ווען א מעמבער ווערט אנגענומען אין קאווע שטיבל באקומט ער אן אימעיל וואס פארלאנגט אז ער זאל לייענען "וויכטיגע אנווייזונגען פאר'ן נייעם מעמבער". צווישן אנדערע שטייט דארטן:
*מנהל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:30 pm קאווע שטיבל איז א קאמיוניטי פון היימישע אידן וואס גלייבן אין די וויכטיגקייט פון א פלאטפארמע פאר פרייהייט פון ווארט על דרך התורה, און אין די וויכטיגקייט פון זיין א חלק פון אזא קאמיוניטי.
דערפאר, איז קאווע שטיבל א "שרייבער-באזירטע פארום" - דאס מיינט די שמועסן זענען אפן נאר פאר די וואס זענען אינטערעסירט צו זיין אקטיוו און אנטיילנעמען אין די שמועסן, און אליין אריינווארפן א ווארט אמווייניגסטענס אמאל אמאל.
א ניק וואס וועט ביז א שטיק צייט נישט אנפאנגען אנטייל נעמען אין די שמועסן, וועט ווערן אויסגעשפארט.
כדי צו האלטן א ניק אקטיוו מוז מען אנפאנגען צו שרייבן אין לויף פון איין חודש נאכדעם וואס מ'האט זיך רעגיסטרירט. אזוי אויך מוז מען אנהאלטן א מינימאלע אנוועזענהייט פון שרייבן א דורכשניט פון אמווייניגסטענס 25 מאל אין לויף פון א יאר.
א ניק וואס ווערט פארשפארט צוליב נישט זיין אקטיוו, קען נישט צוריק געעפענט ווערן בלי שום יוצאים מן הכלל. די וואס ווילן צוריקקומען כדי צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
*
מיר האבן אנגעהויבן אינפארסירן די תקנה דורך פּערמאנענט פארמאכן 951 ניקס וואס זענען עלטער פון 6 חדשים און האבן קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
אפדעיט מאנטאג דעצעמבער 4, 2023
ניקס וואס זענען שוין דא 2 יאר אדער מער, אבער זענען נאך אלץ בלוי, זענען פארמאכט געווארן. ואתכם הסליחה.
אפדעיט מאנטאג יאנואר 1, 2024
פארמאכט 218 ניקס וואס זענען שוין 3 חדשים און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
פון צייט צו צייט וועלן מיר ווייטער פארמאכן ניקס וואס ס'איז שוין דורך א שטיק צייט נאכ'ן זיך איינשרייבן, און האבן קיינמאל גארנישט געשריבן. אזוי אויך ניקס וואס זענען שוין דא א לענגערע צייט און זענען נאך בלוי, דאס הייסט אז זיי האבן נישט געשריבן אמווייניגסטענס 25 מאל.
די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
אפדעיט מיטוואך יאנואר 17, 2024
פארמאכט 35 ניקס וואס זענען שוין 2 חדשים און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
פארמאכט ארום 25 ניקס וואס זענען שוין 2 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי. ואתכם הסליחה.
די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
אפדעיט דינסטאג יאנואר 30, 2024
מיר האבן פארמאכט 19 ניקס וואס זענען שוין 2 חדשים און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
מיר האבן פארמאכט 167 ניקס וואס זענען שוין 1 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי (דאס הייסט געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות). ואתכם הסליחה.
די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
אפדעיט דאנערשטאג פעברואר 15, 2024
מיר האבן פארמאכט 32 ניקס וואס זענען שוין 2 חדשים און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
מיר האבן פארמאכט 2 ניקס וואס זענען שוין 1 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי (דאס הייסט געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות). ואתכם הסליחה.
די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
אפדעיט מיטוואך מערץ 20, 2024
מיר האבן פארמאכט צענדליגער ניקס וואס זענען שוין 1 חודש און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
מיר האבן פארמאכט צענדליגער ניקס וואס זענען שוין 1 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי (דאס הייסט געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות). ואתכם הסליחה.
די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.