בס"ד
א גוטן טייערע חברים וידידים..!
אין אונזער פרשה געפונען מיר ווי יעקב אבינו ע"ה מוז פארלאזן זיין טאטע'נס הויז, וַיֵּצֵא יַעֲקֹב מִבְּאֵר שָׁבַע, און ער גייט קיין חָרָן צום פעטער לבן הארמי וואו ער גייט אויפשטעלן זיין שטוב מיט די הייליגע אמהות.
די תורה הקדושה איז מאריך און דערציילט אונז וואס איז זיך פארלאפן אויפן וועג, יעקב אבינו חלומ'ט פון א גרויסע לייטער, ער זעהט א סֻלָם מֻצָּב אַרְצָה וְרֹאשׁוֹ מַגִּיעַ הַשָּׁמָיְמָה וְהִנֵּה מַלְאֲכֵי אֱלֹקִים עֹלִים וְיֹרְדִים בּוֹ, מלאכים פונעם באשעפער וועלכע זענען געקומען איהם צו באגלייטן און היטן אין זיינע וועגן גייען ארויף און אראפ אויפן לייטער וואס דערגרייכט ביז צום הימל, וְהִנֵּה ה' נִצָּב עָלָיו וַיֹּאמַר אֲנִי ה' אֱלֹקֵי אַבְרָהָם אָבִיךָ וֵאלֹקֵי יִצְחָק הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַתָּה שֹׁכֵב עָלֶיהָ לְךָ אֶתְּנֶנָּה וּלְזַרְעֶךָ, דער אייבישטער זאגט אים אז די ערד אויף וואס דו שלאפסט, דאס איז די לאנד וואס איך וועל דיר געבן פאר דיך און דיינע קינדער, און השי"ת בענטשט איהם און זאגט איהם די גוטע בשורה פון וְהָיָה זַרְעֲךָ כַּעֲפַר הָאָרֶץ וּפָרַצְתָּ יָמָּה וָקֵדְמָה וְצָפֹנָה וָנֶגְבָּה וגו' וְהִנֵּה אָנֹכִי עִמָּךְ וּשְׁמַרְתִּיךָ בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵךְ וַהֲשִׁבֹתִיךָ אֶל הָאֲדָמָה הַזֹּאת כִּי לֹא אֶעֱזָבְךָ וגו' דו וועסט זיך פאַרמערן, עס גייט ארויסקומען פון דיר א כלל ישראל וואס גייט זיך פאַרמערן און פארברייטערן אין אלע זייטן, און דער אייבישטער וועט דיר אפהיטן און קיינמאל נישט פארלאזן און דיר צוריקברענגן בשלום פון לבן'ס הויז, און אזוי ווייטער.
אין די המשך הפסוקים געפונען מיר אז יעקב אבינו האט געמאכט א מציבה אויף יענעם פלאץ וואו ער האט זוכה געווען צו השראת השכינה, און ער האט געמאכט א נדר צו השי"ת ווי פאלגענד, אִם יִהְיֶה אֱלֹקִים עִמָּדִי וּשְׁמָרַנִי בַּדֶּרֶךְ הַזֶּה אֲשֶׁר אָנֹכִי הוֹלֵךְ וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ, אויב דער אייבישטער וועט מיך טאקע אפהיטן און געבן ברויט צו עסן און קליידער אנצוטוהן, און איך וועל מיך אומקערן אהיים צו מיין טאטע'נס שטוב בשלום, וועל איך צוריק קומען אהער דא און דינען דעם אייבישטער אויף דעם פלאץ, "וְכֹל אֲשֶׁר תִּתֶּן לִי עַשֵּׂר אֲעַשְּׂרֶנּוּ לָךְ" און אלעס וואס דו וועסט מיר געבן וועל איך אפשיידן מעשר דערפון.
די סתירה אין יעקב אבינו'ס ווערטער
אז מיר קלערן אריין אין די פסוקים, קען מען דא פרעגן כמעט ווי א 'סתירה' צווישן די זאכן וואס ווערן דא דערמאנט.
פון איין זייט איז השי"ת מבטיח פאר יעקב די גרעסטע זאכן, אז ער וועט זיין מיט איהם און וועט איהם נישט פארלאזן, ער וועט זוכה זיין צו גאנץ ארץ ישראל, און ער וועט האבן א שמירה פון הימל, און נאך פילע גוטע השפעות.
אבער עס זעהט אויס אז יעקב אבינו פון זיין זייט רעדט בכלל נישט פון אזעכלע סארט גרויסע זאכן, ער שפירט פאר וויכטיג צו מאכן א נדר אז אויב השי"ת וועט זיך מרחם זיין אויף איהם און איהם געבן לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ - די פשוט'ע מינימאלע געברויכן וואס א מענטש דארף האבן צום לעבן, דאן וועט ער דא מאכן א בֵּית אֶלֹקִים און קומען דינען דעם אייבישטער. ער רעדט אינגאנצן נישט פון ארץ ישראל, פון עשירות און הרחבה, ער בעהט זיך ביים אייבישטער פאר בלויז אביסל עסן און קליידער...
און באמת איז דער ענין נאך שווערער, ווייל מיר ווייסן אז יעקב אבינו איז שוין אויך געבענטשט געווארן פריער דורך זיין טאטע, ווי מיר האבן געהאט אין פרשת תולדות ווען יעקב האט אוועקגענומען די ברכות פון עשו, האט ער דאָך דעמאלטס באקומען פילע הויפענעס מיט גוטע השפעות, יצחק אבינו האט איהם געבענטשט וְיִתֶּן לְךָ הָאֱלֹקִים מִטַּל הַשָּׁמַיִם וּמִשְׁמַנֵּי הָאָרֶץ וְרֹב דָּגָן וְתִירֹשׁ, אז ער וועט האבן פון אלעם גוטן, טל פון הימל און די פעטסטע און בעסטע ערד וואו עס וועלן וואקסן תבואה און טרויבן פאר וויין, און ער האט איהם אויך געוואונטשן אז ער זאל זיין א האַר איבער זיינע ברודערס און יעדער זאל זיין אונטערטעניג און זיך בוקן צו איהם, אויב אזוי וואס איז די צמצום פון "לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ" וואס יעקב דערמאנט דא, און ווי עס שיינט פון זיינע ווערטער ערווארט ער ממש גארנישט מער פון דעם. וואס איז פשט פון דעם?.
ווי אויך איז שווער צו פארשטיין דעם נדר אז אויב וועט ער דאס באקומען וועט ער מקיים זיין "וְכֹל אֲשֶׁר תִּתֶּן לִי עַשֵּׂר אֲעַשְּׂרֶנּוּ לָךְ" און געבן מעשר דערפון. אויב רעדט מען סך-הכל פון עטוואס ברויט מיט קליידונג, דאן וואס פאר א חשיבות וועט האבן דאס ביסל מעשר וואס ער וועט געבן פאר השי"ת?! ממילא ווען א מענטש רעכנט זיך אויף עשירות און ער בעהט פונעם אייבישטער גרויס רייכטום און ער זאגט צו אז ער וועט געבן מעשר פון דעם, פארשטייען מיר די ווערד און די חשיבות דערפון, אבער איינער וואס בעהט זיך פאר אביסל עסן און קליידער און זאגט אז ער וועט צוריקגעבן א צענטל דערפון, וואס איז דאס דען ווערד? און פארוואס זאל דאס געזעהן ווערן אלס אזא גרויסע זכות.
דאס זיך איינרעדן אז מען האט עפעס יא
כדי צו פארשטיין דעם ענין, לאמיר מקדים זיין מיט א מאמר חז"ל (סוטה דף מ"ח:) "כל מי שיש לו פת בסַלו ואומר מה אוכל למחר, אינו אלא מקטני אמנה". פשוט פשט מיינען די ווערטער אז א מענטש וואס האט גענוג צו עסן אויף היינט, עס ליגט ברויט אין זיין קאָרב, אבער ער איז פארנומען זיך צו זארגן וואס ער וועט עסן מארגן, דער איז גאר א קליינע מאמין בהשי"ת, עס פעלט איהם אמונה, ווייל דער זעלבער באשעפער וואס האט איהם צוגעשטעלט היינט קען און וועט איהם צושטעלן אויך מארגן.
אבער מו"ר הג"ר יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל פלעגט זאגן אז דא ליגט נאך א טיפערע כוונה: די עיקר פראבלעם פון אזא איינער איז נישט אזוי ווייט דאס אז ער דאגה'ט און ער קלערט פון מארגן, די עיקר חסרון זיינער איז אז ער איז א "יש לו" פת בסלו, ער רעדט זיך איין אז דאס היינטיגע איז יא פארזיכערט, כאילו דאס האט ער דאָך שוין ביי זיך און מיט דעם איז ער אודאי מסודר, ער איז נאר פארנומען צו טראכטן וועגן די מאָרגנדיגע וואס דאס האט ער נאכנישט און ממילא איז ער משקיע כוחות און ענערגיע צו מאכן זיכער אז ער וועט האבן מארגן.
און אויף דעם זאגן חז"ל אז "כל מי שיש לו פת בסלו" איינער וואס רעדט זיך איין אז דאס היינטיגע האט ער שוין, און אויף דעם איז ער בעל-הבית, און ער שפירט נאר כלפי די מאָרגנדיגע שפייז אז 'יענץ' האט ער נישט, אבער אלעס אנדערש יא, "אינו אלא מקטני אמנה" האט ער נישט קיין אמונה בהשי"ת! ווייל א מאמין ווייסט אז יעדע ברעקל קומט נאר פונעם רבונו של עולם און אליינס האט מען גארנישט; און אפילו דאס היינטיגע, אפילו דאס עסן וואס ליגט שוין אין טעלער אויפן טיש איז אויך נישט מיינס, עס איז אלעס בלויז חסד ה' וואס איז מיר דאס מַמציא און גיבט מיר דאס, ווייל אָן די הילף פון הקב"ה קען מען נישט אריבערגיין די שוועל פון טיר, און אלעס קען ווערן אויס אין איין רגע, דער מענטש קען פארלירן אלעס וואס ער האט ח"ו.
לעבן אלעמאל מיט די ערשטע שמחה
הגאון רבי חיים וואלאזשינער זי"ע ברענגט אין זיין ספר רוח חיים אויף פרקי אבות (פרק ד' משנה א') אויף די ווערטער אינעם משנה "איזהו עשיר השמח בחלקו" ווי פאלגענד: די טבע פון א מענטש איז אז אויב איז ער געווען ארים, און השי"ת האט איהם געהאלפן אז ער האט מצליח געווען און שיין פארדינט, אדער ער איז גאר נתעשר געווארן, איז אין אנהייב אין די ערשטע תקופה איז ער טאקע זייער דאנקבאר צום אייבישטער, ער לויבט און דאנקט מיט כוונה און פריידט זיך מיט די געוואלדיגע חסדים וואס השי"ת האט געטוהן מיט איהם. אבער מיט די צייט ווערט די געפיל אפגעקילט, ווייל דער מענטש ווערט צוגעוואוינט דערצו, און עס ערוועקט זיך אין איהם די פרישע תאוה פון האבן נאך, ווי מיר ווייסן דעם כלל פון "מי שיש לו מנה רוצה מאתים" די מציאות פון א מענטש איז זיך נישט צו באגנוגן מיט וואס ער האט, נאר ער זוכט אלס מער און מער, און ממילא ווערט פארשוואונדן די אמאליגע צופרידנקייט און שמחה, ווייל יעצט זוכט ער שוין די ווייטערדיגע פארדינסטן.
קומט אויס אז יעדער מענטש פארמאגט נאר א 'חלקו' בלויז א חלק און א טייל פון דאס געלט וואס ער וואלט באמת געוואלט האבן, דאס איז א פאַקט, ווייל אלעמאל גלוסט מען דאָך פאר נאך און נאך, און מען שפירט אז דערוויילט האט מען נאר 'א חלק' און אביסל פון די עשירות וואס מען וויל עכט. און וויבאלד מ'איז אזוי פארנומען צו וועלן די אנדערע חלק, דערפאר פארלירט מען די התחדשות און די שמחה וואס מען האט אין געשפירט אין די ערשטע טייל פונעם פארמעגן.
אבער איינער וואס לעבט מיט השי"ת באמת, ער ווייסט און גלייבט אז אלעס ליגט אין די הענט פון הקב"ה, און אפילו דאס געלט וואס ער האט שוין זוכה געווען איז בכלל נישט פארזיכערט אין זיינע הענט, און אויב דער רבוש"ע וויל קען ער דאס אוועקנעמען אין איין רגע ח"ו, אזויווי דוד המלך ע"ה זאגט אין תהלים (מ"ט ג') "יַחַד עָשִׁיר וְאֶבְיוֹן" ביים אייבישטער קען אלעס זיין צוזאמען, ער קען מאכן אין איין רגע פון א עשיר זאל ווערן א אביון ח"ו. דער ווייסט דאָך אז אפילו די ערשטע חלק וואס ער פארמאגט שוין יא, איז אויך נאכנישט זיינס באמת און ער איז ווייטער אנגעוויזן אויף די רחמים וחסדים פון השי"ת אז עס זאל בלייבן ביי איהם.
איז ווען מען לעבט מיט אט די הייליגע הכרה און מען אנערקענט אז מען איז אנגעוויזן אויפן אייבישטער אפילו אויף די חלק וואס מען האט יא, אזא איינער איז א "שמח בחלקו" ער פריידט זיך טאקע מיט דעם טייל און דאס ביסל וואס ער פארמאגט, און אפילו עס איז טאקע נאר בלויז א טייל, דאָך בלייבט ביי איהם די שמחה שטענדיג, עס וועפּט נישט אויס, ווייל ער שפירט יעדן טאג און יעדע מינוט ווי ער האט זוכה געווען אין א פרישע מתנה פון השי"ת, עד כאן דברי קדשו פון רבי חיים וולאזשינער זי"ע.
"מי שיש לו מנה רוצה מאתים"
ווי פאסיג איז דאס מיט'ן לשון פון "מי שיש לו מנה רוצה מאתים", וואס ווי מיר האבן פריער דערמאנט אז ווען א מענטש לעבט מיט די הרגשה פון 'יש לו' אז דאס האב איך שוין, מיט דעם בין איך שוין פארזיכערט, אזא איינער פעלט איהם אין אמונה.
לויט ווי מיר ערקלערן איז דאס טאקע די שורש פון זיין פראבלעם, ווייל ער איז א 'יש לו מנה' און רעדט זיך איין אז דאס איז שוין זיינס אינגאנצן, דאס האט ער שוין קונה געווען פאר זיך און קיינער קען עס נישט צונעמען פון איהם. און ממילא איז ער "רוצה מאתים", ער האלט שוין ביי די קומענדיגע הונדערט, ער זארגט שוין אויף מארגן און אויף די צוקונפטיגע געלט.
אבער ווען א איד לעבט נישט מיט די הרגשה פון 'יֶשׁוּת' און פון בעלות אז 'ער פארמאגט' און ער האט, און ער רעדט זיך נישט אז ס'איז אלעס כוחי ועוצם ידי, מיין ארבעט און מיין
געלונגענקייט און מיין השתדלות וכדומה, דעמאלטס איז מען טאקע א 'שמח בחלקו' דעמאלטס איז מען באמת צופרידן מיט וואס מען האט, ווייל מ'ווייסט אז אפילו דאס ביסל קומט זיך מיר אויך נישט, און אלעס איז בלויז פונעם אייבישטער און גארנישט פון מיר אליינס.
מיר האבן גארנישט אליינס אלעס איז פון השי"ת
און באמת דארפן מיר געדענקן און חַזר'ן אז דאס איז אונז אלע נוגע אינעם טאג טעגליכן לעבן. און הגם מיר רעדן דא טאקע בעיקר פון געלט, אבער ס'איז נישט נאר ביי דעם, נאר עס איז ביי אלע מתנות וואס מיר האבן זוכה געווען צו באקומען פון הימל, די עצם לעבן, געזונט, נחת, און דאס גאנצע האב און גוטס וואס א מענטש פארמאגט, דאס איז גארנישט 'אונזערס' בעצם, און נאך איידער מיר זענען פארנומען צו שוויצן אויף וויאזוי צו מאכן בעסער און געשמאקער, לאמיר זיך אפשטעלן און מתבונן זיין אויף וואס מיר האבן שוין יא, און עס אנקוקן און אנערקענען ווי א לעכטיגע מתנה און א חסד ה' יעדע רגע וואס מיר פארמאגן דאס ב"ה.
ווער רעדט נאך אויב א מענטש פאלט חלילה אריין אינעם מחשבה פון כוחי ועוצם ידי, ער רעדט זיך איין אז ער האט עפעס אליינס אהערגעשטעלט, וואס ליידער אין זייער אסאך הינזיכטן קען זיך מאכן א פלאץ וואו דער מענטש רעדט זיך איין באמת אז 'דאס טו איך', ער שפירט וואו דא האט ער איבערגענומען די לייצעס און ער איז אין קאנטראל. אודאי פארגעסט ער נישט אריינצוּווארפן אינמיטן די ווערטער 'בעזרת השם' אדער 'בסייעתא דשמיא', אבער אין הארץ רעדט ער זיך באמת איין אז ער האט עפעס א כוח און ער איז דער בעל-הבית.
א איד וואס לעבט אבער מיט אמונה שלימה ווייסט אז ער קען גארנישט אליינס, א בשר ודם האט נישט קיין שום אייגענע כוח, נאר יעדע ריר און יעדע אטעם קומט פונעם אייבישטער, און ממילא אלעס וואס מיר האבן און מיר פארדינען, און אלע אונזערע הצלחות, אלעס קומט נאר פון אויבן.
און דערפאר דארף מען טאקע לעבן מיט שבח והודאה צום אייבישטער אויף יעדע טריט און שריט, און עס אנקוקן ווי א מתנה פון הימל, נישט עפעס וואס מיר האבן זיך אליינס ערווארבן, אדער אז 'דאס האבן מיר שוין' און ס'איז שוין געקומען צייט צו גיין ווייטער צום נעקסטן שטאפל... ניין, מיר דארפן געדענקן אז אפילו דאס וואס מיר האבן שוין איז אויך נאכנישט אונזערס, קיינער איז נישט פארזיכערט אדער גאראנטירט מיט גארנישט. די איינציגסטע פארזיכערונג איז בָּרוּךְ הַגֶּבֶר אֲשֶׁר יִבְטַח בַּה' וְהָיָה ה' מִבְטַחוֹ, דער רבוש"ע איז די איינציגסטע פארזיכערטע זאך, עז איז א 'מבטח' אין וואס מיר קענען זיך 'בוטח' זיין אין איהם און זיך פארלאזן אז ער וועט אונז געבן ווייטער און ווייטער, סיי דאס היינטיגע וואס מיר מיינען אז מיר האבן שוין, און סיי דאס מאָרגנדיגע וואס מיר ווייסן גראַדע אז מיר האבן דאס נאכנישט.
זוכה זיין צו לעבן מיט די הרגשה
ביי א לעצטיגע שמחה האבן מיר זוכה געווען צו הערן א דבר נפלא פון הגה"צ רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א רב דקהל שערי תפלה, וואס האט ערקלערט מיט דעם יסוד, די ווערטער וואס רש"י זאגט אין פרשת תולדות אויפן פסוק "וְיִתֶּן לְךָ הָאֱלֹקִים - יִתֵּן וְיַחְזוֹר וְיִתֵּן" אז דער אייבישטער וועט האלטן אין איין געבן איינמאל און נאכאמאל, וואס פשוט פשט לערנט מען אז יצחק אבינו האט דא געבענטשט יעקב אז ער זאל זוכה זיין צו א ריזיגע שפע, ער זאל באקומען נאך און נאך אָן אויפהער און עס זאל זיך קיינמאל נישט אפשטעלן.
אבער בפנימיות הענין קען מען זאגן, אז יצחק אבינו בענטשט דא יעקב מיט א פיל העכערע און הייליגערע ברכה, ער האט איהם געוואונטשן אז ער זאל זוכה זיין צו לעבן מיט אט די הרגשה פון "וְיִתֶּן לְךָ הָאֱלֹקִים - יִתֵּן וְיַחְזוֹר וְיִתֵּן" אז דער אייבישטער האלט אין איין געבן, נישט אז דאס וואס איך האב שוין באקומען דאס איז מיינס אינגאנצן און איך פארמאג עס שוין, און איך דארף פשוט צוקומען צו ברכה אויף ווייטער, ניין! נאר וויסן און געדענקן אז דער אייבישטער האלט אין איין געבן פון דאסניי, יעדע ברעקל וואס איך האב שוין איז אלעס א מתנה, און יעדע מינוט וואס עס בלייבט ביי מיר און איך האב די זכיה עס צו האבן, איז בלויז ווייל דער אייבישטער האט דאס מיר ווייטער געשאנקן, און אָן די סייעתא דשמיא און די ברכת השם וואלט איך בכלל נישט געבליבן אפילו מיט דאס וואס איך האב שוין.
און טאקע דאס האט יצחק אבינו דא איינגעקריצט אין זיין זוהן יעקב, צו לעבן מיט דעם און צו וויסן און גלייבן אלעמאל אז א מענטש האט גארנישט אָן די נתינה פונעם אייבישטער וואס גיבט איהם כסדר, נאך א מינוט, נאך א שעה, און נאך א טאג, אָן אויפהער.
יעקב אבינו פארגעסט נישט פון די לחם לאכול ובגד ללבוש
אז מיר דערהערן דעם יסוד, ווי לעכטיג ווערן יעצט די רייד פון יעקב אבינו אין אונזער פרשה.
אודאי האט יעקב אבינו געוואוסט און געדענקט די געוואלדיגע ברכות און הבטחות וואס ער האט באקומען פונעם אייבישטער, ווי אויך פון זיין טאטע יצחק. און ער האט זיך זיכער פארלאזט אויפן אייבישטער אז ער וועט איינהאלטן זיין צוזאג און וועט איהם נישט פארלאזן און איהם געבן די אלע גוטע זאכן.
אבער יעקב האלט נאכנישט דארט, ער איז נישט נאר פארנומען מיט די מאָרגנדיגע מתנות, מיט די גרויסע זאכן וואס ער גייט זוכה זיין אין די צוקונפט. יעקב אבינו זאגט קודם "אִם יִהְיֶה אֱלֹקִים עִמָדִי... וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ", איך ווייס און איך אנערקען אז אפילו צו די קליינע און פשוטע זאכן ווי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ דארף איך אויך צוקומען צום אייבישטער. נאך אסאך פאר די אלע גרויסע השפעות בין איך אויך א 'שמח בחלקו' און איך ווייס מחשיב צו זיין די קלייניגקייטן וואס איך האב יעצט; מיין טאג טעגליכע עסן און קליידער איז אויך נישט עפעס וואס איז זעלבסט-פארשטענדליך און איז באמת 'מיינס' מיט א זיכערקייט.
און יעקב אבינו לייגט צו "וְכֹל אֲשֶׁר תִּתֶּן לִי עַשֵּׂר אֲעַשְּׂרֶנּוּ לָךְ", אודאי וועל איך איין טאג זוכה זיין צו גרויס שפע און צו א געוואלדיגע הרחבה, און איך וועל קענען געבן מעשר מיט א ברייטקייט ווי אן עושר, און בפרט ווי חז"ל זאגן טאקע "עשר בשביל שתתעשר" אז די סגולה פון מעשר איז עשירות, אבער דאס איז נישט קיין סתירה צו מיין הנהגה פון וויסן און לעבן מיט השי"ת אויף יעדע ביסל באזונדער, אפילו אויף די בלויזע לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ, נישט קיין חילוק ווי רייך איך וועל זיין און וויפיל מתנות דער רבוש"ע וועט מיך געבן, וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן און נישט מסיח-דעת זיין אז אלעס איז פון איהם, אנגעהויבן פון גאנץ אונטן, פון די קלענסטע זאכן, און ארויף.
הודאה אפילו אויף זאכן וואס זענען נישט חוץ לדרך הטבע
אצינד לאמיר כאפן א בליק אריין אביסל ווייטער אין די פרשה, ווען לאה האט געבוירן יהודה האט זי געזאגט "הַפַּעַם אוֹדֶה אֶת ה' עַל כֵּן קָרְאָה שְׁמוֹ יְהוּדָה" זי האט איהם גערופן מיט'ן נאמען יהודה אלס א לשון פון הודאה, הפעם אודה את ה' ווייל זי האט געלויבט און געדאנקט דעם אייבישטער. און ווי חכמינו ז"ל דרוקן זיך אויס מיט'ן לשון (ברכות ז:) "לא היה אדם שהודה לה' עד שבאתה לאה" עס איז נישט געווען איינער וואס האט אזוי געדאנקט און געלויבט דעם אייבישטער ביז לאה איז געקומען און געלויבט.
פארשטייט זיך אז די ווערטער זענען א גרויסע פלא, צו דען האבן די אבות הקדושים נישט געלויבט דעם אייבישטער, פארוואס ווערט די הודאה אנגערופן דוקא אויפן נאמען פון לאה.
זאגט דער כתב סופר זי"ע א הערליכע פשט. די אבות הקדושים האבן אודאי געדאנקט און געלויבט דעם אייבישטער אויף די גרויסע נסים וואס האט פאסירט צו זיי, אבער ווען השי"ת מאכט א שינוי הטבע און ער באווייזט גרויסע וואונדער דארט איז פשוט אז מען דארף דאנקן און לויבן, זייער הלל והודאה איז נישט געווען אזא גרויסע חידוש. לאה האט אבער געזאגט הַפַּעַם אוֹדֶה אֶת ה' אויף א טבע'דיגע זאך, זי האט געבוירן נאך א קינד, א זאך וואס איז מעשים בכל יום און פילע אנדערע פרויען געבוירן אויך קינדער און זיי האבן אפילו אפשר געהאט מער קינדער ווי זי, אבער לאה זעהט נישט אין דעם בלויז נאך א טבע און א זעלבסט-פארשטענדליכע זאך, אדרבה, זי נעמט עס אויף אלס א מתנה פון הימל, זי פארשטייט אז ס'איז נישט אנדערש ווי סיי וועלכע גרויסע נס און שינוי הטבע עס וואלט דא פאסירט. און אין דעם איז זי געווען די ערשטע, לא היה אדם שהודה לה' עד שבאתה לאה, קיינער האט דאס נישט אזוי אנערקענט אויף למעשה ווי איר וויפיל מ'דארף זיין דאנקבאר צום אייבישטער אויף אלעס וואס מ'האט, אפילו די טאג טעגליכע קלייניגקייטן און די פשוט'ע
דרך-הטבע'דיגע זאכן וואס מיר פארמאגן.
נישט אויפהערן צו דאנקן און לויבן
הכלל, איז דאס לערנען מיר זיך אפ פון אונזער פרשה, צו וויסן אז אלעס וואס מיר האבן איז נאר פונעם אייבישטער, און מיר דארפן איינבאקן אין זיך די הרגשה אז מיר זענען שטענדיג אנגעוויזן אויפן רבוש"ע אפילו נאר צו קענען ווייטער האלטן דאס וואס מיר פארמאגן שוין, דער באשעפער בלייבט דער נותן יעדע רגע, יִתֵּן וְיַחְזוֹר וְיִתֵּן, ער גיבט אונז אָן אויפהער. און אפילו ווען מיר זענען מצליח בעזהשי"ת און ס'גייט אונז גוט אין געוויסע ענינים און מיר זענען שוין פארנומען מיט 'גרעסערע השגות' ווי ביז יעצט, דאָך טאר מען נישט פארגעסן אפילו פון די קלייניגקייטן, די טאג טעגליכע זאכן, די לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ, אלעס איז א מתנה פון השי"ת און מיר דארפן צוקומען צו איהם אויף יעדע טריט און שריט.
ועכשיו ביותר, שטייענדיג ביים שוועל פון די טעג פון חנוכה וואס מ'האט מתקן געווען להודות ולהלל, מען זאגט הלל און שירות ותשבחות פארן אייבישטער, געפונען מיר אז מען האלט אין איין איבעזאגן מערערע מאל דעם פסוק הוֹדוּ לַה' כִּי טוֹב כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ, צו ווייזן אז וויפיל מ'דאקנט און מ'לויבט איז נישט גענוג, מען דארף דאס חַזר'ן אויף יעדע פרט און אויף יעדע זאך באזונדער, ווייל מיר פארמאגן באמת גארנישט אליינס, עס איז בלויז כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ!.
לסיכום געדענק:
• א מאמין בה' ווייסט אז אפילו דאס עסן וואס ליגט שוין אין טעלער אויפן טיש איז אויך נישט מיינס, עס איז אלעס בלויז חסד ה' וואס איז מיר דאס מַמציא און גיבט מיר דאס.
• אז מען לעבט אזוי איז מען צופרידן מיט דאס וואס מ'האט און מען איז מרגיש א שמחה דערין, מען איז א שמח בחלקו.
• נישט אויפהערן צו דאנקן און לויבן, אפילו אויף די טבע'דיגע זאכן און די טאג טעגליכע קליינע מתנות.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
ויצא - איז דיין פארמעגן פארזיכערט?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
Re: ויצא - איז דיין פארמעגן פארזיכערט?
שיעור לייוו
איז דיין פארמעגן פארזיכערט?
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=267034
פרינט ארויס לכבוד שבת
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 25&gil=172
איז דיין פארמעגן פארזיכערט?
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=267034
פרינט ארויס לכבוד שבת
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 25&gil=172