צו וואס טויג אונז די מדינה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3229
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8938 מאל

צו וואס טויג אונז די מדינה?

שליחה דורך שמן למאור »

סארי הערצל, האסט מיאוס אנגעזעצט. ווי האט נאר יענער געזאגט? "א פארכאכטע מדינה"! (מיט א ק)

מען שטייט שוין א חודש נאך די שוידערליכע אקטאבער דעם זיבעטן טעראר אטאקע, און קיין גרויסע ישועה זעט זיך נישט אן אויפן האריזאנט. יא, די מדינה האקט שטיקער, עזה איז פלאך, מען נעמט איין שפיטעלער און חאמאס באזעס... און? וואו אהין צילסטו פינקטליך?

אהה! מען גייט אויסמעקן חאמאס! יא יא, הצלחה רבה. לאמיר זיך נישט נאר'ן, אפילו לי יצויר אז חאמאס ווערט אפגעמעקט, ווערן יעצט איינגעזייט די קערנדלעך פארן נעקסטן ערגערן טעראר גרופע.

אז די קענסט אריינגיין קיין עזה און מקיים זיין דעם לא תחיה כל נשמה, איז איין זאך, אבער דאס גייט ממילא נישט געשען. נישט ישראל האט די מעגליכקייט דאס צו טון, נישט די וועלט וועט עס צולאזן, און נישט אז ס'איז גערעכט צו טון.

וואס וועט ווערן פון דעם יונגעלע וואס זיין טאטע מאמע און אפאר געשוויסטער זענען אפגעווישט געווארן אין אן איזרעילי מיסל אטאקע? ער וועט ווערן א פרידן שטיצער? גיי דריי אים א קאפ אז זיין משפחה איז נאר געווארן געכאפט אין קראוספייער בשעת'ן צילן חאמאס, יע יע, א גרויסע טעראריסט וועט ער אויסוואקסן.

וועלט פארזארגער הערן נישט אויף זיך צו מוטשענען מיט די מאראלישע קשיא איבער וואס עס איז די פערפארציאנאלער רעספאנס פאר די שמחת תורה אטאקע, און וויפיל פאלעסטינע קינדער עס דארפן גע'הרג'עט צו ווערן איידער מען האלט שוין ביים ריכטיגן שטאפל פון נקמה.

מד"י ווארטזאגער פון זייער זייט ענטפערן אז מען האט נישט קיין ברירה, מען מוז פטור ווערן פון חאמאס, נישט קיין חילוק וויפיל צווילע עס וועט קאסטן, און גערעכט זענען זיי, אזא אטאקע מוז מען אפענטפערן. אבער רבוש"ע, פאר יעדע חאמאס טעראריסט וואס מען עלימענירט, ווערט באשאפן פרישע 5 טעראריסטן! וואס איז די ענד געים דא?

אה, זאלן זיי גארנישט טון און בלויז אינוועסטירן אין שיץ? בויען הויעכע ווענט און שטעך דראטן? האבן מיר דאך שוין געזען וויאזוי דאס האט זיך אויסגעארבעט.

איז וואס יא?! גארנישט! ס'איז א פארק... מדינה! נישטא קיין געהעריגע עתיד!

די אלע וואס האקן א קאפ וועגן א 2 סטעיט סעלושן פארטאכלעווען אויך סתם די צייט. מען האלט יעצט די ווייטסטע ווי סיי ווען אין די געשיכטע אז דאס זאל פאסירן. די לינקע ישראלים זענען שוין אויך דערקעגן, און נאכן פלאך מאכן גאנץ עזה וועלן די פאר שלום ליבהאבער אין עזה זיך אויך שנעל טוישן די מיינונג. ס'איז גוט פאר געביגלטע סוטס דאס צו פאנטעזירן אויף טיווי נאכן זיך אנקוקן מיט פלאכע שטעט, און עס גליסט זיך צו ענדיגן מיט א געמאכטע האפענונג פון א הארמאנישער שלום וועלט, אבער פון ריאליטעט איז דאס גאר ווייט.

אלזא וואס יא? גארנישט! יעצט קען מען שוין גארנישט טון. פארמאכן די מדינה קען מען שוין אויך נישט, וואו גייען יעצט מיליאנען אידן גיין?

אבער דו הערצל, דו בן גריון, צו וואס האט דאס אויסגעפעלט? האסט טאקע געמיינט אז מיט דיין מדינה'לע וועט זיך אנטיסעמעטיזם אויפהערן?

איך לעב מיך אסאך רואיגער אין אמעריקע ווי מיינע ברידער אין ארץ הקודש. די שאנסן אז עפעס שלעכט זאל פאסירן צו מיינע קרובים אין ארץ ישראל איז פילפאכיג מער ווי פאר די אידן אין ניו יארק. די שאנסן אז א מיסל זאל פאלן אויף מיין הויז אדער אז איך זאל קומען אינטער נוקלעארע אטאקע איז כמעט נול, ווידערום מיינע ברידער אין די מדינה קענען דאס נישט זאגן.

די מדינה איז ארומגענומען מיט שונאים וואס ווילן איר פארטיליגן. איראן מיט אנדערע שונאים יאגן נאך דעם אטאם, און פלאנירן אויפן ערגסטן. צו וואס טויג די גאנצע זאך? איז נישט די פלאן פון נעמען א שטיק אומבאוואוינטע לאנד אין אגאנדע פאר א מדינה געווען פילפאכיג בעסער? נישט אז דאס וואלט יא אויסגעמעקט אנטיסעמעטיזם, אבער קיין מיליאנע אראבער וואס ברויזן נאך עד היום אויפן נאקבא וואלט דאס זיכער פארמיטן.

אנשטאט שיקן אייערע קינדער צום מיליטער ריזיקירנדיג זייער לעבן פארן מוטערלאנד, וואלט איר געקענט שיקן ענקערע קינדער שטודירן אין איניווערזיטעטן מיט א זיכערן געמיט. אפשר קען מען נאכאלטס אויפגעבן ישראל, און עס אויפטוישן מיט עפעס מער א שטילע ווינקעלע ערגעץ וואו אויפן כדור הארץ? אפשר קענען אונז אידן איינמאל פאר אלעמאל לעבן שטיל און מיט פרידן ווייט פארהוילן פון די רוישיגע וועלט?

אפשר אזוי וועלן מיר אויסלענדישע אידן אויך קענען לעבן מיט א רואיגקייט און נישט ווערן אפעקטירט פון די געפערליכע אויפשטייג אין אנטיסעמעטיזם וואס קומט פאר יעדעס מאל וואס די ענדלאזע קריג פלאקערט ווידער אויף.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 111 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר