די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

@יחסן גדול נישט נאר פייער לעשער נאר אסאך מער ואכמ"ל

@ מיסטעריע אייער ווייטאג איז וועלי"ד אבער קומט נישט אריין דא אין די נושא
און בד"וו דיין טענה אז ווען זיי ווילען קענען טערארזירען מער איז נישט ריכטיג, הראיה אז עס איז נישט געלונגען פאר טראנא/י צו שיקן דעם איידעם קיין לונדון כידוע ליודעים.

@נחום הסופר ווער האט געשיקט רי"י קיין לינדען? קיינער!

בכלליות איז זייער נעריש די גאנצע וויכוח, עס שפיגעלט אפ פון דא ווי כאילו מען רעדט פון אן ערענסטע מחלוקה, גיי ביטע אריין און עני ראחמיסטריווקא ביהמ"ד וועט איר זעהן אז לא דובים ולא יער, אביסעל ווייטאג און מונסי & לינדען וזהו, און אפילו און די ביידע כמעט וואס עס איז שוין נישט קיין נושא.
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יחסן_גדול »

היימלינד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:21 am בכלליות איז זייער נעריש די גאנצע וויכוח, עס שפיגעלט אפ פון דא ווי כאילו מען רעדט פון אן ערענסטע מחלוקה, גיי ביטע אריין און עני ראחמיסטריווקא ביהמ"ד וועט איר זעהן אז לא דובים ולא יער, אביסעל ווייטאג און מונסי & לינדען וזהו, און אפילו און די ביידע כמעט וואס עס איז שוין נישט קיין נושא.
ריכטיג, עס בלייבט אבער דעם פראבלעם פון ר׳ יהושע׳ס נאמען ראחמיסטריווקא-מאנסי.
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נחום הסופר »

היימלינד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:21 am @יחסן גדול נישט נאר פייער לעשער נאר אסאך מער ואכמ"ל

סטאפ מיט די ואכמ"ל און הייב אן רעדן ווי א מענטש!
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך קליינע צדיק »

יחסן_גדול האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 4:01 pm
היימלינד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:21 am בכלליות איז זייער נעריש די גאנצע וויכוח, עס שפיגעלט אפ פון דא ווי כאילו מען רעדט פון אן ערענסטע מחלוקה, גיי ביטע אריין און עני ראחמיסטריווקא ביהמ"ד וועט איר זעהן אז לא דובים ולא יער, אביסעל ווייטאג און מונסי & לינדען וזהו, און אפילו און די ביידע כמעט וואס עס איז שוין נישט קיין נושא.
ריכטיג, עס בלייבט אבער דעם פראבלעם פון ר׳ יהושע׳ס נאמען ראחמיסטריווקא-מאנסי.
נארוואס געהערט פון א קרוב מחסידי ראחמסטריווקא וואס וואוינט אין בארא פארק אז אפי' דא אין ב"פ איז דא אסאך וואס זענען שטארקע חסידים פון הרה"צ ר ' יעקב יוסף פון מאנסי, איז אעכו"כ אין מאנסי
(אגב האט ער פארציילט אז רבי י"י האט גערופן די אלע וואס זענען געקומען א' סליחות פון ב"פ זאלן בשו"א נישט קומען אויף ר"ה)
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

יחסן_גדול האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 6:18 am
מיסטעריע האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 12:31 am
איך בין פון די אלטע געווארדיע, קען איך דיר צוזאגן, אויב סקווירא וויל עפעס גייען זיי עס דעליווערן מיט גוטן צו מיט בייזן, איך בין אויך א וויקטים פון סקווירער טעראר, און אויב זיי וואלטן געוואלט רבי יהושע און אויסרייסן רבי יעקב יוסף, ספעציעל רבי אברהם דוב וואס איז זייער'ס א שונא, וואלטן זיי דאס געקענט טוהן, און אז זיי טוען עס נישט, איז צייט אראפצוקריכן פון בוים.
קודם כל, דאס שיקן רבי יהושע העשיל קיין מאנסי צו זיין א דארן אין אויג פאר רבי אברהם דוב און פאר חסידי רבי יעקב יוסף, נאכדערצו מיט׳ן הייסן זיך רופן ראחמיסטריווקא-מאנסי, אינדערצייט וואס רבי אברהם דוב פארמאגט א ביהמ״ד שוין פערציג יאר מיט׳ן דאזיגן נאמען ראחמיסטריווקא-מאנסי, דאס איז שוין גענוג א שיין שטיקל טעראר.

(וויפיל מחלוקת און שלעגערייען זענען פארגעקומען אלע יארן צווישן ניו סקווירא מיט סקווירא-ב״פ אדער סקווירא-פלעטבוש, אלס פאר׳ן חטא פון זיך א נאמען געבן סקווירא?)

צווייטנס, זיי קענען זיך נישט אינגאנצן שלאגן קעגן חסידי רבי יעקב יוסף, וויבאלד רבי דוד משה וועלכער איז זייער׳ס א חסיד האלט אויך אז רבי יעקב יוסף דארף זיין רבי.
ס'האט יעדער איינער געוואוסט אז רבי יהושע גייט קיין מאנסי, די רבי זצ"ל איז געווען ביים הנחת אבן הפינה פונעם נייעם בנין, מ'דארף זיין נאריש צו טראכטן אז מ'האט נאר געבויעט די בנין פאר א כולל, און נישט אלס שם העתיד.

אלע ברודער מיט די בארא פארקער עסטעבלישמענט האבן נישט קיין שום פראבלעם געהאט דעמאלס און אויך נישט היינט, מיט צוויי רבי'ס און מאנסי, אזוי ווי צוויי רבי'ס אין לעיקוואוד, און ווען נישט פרעשור פון רבי יעקב יוסף מלינדען, וואלט פון זייער זייט געווען צוויי לינדענער רבי'ס, און ווי שוין אויסגעשמועסט כמה פעמים, אז מאנסי איז דער ווייניגסטער פראבלעם אפילו פאר די פרחי חסידים, ווייל רבי יהושע דארף זיך קראצן פאר מנין, און רבי יעקב יוסף איז מסודר, פאר די ברודער גייט גאר ווינציג אהן רבי אברהם דוב, יא דארן נישט דארן אין אויג, זיי זארגן נאר צווישן זיך צו זיין מסודר, גארנישט דעם פעטער, במילא רבי יעקב יוסף קען אזוי אויך נישט זיין מסודר הונדערט פראצענטיג ווילאנג זיין שווער לעבט.

רעב יחסן, סקווירא קען איך, קוקט אויס דו ביזט אביסל אינגער, ס'גארנישט געשעהן, איך וועל דיר אריינפילן אינפארמאציע, סקווירא פון פעמאונע (ווי האדמו"ר מסקווירא בארא פארק פלעגט איהם רופן מיט דעם ניק-נאמען...) האט קיינמאל נישט געהאט קיין געפעכט נישט מיטן בארא פארקער רבין, און נישט מיט די פלעטבושער רבין, (די צוויי ברודער זענען געווען אויף מעסער שטעך נאך בחייו פונעם אלטן סקווערן רבין זצ"ל, און אויב ס'איז אויסגעקומען אז מ'האט מכבד געווען איינער פון די צוויי ברודערס, איז דער אנדערער געווארן באליידיגט און געבלאזן פאר עטליכע וואכן, און דער זעלבע פארקערט אויב האט מען מכבד געווען דעם אנדערן דאסמאל האט זיך דער צווייטער באליידיגט וחוזר חלילה)
קיינמאל נישט געווען אזא מושג אז מ'טאר נישט האבן די זעלבע נאמען דא אין אמעריקא, (און ארץ ישראל איז גראדע יא געווען).
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

טייערע אינגע חסידים, איך וויל נישט רעדן פון די עצם מעשה, וואס האט גורם געווען צו פרשת רבי אברהם דוב, צוליב דער עיקר בעל המעשה לעבט שוין נישט.

רבי אברהם דוב (פונקט אזוי ווי דער רבי זצ"ל) איז געווען געהעריג אין די זאך.... געווען אין די געווארדיע צו בויען די סקווערער פירמע, ביז די מעשה וואס איז געשעהן לפי זכרוני שנת תשמ"ה, (אפשר בין איך מיך טועה מיט א יאר תשמ"ו)
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

היימלינד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:21 am @יחסן גדול נישט נאר פייער לעשער נאר אסאך מער ואכמ"ל

@ מיסטעריע אייער ווייטאג איז וועלי"ד אבער קומט נישט אריין דא אין די נושא
און בד"וו דיין טענה אז ווען זיי ווילען קענען טערארזירען מער איז נישט ריכטיג, הראיה אז עס איז נישט געלונגען פאר טראנא/י צו שיקן דעם איידעם קיין לונדון כידוע ליודעים.

@נחום הסופר ווער האט געשיקט רי"י קיין לינדען? קיינער!

בכלליות איז זייער נעריש די גאנצע וויכוח, עס שפיגעלט אפ פון דא ווי כאילו מען רעדט פון אן ערענסטע מחלוקה, גיי ביטע אריין און עני ראחמיסטריווקא ביהמ"ד וועט איר זעהן אז לא דובים ולא יער, אביסעל ווייטאג און מונסי & לינדען וזהו, און אפילו און די ביידע כמעט וואס עס איז שוין נישט קיין נושא.
איך ווידערהאלט נאכאמאל, איך קען סקווירא בעסער ווי ענק אלע, ווען דער סקווערער רבי וויל עפעס אויספירן, זאל זיך בלוט גיסן אין די גאסן, זאלן מענטשן גיין זיצן אין תפיסה, אבער ער וועט האבן דאס זייניגע!

ווי איך האב שוין דערמאנט, קען איך דיר נישט ענטפערן פארוואס זעוויהל האט ער יא דעליווערט, און דא ביי רבי יהושע שיקט ער נישט קיין מענטשן אין נישט קיין גבאי, מ'וועט דארפן ווארטן צו זעהן די חשבונות זייערע, אבער לעת עתה איז עס פרחי חסידים פון חצר ראחמיסטריווקא וואס בונטעווען אין קאכן א קאשע.

מיט סקווירא האט עס "דערווייל" נישט, פארשטייט זיך זיי קענען באשטיין, אבער ס'איז זייער פארעווע'דיג די גאנצע זאך, נישטא קיין פרעשור און טעראר פון זייער זייט, ימים ידברו
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיסטעריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

אגב דאס איז דער עיקר סיבה ווי איך האב שוין דערמאנט פריער כמה פעמים, אין מיינע אויגן זענען אלע ברודער די זעלבע.... דהיינו קיינער איז נישט דעם טאטן, פונקט אזוי ווי אין סקווירא.... דער היינטיגער איז נישט זיין טאטן... במילא וואס האב איך מיך זיך צו נאריש מאכן, וויאזוי ראחמיסטריווקא זעהט היינט אויס, אפגערעדט וויאזוי זיי גייען אויסקוקן אין צעהן יאר ארום, וואלט מען שוין פאר דעם געלט געקענט צוריק גיין קיין סקווירא.....

און דער זעלבער זאך וואס האט זיך אפגעשפילט מיט רבי אברהם דוב, האט זיך אפגעשפילט אין וויזשניץ, מיט אפזונדערן דעם תולדות מרדכי רבין, וד"ל!

חברה, ווערט נישט אזוי פארטייאיש אין איבערגענומען נישט צו קיינער פון די ברודער, אלעס זאל זיין מיט א מאס, און גרעי"ן אף סאל"ט, זוכט א רבין וואס האט געהאט עטוואס אביסל ענליכקייט, ווי אונזער רבין זצ"ל, דער אצילות דקדושה, דער ענוות חן, דער אור הגנוז און אמת'קייט וואס ער האט פארמאגט, נאך אין סקווירא, שפעטער ווי א מאגנעט צוגעצויגן די גאנצע עיר ואם בישראל בארא פארק, איך זוך נאך ביזדערווייל.....
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

אגב ס'דערמאנט מיר א מעשה, תשנ"ב ווען ס'האט געפלאקערט די בעלזא מאחניווקא מחלוקת, האט דער מחניווקא קהילה אריינגעלייגט א ברכת מזל טוב אין א סקווערן ביכל וואס איז דאן ערשינען צום חתונה פונעם סקווערן רבין.

פארשטייט זיך אז די שיינע מזל טוב וואונטש, האט געהאט זייער לעדדערהע"ד, מיט נאמען מוסדות בעלזא אהן קיין שום צונאמען מאחניווקא.

ויהי היום ש. וו. ק. רופט אהן א. א. פון סקווירא היתכן מ'פארטשעפעט זיך מיט זיי, און מ'נעמט א זייט אין די מחלוקה.

האט איהם א. א. געענטפערט, בעלזא איז דריי מאל אזוי גרויס ווי סקווירא, און אונז האב מיר נישט קיין פראבלעם אז ס'דא נאך רבי'ס וואס רופן זיך סקווירא, און דו שעמסט זיך נישט מיך אנצוקלינגען, אויפן אנדערן זייט טרייבל האט זיך געהערט א דייעל-טאון!
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נחום הסופר »

מיסטעריע האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 2:08 am אגב דאס איז דער עיקר סיבה ווי איך האב שוין דערמאנט פריער כמה פעמים, אין מיינע אויגן זענען אלע ברודער די זעלבע.... דהיינו קיינער איז נישט דעם טאטן, פונקט אזוי ווי אין סקווירא.... דער היינטיגער איז נישט זיין טאטן... במילא וואס האב איך מיך זיך צו נאריש מאכן, וויאזוי ראחמיסטריווקא זעהט היינט אויס, אפגערעדט וויאזוי זיי גייען אויסקוקן אין צעהן יאר ארום, וואלט מען שוין פאר דעם געלט געקענט צוריק גיין קיין סקווירא.....

און דער זעלבער זאך וואס האט זיך אפגעשפילט מיט רבי אברהם דוב, האט זיך אפגעשפילט אין וויזשניץ, מיט אפזונדערן דעם תולדות מרדכי רבין, וד"ל!

חברה, ווערט נישט אזוי פארטייאיש אין איבערגענומען נישט צו קיינער פון די ברודער, אלעס זאל זיין מיט א מאס, און גרעי"ן אף סאל"ט, זוכט א רבין וואס האט געהאט עטוואס אביסל ענליכקייט, ווי אונזער רבין זצ"ל, דער אצילות דקדושה, דער ענוות חן, דער אור הגנוז און אמת'קייט וואס ער האט פארמאגט, נאך אין סקווירא, שפעטער ווי א מאגנעט צוגעצויגן די גאנצע עיר ואם בישראל בארא פארק, איך זוך נאך ביזדערווייל.....
קען זיין ס'קומט נישט אריין דא, אבער אז דו האסט שוין דערמאנט, וואס שטערט טאקע פאר די וויזניצער רבי'ס אז תולדות מרדכי איז אויך א רבי?
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך קליינע צדיק »

מיסטעריע האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:38 am טייערע אינגע חסידים, איך וויל נישט רעדן פון די עצם מעשה, וואס האט גורם געווען צו פרשת רבי אברהם דוב, צוליב דער עיקר בעל המעשה לעבט שוין נישט.

רבי אברהם דוב (פונקט אזוי ווי דער רבי זצ"ל) איז געווען געהעריג אין די זאך.... געווען אין די געווארדיע צו בויען די סקווערער פירמע, ביז די מעשה וואס איז געשעהן לפי זכרוני שנת תשמ"ה, (אפשר בין איך מיך טועה מיט א יאר תשמ"ו)
אפשר קענען מיר הערן די מעשה?
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

צפת האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 5:39 pm
בעל-דרשן, בעל-דרשן, בעל-דרשן...

וואו ביסטו?

פארוואס ענטפערסטו נישט?

דו זעסט דעם אמת אין פנים אריין, שעמסטו זיך, און דו קענסט שוין נישט ענטפערן?

תכלית גערעדט, וואס איז געבליבן? - וויפיל חסידים האט ר' יהושע? - וויפיל פראצענט פון דער מאנסי'ער עולם זענען געגאנגען צו ר' יהושע?

(לאכן, לאכט דער וואס לאכט די לעצטע...)
יעצט אריינשפאצירט אינעם אשכול מיר געקאסט א לאך.. געווען אינטערעסאנט פאר די ערשטע עטליכע טעג א קליינע הויף א קליינע מחלוקה'לע געווען אינטערעסאנט פאר א וואך נישט מער
קיינעם גייט נישט אן ( חוץ משפחת אברהם דוב ) אז ס'איז דא צוויי אין מאנסי - פון דיין תגובות זעט מען אז האסט א שנאה קיין סקווירא און אגענדעס וד"ל ווי געשמאק מיינסטו קען זיין צו שמועסן מיט אן אנגעגעסענע פערזאן ?! לאך דיך אויס אזוי ווי מיר און טרעף א בעסערע טאפיק צו שמועסן

איך מיין מ'רעדט דא צו איינער האט 20 משפחות צו איינער 25 משפחות חוץ די עמעטליכע רחמיסטריווקא רבי אין בארא פארק דארפן אלע אנהייבן מער ווייניגער פון פריש פון רבי בערל ביז רבי יעקב יוסף די אייניקל, זיין אונטער זיין שווער און האבן א וויזניץ געמישטע ציבור מיינט נאכנישט אוועקגעשטעלט

מ'שטייט עטליכע חדשים שפעטער און רבי יהושע איז גארנישט אזא רחמנות ווי די פרובירסט אים אוועקצושטעלן ניין ער האט נישט קיין ריזיגע פארענטשעס און רבי יעקב יוסף די אייניקל האט עס אויך נישט
ביידע פון מאנסי און אזוי אויך אלע אנדערע חוץ בארא פארק זענען קליינע רבי'לעך רבי יהושע איז גארנישט אונטערשטעלונג האט א שיינע בית המדרש א כולל עטליכע צוואנציג מתפללים טעגלעך און שבת נאך מער, ער פראוועט און פירט א שיינע רעביסטעווע על אף רבי אברהם דוב האט אנדערש געוואלד

ובזה נגמר די גאנצע פרשה'לע פון רחמיסטריווקא זאל יעדער מצליח זיין מרבה זיין כבוד שמים און האבן הצלחה און מאכן אסאך פדיונות...
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:26 pm

די האסט דאך געטענהט אז די מוסדות גייט גיין פאר ר' יהושע למעשה איז עס ביי ר' יעקב יוסף אויב אזוי איז ער לכאורה יא מער און בעסער אוועקגעשטעלט ווי ר' יהושע
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:05 am
מיסטעריע האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 2:08 am אגב דאס איז דער עיקר סיבה ווי איך האב שוין דערמאנט פריער כמה פעמים, אין מיינע אויגן זענען אלע ברודער די זעלבע.... דהיינו קיינער איז נישט דעם טאטן, פונקט אזוי ווי אין סקווירא.... דער היינטיגער איז נישט זיין טאטן... במילא וואס האב איך מיך זיך צו נאריש מאכן, וויאזוי ראחמיסטריווקא זעהט היינט אויס, אפגערעדט וויאזוי זיי גייען אויסקוקן אין צעהן יאר ארום, וואלט מען שוין פאר דעם געלט געקענט צוריק גיין קיין סקווירא.....

און דער זעלבער זאך וואס האט זיך אפגעשפילט מיט רבי אברהם דוב, האט זיך אפגעשפילט אין וויזשניץ, מיט אפזונדערן דעם תולדות מרדכי רבין, וד"ל!

חברה, ווערט נישט אזוי פארטייאיש אין איבערגענומען נישט צו קיינער פון די ברודער, אלעס זאל זיין מיט א מאס, און גרעי"ן אף סאל"ט, זוכט א רבין וואס האט געהאט עטוואס אביסל ענליכקייט, ווי אונזער רבין זצ"ל, דער אצילות דקדושה, דער ענוות חן, דער אור הגנוז און אמת'קייט וואס ער האט פארמאגט, נאך אין סקווירא, שפעטער ווי א מאגנעט צוגעצויגן די גאנצע עיר ואם בישראל בארא פארק, איך זוך נאך ביזדערווייל.....
קען זיין ס'קומט נישט אריין דא, אבער אז דו האסט שוין דערמאנט, וואס שטערט טאקע פאר די וויזניצער רבי'ס אז תולדות מרדכי איז אויך א רבי?

ווייל די רבי'ס זענען נישט קיין עכטע רבי'ס, דאס זענען מענטשן וואס צופעליג געבוירן ביי די משפחות לבית טווערסקי/האגער/רוקח/האלבערשטאם/טייטעלבוים, אא"וו. במילא זענען זיי דא צו בויען חאסידיק-קאמפעניס, און ס'איז א שטער פאר זיי, יעדע קליענט וואס קען גיין צו זייער קאנקורענט, ווען זיי קענען וואלטן יעדער ברודער געוואלט יעדער איינער זאל נישט זיין קיין רבי חוץ ער בכבודו ובעצמו, ער פארשטייט אבער אז ס'ארבעט נישט אזוי, און ער מוז בלית ברירה לאזן די אנדערע אויכעט ווערן א רבי, דאס איז צוליב ווייל דאס ערמעגליכט איהם צו זיין א רבי, ווען די ברודער מאכט זיך דעם זעלבן חשבון ווי איהם, אבער ביים פלימעניק זיינעם, פעלט דיך שוין נישט אויס צו מאכן, דעריבער לאזט מען איהם נישט!

נקוט כלל זה בידך, נעם יעדן רבין לייג איהם אריין אין דער קאטעגאריע פון ווערן געבוירן ביי פשוטע בעלבתישע עלטערן, וואלט ער געווען א געווענליכע אינגערמאן, (צומאל אפילו גאר א שוואכע אינגערמאן...) איז ער דאך געבוירן ביים הייליגן טאטן אין שטוב, איז ער ביים געבוירן שוין געווען א קדוש וטהור, ער דארף אפילו נישט עפענען א אידיש ספר, און ער וועט נאך אלס זיין רבי.

לדוגמא אונזער רבי זצ"ל פון ראחמיסטריווקא, העט ער ווען געווען געבוירן ביי א פשוטער איד, וואלט ער גראדע געווען א חשובע אינגערמאן א עובד ה', במילא ווען ער איז יא געבוירן אלס א טווערסקי.... האט מען עס געקענט אנערקענען אין די אדמורו"ת זיינע.....
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

קליינע צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:41 am
מיסטעריע האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:38 am טייערע אינגע חסידים, איך וויל נישט רעדן פון די עצם מעשה, וואס האט גורם געווען צו פרשת רבי אברהם דוב, צוליב דער עיקר בעל המעשה לעבט שוין נישט.

רבי אברהם דוב (פונקט אזוי ווי דער רבי זצ"ל) איז געווען געהעריג אין די זאך.... געווען אין די געווארדיע צו בויען די סקווערער פירמע, ביז די מעשה וואס איז געשעהן לפי זכרוני שנת תשמ"ה, (אפשר בין איך מיך טועה מיט א יאר תשמ"ו)
אפשר קענען מיר הערן די מעשה?
איך האב געשריבן די סיבה פארוואס איך וויל נישט רעדן דערפון, משום כבוד דעם יעניגן וואס לעבט שוין נישט
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

בד"ה הרבנית צפורה מבארניוב ע"ה
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך קליינע צדיק »

די ראחמסטריווקא רבי'ס זעצען זיך נאכאמאל שבעה
בשעת זייער מאמע איז אויך היינט געווארן האספיטאליזירט
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יחסן_גדול »

קומט אויס אז מוצש״ק כ׳ כסלו וועט נאר זיין איין יארצייט טיש, ביי בנו כ״ק מרן אבד״ק רבי אברהם דוב שליט״א וחתנו כ״ק מרן אדמו״ר רבי יעקב יוסף שליט״א.
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך קליינע צדיק »

יחסן_גדול האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:09 pm קומט אויס אז מוצש״ק כ׳ כסלו וועט נאר זיין איין יארצייט טיש, ביי בנו כ״ק מרן אבד״ק רבי אברהם דוב שליט״א וחתנו כ״ק מרן אדמו״ר רבי יעקב יוסף שליט״א.
אויך קומט אויס אז די סקווירא רבי וועט דארפן קומען מנחם אבל זיין......
(נאך א מזל אז הרה"צ ר' יעקב יוסף איז נאר א אייניקל און זיצט נישט שבעה)

זי האט דריי איידימער פון די סקווירא משפחה
די לוי' איז 10 אזייגער אין סקווירא נאכדעם ביי בארנוב'ע ביהמ"ד אין מאנסי און דערנאך קבורה אין הר שלום נעבן איר גרויסע טאטע
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

קליינע צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:24 pm
יחסן_גדול האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:09 pm קומט אויס אז מוצש״ק כ׳ כסלו וועט נאר זיין איין יארצייט טיש, ביי בנו כ״ק מרן אבד״ק רבי אברהם דוב שליט״א וחתנו כ״ק מרן אדמו״ר רבי יעקב יוסף שליט״א.
אויך קומט אויס אז די סקווירא רבי וועט דארפן קומען מנחם אבל זיין......
(נאך א מזל אז הרה"צ ר' יעקב יוסף איז נאר א אייניקל און זיצט נישט שבעה)
נישטא ווער זאל לאכן, די פרחי חסידים שפינען און וועבן א מחלוקת, פראבירן צו שווענקן די מוחות.....
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך צפת »

בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:26 pm
צפת האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 5:39 pm
בעל-דרשן, בעל-דרשן, בעל-דרשן...

וואו ביסטו?

פארוואס ענטפערסטו נישט?

דו זעסט דעם אמת אין פנים אריין, שעמסטו זיך, און דו קענסט שוין נישט ענטפערן?

תכלית גערעדט, וואס איז געבליבן? - וויפיל חסידים האט ר' יהושע? - וויפיל פראצענט פון דער מאנסי'ער עולם זענען געגאנגען צו ר' יהושע?

(לאכן, לאכט דער וואס לאכט די לעצטע...)
יעצט אריינשפאצירט אינעם אשכול מיר געקאסט א לאך.. געווען אינטערעסאנט פאר די ערשטע עטליכע טעג א קליינע הויף א קליינע מחלוקה'לע געווען אינטערעסאנט פאר א וואך נישט מער
קיינעם גייט נישט אן ( חוץ משפחת אברהם דוב ) אז ס'איז דא צוויי אין מאנסי - פון דיין תגובות זעט מען אז האסט א שנאה קיין סקווירא און אגענדעס וד"ל ווי געשמאק מיינסטו קען זיין צו שמועסן מיט אן אנגעגעסענע פערזאן ?! לאך דיך אויס אזוי ווי מיר און טרעף א בעסערע טאפיק צו שמועסן

איך מיין מ'רעדט דא צו איינער האט 20 משפחות צו איינער 25 משפחות חוץ די עמעטליכע רחמיסטריווקא רבי אין בארא פארק דארפן אלע אנהייבן מער ווייניגער פון פריש פון רבי בערל ביז רבי יעקב יוסף די אייניקל, זיין אונטער זיין שווער און האבן א וויזניץ געמישטע ציבור מיינט נאכנישט אוועקגעשטעלט

מ'שטייט עטליכע חדשים שפעטער און רבי יהושע איז גארנישט אזא רחמנות ווי די פרובירסט אים אוועקצושטעלן ניין ער האט נישט קיין ריזיגע פארענטשעס און רבי יעקב יוסף די אייניקל האט עס אויך נישט
ביידע פון מאנסי און אזוי אויך אלע אנדערע חוץ בארא פארק זענען קליינע רבי'לעך רבי יהושע איז גארנישט אונטערשטעלונג האט א שיינע בית המדרש א כולל עטליכע צוואנציג מתפללים טעגלעך און שבת נאך מער, ער פראוועט און פירט א שיינע רעביסטעווע על אף רבי אברהם דוב האט אנדערש געוואלד

ובזה נגמר די גאנצע פרשה'לע פון רחמיסטריווקא זאל יעדער מצליח זיין מרבה זיין כבוד שמים און האבן הצלחה און מאכן אסאך פדיונות...
ארויסגעטשיקנט...
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך קליינע צדיק »

וואס איז פשט אז אלע רבי'ס זיצן שבעה במקומם?
איך מיין פון א ביזנעס (רעביסטווע) פערספעקטיו איז עס א שוואכע דיסישען ווייל איך גלייב אז די רבנים און רבי'ס גייען נישט ארומלויפן צו יעדעם
אבער איך וועל עס לאזן פאר די שוויצערס פון יעדע מקום זיך צו זארגן
פארשפארט