכט דארט א היכל התורה..).
אבער דאס איז זיכער אז אדערווייל דארף מען זיכער מאכן אז די מקוה וואס מיר ניצן יעצט זאל כאטש זיין ריין.
אינזערע טוילעטס זעען אויך אויס ווי ערגער פון א פאבליק טוילעט! פארוואס קען מען נישט האלטן א שיל זויבער?

אלע מענטשען רעכט דעגרייכונגען אשטייגער ווי די לגבטק+ מאוומענט איז נאר צושטאנד געקומען דורך אקטיווע אקטעוויסטן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
כדאי צו פיקסען זאכן קען מען טון סך גרינגערע זאכן און אפילו דאס וועט הייסן בעסער איין משל איז א פשוטע קורטען אויף יעדע שויער !
מאכן קלענערע שויער רומס ועוד'
מאכן קלענערע שויער רומס ועוד'
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
קיינער דערוואגט זיך נישט צו טשעפען מיט אזא דבר קדוש ווי מקוה, ס’איז די הייליגע קו, איי קינדער און בחורים זעען זיך אן בהקיץ מיט אלעם גוטען כמעט אזוי גוט ווי אינטערנעט, טוט מען זיך אן א פרומע מאנטל און מיט א פארקנייטשטע שטערן זאגט מען נאך בשם די רעבע זעכיסעלייני אז מ’ווערט נישט קאליע פון חומש וכו’
אבער טעקסט אימייל מיט אלע אנדערע כמו פירצות האבן נישט ווער ס’זאל זיך אנעמען פאר זיי איז עס א איזי טארגעט.

- פינקע בלומען
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2023 8:28 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
איך האב קיינמאל נישט געהערט אז פארן קריג פלעגט עטליכע פרויען גייען צוזאמען אין מקוה, די ווייסט דאס פאר א פאקט?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: צניעות'דיגע מקוה
צפת: מיט דעים ביסטו גערעכט אז אין די שויערס דארף צו זיין פרייוועסי. נאר אין בור אין די מקוה צו מאכן מחיצות פאר "נארמאלע" מענטשן פעהלט נישט אויס. קיין שום נארמאלער מענטש איז נישט געשטערט דורך דעם וואס אנדערע זענען אויך אין בור. א יעדער נארמאלער מענטש גייט אריין אין מקוה זיך צו טובל'ען און ער גייט ארויס. איינער ווער ס'ווערט יא געשטערט פון די אנוועזנהייט פון אנדערע מענטשן אזוי ווי במ"ל זכותו יגון עלינו. דארף טאקע נישט גיין אין מקוה.
נאר ס'איז דא אן אנדער פראבלעים וואס מ'דארף מתקן צו זיין. ס'זענען דא מענטשן (חזירים) וועלכע גייען צוערשט אריין אין מקוה (בור) און זיי טוען אפלאדענען זייער גאנצע שמוץ/שווייס און דזשערמס. נאכדעים גייען זיי אין שאוער און זיי ניצן שמעקעדיגע זייף, און שעמפאו. דערווייל דארף א יעדער איינער איינזאפן זייער שמוץ און דזשערמס וואס זיי האבן איבערגעלאזט אין מקוה. אויף דעם וואלט געדארפט צו זיין א שטרענגע ענפארסמענט. אז א יעדער דארף צוערשט גיין אין שאוער און זיך גוט ארומוואשן. ערשט נאכדעים זאל ער גיין אין מקוה. די אלע אנדערע זאכן זענען שטותים והבלים. וויאזוי איז מען געגאנגען אין מקואות פאר טויזנטער יארן?!

- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
עס זענען דא פילע נקודות צו דורכטון בנוגע די מקווה סיטואציע, עס איז לאו דווקא איין גרויסע קיגל.
היגיענע: אזוי ווי @צפת האט געשריבן, איז עס פיל בעסער ווי אמאל, אבער נאכאלץ נישט בשלמות. לדעתי, כל זמן מען שטיפט אריין הונדערטער מענטשן צוזאמען אויף איינמאל, וועט עס נישט זיין היגיעניש אויסגעהאלטן.
צניעות/מענטשליכקייט/וכו': עס איז נישט אינגאנצען אמת אז אין די אלגעמיינע וועלט איז די מצב אנדערש (חוץ פון די צושטיפעניש פון די גרויסע צאל מענטשן וועלכע קומען אויף איינמאל כנ''ל), אפילו אין 2023. אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך די נארמע צו האבן אפענע מחיצה-לאזע באד הייזער, א ערווארקסענע מענטש דארף צו האבן די כלים זיך צו קענען מתמודד זיין מיט די עניינים, אויב ער ווערט פארלוירן דערפון איז דא עפעס אומגעזונט אין אים. אין די אלגעמיינע וועלט איז דאס די נארמע אויך ביי פרויען. איר זאגט אז דאס פלעגט זיין די נארמע אין דער אלטער היים, נו וואס איז שלעכט? ווער זאגט אז פרויען דארפן אנדערע סטאנדארטן? פארוואס דארף א פרוי ווערן אינטימידירט פון זעהן א חבר'טע אומגעקליידעט? (Don't get me wrong, איך פארשטיי אז פרויען זענען מער סענסיטיוו צו פרייוועסי, און איך פארשטיי אז דאס אז מען שטעלט דאס צו היינטיגע צייטן איז א מעלה. דאך מיסודו האלט איך נישט אז עס וואלט ווען געווען wrong צו האבן מחיצה-לאזע באד הייזער).
די עיקר פראבלעם איז בנוגע קינדער (יא. בחורים זענען קינדער אויב זיי זענען אינטער 18). יעדער פארשטייט אז צו לאזן minors צוזאמען מיט adults אין אזא מצב איז אומדערהערט (אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך דא א מציאות פון minors אין געווענליכע באד הייזער, אבער נאר מיט נארמאלע supervision, און געווענליכע נאר מיט די עלטערן). עס איז אומגלויבליך אז דאס איז אנגענומען אלס נארמאל ביי אונז. עס איז גרויסע פראבלעם, און קיין שום עצה פון מחיצות וכדו' וועט דאס מאכן נארמאל.
די סיבה פארוואס דאס גייט נאכאלץ אן, איז וויבאלט מען קען דאך פארשטייט זיך נישט אויפגעבן אויף די הייליגע מקווה. כל זמן די סארט עניינים און קולטורישע עיקרים, זענען וויכטיגער ווי די זיכערקייט פון אונזערע קינדער, וועט דאס אנגיין. ווען די חרד'ישע סאסייעטי וועט אנהייבן מחשיב זיין די וואוילשטאנד פון זייערע קינדער מער ווי די עניין פון מקווה וכדו', וועט די פראבלעם מסודר ווערן.

There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
דאס איז די פראבלעם. טאמער וועט זיין פריוואטע מקוואות, וועלן מענטשן מיטנעמען די פאון אין מקוה און בשעת'ן זיך ווייקן דארט וועט מען פארברענגן אויף ק"ש אדער ווייסיך ווי. די בעקאפ וואס דאס וועט פאראורזאכן וועט זיין סאך ערגער ווי ביי די בתי כבוד.אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 6:13 pmאויף צי סאושעלייזן קענסטו גיין אין קאווע שטיבל. (אהא ביסט שוין דא.....)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:49 am
- האט שוין געלייקט: 227 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
איין זאך וואס איך וואלט נאר געוואלט צולייגן איז, אז אפילו מ'בויט היינט הערליכע נייע מקוואות מיט אלעס באקוועם צוגעשטעלט, פעלט אבער אויס צו מאכן דעם פילטער (אדער נאך א פילטער) אזוי ווי די ארץ ישראל'דיגע מקוואות האבן, וואס איז אין דעם בור און ס'ארבעט א גאנצע צייט (וואס אפילו אויב ס'ארבעט נאר אפאר שעה אזוי ווי די יעצטיגע פילטערס ארבעטן.. - ליין ווייטער) זענען די בורות ריין פון שמיץ, האר, פליגן, זייף (פון נאכ'ן שאוער פאר דעי אידן וואס טוהן א טובה און נעמען כאטש א שאוער פאר'ן טבילה אָבער וואשן זיך נישט אינגאנצן אפּ די זייף...) אא"וו, און ועל כולם ס'האט נישט דעם שמעק פון פארשימלטע וואסער וואס ליגט שוין א לאנגע צייט.
דאס וואס מיר ניצן אלס פילטער איז למעשה נישט גענוג פאר א גאנצע בור פון וואסער און געווענליך ארבעט עס נישט גענוג לאנג עני וועי.
דאס וואס מיר ניצן אלס פילטער איז למעשה נישט גענוג פאר א גאנצע בור פון וואסער און געווענליך ארבעט עס נישט גענוג לאנג עני וועי.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
גראדע לייגט מען עס שוין יא אין די נייע מקוה'ס, כ'האב געהערט נאכזאגן אז אין די סאטמערע און סאטמער געשטימטע מקוה'ס לייגט מען עס נישט ווייל לויט'ן דברי יואל הייסט עס זוחלין, איי קענט קאנפירם נאר דיניי איט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
איך ווייס נישט וויפיל טויזענטער יארן מענער גייען אין מקוה אויף אזא מאסשטאבליכע פארנעם, אבער די היינטיגע אויסשטעל פון גיגאנטישע נאקעטע חתונה זאל... איז דוכט זיך נישט אמאל געווען, חוץ מזה אין אזא אכשר דרא ווי היינט אז ס’איז דא וועד האישור’ס און חבורות יראים’ס, תוסיו”ט גרופ’ס איז שוין העכסט צייט צי מאכן א תיקון אין דעם עניין פון מקוה.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:07 pm צפת: מיט דעים ביסטו גערעכט אז אין די שויערס דארף צו זיין פרייוועסי. נאר אין בור אין די מקוה צו מאכן מחיצות פאר "נארמאלע" מענטשן פעהלט נישט אויס. קיין שום נארמאלער מענטש איז נישט געשטערט דורך דעם וואס אנדערע זענען אויך אין בור. א יעדער נארמאלער מענטש גייט אריין אין מקוה זיך צו טובל'ען און ער גייט ארויס. איינער ווער ס'ווערט יא געשטערט פון די אנוועזנהייט פון אנדערע מענטשן אזוי ווי במ"ל זכותו יגון עלינו. דארף טאקע נישט גיין אין מקוה.
נאר ס'איז דא אן אנדער פראבלעים וואס מ'דארף מתקן צו זיין. ס'זענען דא מענטשן (חזירים) וועלכע גייען צוערשט אריין אין מקוה (בור) און זיי טוען אפלאדענען זייער גאנצע שמוץ/שווייס און דזשערמס. נאכדעים גייען זיי אין שאוער און זיי ניצן שמעקעדיגע זייף, און שעמפאו. דערווייל דארף א יעדער איינער איינזאפן זייער שמוץ און דזשערמס וואס זיי האבן איבערגעלאזט אין מקוה. אויף דעם וואלט געדארפט צו זיין א שטרענגע ענפארסמענט. אז א יעדער דארף צוערשט גיין אין שאוער און זיך גוט ארומוואשן. ערשט נאכדעים זאל ער גיין אין מקוה. די אלע אנדערע זאכן זענען שטותים והבלים. וויאזוי איז מען געגאנגען אין מקואות פאר טויזנטער יארן?!
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
וואס טויזענטער יארן? מילליאנען מיט בילליאנען יארן! ווי ווייט מיר ווייסן האט זיך די גאנצע מקוה געגייעכץ אנגעפאנגען מיט אביסל מער פון 2,000 יאר צוריק ווען יעדן פארנאכטס פאר'ן זוהן אונטערגאנג זענען זיך צאמגעקומען 5 בעלי קרי מיט א האלבע זב ביים גרוב אין עק שטעטל און זיך גע'טובל'ט איינער נאכ'ן אנדערן. שפעטער האט רוב עולם אויפגעהערט עסן חולין בטהרה זענען די מקוואות פארלאזט געווארן, נאר יעדן שבת נאכמיטאג זענען די פאר חברים פון שטעטל געקומען פאנטשן די קארטע און זיך רייניגן פונעם עונה משבת לשבת. אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר נאך 1,500 יאר ביז פאר ווייניגער פון 200 יאר צוריק ווען אפאר חסידים ואנשי מעשה אינעם פארפרוירענעם אוקראינע האבן אנגעפאנגען ברעכן אייז זיך צו רייניגן יעדן טאג, פעסט פארווערד צו די בראשית יארן אין אמעריקע ווען מקוואות האבן אנגעפאנגען אנגעהייצט צו ווערןהאט זיך עולם גולם צוגעכאפט, כ'מיין א געשמאקע hot-tub צופריה איז נישט א זאך וואס מ'קען אזוי אוועקמאכן, און די רעשט איז היסטאריע.תניא בניחותא האט געשריבן: איך ווייס נישט וויפיל טויזענטער יארן מענער גייען אין מקוה אויף אזא מאסשטאבליכע פארנעם
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: צניעות'דיגע מקוה
ברוך שפינוזה: דו דערמאנסט מיך פון דעם ב.ט. וואס איז געווען אין ב. ביהמ"ד אויף 1- עווע. אין א געוויסע תקופה ווען די שאוער אין מיין הויז האט נישט פונקציאנירט. ביניך א יעדן טאג געגאנגען צו די ב- ביהמ"ד צו כאפן א שאוער און א מקוה. די איינציגע פראבלעם איז געווען אז דער חשוב'ער ב.ט. איז שוין דארט געווען און ער האט זיך גוט אויסגעווייקט זיין מ--ה. ערשט נאכדעים איז ער געגאנגען אין שאוער. די מקוה איז געווען שפאגל ריין פון זיך פילטערן א גאנצע נאכט. נאר ער האט זיך פיין אויסגעווייקט דארט. אפילו איך בין אנגעקומען 5:30 פארטאגס איז ער שוין דארט געווען. איין טאג האביך איהם געפרעגט פארוואס ער נעמט נישט קיין שאוער צוערשט. האט ער געטון "תשובת המשקל" און געגאנגען אין שאוער. ס'הייסט. ער האט אנגעצינדן דעם שאוער און פאר גאנצע 10 סעקאנדס איז ער געווען אונטער'ן שאוער. אן זייף. נאכדעים איז ער אריינגעטאנצן אין בור און זיך געווייקט פאר א האלבע שעה. און ער זאגט צו מיר...דו זעהסט איך בין (דאך) געווען אין שאוער...!
איך האב אלס רעזולטאט גלייך נאכ'ן שאוער זיך אנגעטון און מוותר געווען אויף די"מקווה"...!
איך האב אלס רעזולטאט גלייך נאכ'ן שאוער זיך אנגעטון און מוותר געווען אויף די"מקווה"...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:49 am
- האט שוין געלייקט: 227 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
א יישר כח פאר @קהל'ס נער פאר'ן ברענגן די דאזיגע נייעס בנוגע די נייע סאטמארער מקוואות.
א דאנק אייך.
א דאנק אייך.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
הלוואי קומט אזא מקוה אריין אין קראפט
איך האב בעסערע פלעצער צו סאשעלייזן ווי ווען יענער זייפט זיין ווייסעך וואס
איך האב ליב צו גיין ווען קיינער איז נישט דארט אדער גאר ווייניג מענטשן
אפילו אויב בעט ער טייערער וואלט אזא מקוה מצליח געווען, פארשטייט זיך ממוז האבן טיים-סלאַטס ווילאנג מקען עס נוצן

- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
בנוגע סעיפטי פון אינגע בחורים און קינדער מיין איך אז אזא אויסשטעל איז מער שעדליך.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
Re: צניעות'דיגע מקוה
מיט קעמרא'ס נעמסטו קעיר פון די פראבלעם אויך, ווי עס איז שוין היינט איינגעפירט אין די מקוואות און די בתי כסאות.
Re: צניעות'דיגע מקוה
דו רעדסט צו מיר? צו קעמרא'ס העלפט? קודם כל אז מען ווייסט עס איז דא אויגעליך וועט יעדע נארמאלע מענטש מיט א ווייב קינדער צו אפילו א בחור וואס זיכט נישט צו ווערן באשמיצט האלטן די הענד ביי זיך אזוי זאגט די סברא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:50 pm
- האט שוין געלייקט: 197 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
איך האב געהערט פון א שמש פון א גרויסע מקוה, אז זייט מהאט געלייגט אפענע קעמרעס האט איז מען פטור פון א ריזיגע חלק פון פראבלעמען.