גאט שטייט אויף תחיית המתים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

א מאדנע ערשיינונג האט זיך לעצטנס באוויזן אויפ'ן האריזאנט, אלט באקאנטע אטעאיסטן און עגאנסטיקס וואס פלעגן יארן לאנג זיך שלאגן מיט ציין און נעגל קעגן יעדע זאך וואס שמעקט נאר פון רעליגיע מאכן פלוצלונג א 180 גראד דריי און ווערן מיטאמאל גרויסע פאטריאטן פאר גאט און פאנגען אן פרעדיגן "Judeo-Christian values" ווי מ'רופט עס. כ'האב אנגעפאנגען שרייבן אפאר פאראגראפן אביסל בעקגראונד היסטאריע, ווי גאט איז געשטארבן בזמנו של ניעטשע, ווי ער איז וואונדערליך אויפגעשטאנען תחיית המתים אינעם פאוסט קאוויד עפאכע קעגן יעדנ'ס ערווארטונגען, און וויאזוי Wokeism איז א דירעקטע גורם דערצו, אבער ס'האט זיך פארמעקט בטעות און כ'האב נישט קיין נערוון פונקט יעצט אויפ'ן מינוט זיך צו נעמען שרייבן נאכאמאל וועל איך עס לאזן פאר א צווייטן, סייווי איז עס אן ערשיינונג וואס פארדינט זיך א טיעפע און ברייטע אנאליז פון מערערע פערספעקטיווען. פון Douglas Murray האב איך לעצטנס געהערט אז ער אידענטיפיצירט זיך אלץ אן "Agnostic Christian", דשאו ראוגען איז שוין פונלאנג פון די פאנטרעגער, נאך אפאר חברה וואס איך געדענק שוין נישט אויפ'ן מינוט אדער זענען נישט אזוי באקאנט פאר'ן עולם, און יעצט האב איך באמערקט אז JP Sears האט ארויסגעגעבן א ווידיאו וואו ער טוט זיך אפיציעל אנשליסן אינעם מאוומענט, אויב האט איר זיך נאכנישט אנגעשטויסן אין דעם פענאמענען איז דאס א פערפעקטער עקזעמפל, הערט און שטוינט.

פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
[NAMELESS]

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויכעט באמערקט לעצטענס.

כ׳געדענקט נישט אלע נעמען אבער ס׳איז א נייע טרענד

לדוגמא
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

טשילס...! פאר מיר מיינט דאס אז מיר האלטן ביי סוף יומיא און ס׳איז העכסט צייט זיך צו נעמען אין די הענט אריין.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך שמן למאור »

ס'איז זייער פשוט די פאנאמענאן. די חברה האבן אמאל נישט געגלייבט און גאט, ווייל זיי האבן נישט געהאלטן ביים פאלגן וואס די רעליגיע פאבראצירער און פאנטרעגער האבן זיי איינגעטיילט.

צווישן אונז גערעדט, די אלע פאלשע רעליגיעס זענען דאך נאר געמאכט געווארן פאר די הויפטן צו פארדינען כבוד, געלט, און שררה. קען זיין אז ביי געוויסע פונקטן און היסטאריע זענען געווען געוויסע פירערס וואס האבן עס באמת געמיינט ערנסט, אבער אין אלגעמיין, לאכן די פירערס אין זייער בעדרום פון די אלע תמימות'דיגע גולמים.

די קליגע חברה פונעם המון עם, כאפן טאקע די געים און לאכן זיך אויס, זיי געבן ארויס ביכער, ווידיאוס, און שפעטן פון די גאנצע זאך.

אמאל מאכט זיך אבער איינער, וואס ער זעט אז היינט איז ער שוין גענוג גרויס, און ער קען שוין אויסניצן רעליגיע פאר זיינעטוועגן. ער האט שוין פרישע פערדן וועמען 'ער' קען אויסמעלקן, דעריבער דערקלערט ער זיך אויך אלס מאמין!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

@שמן למאור: איך מיין אז דו טרייבסט אביסל איבער, איך קוק עס אן אסאך פשוט'ער. אמאל האט מען זיך געדארפט שלאגן קעגן גאט ווייל די שארלאטאנען האבן איהם אויסגענוצט פאר זייערע אגענדעס, היינטיגע צייטן האבן זיי שוין אבער פונלאנג פארלוירן זייער קאנטראל. דער פויפסט איז שוין איררעלעוואנט פאר 500 יאר זייט מארטין לוטר, די רבנים זענען שוין איררעלעוואנט שוין פאר 100 יאר זייט דעם emancipation, געב עס נאך אפאר יאר און די אימאמס וועלן ווערן פונקט אזוי איררעלעוואנט, שוין נישט דא מיט וועם זיך צו שלאגן אויף יענע זייט. היינטיגע צייטן זענען די שארלאטאנען און חורבנות אנדרייער בכלל נישט אויף גאט'ס זייט, פארקערט, דער woke שארלאטאן וויל אז דו זאלסט בדווקא נישט גלייבן אין גאט, איז דאס זיך באנוצן מיט גאט זיך צו שלאגן קעגן זיי א גוטע סטראטעגיע. הגם ס'מעגליך אז איך רעד נישט צום ריכטיגן אודיענץ דא ווייל א גרויסער עולם דא איז נאך אונטער די קאנטראל פון די שארלאטאנען, געוויסע מער און געוויסע ווייניגער, געוויסע ברצון און געוויסע באונס, פארשטיי איך אז די מלחמה קעגן גאט דינט נאך א צוועק פאר זיי און ס'איז זיי שווער צו פארשטיין דעם אלגעמיינעם אמעריקאנער'ס קוקווינקל. ס'איז אזויווי די סאטמארע וואס שלאגן זיך קעגן ציונות ווייל ס'ברענגט אונטער "אידישקייט", הגם דו קענסט נאך טרעפן איינצעלנע pockets פון ציונים דא דארט אבער אין אלגעמיין איז ציונות מער נישט קיין געפאר פאר "אידישקייט". דו שיסט אויפ'ן שונא ווען ער איז שוין לאנג נישט דארט, יעצט איז ער אויפ'ן אנדערן זייט און דארט דארף מען צו שיסן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
תורה ודעת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 7:23 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך תורה ודעת »

איך מיין אז די גאנצע judaic-cherishin וועליוס ווערט בסך הכול געניצט דורך אלטע קאסערוועטיווס וואס האבען פארלוירען די דיבעיט ביי די יוגענט וואס איז געווארען זייער humanistic (woke), קומען זיי אפעלירען צי "די אלטימיט אמת" וואס גאט האט געגעבען..
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך אלפא »

די שאלה איבער רעליגיע/ג-ט האט זייער ווייניג צוטון מיט וויפיל סעלעבראטיס, יוטובערס, פאליטיקאנטן, WOKIST, גלייבן דערין to begin with, עס איז אן אביעקטיווע קאמפליצירטע נושא (ע"ע 'דו גלייבסט אין ג-ט' ועוד..) וועלכע פלאגט פילאזאפן, פסיכאלאגן, און היסטאריקער נעמענדיג אין באטראכט אלע דיימענסיעס.
עס איז אמת אז WOKE אדער קאמיניזם האבן היבש weaponized די גאנצע נושא פון רעליגיע, לאידך גיסא די מאראל און עטיקס וואס איז אידענטיפיצירט ביי רעליגיע איז נישט באמת פארבינדן דערצו כדי עס איינצוהאלטן (-צו וואס Douglas Murray באצוט זיך..), זיך אנקעגן צושטעלן די פילאזאפיע פון די WOKE קולטור וכדו' פארלאנגט נישט פאר קיין אינטעלעקט צו וואפאניזירן ג-ט אויפן פאקערטן ריכטונג.

איבער ג-ט קען מען זיך ווייטער טענה'ן אויפן ארמטשעיר ווי אין אלע דורות און איבער די 'היינטיגע יוגנט' עט מען זיך אמפערן איבערן שאל קאווע..

האטס מיר און זייטס מיר!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

תורה ודעת האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 12:48 pm איך מיין אז די גאנצע judaic-cherishin וועליוס ווערט בסך הכול געניצט דורך אלטע קאסערוועטיווס וואס האבען פארלוירען די דיבעיט ביי די יוגענט וואס איז געווארען זייער humanistic (woke), קומען זיי אפעלירען צי "די אלטימיט אמת" וואס גאט האט געגעבען..
דשאון ראוגען איז אן אלטע קאנסערוואטיוו?! JP Sears איז קאנסערוואטיוו?! וואט אר יו סמאוקינג?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך שמן למאור »

שוין, כ'האב אביסל געקוקט די ווידיאוס וואס דו האסט ארויפגעשטעלט. כ'זע נאכנישט די גרויסע גאט אויפוואכונג.

סך הכול אפאר חברה וואס האבן אייביג אין הארץ געגלייבט אין גאט, און יעצט ביים מיטלעידזש קריזיס קומט עס ארויס אין די עפענטליכקייט. בפרט דעם JP, ער רעדט דאך ממש די זעלבע ווי ענדרו טעיט וועגן גאט.

איך האב נאכנישט באמערקט אז דאוקינס, הערריס, דענעט אדער ביל מאהר זאלן זיך דעקלערן גלויביג.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

שמן למאור האט געשריבן:סך הכול אפאר חברה וואס האבן אייביג אין הארץ געגלייבט אין גאט, און יעצט ביים מיטלעידזש קריזיס קומט עס ארויס אין די עפענטליכקייט.
איך זעה אז דו האסט נישט קיין אהנונג ווער JP איז געוועהן אין די גוטע יארן, פאר מיר וואס איך קען איהם יא איז עס געוועהן א באמבע. ענדרו טעיט פאלט נישט ממש אריין אין דעם קאטעגאריע ווייל ער איז קיינמאל נישט געוועהן אן אפיציעלע אטעאיסט. דשאו ראוגען קען דא דער עולם יא? עטץ האטס באמערקט אז ער האט לעצטנס געמאכט א שטיקל יו-טורן? איך מיין אז איך רעד דא צום לאמפ.
שמן למאור האט געשריבן:איך האב נאכנישט באמערקט אז דאוקינס, הערריס, דענעט אדער ביל מאהר זאלן זיך דעקלערן גלויביג.
הערריס גייט לכאורה קיינמאל נישט אנקומען דארט ווייל ער איז סטאק ערגעץ, ביל מאהר קומט נישט ממש אריין דא ווייל ער איז קיינמאל נישט געוועהן קיין אויסגעשפראכענער לינקער מיט אן אגענדע אונטערצוברענגען די אלטע סיסטעם. דאוקינס און דענעט זענען מער סייענטיסטן ווי אקטיוויסטן און זענען אין אן אנדערע קאטעגאריע אינגאנצן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך שמן למאור »

די.צד השוה פון חברה וואס האבן זיך דעקלערט גלויביג, זענען חברה וואס האבן פאדקעסטס אויף יוטוב, זענען עלטער געווארן, און רעדן וועגן פאפ קולטור און ווי גאט קען "ארויסהעלפן".

גראדע דזשאו ראגען האב איך נאכנישט באמערקט ווי ער דעקלערט מיט באקציין אז ער איז גלויביג.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

דשאו האט זיך טאקע קיינמאל נישט דערקלערט גלויביג אבער ער האט אויפגעגעבן די מלחמה קעגן רעליגיע און באשלאסן אז גאט פארדינט זיך א זכות קיום, דאס איז פון וואס איך רעד', נישט פון קיין "אויפוואכונג" אדער ימות המשיח טייפ אוו פאנטאזיעס, פשוט א counter intuitive ערשיינונג וואס איך האב אבזערווירט לעצטנס. און לאמיר זיך נישט נארן, אפילו ווען דשאו דערקלערט זיך יא אפיציעל גלויביג מיינט עס נישט גארנישט, ירדן פיעטערסאן האלט זיך אויך פאר א קריסט טראץ דעם וואס ער האט נישט אריינגעטרויטן אין א קירכע די לעצטע 10 יאר, רעליגיע היינט איז מער א פאליטישע סטעיטמענט ווי א פאקטישע גלויבונג אדער כ'ווייס נישט וואס (הגם ס'איז אלץ געוועהן, וואטעווער :P ).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

זיי שלאגן זיך ווייטער מיט רעליגיע, נאר נישט מיט די רעליגיע פון 'גאט'.
אמאל זענען די גאט'ליכע רעליגיעס געווען די וואס האבן געזוכט צו קאנטראלירן די מאסן, און די רעליגיעזע פירערס האבן אויסגענוצט גאט פאר זייערע אג'ענדעס. היינט איז אבער זייער כוח שוין נישט רעלעוואנט ווי @ ברוך שפינוזה האט געשריבן.
היינט זענען דא אנדערע רעליגיעס וואס פארנעמען די פאסטען, היינט איז עס די אטאיסטישע אויפגעוואכטע וואס זוכען צו קאנטראלירן די מענטשהייט. ממילא האט זיך ארויסגעשטעלט א אינטרעסאנטער ערשיינונג ווי די גלויביגע זענען די וואס זענען במידת מה אין די אפאזיציע צו די וואס זוכען צו קאנטראלירן.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך שאלתיאל »

כ'האב געהערט אז Ayaan Hirsi Ali האט זיך אויך לעצטנס דערקלערט אלץ קריסט
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

שאלתיאל האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 9:27 pm כ'האב געהערט אז Ayaan Hirsi Ali האט זיך אויך לעצטנס דערקלערט אלץ קריסט
א דאנק פאר'ן צושרייבן, כ'האב פשוט פארגעסן איר נאמען. זי איז אן עקס-מוסלים וואס איז שטארק אקטיוו אין די אטעאיסטישע צירקלען, איין טאג האט זי זיך דערקלערט קריסט און קיינער ווייסט נישט פארוואס. זי האט געשריבן א גאנצע מגילה וואס מ'דארף ליינען מיט סאציאלאגישע/פסיכאלאגישע גלעזער ווייל פון א פילאזאפישע/סייענטיפישע בליק קלעבט נישט איין ווארט צום צווייטן, פונקט ווי ביי די אנדערע איז עס מער א פאליטישע סטעיטמענט ווי עפעס א מורא'דיגע רעליגיעזע איבערצייגונג, בכל אופן האט עס געשאפן אן ערדציטערניש.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך שאלתיאל »

אלפא האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 3:43 pm די שאלה איבער רעליגיע/ג-ט האט זייער ווייניג צוטון מיט וויפיל סעלעבראטיס, יוטובערס, פאליטיקאנטן, WOKIST, גלייבן דערין to begin with, עס איז אן אביעקטיווע קאמפליצירטע נושא (ע"ע 'דו גלייבסט אין ג-ט' ועוד..) וועלכע פלאגט פילאזאפן, פסיכאלאגן, און היסטאריקער נעמענדיג אין באטראכט אלע דיימענסיעס.
עס איז אמת אז WOKE אדער קאמיניזם האבן היבש weaponized די גאנצע נושא פון רעליגיע, לאידך גיסא די מאראל און עטיקס וואס איז אידענטיפיצירט ביי רעליגיע איז נישט באמת פארבינדן דערצו כדי עס איינצוהאלטן (-צו וואס Douglas Murray באצוט זיך..), זיך אנקעגן צושטעלן די פילאזאפיע פון די WOKE קולטור וכדו' פארלאנגט נישט פאר קיין אינטעלעקט צו וואפאניזירן ג-ט אויפן פאקערטן ריכטונג.

איבער ג-ט קען מען זיך ווייטער טענה'ן אויפן ארמטשעיר ווי אין אלע דורות און איבער די 'היינטיגע יוגנט' עט מען זיך אמפערן איבערן שאל קאווע..

האטס מיר און זייטס מיר!
וואס איז די ג-ט פון וואס דו רעדסט און האלטסט אז ס'איז א קאמפליצירטע אביעקטיווע שאלה? כ'מיין אז מענטשן האבן כל מיני מיינונגען איבער וואס איז ג-ט און וואס איז אמונה, טייל קוקן עס אן אלץ מעטאפיזישע פילאסאפישע שאלה, אנדערע קוקן עס אן אלץ א שאלה פון געפיל אדער סאביעקטיווע עקספיריענס וכו'. ס'איז נישטא קיין באשטימטע דעפיניציע פון ג-ט אז מ'זאל קענען דערקלערן וואס פאר א ספעציפישע סארט שאלה ער איז און צו ס'האט צו טון מיט אזא מענטש אדער אן אנדערע.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

שוין, זעה איך אז איך בין נישט דער ערשטער דאס צו אבזערווירן, אויף רעדדיט האט מען זיך שוין געוואונדערט דערויף מיט 3 יאר צוריק
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך סקעפטיקער »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 9:39 pm
שאלתיאל האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 9:27 pm כ'האב געהערט אז Ayaan Hirsi Ali האט זיך אויך לעצטנס דערקלערט אלץ קריסט
א דאנק פאר'ן צושרייבן, כ'האב פשוט פארגעסן איר נאמען. זי איז אן עקס-מוסלים וואס איז שטארק אקטיוו אין די אטעאיסטישע צירקלען, איין טאג האט זי זיך דערקלערט קריסט און קיינער ווייסט נישט פארוואס. זי האט געשריבן א גאנצע מגילה וואס מ'דארף ליינען מיט סאציאלאגישע/פסיכאלאגישע גלעזער ווייל פון א פילאזאפישע/סייענטיפישע בליק קלעבט נישט איין ווארט צום צווייטן, פונקט ווי ביי די אנדערע איז עס מער א פאליטישע סטעיטמענט ווי עפעס א מורא'דיגע רעליגיעזע איבערצייגונג, בכל אופן האט עס געשאפן אן ערדציטערניש.
ער האט זיך אויך דערקלערט א קריסט :)
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re:

שליחה דורך סקעפטיקער »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 3:06 pm טשילס...! פאר מיר מיינט דאס אז מיר האלטן ביי סוף יומיא און ס׳איז העכסט צייט זיך צו נעמען אין די הענט אריין.
בעיסד אויף די טרענד זעהט אויס ווי מ'רעדט פון The second coming of Jesus, ביסט טאקע גרייט?
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

סקעפטיקער האט געשריבן: ער האט זיך אויך דערקלערט א קריסט :)
אויך געזעהן, אין קורצן האט ער די שכל צו פארשטיין אז אלי'ס "conversion" איז נישט מער ווי א פאליטישע סטעיטמענט, קיין נאר איז ער נישט, נאר ער איז offended פון די פאקט אז זי קלעבט ארויף דערויף דעם קריסטליכן לעיבל ווייל די אטעאיסטישע לעיבל וואס ער באמיהט זיך אזוי שטארק ארויפצוקלעבן אויף זיך האט פארלוירן האלב פון די משמעות. אמער, אז מ'קען זיין "רעליגיעז" אן קויפן די רעליגיעזע קרעפלעך און אויטאריטעט האט דאך אטעאיזם שוין גארנישט צו פארקויפן... מיט אזא אמונה ווער דארף נאך אפיקורסת?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך נחום הסופר »

מענין לענין, האב איך נארוואס געליינט אז ס'איז דא א באוועגונג ביי פראגרעסיווע יוגנטליכע צו טרעפן אינספיראציע אין... דער מוסלעמענער קוראן!
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך yn.NY »

נחום הסופר האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:41 am מענין לענין, האב איך נארוואס געליינט אז ס'איז דא א באוועגונג ביי פראגרעסיווע יוגנטליכע צו טרעפן אינספיראציע אין... דער מוסלעמענער קוראן!
ס׳איז לאו דוקא א ״באוועגינג״. איך מיין סקומט ווייל זיי נעמען זיך אזוי שטארק אן פאר ״פאלעסטינע״, אז זיי רעדן זיך שוין איין אז ס׳איז אסאך פאן צו גיין וואוינען אין עזה...

https://x.com/laralogan/status/1729527792318976261?s=20
המאיר לארץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 30, 2023 10:13 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים

שליחה דורך המאיר לארץ »

סקעפטיקער האט געשריבן: בעיסד אויף די טרענד זעהט אויס ווי מ'רעדט פון The second coming of Jesus, ביסט טאקע גרייט?

קום אריין קלאָר, וואס איז דאס?
פארשפארט