איז ער גערעכט?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
איז ער גערעכט?
מזל טוב!
ס’געבוירן געווארן א קינד אין די משפחה, די גאנצע עולם איז אזוי פרייליך און אויפגעלייגט, יעדער אחוץ איינער, דער רך הנימול אליין, ער וויינט מיט ביטערליכע קולות שטויסט און פארפירט ווי סאך ער קען, האקט ווי סאך זיין קליינעם קערפער לאזט נאר, אבער קיינער הערט אים נישט אויס, קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיינע באדערפענישן, יא מ’נעמט קעיר פון אים, מ’וואשט, באדט, באזאלבט אים מ’געט אים צו עסן, און מ’גיבט זיך אפ מיט זיינע ערד’ישע וועלטליכע נצרכים, אבער דער איין הויפט געברויך וואס ער וויל, דער סיבה פארוואס ער שרייט און וויינט אזוי, נישט נאר מ’געט אים עס נישט, מ’נעמט עס נאך צו פון אים אויב ס’קומט אים אונטער א געלעגנהייט דערצו.
און די ריזען צו דאס פיצל קינד’ס וויינען , גייט צוזאמען מיט דעם וואס מ’גייט אים מנחם אבל זיין שבת נאכט, ער איז נישט געווען און ער איז נאך יעצט, נישט מסכים אראפצוקומען אויף די פארריקטע פלאנעט, ס’איז אים זייער געשמאק געווען דארט אויבן אין די וואלקענעס, (יארן שפעטער טוען נאך די אלע, פרובירן צו שיקן זייערע אלע אינפארמאציע צו די וואלקענעס) ער זיכט זיך נישט די צרות וואס די שמוציגע וועלט ברענגט מיט זיך.
אבער, קיינער האט אים נישט געפרעגט, ’בעל כרחך אתה חי’, און ’בעל כרחך אתה מת’, קיין איין מענטש פון די רייכסטע ביז די פאפולער’סטע אריינגערעכנט די מאכטפולסטע וויל נישט פארברענגן זיינע יארן אויף די וועלט, אבער מ’האט נישט קיין ברירה, ביסט דא.
איז אזוי א בן נכר וואס איז מחליט גענוג איז גענוג, טאנצט ער אראפ פון די בריק בפומבי, (אפילו דאס געלונגט נישט אייביג) אדער שטיקט ער זיך אין זיין דירה דעפרעסטערהייט, אבער א ישראל, א מצווה במצוות האט אפילו די טשויס אויך נישט, ניטאמאל דאס מעג ער טון, ער מוז בלייבן שמאכטן דא, איז דאס נארמאל, ער מיז אראפקומען, ער מיז דא בלייבן, און ליידן ליידט ער, ווי איז די יושר?
האט מיר איינער געוואלט זאגן, אז די טענה פון דעם מענטש צום באשעפער וואלט געווען א גוט’ער, אבער ס’עקספייערט ווען די מענטש ווערט קראנק און ער טוט כל מה שידו מגעת אז ער זאל בלייבן לעבן, דעמאלט זעהט מען למפרע אז ער האט יא געוואלט אראפ קומען, ער האט יא געוואלט לעבן, אבער ווי געשמועסט איז עס נישט אמת, קיין איין רב/דיין/רבי וועט נישט געבן קיין היתר אויפצוגעבן אזוי שנעל, סא אפילו ווען איך וויל אויפגעבן, קען איך נישט.
האב איך א טענה?

You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
בתוך עמי א׳: כפי הנראה פון די מסקנת הגמרא: נמנו וגמרו ״נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא״ איז לכאורה שייך צו האבן א טענה. אבער מיטן עס עקספרעסן און זיין ביזי דערמיט איז מען גורם נאך מער פעין... וכמאמר החכם: זיי נישט ״גערעכט״. זיי קלוג!
בתוך עמי ב׳: וואס ווילסטו פון מיר? ׳איך׳ האבעס נישט געטון! (דאס צו פארשטיין דארף מען טרינקען...
בתוך עמי ג׳: וועסט נאך איין טאג איינזען (לעולם הבא) אז ס׳האטסעך שוין איינמאל געלוינט...
בתוך עמי ב׳: וואס ווילסטו פון מיר? ׳איך׳ האבעס נישט געטון! (דאס צו פארשטיין דארף מען טרינקען...
בתוך עמי ג׳: וועסט נאך איין טאג איינזען (לעולם הבא) אז ס׳האטסעך שוין איינמאל געלוינט...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז ער גערעכט?
אלע צוזאמען: יא. דו האסט א טענה. טוה עפעס דעריבער. דו קענסט נישט...אט דאס איז דאך די נקודה פון די משנה אין מסכת אבות.
הערשל אסטראפאלער האט אייביג געזאגט ווערטלעך. האט איהם איינער אמאל געפרעגט...זאג נאר הערשל. דו האסט נישט מורא אז דו וועסט דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר'ן באשעפער. וואס ביסטו (אייביג) אזוי פרייליך? האט ער געענטפערט. ס'איז דא 5 על כרחכך'ס. ע"כ אתה נוצר. ע"כ אתה חי ע"כ אתה מת. און ע"כ אתה עתיד ליתן דין וחשבון לפני ממ"ה הקב"ה. 4 פון די ע"כ'ס האביך מקיים געווען. דעם פינפטן מוז איך נישט מקיים זיין.
אז מ'רעדט שוין פון הערשל אסטראפאלער (יש גורסין אסטראפאל'יער) דער זון פונ'ם אסטראפאלער רב.
ער איז אמאל געווען צוזאמען מיט זיין טאטן פסח ביים סדר ביי א קארגן גביר. דער עושר האט געגעבן זייער קליינע גלעזעלעך פאר די ארבע כוסות. האטציך הערשעלע אנגערופן. טאטי.כ'פארשטיי נישט אין די הגדה שטייט אויסגערעכנט די צען מכות. נאכדעים שטייט ר' יהודה היה נותן בהם סימנים. אויב ס'שטייט שוין די מכות פארוואס האט רבי יהודה געדארפט געבן סימנים? נאר, פיהרט ער אויס...רבי יהודה האט געוויסט אז ס'וועט אמאל זיין א קארגער גביר וועלכער וועט געבן זייער קליינע גלעזלעך פון וויין. אויב מ'וועט דארפן נאך אראפגיסן צען מאל וועט גארנישט בלייבן. דערפאר האט ער געגעבן די סימנים. אז מ'דארף נאר אראפגיסן דרייא מאל...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re:
די מסקנא דא שטימט נישט מיט׳ן מהרש״א׳ס פשט (בסוף מכות כג:) אז די נמנו וגמרו בעירובין לגבי נוח לו לאדם שלא נברא איז מכח דעם אז מ׳האט אפגעציילט די לאווין נגד העשיין, און עס איז מער יתכן אז דער מענטש זאל עובר זיין עבירות ונענש ווערן, ווי איידער מקיים זיין מצות און באקומען שכר, וממילא הוי האדם קרוב להפסד ורחוק מן השכר ע״ש. קומט אויס אז דער מענטש איז א לוקה ומשלם: ער קומט אראפ בע״כ צו א וועלט פון עגמת נפש, און דערנאך בעוה״ב איז ער מער אויסגעשטעלט צו עונש (און דאס איז שוין לכאורה אפילו נאכ'ן אראפרעכענען וואס היסורים ועגמת נפש בעוה"ז זענען מנכה מעונשו בעוה"ב), וואס ער וואלט נישט באקומען פאר דעם ווען נישט דאס וואס ער קומט אראפ אויף דער וועלט, ווי איידער דאס וואס ער באקומט שכר; א מענטש איז (עפ"י פּראַבּעבּיליטי ורוב) מער מסגל עבירות ועונשים ווי איידער מצוות ושכר.בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:41 pm בתוך עמי א׳: כפי הנראה פון די מסקנת הגמרא (עירובין יג:) נמנו וגמרו נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא איז לכאורה שייך צו האבן אזא טענה. אבער מיטן עס עקספרעסן און זיין ביזי דערמיט איז מען גורם נאך מער פעין... וכמאמר החכם: זיי נישט ״גערעכט״. זיי קלוג!
בתוך עמי ג׳: וועסט נאך איין טאג איינזען (לעולם הבא) אז ס׳האטסעך שוין איינמאל געלוינט...
ואולי קען מען דאס פארענטפערן עפ״י העיקרים במאמר ד פל״ו ופל״ח, וואו עפ״י חסד ה׳ איז עונש בעוה״ב נאר זמני (עפ״י רוב, ועיין בר״ה יז.) אבער שכר איז אבער יא נצחי ע״ש. וממילא לוינט זיך אפשר יא די שכר נגד העונש אפילו בכגון דא, און ער איז לאחר הכל קרוב לשכר ורחוק מן ההפסד. (דאס קען געבן א קנייטש למאמר רבי באבות פ"ב מ"א שאין אתה יודע מתן שכרן של מצוות ע"ש.)
דאס קען אריינפירן אינעם אפטייטש בכלל פון וואס פונקטליך באדייט ״שכר ועונש לאחר המות״. ווי אויך קען דאס אריינפירן צום שמועס איבער די שאלה צי אנטינעטעליזם, נישט אראפברענגען קינדער מעיקרא אלס נוח לו לאדם שלא נברא וכו׳ וכו׳, איז מכריח פּראָמאָרטעליזם, אז איינמאל מ׳איז שוין למעשה דא ועכשיו שכבר נברא זאל מען באגיין זעלבסטמארד. און דאס פירט אריין צו דיין טענה פון דאס'ן דאס עמבּרעיסן ווי איידער ליגן אין מתלונן זיין דערויף, און ווי מיין הארה אויף סייקעדעליקס "אז דו ביסט שוין ממילא דא..."
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
@מי אני ליינענדיג דיין ערשטן פערעגרעף האביך געטראכט דיר צו ענטפערן דאס וואס דו שרייבסט אינעם 2׳טן פערעגרעף און שכח פאר מיר ווייזן דעם מקור. נאר איך ווינדער מיך ״וויאזוי״ דאס ארבייט, ווייל ׳לכאורה׳ די סיבה פ״וו שכר איז נצחי איז ווייל ס׳איז ברוחניות ווי דער מושג פון זמן איז נישטא, אם כן, מאי שנא עונש?
איי געיס כ׳זאל נישט טרייען צו פארשטיין א מושג (שכר ועונש) וואס אפערעיט אינטער א מושג (נצחיות/למעלה מן הזמן) וואס איך האב קיין השגה נישט...
איי געיס כ׳זאל נישט טרייען צו פארשטיין א מושג (שכר ועונש) וואס אפערעיט אינטער א מושג (נצחיות/למעלה מן הזמן) וואס איך האב קיין השגה נישט...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די שאלה איז סתם אזוי שווער בכלל אויף דעם געדאנק פון (עדיות פ״ב מ״י) משפט רשעים בגיהנום י״ב חודש שנאמר (ישעיה סו כג) והיה מדי חדש בחדשו וגו׳. ולכאורה איז דאך דאס אויך אינעם רעלם שהוא למעלה מהזמן, וואס וועגן דעם זאגט מען קדיש און מ׳דאווענט פאר מתים י״א-י״ב חודש, כדאיתא ברמ״א ביו״ד סימן שעו סעיף ד ע״ש (הגם מ׳קען טענה׳ן אז די אריגינעלע מובן פון חז״ל, והפסוק, איז וועגן עונש לרשעים לע״ל ולאחר תחיית המתים און טאקע בעלמא הדין). פון א טראדיציאנאלער פּערספּעקטיוו בשכר ועונש, וועט מען לכאורה זאגן אז די געדאנק איז אז ווי אזוי דאס ווערט ״טרענסלעיטעד״ צו אונזערע מושגים איז אז עונש איז ״משך זמן של י״ב חודש״. משא״כ השכר ווערט ״טרענסלעיטעד״ צו אונזערע מושגים אלס ״נצחי״, וואס ״נצחי״ גייט דאך לכאורה פונקט אזוי אימפּלייען זמן, נאר פשוט בלי גבול ותכלית.
- טראלל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
Re: איז ער גערעכט?
זמן איז רעלאטיוו און איז אנדערש ביי מענטשן ווי ביי נשמות אדער ביי גאט, מ'קען עס ממשיל זין צו א black hole. זמן פאר גאט איז א בחינה ווי די singularity, פאר א נשמה איז עס ערגעץ אינמיטן געוואנדן אינעם זיין ספעציפישע vibration. אבער אוודאי ווען א מענטש וויל זאגן קדיש פאר א נשמה קען ער דאך נישט וואוסן דעם ספעציפישן נשמה'ס יחס צו זמן, על כרחך דארף מען גיין נאך אונזער יחס צו זמן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז ער גערעכט?
מי אני: (און בתוך עמי).). מ'קען אויך זאגן אז מרובה מדה טובה ממדת פורעניות. ממילא איז שכר א נצחי בלי הגבלת זמן. משא"כ עונש (גהינום) איז זמני. אויך נאר כדי מזכך צו זיין די נשמה. פארשטייצעך אז גילגול (בדצח"מ) איז בלתי מוגבל בזמן. און קומט זיך נאר פאר גרויסע רשעים. וואס דארפן נאך א תיקון פאר זיי קענען אנקומען אין גהינום.
ואין לנו (בעלי עגלה) בנסתרות...!
ואין לנו (בעלי עגלה) בנסתרות...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: איז ער גערעכט?
כ’האב געוואלט שרייבן די געדאנק נאר אין אנדערע ווערטער.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 7:47 pm מי אני: (און בתוך עמי).). מ'קען אויך זאגן אז מרובה מדה טובה ממדת פורעניות. ממילא איז שכר א נצחי בלי הגבלת זמן. משא"כ עונש (גהינום) איז זמני. אויך נאר כדי מזכך צו זיין די נשמה. פארשטייצעך אז גילגול (בדצמ"ח) איז בלתי מוגבל בזמן. און קומט זיך נאר פאר גרויסע רשעים. וואס דארפן נאך א תיקון פאר זיי קענען אנקומען אין גהינום.
ואין לנו (בעלי עגלה) בנסתרות...!
מ’דארף צוקומען אז דער אייבערשטער איז כולו טוב, און וויל נאר משפיע זיין גוטס, דעריבער ביי שכר, איז עס נצח נצחים, ווידעראום ביי עונש גייט מען נאך די ארצית’דיגע זמן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump