וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך עמרם »

מ'האט שוין ארום גערעדט אהן א שיעור אין די יעצטיגע טעג איבער די סאטמארע שיטה אויף די נושא הציונית וכו'
איך בין נישט געקומען סתם עפענען נאך א אשכול אויף די נושא און וועגען דעם עפען איך עס אין די פארום פשוט ווייל איך וויל וויסען משום מעשה שהיה

דע וואך שבת האט א איד אין איינע פון די פילע סאטמארע בתי מדרשים געהאט א שאלה איך בין דארט געווען און געהערט נבהל ונשתומם ער איז געווען צימושט

וואס גייט פאר ? זיין בחור'ל האט אים געפרעגט אויב ס'דארף ווייטין ווען מ'הערט אז א צה''ל זעלנער איז געשטארבן דהיינו אויב דאס איז א צרה אדער חלילה די פארקערטע

פון אויבען אויף האט ער געהאט אפאר מעשיות פון סאטמאר רב ווי ער האט געהאלפען אפילו אזעלכע וואס האבן געדינט אין די ציוניסטישע מיליטער, פון די אנדערע זייט האט ער געפרעגט א ת''ח א חשובע איד און יענער האט אים געזאגט קלאר אז ווער עס קען די ויואל משה ווייסט אז ח''ו ס'איז בכלל נישט קיין טרויער און ס'טאר נישט ווייטין , זיי האבען נישט קײן דין ווי אידען וואס מ'דארף ראטעווען אדרבה פונקט פארקערט
איי די מעשיות, זאגט ער אז מ'קען נישט גלייבן קיין מעשיות וואס שטימען נישט מיט דעס וואס שטייט

די איד א אמת'ע סאטמארע חסיד , איז געווארן אביסעל צעמישט מילא איינער וואס איז מחלל שבת האלט נישט גארנישט איז די דין מורידין ולא מעלין פארשטייט ער , אבער אויב די גאנצע עון איז דינען אין צה''ל וואס טאקע די רבי שרייבט יהרג ואל יעבור, איז שוין אויך אזוי , אויב אזוי יעדער וואס גייט צי בחירות איז אפשר די דין אזוי אבער למעשה אזוי ווייט גייט שוין קיינער נישט זאגען

והשאלה וואס איך וויל וויסן, וואס האט טאקע די סאטמאר רב געהאלטן וואס איז די דין מיט אזעלכע אידן און דארף ווייטין אז א צה''ל זעלנער שטארבט אדער פארקערט

איך ווייס אז אסאך גדולי ישראל האבען געהאלטן אנדערש אבער ביטע דא וויל איך נאר קלאר מאכען דעת הויואל משה און אויב האט איר נישט וואס קלאר צי מאכן בדעתו ביטע קומט נישט אריין

און פאר די וואס קומען קלאר מאכן, ביטע נישט סתם שיסען סטעיטמענטס אויף קיין שום וועג , נאר זאכען מיט פארלעסליכע מקורות

א דאנק !
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך עמרם »

נוח האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:31 pm ווי באקאנט האט דער רבי געוויינט אויף די אידישע סאלדאטן "לבי לבי על חלליהם".
שוין אויך געהערט פון דעם, אבער ס'האט א מקור?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך שמעון וואלף »

עמרם האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:31 pm
נוח האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:31 pm ווי באקאנט האט דער רבי געוויינט אויף די אידישע סאלדאטן "לבי לבי על חלליהם".
שוין אויך געהערט פון דעם, אבער ס'האט א מקור?
דאס איז פשוט און דארף נישט קיין מקור. דער וואס וויל זאגן אז איינער וואס דינט אין צה"ל איז אויטאמאטיש אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, דער דארף א מקור.

אסאך פון די היינטיגע א.ג. קנאים זענען אנגעפיקעוועט מיט שנאת ישראל, אבער א איד וואס איז זיך מתבונן און וויל טון די רצון השם וועט אויף קיין פאל זיך נישט פרייען ווען פאר א צווייטע איד קומט א צרה.

נאך א זאך דארף מען וויסן, אז אפילו דאס וואס סאטמאר רב ז"ל האט יא געהאלטן לגבי די דעמאלטסדיגע פרייע, איז עס אבער נישט די זעלבע היינט ווען כמעט אלע זענען ריכטיגע תינוקות שנשבו.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך אסטראלאג »

איבער די ציוניסטישע סאלדאטן איז קלאר אין רבינ'ס ספרים, אז אויף זיי זאל מען מתפלל זיין ביי "תפילת המינים".
אין זמנים וואס די ציוניסטישע קליפה פלאקערט וואו דער שטן, און פילע הערצער זענען נעבעך פארקלעמט געווארן דורך די ציוניסטישע קליפה, -(בלויז צוליב שנאת ערביים), איז זייער ווייטאגליך צו זעהן וואו מאנכע ניצן אויס די שוואכע זמנים אז מען האלט אינאיין נעמען יסודות וואס די רבי זי"ע האט אוועקגעשטעלט, און דאס פראקט מען אויס מיט שקרים און ליצנות אלס צו נענטער ברענגען צו די ציוניסטישע קליפה צו אונזערע הערצער און זיך צו בארעכטיגן מיט די ציוניסטישע כפירה רח"ל.

וואס די רבי זי"ע האט געהאלטן איז זייער קלאר אין זיינע ספרים.
הייב אן קוקן אין ספרי רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וועט דיר אנטפלעקט ווערן די עקסטרעמסטע נטורי קרתא'ניק וואס וואס דו קענסט זיך נאר פארשטעלן.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמרם האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:31 pm
נוח האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:31 pm ווי באקאנט האט דער רבי געוויינט אויף די אידישע סאלדאטן "לבי לבי על חלליהם".

שוין אויך געהערט פון דעם, אבער ס'האט א מקור?

זיכער האט עס א מקור. דער ספה"ק ויואל משה. די רבי זי"ע האט זיך מתמרמר געווען אויפ'ן מצב פון ציונות בכלל, און אז מ'האט אויפגעשטעלט א מדינה פאר ביאת המשיח. נאר ס'האט איהם וויי געטון עד דכדוכה של נפש א יעדער איד וואס איז אומגעקומען דורך גויים.

הס מלהזכיר אז ער האט זיך געפרייט און ער האט געזאגט אז מ'מעג זיין בשמחה ווען א אידישער סאלדאט ווערט גע'הרג'ט, (ח"ו).

יענער "ת"ח" וואס האט נאכגעזאגט די פאלשע מימרא איז א געשוואלענער עיי"ן ה"א, און ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס דארט שטייט.
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך Nanach »

איך געדענק נישט וועלכע פון די תורות אבער איך האב עס געזען אמאל אינעוויניג ווי ער טייטשט אריין לבי לבי על חלליהם אויף די סאלדאטן וואס פאלן פאר גארנישט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך berlbalaguleh »

אסטראלאג האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 1:17 am
הייב אן קוקן אין ספרי רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וועט דיר אנטפלעקט ווערן די עקסטרעמסטע נטורי קרתא'ניק וואס וואס דו קענסט זיך נאר פארשטעלן.

אס-טראל-אג: אויב דו זאגסט אז דער סאטמאר'ע רבי זי"ע איז געווען אן "עקסטרעמע נטורי קרתא'ניק", כלשונך הקלוקל..., איז דא נאר איין ענטפער פאר דיר, ווי די גמ' זאגט (ס'נישט פאר דיינע גייסטיגע כוחות)... "אם אין דעת, הבדלה מניין"...!

איך וועיס נישט אויב דו מעגסט מאכן הבדלה אום מוצאי שבת... דו מוזסט דיך מוציא זיין מיט א צווייטן.

ביטע פאלג מיין עצה און לאז דיך אפ פון די ספרים פון סאטמאר'ע רבי'ן. הייב אן צו ליינען די וועכנטליכע קאמיקס אין "דער בלאט".. פון דארט זאלסטו גיין בהדרגה צו מער ערנסטע זאכן. ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה (האסט געהערט פון דעם ספר?) איז נישט פאר דיינע גייסטיגע כוחות.

אדער הער (ווייטער) אויס די דרשות פון דיין רבי'ן הרב ישראל דויד ווייס שליט"ע.
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך אייניקעל »

איך וואונדער זיך נאך וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל לגבי די ג' שבועות, צו ס'איז הלכה אדער נישט

כי כבר נתבאר שאין באלו השבועות ענין של הלכה
ויואל משה מאמר ג' שבועות סימן פ’

והנה ודאי שאלו השבועות המה הלכות קבועות בלי שום חולק... אלא כולי עלמא מודי בהו דהלכתא רבתא נינהו בעונש חמור ומר רח"ל, מה שלא מצינו עונש קשה כזה בשום עבירה שבכל התורה כולה
ויואל משה הקדמה דף יא

🤔

לענ"ד הקטן איז די שיטת ויואל משה נישט קיין פראקטישע מהלך וואס שטימט און האט ענטפערס פאר אלעם, אדרבה ס'איז פיל מיט גאר אסאך שוועריקייטן און צוליב דעם איז עס פיל מיט פלפולים ואכמ"ל. - די עיקר ציעל פון הרבי זצל איז געווען צו לוחם זיין אנטקעגן סעקולער ציונות, די פרטים ארויף אדער אראפ זענען דערפאר נישט אזוי שטארק נוגע. - דאס איז טאקע אויך די סיבה פארוואס מען האט נישט געלערנט ויואל משה אין סאטמאר (פון קינדערגארטן ביז ישיבה גדולה) וואס איז אומגלויבליך פאר סיי וועלכע פאאלאואינג. איך שרייב דאס מיטן פולסטן מאס רעספעקט
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך עמרם »

שמעון וואלף האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 12:13 am דאס איז פשוט און דארף נישט קיין מקור. דער וואס וויל זאגן אז איינער וואס דינט אין צה"ל איז אויטאמאטיש אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, דער דארף א מקור.

אסאך פון די היינטיגע א.ג. קנאים זענען אנגעפיקעוועט מיט שנאת ישראל, אבער א איד וואס איז זיך מתבונן און וויל טון די רצון השם וועט אויף קיין פאל זיך נישט פרייען ווען פאר א צווייטע איד קומט א צרה.

נאך א זאך דארף מען וויסן, אז אפילו דאס וואס סאטמאר רב ז"ל האט יא געהאלטן לגבי די דעמאלטסדיגע פרייע, איז עס אבער נישט די זעלבע היינט ווען כמעט אלע זענען ריכטיגע תינוקות שנשבו.

דו זאגסט זייער פיין אבער מסברא

למעשה א איד וואס איז פורק עול איז די הלכה מורידין ולא מעלין, און אויב האט דער רבי געהאלטן אז איינער וואס דינט אין צה''ל האט אזא דין, דארף מען וויסן צי לדעתו זענען זיי נאך א חלק פון כלל ישראל,
וועגן דעם וויל איך א מקור ווי אזוי דיר רבי האט זיי אנגעקוקט, און וואס ער האט טאקע געהאלטן אויף זיי.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך עמרם »

אסטראלאג האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 1:17 am איבער די ציוניסטישע סאלדאטן איז קלאר אין רבינ'ס ספרים, אז אויף זיי זאל מען מתפלל זיין ביי "תפילת המינים".
אפשר ווייזטו מיך א מקור ?
אין וועלכע ספר ? און ווי אין די ספר ?

(נישט א מקור אז די עצם צה''ל איז חזר טרייף, נאר אז איינער דינט אין צה''ל גייט ער אריין אין די כלל פון מינים)
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך עמרם »

berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 1:44 am דער רבי זי"ע האט זיך מתמרמר געווען אויפ'ן מצב פון ציונות בכלל. און אז מ'האט אויפגעשטעלט א מדינה פאר ביאת המשיח. נאר ס'האט איהם וויי געטון עד דכדוכה של נפש א יעדער איד וואס איז אומגעקומען דורך גויים.

הס מלהזכיר אז ער האט זיך געפרייט און ער האט געזאגט אז מ'מעג זיין בשמחה ווען א אידישער סאלדאט ווערט געהרג'ט, (ח"ו).

איך האב שוין אויך געהערט יארן אז ס'האט אים וויי געטון יעדע סאלדאט וואס איז אומגעקומען, די שאלה איז נאר צי ס'איז אמת? און צי ס'איז אזוי מבואר בספריו?

און פארשטייט זיך א מראה מקום ווי מ'זאל קענען זעהן.
(איינע פון די סיבות פארוואס ער האט געשריבן די ספר איז אז מ'זאל נישט סתם גלייבן אלעס וואס מ'הערט נאר ס'זאל זיין כתוב וחתום, למעשה זאגט יעדער ווייטער שמועות אין קיינער ווייסט נישט וואס שטייט).
זויער טייג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:51 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך זויער טייג »

עמרם האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:31 pm
נוח האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:31 pm ווי באקאנט האט דער רבי געוויינט אויף די אידישע סאלדאטן "לבי לבי על חלליהם".
שוין אויך געהערט פון דעם, אבער ס'האט א מקור?
די ברך משה פלעגט עס איבערזאגן פין רבין.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך סקעפטיקער »

באר מים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 06, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך באר מים »

אסטראלאג האט געשריבן: איבער די ציוניסטישע סאלדאטן איז קלאר אין רבינ'ס ספרים, אז אויף זיי זאל מען מתפלל זיין ביי "תפילת המינים".
אין זמנים וואס די ציוניסטישע קליפה פלאקערט וואו דער שטן, און פילע הערצער זענען נעבעך פארקלעמט געווארן דורך די ציוניסטישע קליפה, -(בלויז צוליב שנאת ערביים), איז זייער ווייטאגליך צו זעהן וואו מאנכע ניצן אויס די שוואכע זמנים אז מען האלט אינאיין נעמען יסודות וואס די רבי זי"ע האט אוועקגעשטעלט, און דאס פראקט מען אויס מיט שקרים און ליצנות אלס צו נענטער ברענגען צו די ציוניסטישע קליפה צו אונזערע הערצער און זיך צו בארעכטיגן מיט די ציוניסטישע כפירה רח"ל.

וואס דער רבי זי"ע האט געהאלטן איז זייער קלאר אין זיינע ספרים.
הייב אן קוקן אין ספרי רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וועט דיר אנטפלעקט ווערן די עקסטרעמסטע נטורי קרתא'ניק וואס וואס דו קענסט זיך נאר פארשטעלן.

די לעצטע פאר טעג האסטו עטליכע מאהל דערמאנט די ספרים פון רבין זי"ע
די עולם (קטן) איז שוין מיד פון מראה מקומות וואס מען קען נישט נאכקוקן.
נעם אין אכט, ביי רוב מענטשן, הייסט נישט קיין מראה מקום נאר וואס מען קען נאכקוקן.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך עמרם »

סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:42 am https://app.box.com/s/lgeffe5ve44qenz9n4ba3flb9eospgp4
page 18
די מייננסט די לשון פונם רבי'ן ?

"וויפיל יראים ושלימים וואס זיי האָבן גענומען מיט דער געוואַלד צום פראָנט דאָ?!
ווער ווייסט וויפיל אידן זענען גע'הרג'עט געוואָרן?,
וויפיל אלמנות ויתומים זענען געבליבן ?
מיט דעם קאן מען זיך פרייען ?!"
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך בעל אחריות »

סאטמאר רב האט געבאדערט ווען אן אמעריקאנע פרייע איד איז געשטארבען אדער נאר ביי חיילי צה"ל?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך berlbalaguleh »

אייניקעל האט געשריבן: די עיקר ציל פון הרבי זצ"ל איז געווען צו לוחם זיין אנטקעגן סעקולער ציונות, די פרטים ארויף אדער אראפ זענען דערפאר נישט אזוי שטארק נוגע.

אייניקל: איך בין (אביסל) מחולק מיט דיר, דו זאגסט אז דער סאטמאר'ע רבי איז געווען אקעגן "סעקולאר" ציונות. ער שרייבט בפירוש אין איינס פון זיינע מסקנות להלכה אז צו האבן א מדינה פאר ביאת המשיח איז אסור באיסור חמור, נישט נאר ווייל די אנפיהרערס און גרינדערס פון די מדינה זענען געווען חילונים, נאר אפילו אויב זיי וואלטן געווען צדיקים גמורים וואלט אויך געווען אסור צו האבן אן אייגענע ממשלה פאר ביאת המשיח.

אבער דער הייליגער סאטמאר'ע רבי זצוק"ל שרייבט אויך אין די הקדמה (צום ספה"ק ויואל משה) אז היינט, וויבאלד ס'איז שוין דא א מדינה, דארף מען מתפלל זיין אז די מדינה זאל נישט בטל ווערן (ח"ו) דורך די גויים, ווייל דאס וועט נישט זיין גוט (ח"ו) פאר אידן... כלשונו הטהור "וצריכים רחמי שמים שלא יתבטל ע"י האומות, כי אם ע"י האומות לא יהיה טוב לישראל ח"ו, וצריכים להתפלל שיתבטל מתוך רחמים וחסדים"...!

זאללן נישט קומען די נישט ווייסערס (פון ביידע זייטן) און פארקויפן לאקשן אז דער רבי זי"ע איז געווען אן עקסטרעמער נטורי קרתא, אדער האט זיך געפרייט (ח"ו) ווען אידישע קינדער ווערן גע'הרג'עט דורך די גויים...! דאס טוען נאר די פאררוקטע עמי הארץ און בעלי תשובה וועלכע ווייסן נישט בין ימינם ושמאלם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

בעל אחריות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 7:37 pm סאטמאר רב האט געבאדערט ווען אן אמעריקאנע פרייע איד איז געשטארבען אדער נאר ביי חיילי צה"ל?
איין באשעפער ווייסט.

פארוואס האסטו די שאלה פונקט אויפן סאטמאר רב?
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך עמרם »

עמרם האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 2:49 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:42 am https://app.box.com/s/lgeffe5ve44qenz9n4ba3flb9eospgp4
page 18

דו מיינסט די לשון פונם רבי'ן?

"וויפיל יראים ושלימים וואס זיי האָבן גענומען מיט דער געוואלד צום פראנט דא?!
ווער ווייסט וויפיל אידן זענען גע'הרג'עט געווארן?
וויפיל אלמנות ויתומים זענען געבליבן?
מיט דעם קאן מען זיך פרייען?!"

אויף די מקור בדברי הרבי

קודם, זאגט ער אז מ'קען זיך נישט פרייען אבער אויך נישט אז מ'דארף טרויערן נאך זיי,

והשנית, אז מ'קוקט אריין דארט, רעדט ער פון דעם וואס די ציונים מאכן א יו''ט און פרייען זיך מיט זייערע נצחונות, אויף דעם זאגט ער "ווי קאן מען זיך פרייען",
דהיינו ווי אזוי קענען זיי זיך פרייען ווען אזוי פיל אידן זענען א דאנק דעם גע'הרג'עט געווארן.
(נאר וואס יא, אויב זיי מעגן זיך נישט פרייען מעגן מיר אויך נישט, וצ''ע)
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך אלפא »

לענ"ד אין די דעת פונעם רבי'ן זי"ע.

עס קוקט מיר אויס ווי פון איין זייט איז דער רבי געווען זייער קלוג - פארשטאנען צו פאליטיק גאנץ גוט - און געהאט א ברייטער הארץ און קאפ וועלכע האט געקענט פארנעמען קעגן-זייטיגע פאזיציעס אויך.
לאידך גיסא האט ער געהאט א ציל איבערצובויען אידישקייט און זיכער מאכן אז וואס מער האלט זיך, ביינזאם מיטן האבן אן אינגערישן בעל-בתישן עולם וועלכע האבן געדארפט הערן (און האבן אלס אויגעטייטשט) קלארע ווערטער - שווארץ און ווייס.

פון איין זייט זעט מען א געוואלדיגע איינזייטיגקייט און פארמאכטקייט ביים רבי'ן בפרט אין די נושא פון ציונות וואו ער גייט ביזן סוף עס צו מחרים זיין ביהרג ועל יעבור און נאך פילצאליגע ענליכע שארפע אויסדרוקן וועלכע גיבן דעם ליטערישן דערהער פון ימ"ש/שר"י/מורידין ולא מעלין'דיגע צוגאנג אפי' צו פערזענליכקייטן, לאידך גיסא איז ברייט באקאנט זיין פריוואטע צוגאנג סיי צו גדולים ווי בעלזא רב, ר' אהרן קאטלער, וכדו' (וועלכע וואלטן לכאו' געקענט אריינפאסן אין די 'נעבעך-אפיקורס' קאטעגאריע אויב נעמט מען אן ויואל משה ליטעראל) און אפי' צו יחידים פון די מזרחי לאגער און אפגערעדט אגודה, וואס צייגט ענדערש ארויס ברייטקייט און קאנטראסט צו זיינע פסקים אזוי-צו-זאגן.

בכלל קען מען זען ווען מ'ליינט אזעלכע ספרים ווי ניצוצי תומר ווי אסאך מעשיות און עובדות צווישן זיך זענען זיך סותר גאנץ אפט, וואס שטרייכט אויך אונטער די ברייטערע בליק פון רבי'ן געוואנדן לפי המצב ולפי השואל.

די 'איש כל הישר בעניו' תורה איז דאך אויך באקאנט (דענק איך נישט יעצט די מראה מקום), אזוי אויך ווען מ'לערנט גוט אפ די באקאנטע קהלת תורה (- פארוואס די ראשונים זענען ארויס אנקעגן דעם רמב"ם), וואו מ'זעט א פארגרעסערטן בילד פון די רבי'ס השקפות וועלכע זענען נישט אלעמאל רעפלעקטירט אין זיין רעטאריק. בכלל זענען דא אסאך טעיפס ווי ער דרוקט זיך אויס גאר אנדערש ווי אין פובליק, אזוי אויך די פורים תורה ווי ער דרוקט זיך אויס אז עס זענען יא געווען ניסים ביים מלחמת ששת הימים (-מפי השמועה), וכן הלאה.

מען מוז לכאו' זאגן אז די פרומקייט האט אים שטארק געשטופט צו זיין עקסטרעים און צו רעדן אויף אזא אופן (בבחינת אמונות הכרחיות, על אף ער האט עס צומאל אליינס גענומען אביסל מער ליטעראל ווי דאס..) בנוסף צו זיין עולם וועלכע האט נישט פארשטאנען קיין נואנסן וואס האט אים אויך געלייגט אין די פאזיציע צו רעדן אזוי. בעת וואס פריוואט איז ער יא געווען אסאך מער מענטשליך אפי' צו די אלע אזוי-גערופענע אפיקורסים א.א.וו.

פון דעם קען זיך יעדער ארויסנעמען וואס ער וויל (אזויווי דער עולם טוט למעשה..) וואו פון די נטורי קרתא ביז צו ליפא שמעלצער האט זיך יעדער זיינע מימרות, תורות, און עובדות, אין וואו אריינצולערנען זיין דרך אינעם רבי'ן, אבער בכלליות איז די געדאנק לכאו' אז כלפי דעם יחיד (אפי' פון צה"ל..) דארף מען זיך באצוען ווי צו א צווייטן איד אבער פארן ברייטן כלל און פארן פערספעקטיוו דארף מען ארונטעררייסן די פעולות וכו'. ותן לחכם ויחכם עוד..
(איך האב גראדע הנאה געהאט ווי די גליון 'אז נדברו' האט גענומען היבש אן ענליכע שטעלונג לעצטנס מדעת עצמו..)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך אייניקעל »

berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 9:30 pm אייניקל: איך בין (אביסל) מחולק מיט דיר, דו זאגסט אז דער סאטמאר'ע רבי איז געווען אקעגן "סעקולאר" ציונות. ער שרייבט בפירוש אין איינס פון זיינע מסקנות להלכה אז צו האבן א מדינה פאר ביאת המשיח איז אסור באיסור חמור, נישט נאר ווייל די אנפיהרערס און גרינדערס פון די מדינה זענען געווען חילונים, נאר אפילו אויב זיי וואלטן געווען צדיקים גמורים וואלט אויך געווען אסור צו האבן אן אייגענע ממשלה פאר ביאת המשיח.
דאס שטיקל איז מיר באקאנט, אבער לעניות דעתי האט ער דאס געשריבן בעיקר הארבער צומאכן די רעיון פון א מדינה אלץ א חלק פון זיין מלחמה לה' אנטקעגן די חילונים ציונים
וואלט ווען די מדינה צושטאנד געקומען דורך יראים ושלמים וואלט ער ווען לכאורה דאס קיינמאל נישט געשריבן
פון וואו ווייס איך?
א) ווייל די תמיכה אין די ראשונים פאר זיין מהלך אנטקעגן די רעיון פון א מדינה איז גאנץ שוואך, בו בזמן ווען לויט'ן רמב"ן האבן מיר גאר א שטענדיגע חיוב במצות עשה צו האבן א מדינה, והחשמונאים וגם בר כוכבא יוכיח שכל חכמי דורו האמינו בו
ב) פארוואס פעלט אויס צו שרייבן "ואלו הטפשים שאומרים" וואס נעמט אריין דעם אבני נזר מיטן אור שמח, ועוד ועוד קטעים וואס ברענגט ארויס די עיקר געדאנק אז מען זאל אפילו נישט שטיין נאנט צו אנאליזערן דעם נושא משום פחד כפירה ומינות, ער האט גוט געוואוסט אז ווען מען קוקט צו אביסל נענטער שטעלט זיך ארויס גאר אן אנדער בילד, האט ער ארויפגעשלייערט א דיקן מלבוש פון אפיקורסות
ג) קענסט אויך זעהן מצורף פה פון א תרצ"ב אינטערוויא, אז זיין עיקר פראבלעם איז די פאקט אז נישט די שומרי תורה ומצוות זענען ביים רעדל (3 page 16.09.1932, ,חזית העם)

אלא מאי? די עיקר ציעל איז געווען כמו שכתבתי
בייגעלייגטע פיילס
Satmar.JPG
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך berlbalaguleh »

אייניקל: דו ביסט טיילווייז גערעכט. דער סאטמאר'ע רבי ווען ער האט שטארק געהאקט אויפ'ן רעיון פון ציוניזם איז עס בעיקר געווען ווייל די פאן טרעגערס פונ'ם ציוניזם זענען בראשית דרכם געווען אינגאנצן אקעגן אפילו א זכר פון רעליגיע, ביז די מזרחי איז אריינגעקומען אין פיקטשער.

ס'איז אויך איראניש דער פאקט אז אין אנהייב פון די עקזיסטענץ (אין די אנהייב 1950'גער יארן) פון מדינת ישראל זענען זיינע גרעסטע אידעאלאגישע און פאקטישע שונאים נישט געווען די פרייע קיבוצ'ניקס, נאר די מזרחי אידן, ווייל זיי האבן געוואלט אויפשטעלן א מדינה עפ"י תורה, און לויט זייער אויסקוק איז ער (דער סאטמאר'ער רב) געווען דער גרעסטער שטער צו זייער ציל.

די אנגעצויגנקייט (פי' אויפגערעגטקייט) פון די מזרחי אנגעהעריגע אידן איז געווען אזוי שטארק אז ווען דער סאטמאר'ע רב איז געקומען קיין ארץ ישראל האט איהם דער פרעמיער בן גוריון צוגעשטעלט א באדי גארד ווען ער איז אראפגעקומען פון די שיף, אויף וואס די רבי האט זיך אין אנהייב גע'עקשנ'ט און נישט געוואלט, נאר ב"ג (או.קעי. ימח שמו, ח"ו) זייענדיג א קלוגער איד האט נישט געוואלט האבן קיין עקסטער קאפווייטאג אז ס'זאל (ח"ו) געשעהן אן אינצידענט.

מ'קען דאס זעהן אויף די פיקטשער ווי די רבי קומט אראפ פון די שיף, און א (מאדערנער) איד גייט גלייך נעבן איהם. די רעבעצין איז געווען אביסל ווייטער אפגערוקט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך berlbalaguleh »

אלפא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:00 am לענ"ד אין די דעת פונעם רבי'ן זי"ע.

עס קוקט מיר אויס ווי פון איין זייט איז דער רבי געווען זייער קלוג - פארשטאנען צו פאליטיק גאנץ גוט - און געהאט א ברייטער הארץ און קאפ וועלכע האט געקענט פארנעמען קעגן-זייטיגע פאזיציעס אויך.
לאידך גיסא האט ער געהאט א ציל איבערצובויען אידישקייט און זיכער מאכן אז וואס מער האלט זיך, ביינזאם מיטן האבן אן אינגערישן בעל-בתישן עולם וועלכע האבן געדארפט הערן (און האבן אלס אויגעטייטשט) קלארע ווערטער - שווארץ און ווייס.

פון איין זייט זעט מען א געוואלדיגע איינזייטיגקייט און פארמאכטקייט ביים רבי'ן בפרט אין די נושא פון ציונות וואו ער גייט ביזן סוף עס צו מחרים זיין ביהרג ועל יעבור און נאך פילצאליגע ענליכע שארפע אויסדרוקן וועלכע גיבן דעם ליטערישן דערהער פון ימ"ש/שר"י/מורידין ולא מעלין'דיגע צוגאנג אפי' צו פערזענליכקייטן, לאידך גיסא איז ברייט באקאנט זיין פריוואטע צוגאנג סיי צו גדולים ווי בעלזא רב, ר' אהרן קאטלער, וכדו' (וועלכע וואלטן לכאו' געקענט אריינפאסן אין די 'נעבעך-אפיקורס' קאטעגאריע אויב נעמט מען אן ויואל משה ליטעראל) און אפי' צו יחידים פון די מזרחי לאגער און אפגערעדט אגודה, וואס צייגט ענדערש ארויס ברייטקייט און קאנטראסט צו זיינע פסקים אזוי-צו-זאגן.

בכלל קען מען זען ווען מ'ליינט אזעלכע ספרים ווי ניצוצי תומר ווי אסאך מעשיות און עובדות צווישן זיך זענען זיך סותר גאנץ אפט, וואס שטרייכט אויך אונטער די ברייטערע בליק פון רבי'ן געוואנדן לפי המצב ולפי השואל.

די 'איש כל הישר בעניו' תורה איז דאך אויך באקאנט (דענק איך נישט יעצט די מראה מקום), אזוי אויך ווען מ'לערנט גוט אפ די באקאנטע קהלת תורה (- פארוואס די ראשונים זענען ארויס אנקעגן דעם רמב"ם), וואו מ'זעט א פארגרעסערטן בילד פון די רבי'ס השקפות וועלכע זענען נישט אלעמאל רעפלעקטירט אין זיין רעטאריק. בכלל זענען דא אסאך טעיפס ווי ער דרוקט זיך אויס גאר אנדערש ווי אין פובליק, אזוי אויך די פורים תורה ווי ער דרוקט זיך אויס אז עס זענען יא געווען ניסים ביים מלחמת ששת הימים (-מפי השמועה), וכן הלאה.

מען מוז לכאו' זאגן אז די פרומקייט האט אים שטארק געשטופט צו זיין עקסטרעים און צו רעדן אויף אזא אופן (בבחינת אמונות הכרחיות, על אף ער האט עס צומאל אליינס גענומען אביסל מער ליטעראל ווי דאס..) בנוסף צו זיין עולם וועלכע האט נישט פארשטאנען קיין נואנסן וואס האט אים אויך געלייגט אין די פאזיציע צו רעדן אזוי. בעת וואס פריוואט איז ער יא געווען אסאך מער מענטשליך אפי' צו די אלע אזוי-גערופענע אפיקורסים א.א.וו.

פון דעם קען זיך יעדער ארויסנעמען וואס ער וויל (אזויווי דער עולם טוט למעשה..) וואו פון די נטורי קרתא ביז צו ליפא שמעלצער האט זיך יעדער זיינע מימרות, תורות, און עובדות, אין וואו אריינצולערנען זיין דרך אינעם רבי'ן, אבער בכלליות איז די געדאנק לכאו' אז כלפי דעם יחיד (אפי' פון צה"ל..) דארף מען זיך באצוען ווי צו א צווייטן איד אבער פארן ברייטן כלל און פארן פערספעקטיוו דארף מען ארונטעררייסן די פעולות וכו'. ותן לחכם ויחכם עוד..
(איך האב גראדע הנאה געהאט ווי די גליון 'אז נדברו' האט גענומען היבש אן ענליכע שטעלונג לעצטנס מדעת עצמו..)
אלפא: ייש"כ. מיין אנאליז איבער די גאנצע פיקטשער פון די פערזענליכקייט פונ'ם סאטמאר'ע רבי'ן זצ"ל איז ענליך צו דעם וואס דו זאגסט.

זיין רעטאריק איז א סאך מאל איבערגעשטיגן דאס וואס ער אליינס האט געהאלטן און געטון אין פראקטישן זין. אויף וואס ער האט געהאט זיינע מאטיוון און טעמים.

שוין אפגערעדט אז זיין פערזענליכע באציאונג צו א יעדן איד באשר הוא שם. יהיה מי שיהיה אפעזעהן פון זיין פאליטישע אנגעהעריגקייט. האט דאס קיינמאל נישט אפעקטירט זיין אהבת ישראל. און ער האט אייביג געזוכט צו העלפן און טון א טובה פאר א צווייטן איד.

איך האב געהערט פון א באגלייבטן מקור אז נאך די זעקס טאג מלחמה ווען דער סאטמאר'ע רבי איז געגאנגען מנחם אבל זיין ביי א באקאנטן רב'ס משפחה האט ער זיך אויסגעדרוקט אז ס'זענען געווען גרויסע נסים פאר אידן.

אין אן ענליכן ענין. די וועלט האט א טעות (ווער ס'איז נישט מדייק. עולם גולם) מ'זאגט אז דער סאטמאר'ע רבי האט געזאגט אז די הצלחות פון די אידן ביי די מלחמה איז געקומען פון די סיטרא אחרא. דאס איז אינגאנצן שקר און פאלש. ער האט געזאגט אז ס'זענען געווען ישועות פאר אידן. נישט נסים. אויך ווייל עפ"י דרך הטבע האט מדינת ישראל א שטארקע ארמיי. און אויב דו ווילסט שוין זאגן אז ס'איז געווען נסים (שלא עפ"י דרך הטבע) איז עס געקומען פון די סיטרא אחרא.

רוב מענטשן זענען אויבערפלעכליך. זיי כאפן נישט די קליינע, אבער וויכטיגע ניואנסן.

אויך. לגבי יא צו זאגן תחנון אדער נישט ווען ס'איז דא א ברית אין יום המר והנמהר (ביי סאטמאר) אום ה' אייר. די היינטיגע דעמאגאגן און עמי הארץ וועלכע רופן זיך "פוסקים" זאגן אז מ'זאל יא זאגן תחנון אפילו ווען ס'איז דא א ברית אום ה' אייר. דאס איז בפירוש א שקר. איך האב געליינט אין די הנהגות פון רבי'ן זי"ע אז ווען ס'איז אמאל געווען א ברית ביי זיין מנין אום ה' אייר. דער בעל תפילה האט זיך אפגעשטעלט נאך שמונה עשרה און געווארט . די רבי האט איהם געהייסן זאגן יתגדל. נאכ'ן דאווענען איז ער צוגעגאנגען צום רבי'ן און געפרעגט...די רבי ווייסט דאך וועלכער טאג ס'איז היינט. פארוואס האט מען נישט געזאגט קיין תחנון? האט איהם דער סאטמאר'ע רבי געענטפערט...די הלכה איז דאך אז ביי א ברית זאגט מען נישט קיין תחנון. צוליעב זיי (די ציונים) זאל איך משנה זיין א הלכה...!
פארשפארט