די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
- האט שוין געלייקט: 256 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
אני הק' האט כמעט קיינמאל נישט איבערגעטרעטן די שוועל פון ראחמיסטריווקא, אבער פון חסידישע שטופעריי מיט אידן וואס זענען גאר נאנט באקאנט מיט די סיטואציע הער איך קלאר אלעס כדברי @צפת, ודבריו שרירין וקיימין.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
אוודאי איז עס אזוי צפת וכת דיליה מיט אלע פרחי חסידים האלטן אזוי,פארווע חסיד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:22 pm אני הק' האט כמעט קיינמאל נישט איבערגעטרעטן די שוועל פון ראחמיסטריווקא, אבער פון חסידישע שטופעריי מיט אידן וואס זענען גאר נאנט באקאנט מיט די סיטואציע הער איך קלאר אלעס כדברי @צפת, ודבריו שרירין וקיימין.
אבער מיט די אלטן רבי זצ"ל האט עס זילטש, ס'האט פארלוירן די חן, און איינמאל ס'פארלירט די אמאליגע חן, זענען זיי א קאמפעני ווי אלע אנדערע קאמפעניס, וואס דאן האט עס נישט קיין שום פארצייטישע אמת'קייט, און וויבאלד זיי זענען אין די קאטעגאריע פון אלע אנדערע אדמורים, זענען זיי ביי אוטעמאטיש א חוכא וטלילא, ווייל ווילאנג די אור הגנוז האט געלייכט און געשיינט אין א ווינקעלע אין בארא פארק ביין רבין זצ"ל, האט נישט אויסגעמאכט וויפל מענטשן ס'איז געווען, אבער איינמאל ס'איז פאמפע די גאנצע זאך, זענען זיי אייניג מיט די אנדערע חסידישע אדמורים, אבער זיי האבן נישט גענוג בקע לגולגולת, נישטא גענוג מענטשן ביי אלע ראחמיסטרעווקא רבי'ס כדי חלוקה, אין ס'איז א געלעכטער די גאנצע זאך, ס'איז איין שטיק פאלטשקייט!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט פון מיר האבן.
1. איך האב א גאנצע צייט געשריבן אז ר' יהושע איז א חשוב'ער יונגערמאן און ער איז ראוי לאותו איצטלא. די מעשה וואס ער האט געטון איז אן אומווירידיגע מעשה. דעטס איט. אויב וואלט ער געגאנגען קיין וויליאמסבורג, וואלט ער געטון זייער גוט. די גאס וואלט אים אנגעקוקט מיט חשיבות, ער וואלט זיך נישט באשמוצט מיט די מאנסי'ער פרשה און זיין כבוד הראוי לו וואלט געבליבן על מכונו.
2. ר' זושא וואס איז באמת א בר-הכי, אויב וואלט ער געקומען קיין מאנסי, על אפם וחמתם פון רוב תושבי מאנסי, מיט די הילף און שטיצע פון א חסידות וואס מען האט נישט איבעריג ליב געהאט אין רחמיסטריבקא, בלי ספק אז ער וואלט זיך פארפליישיגט מיט דעם. וואס איז די שאלה.
אלזא, וואס ווילסטו פון מיר האבן?

- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
אפרופו ר' יהושע און ר' זושא, האט ר' זושא מוותר געווען אין לינדען (כ'ווייס נישט מאונס אדער מרצון, אבער למעשה האט ער אפגעטרויטן כאטש וואס ער איז דארט געווען פריער), און ר' יהושע האט נישט אפגעטרויטן אין מאנסי.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
@צפת במחילת כבודך, קיינער דארף נישט אפטרעטן, ווייל ס'איז במילא נישטא גענוג פלייש פאר יעדעם, דעריבער דארפן א חלק ברודער עניוועי ארויפשארצן די ארבל און אנהייבן פון זעראו.
והשנית, לעיקוואוד מעג האבן צוויי, און מאנסי איז אויך גענוג גרויס פאר צוויי, און רבי יהושע דארף נישט אפטרעטן, ווייל ער איז דער וואס דארף אנהייבן אפיר קראצן חסידים, וואלט למשל געווען פארקערט, אז רבי יהושע האט דער עולם מיט זיך, און דו האלסט אז ס'באלאנגט פאר רבי יעקב יוסף, קען מען כאטשיג הערן דיין טענה, אבער ווען ער האט נישט גארנישט איז ער בכלל נישט קיין קאקונרענץ, ווייל די חסידים ווילן איהם נישט סייווי, אגב ס'איז געווען א סוד פאר גאנץ בראד ביים בויען די נייע בנין, אז דאס איז נישט סתם פאר א כולל, נאר דאס איז על שם העתיד פון זיין רעביסטעווע.
דאס איז נישט קיין "אומווירדיגע" מעשה!
אגב שכוח פארן אראפברענגען דיין שרייעדיגע טאן, און געשריבן נארמאל!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיסטעריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
איך האלט אויך ער האט געטוהן א שיינע זאך, און ס'קומט איהם קרעדיט,נחום הסופר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 12:00 pm אפרופו ר' יהושע און ר' זושא, האט ר' זושא מוותר געווען אין לינדען (כ'ווייס נישט מאונס אדער מרצון, אבער למעשה האט ער אפגעטרויטן כאטש וואס ער איז דארט געווען פריער), און ר' יהושע האט נישט אפגעטרויטן אין מאנסי.
ספעציעל ווען ער איז געווען וועם די לינדענער אינגערלייט האבן בוחר געווען, אבער מ'קעניש ערווארטן פון יעדעם איינעם אזאנס, ספעציעל אין מאנסי וואס רבי יהושע האט שוין א בנין, איז ער שוין עסטעבלישט מיט די חלק, יעצט דארף ער זיך ארויסלאזן זוכן די מענטשן דאס אנצופילן, דאקעגן די ניטאמאל צוואנציג אינגערלייט אין לינדען, מ'וועט דארפן קויפן און דערנאך בויען, וואס לוינט איהם די גאנצע מעשה, הגם וויליאמסבורג איז נישט אנדערש אין דעם הינזיכט, אבער עקסטערע רווחים אין לינדען האט ער אויך נישט געהאט וואס צו פארדינען
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
@
ס'גייט נישט אהן פאר חסידי ר' יעקב יוסף אז ר' יהושע פירט אין מאנסי אדרבה ס'איז דא אזעלכע וואס גייען אים מחזק זיין פון צייט צי צייט , צווישען זיי ר' יעקב יוסף שליט''א...מיסטעריע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 4:48 pm @צפת במחילת כבודך, קיינער דארף נישט אפטרעטן, ווייל ס'איז במילא נישטא גענוג פלייש פאר יעדעם, דעריבער דארפן א חלק ברודער עניוועי ארויפשארצן די ארבל און אנהייבן פון זעראו.
והשנית, לעיקוואוד מעג האבן צוויי, און מאנסי איז אויך גענוג גרויס פאר צוויי, און רבי יהושע דארף נישט אפטרעטן, ווייל ער איז דער וואס דארף אנהייבן אפיר קראצן חסידים, וואלט למשל געווען פארקערט, אז רבי יהושע האט דער עולם מיט זיך, און דו האלסט אז ס'באלאנגט פאר רבי יעקב יוסף, קען מען כאטשיג הערן דיין טענה, אבער ווען ער האט נישט גארנישט איז ער בכלל נישט קיין קאקונרענץ, ווייל די חסידים ווילן איהם נישט סייווי, אגב ס'איז געווען א סוד פאר גאנץ בראד ביים בויען די נייע בנין, אז דאס איז נישט סתם פאר א כולל, נאר דאס איז על שם העתיד פון זיין רעביסטעווע.
דאס איז נישט קיין "אומווירדיגע" מעשה!
אגב שכוח פארן אראפברענגען דיין שרייעדיגע טאן, און געשריבן נארמאל!
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נישט געוואוסט אז ר' יעקב יוסף איז א חסיד פון זיך...
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
רבי יעקב יוסף פירט טיש/באטע? אויב יא ווען?
רבי יהושע פירט טיש? אויב יא ווען?
רבי יהושע פירט טיש? אויב יא ווען?
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נעטר?
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
וועגען דעם גייען רבישע מיט צוויי עטרות….
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 55
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
אין מיין בליק פאראויס וועט אין עטליכע יאר רבי זושא שליט״א זיין א שטארקע מוצלח אין וויליאמסבורג, עס זענען שוין פארהאנען דארט צווישן פערציג ביז פופציג יונגערלייט. אלס צוליב דעם וואס ער האט זיך ארויסגעצויגן פונעם לינדענער פראבלעם למען השלום והשלוה.צפת האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 12:54 am איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט פון מיר האבן.
1. איך האב א גאנצע צייט געשריבן אז ר' יהושע איז א חשוב'ער יונגערמאן און ער איז ראוי לאותו איצטלא. די מעשה וואס ער האט געטון איז אן אומווירידיגע מעשה. דעטס איט. אויב וואלט ער געגאנגען קיין וויליאמסבורג, וואלט ער געטון זייער גוט. די גאס וואלט אים אנגעקוקט מיט חשיבות, ער וואלט זיך נישט באשמוצט מיט די מאנסי'ער פרשה און זיין כבוד הראוי לו וואלט געבליבן על מכונו.
2. ר' זושא וואס איז באמת א בר-הכי, אויב וואלט ער געקומען קיין מאנסי, על אפם וחמתם פון רוב תושבי מאנסי, מיט די הילף און שטיצע פון א חסידות וואס מען האט נישט איבעריג ליב געהאט אין רחמיסטריבקא, בלי ספק אז ער וואלט זיך פארפליישיגט מיט דעם. וואס איז די שאלה.
אלזא, וואס ווילסטו פון מיר האבן?
דאקעגן רבי אברהם יהושע העשיל שליט״א וועט זיך אלס פלאגן און מוטשען אין מאנסי, צו אוועקשטעלן א ניי געגרינדעטע חסידות, לאמיר זיך נישט נער׳ן, מיר זענען אין 2023/4, וויפיל היינטיגער יונגערלייט זענען אינטערעסירט אין אן אלטע פארצייטישע רוסישע רבי נאכדערצו אנגעטוהן מיט שטיוול, וועלכער פירט א טרוקענע טיש, אויפ׳ן זעלבן פארנעם מידי שבת בשבתו אויפ׳ן סקווירא׳ן שטייגער, אזוי אויך שלש סעודות מיט אסאך א קעלטערע טרוקנ׳קייט, אין סקווירא איז כאטש היינט שוין דא א קווייער וועלכער לעבט אויף דעם טיש און שלש סעודות.
א ראי׳ דערצו, קוק וויפיל אידן ער האט ביי שלש סעודות, בלויז 25, און ביים טיש ליל שבת ארום פערציג.
עס וועט נישט צו סאך שטייגן, סיי ווייל רבי יעקב יוסף האט דעם עולם (250-300) א פרייטאג ביינאכט (גלייבסט נישט? גיי קוק!), און אויך ווייל רבי יעקב יוסף פירט נישט קיין סקווירא-ראחמיסטריווקא טיש, וואו אלעס מוז קלאפן, יעדע וואך מוז זיין פונקט די זעלבע, נאר ער לייגט צו אסאך ניגונים, ענדליך צו רבי דוד מראחמיסטריווקא-ירושלים שליט״א, דאס דארף מען היינט, און דאס איז איינע פון זיינע סודות ההצלחה, פארוואס אפילו פרעמדע גאס מענטשן קלעבן צו אים.
איך מוז אבער צולייגן אז בעצם איז רבי יהושע א געלונגענע מענטש, ער מיט רבי זושא זענען די צוויי געלונגען׳סטע זיהן פונעם רבי׳ן זצ״ל, און ווען רבי זושא האט געפירט אין וויליאמסבורג שמחת תורה, האט ער צוגעלייגט ניגונים מיט אסאך ספייסעס צום טיש, אזוי וועט ער מצליח זיין. אבער רבי יהושע קען דאס נישט טוהן, ער איז דאך אן איידעם אין סקווירא, ער וועט מוזן נאכמאכן דעם טיש און של״ש פונקט ווי ביים טאט׳ן, וואס דאס ברענגט נישט קיין מענטשן, און מיט דער צייט ווערן די שכנים באורד.
לאמיר האפן אז רבי יהושע וועט יא מצליח זיין, ער איז דאך דער איינציגסטע פון די ברידער וועלכע פארמאגט א שמייכל אויפ׳ן פנים, וועלכער ער האט גע׳ירש׳נט פון זיין גרויסן טאטן.
ונזכה ונחיה ונראה
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
איך בין דער וואס האט געשריבן א גאנצע צייט, אז ר' יעקב יוסף איז דער רבי פון רחמיסטריבקא אין מאנסי און ר' יהושע איז אויסגעשפילט ביים עולם. נאך אין די צייט ווען מענטשן האבן נישט געוואוסט וואס צו גלויבן, גראד פון אנהויב פון דעם אשכול, האב איך זיך קלארגעשטעלט על אפם וחמתם פון די יעניגע וועלכע האבן מיט אלע כוחות פראבירט אנצוהאלטן זייער גסיסה אטעם, אז כמעט די גאנצע עולם וויל ר' יהושע וכו'... היינט זעט יעדער איינער דעם אמת.
עם-כל-זה קום איך זאגן, אז ר' יהושע האט שטארקע שאנסן מצליח צו זיין און זיך עפענען פונדאסניי. אמת, דער אלגעמיינער עולם איז נישט מיט אים. סיי פון רחמיסטריבקא און סיי פון די גאס, קוקט מען אויף ר' יעקב יוסף ווי אן אמת'ע ריכטיגע אמאליגע רבי, און אויף ר' יהושע קוקט מען מיט א קרומען אויג אויף די מעשה וואס ער האט געטון. אבער מען דארף געדענקען, אז זיין טאטע האט נישט אנגעהויבן מיט מער מענטשן, און צום סוף איז ער געווארן א וועלטס רבי. ר' יהושע איז אן איידעלער חסידי'שער איד און ער האט דעם כח זיך מתגבר צו זיין אויף די מכשולות און עוועטואל באקומען א שטיקל צורה אין די גאס. ער וועט נישט בלייבן אויסגעשפילט בעז"ה.
מיר דארפן אבער געדענקען דער מיאוסע מעשה, ווי אזוי איין חסידות האט זיך פראבירט מיט כח זיך משתלט צו זיין אויף א צווייטע חסידות, וועלנדיג ארויפצווינגען א רבי אויף א חסידות, על אפם וחמתם, בלויז דערפאר וואס דאס האט בעסער געשטימט מיט זייער פאליטיק. ווי עקלדיג קען מען זיין? - ס'קומט דאך צום ברעכן... וואס, ווייל דו ביסט גרעסער, שטערקער און מאכטפולער, מיינסטו אז דו האסט דעם כח צו רעאגירן אויף אנדערע קלענערע מינאריטעטן? - דו האלסט טאקע אז דו האסט רעכט צו בא'עולה'ען א פרעמדער ציבור פון אידן (נישט דיינע מענטשן בכלל), נאר ווייל אזוי וועט דיין כבוד שטיין אביסל שענער? - די מענטשן האבן דיר אמאל עפעס געטון, אז דו טוסט פאר זיי אזא עוולה און דו שטעלסט זיי אריין א דארען אין אויג? - דו האסט מיט זיי עפעס א שיג ושיח, אז דו זאלסט זיך שפירן בארעכטיגט צו פראבירן זיי צו מאנאפילירן און ארויפשטעלן אויף זיי דיין מענטש? - אמער, ווער ביסטו בכלל? - זיי זענען דאך נישט דיינע חסידים, וואס האסטו מיט זיי און וואס האבן זיי מיט דיר, אז דו טוסט דאס צו זיי?! - איז שוין אלע מותר געווארן, בלויז פאר פראפעגאנדע פון א צווייטן הויף, און אז זיי זאלן אויסקוקן שענער?
מיר דארפן דאס געדענקען. ווייל עס גייט נאך קומען א צייט וואס מען גייט איבערשרייבן היסטאריע און פארווישן פאקטן. זאל דאס כלל-ישראל געדענקען לעולם וועד! עס זאל בלייבן שטיין פאר די אויגן דעם פלעק פון יענע קהילה, וואס האט געמיינט אז זיי קענען טרעטן אויף אידיש בלוט, נאר כדאי צו פארשענערן דעם כבוד בית רבם. זכור ואל תשכח!
חסדי-השם אז עס איז נישט געלונגען זדונם הרע אשר זמו לעשות. עס גייט קומען די צייט וואס זיי גייען דאס פארדעקן און פארגלעטן. זאל דאס בלייבן פארשריבן לדורות זייער טאט, און זאל מען געדענקען זייערע ביטערע מעשים וואס זיי האבן אצינד געטון.
און יא, מיר וואונטשן פאר ר' יהושע אסאך הצלחה. איך גלויב אז עוועטואל וועט ער שיין מצליח זיין און אפילו די פרעמדע גאס וועט נאך ארויפקוקן אויף אים מיט חשיבות.

צפת'ניו, פארוואס האקסטו בלויז אויף סקווירא פאר'ן פרובירן ארויפצוצווינגען רבי יהושע, און נישט אויף אנדערע וואס האבן ארויפגעצווינגען רבי יעקב יוסף אין לינדען?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
אין מאנסי בין איך נאנט און איך האלט מיט וואס טוט זיך דארט. אין לינדען ווייס איך נישט אויף 100% אלעס. אבער אדרבה, אויב ווייסט איינער מער, זאל ער שרייבן.
בעצם, אפילו אין מאנסי וואלט איך אויך נישט געשריבן אזויפיל, איך וואלט באריכטעט מיט אפאר קורצע שורות און געגאנגען ווייטער. אבער דא איז געשען א פארברעך אין דעם אשכול, ווען נאך אפאר שורות איז געקומען א ניק, וואס האט בשאט נפש געוואלט פארדרייען און פארטושן היסטאריע, שרייבנדיג ליגנט מיט א בלעכענע פנים. האב איך אים קודם צוריקגעענטפערט רואיג און אים פראבירט אויפצומערקן אויף זיין טעות, אבער יענער האט זיך נישט געלאזט און געדינט די מטרה מיט אן ערליכקייט.
אזוי בין איך געווארן אריינגעשלעפט אין א מערכה, שלא מרצוני, פשוט זיך צו גראדשטעלן און אויפווייזן אז איך בין יא גערעכט געווען.
אגב, יענער ניק האט זיך אויפגעהערט דא צו באווייזן, א ניק איז פארלוירן געגאנגען פון דעם אשכול. מען דארף זיך נישט וכו'?
בעצם, אפילו אין מאנסי וואלט איך אויך נישט געשריבן אזויפיל, איך וואלט באריכטעט מיט אפאר קורצע שורות און געגאנגען ווייטער. אבער דא איז געשען א פארברעך אין דעם אשכול, ווען נאך אפאר שורות איז געקומען א ניק, וואס האט בשאט נפש געוואלט פארדרייען און פארטושן היסטאריע, שרייבנדיג ליגנט מיט א בלעכענע פנים. האב איך אים קודם צוריקגעענטפערט רואיג און אים פראבירט אויפצומערקן אויף זיין טעות, אבער יענער האט זיך נישט געלאזט און געדינט די מטרה מיט אן ערליכקייט.
אזוי בין איך געווארן אריינגעשלעפט אין א מערכה, שלא מרצוני, פשוט זיך צו גראדשטעלן און אויפווייזן אז איך בין יא גערעכט געווען.
אגב, יענער ניק האט זיך אויפגעהערט דא צו באווייזן, א ניק איז פארלוירן געגאנגען פון דעם אשכול. מען דארף זיך נישט וכו'?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
הרב צפת טוה מיר טובה פארקירעווע נישט די ליניע צו א נייע ספין;
אפשר האסטו טענות אויף אונז הייפעלע אינגערלייט, וואס האבן געקענט באשטיין תשכ"ח ארויפצווינגען מיט כח דעם רבין זצ"ל אקעגן דעם סקווערן שוואגער, און איך בין נישט קיין נוגע בדבר, ווייל איך האלט פון קיינעם פון די קינדער אלס איינער וואס שפיגעלט אפ זייער טאטן זצ"ל הכ"מ, זיי זענען אלע בארעכטיגט צו עפענען חאסידיק-פירמעס, און חוץ די רבי פון פון בארא פארק, דארף יעדער שוויצן איינער נאר פופציג פראצענט און איינער ביז גלאטע הונדערט פראצענט, אפילו די לעיקוואודער רבי דארף אויכעט שוויצן וד"ל.
איך ווידערהאלט נאכאמאל, נישטא גענוג פלייש כדי חלוקה, פאר א קאמפעני וואס זיי שטעלן אויף, אין מיינע אויגן האט עס מיט סקווירא גארנישט, איך בין פון די אלטע געווארדיע, קען איך דיר צוזאגן, אויב סקווירא וויל עפעס גייען זיי עס דעליווערן מיט גוטן צו מיט בייזן, איך בין אויך א וויקטים פון סקווירער טעראר, און אויב זיי וואלטן געוואלט רבי יהושע און אויסרייסן רבי יעקב יוסף, ספעציעל רבי אברהם דוב וואס איז זייער'ס א שונא, וואלטן זיי דאס געקענט טוהן, און אז זיי טוען עס נישט, איז צייט אראפצוקריכן פון בוים.
אדער קען זיין אז לעת עתה קימערן זיי זיך נאכנישט, להוי ידוע ראחמיסטריווקא איז נישט קיין שונא פאר סקווירא, די נייע דור ביי אונז האט מען אזוי אויפגעהאדעוועט, דאקעגן אין סקווירא, איז ראחמיסטריווקא בכלל נישט קיין מדובר, און אוודאי נישט ביי סקווערן רבין, דאס יא, זיי האבן איין איינציגער שונא, דאס איז רבי אברהם דוב, וואס ער האט זיי צוגעפאכעט מיט יארן צוריק, בערך תשמה-תשמו, מיט איהם האבן זיי א חשבון, און אויב זיי וואלטן געוואלט, איז יעצט זייער פאסיג צו רעאגירן מיט טעראר, און אז זיי טוען עס נישט איז א סימן, אדער זיי האבן צייט און קוקן צו פון דער זייט, צו רבי יהושע וועט עפעס אפיר קראצן עטליכע פרעמדע שכינים, אדער אינטרעסירט עס זיי טאקע נישט, והראי' דעם זעוויהלער איידעם, האבן זיי געשיקט קרוב צו הונדערט חסידים זאלן זיך דרייען ביי איהם אין מאנסי, ווי אויכעט האבן זיי גענומען א סקווערער אינגערמאן מיט די בוטצעס (שטיוול בלע"ז) און איהם געמאכט פאר זיין גבאי, און פלוצים דא ביי רבי יהושע מ'שיקט נישט קיין מענטשן מ'שטעלט נישט קיין גבאי, זיי קימערן זיך גארנישט.... נאכאמאל איך בין נישט דער קלוגסטער שטערן זעהער, דעריבער ווייס איך נישט זייערע פלענער, אבער דאס איז אמאל זיכער ביזדערווייל קוקן זיי אפילו נישט אויף רבי יהושע'ס זייט, אלע פראפענגאדע איז מבית היוצר פון רבי אברהם דוב ועדתו, וואס כמים פנים לפנים האסן זיי סקווירא צום טויט, פונקט אזוי ווי סקווירער רבי ומשפחתו האבן פיינט שנאת מוות רבי אברהם דוב משום מעשה שהי'.
@יחסן גדול דיין קאלקולעיטאר איז צובראכן, פאר די זעלבע געלט האסטו שוין געקענט שרייבן אנשטאט די מספר קטן, האסטו דיך שוין געקענט שרייבן במספר גדול..... וואס רעדסטו רבי יעקב יוסף האט טויזענטער מענשטן, און וויליאמסבורג האט ראחמיסטריווקא הונדערטער מענטשן, אטו כי רוכלא אני....
אגב רבי יחסן-גדול, דו שרייבסט אז רבי יהושע גייט מיט די בוטצעס (שטיוול בלע"ז) וואס פארא חסרון איז דאס אין די אויגן פון א ראחמיסטריווקא חסיד, די רבי זצ"ל איז געגאנגען דערמיט ביז תשנב, במילא ביז תשצג האט רבי יהושע אן עקזעמפשאן, גראדע איך האבן שוין גלייך ביים אנפאנג אין בארא פארק געהאלטן די רבי דארף עס אויסטוהן.... א מיאוסע לבוש... פוי א עקל!

- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
עס איז א סימן פון א עכטע רחמיסטריווקא חסיד, האט פיינט סקוויראנחום הסופר האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 6:54 pm צפת'ניו, פארוואס האקסטו בלויז אויף סקווירא פאר'ן פרובירן ארויפצוצווינגען רבי יהושע, און נישט אויף אנדערע וואס האבן ארויפגעצווינגען רבי יעקב יוסף אין לינדען?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 55
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
קודם כל, דאס שיקן רבי יהושע העשיל קיין מאנסי צו זיין א דארן אין אויג פאר רבי אברהם דוב און פאר חסידי רבי יעקב יוסף, נאכדערצו מיט׳ן הייסן זיך רופן ראחמיסטריווקא-מאנסי, אינדערצייט וואס רבי אברהם דוב פארמאגט א ביהמ״ד שוין פערציג יאר מיט׳ן דאזיגן נאמען ראחמיסטריווקא-מאנסי, דאס איז שוין גענוג א שיין שטיקל טעראר.מיסטעריע האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 12:31 am
איך בין פון די אלטע געווארדיע, קען איך דיר צוזאגן, אויב סקווירא וויל עפעס גייען זיי עס דעליווערן מיט גוטן צו מיט בייזן, איך בין אויך א וויקטים פון סקווירער טעראר, און אויב זיי וואלטן געוואלט רבי יהושע און אויסרייסן רבי יעקב יוסף, ספעציעל רבי אברהם דוב וואס איז זייער'ס א שונא, וואלטן זיי דאס געקענט טוהן, און אז זיי טוען עס נישט, איז צייט אראפצוקריכן פון בוים.
(וויפיל מחלוקת און שלעגערייען זענען פארגעקומען אלע יארן צווישן ניו סקווירא מיט סקווירא-ב״פ אדער סקווירא-פלעטבוש, אלס פאר׳ן חטא פון זיך א נאמען געבן סקווירא?)
צווייטנס, זיי קענען זיך נישט אינגאנצן שלאגן קעגן חסידי רבי יעקב יוסף, וויבאלד רבי דוד משה וועלכער איז זייער׳ס א חסיד האלט אויך אז רבי יעקב יוסף דארף זיין רבי.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 55
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
ער מעג זיך אנ׳נעמען פאר זיין ברודער׳ס כבוד. דעריבער האט מען עם געשיקט פייער לעשער אינמיטן די נאכט וכו׳.