די אנדערע חלק פון די מעשה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

די אנדערע חלק פון די מעשה

שליחה דורך שמן למאור »

דער גליון "הליכות חיים" איז א פאפולערע געשמאקע גליון וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך הרב נחום צבי מאיר ראזענפעלד פון סקווירא, און עס טוט דערקוויקן גאר אסאך אידן מיטן האבן וואס צו טון ביים דאווענען בשעת די בעל תפילה ציעט אדער בשעת מען ווארט אז דער רב פון ביהמ"ד זאל שוין מחליט זיין אז ס'שוין לפי כבודו אויסצוטרעטן דעם שמו"ע.

די גליון האט ספעציעלע מדורות פון הלכות אין אידיש וואס איז שיין און מסודר אראפגעלייגט. אבער דער עיקר אינטערסאנטע חלק וואס דער עולם קוקט איז די מעשיות וואס ווערן דארטן אראפגעברענגט, אמאל אמת'ע און אמאל נישט אזוי אמת'דיגע.

די וואך, בשעת'ן ליינען, האב איך גענומען דעם גליון אין האנט, און געליינט אן אינטערסאנטע מעשה איבערן חפץ חיים. ער ברענגט דארטן שפעטער ארויס א שיינע מוסר השכל וואס מען קען זיך ארויסלערנען. אבער לדעתי לאזט ער אויס א וויכטיגע חלק פון די מעשה.

איך באמערק אסאך מאל ווי געוויסע שרייבערס שרייבן א מעשה, און לאזן בדווקא אויס א געוויסע חלק כדי אז די מעשה זאל זיך הערן מער באמבאסטיש. דאס איז לדעתי אן אומרעכט וואס מען טאר נישט צולאזן. דעריבער וועל איך דא קודם אראפברענגען ווארט ביי ווארט די מעשה וויאזוי עס איז געשטאנען אינעם גליון, און שפעטער וועל איך צושרייבן די חלק וואס דער שרייבער האט אויסגעלאזט.

גליון הליכות חיים האט געשריבן: פאלגנד איז א באלערנדע מעשה אין דעם ענין וואס האט פאסירט מיט'ן הייליגן "חפץ חיים", וואס דער פאניעוועזשער רב האט דערציילט.

אין זיינע יונגע יארן, האט דער חפץ חיים שטארק געליטן פון הונגער און נויט. זיין רביצין, וועלכע האט זיך מוסר נפש געווען אז איר גרויסער מאן זאל קענען זיצן און לערנען תורה, האט פארדינט א פאר קארגע גראשן, און זי פלעגט גיין צום בעקער פון שטאט קויפן דערמיט א פאר איבערגעבליבענע שטיקלעך ברויט וואס קיינער אנדערש האט נישט געוואלט קויפן.

וואס קען מען שוין טון מיט א פאר שטיקלעך ברויט? פלעגט זי דאס נעמען און עס אויסקנעטן מיט וואסער און מאכן דערמיט קניידלעך. ניין, דאס זענען נישט געווען קיין ספעציעלע בא'טעמ'טע גרינצייג-לאטקעס אדער געשמאקע בהמה-שניצל, נאר בלויז טרוקענע ברויט-קניידלעך פון ברויט און וואסער. דאס האט דער חפץ חיים געגעסן טאג-טעגליך אן זיך אפרעדן.

איין טאג איז דער חפץ חיים אהיימגעקומען און האט געפונען א ליידיגן טיש. אפילו דער מאגערער "לחם עוני" איז אויך נישט געווען צוגעגרייט. ער האט זיך אומגעקוקט און געזען ווי די רביצין זיצט און וויינט. "פארוואס וויינסטו?" האט ער זיך געוואנדן צו איר און געפרעגט. אנשטאט ענטפערן האט זי נאך שטארקער געוויינט. ערשט ווען זי האט זיך אביסל בארואיגט, האט זי דערציילט: "ווען איך בין געגאנגען היינט אין דער בעקעריי און געוואלט נעמען די איבערגעבליבענע שטיקלעך ברויט אזוי ווי יעדן טאג, האט דער בעקער געזאגט אז ער וועט מיר מער נישט געבן אויף בארג, וויבאלד איך בין נאך שולדיג געלט פון פריער. איך האב אים שטארק געבעטן און געזאגט, אז איך האב גארנישט אין שטוב צו עסן, און די ברעקלעך וועט דאך סיי-ווי קיינער ביי אים נישט קויפן. אז ער וועט נישט געבן אויף בארג, וועט מיין טייערער מאן נישט האבן וואס צו נעמען אין מויל אריין. ער האט זיך אבער געהאלטן שטרענג און געזאגט, 'אדער ברענגט איר דאס געלט, אדער וועט איר בלייבן הונגעריג.' איך האב נישט געהאט צו באצאלן, האבן מיר דערפאר נישט היינט צו עסן."

אנשטאט צו ווערן טרויעריג, האט דער חפץ חיים זיך געשטארקט און געגעבן א פעסטן קלאפ אין טיש. ער האט אויסגערופן, "יצר הרע! איך ווייס אז דו שטייסט הינטער דעם אלעם. דו ווילסט מיך אפרייסן פון דער תורה, וואס כ'בין זיך אויף איר מוסר נפש, ווילסט מיך אוועקשלעפן פון דער גמרא, אבער - ניין און ניין! עס וועט דיר נישט גיין. איך וועל ליבערשט הונגערן און הארעווען ווייטער אין תורה, נישט קוקנדיג אויף די אלע נסיונות וואס דו וועסט מיר אונטערשטעלן."

יענעם אוונט האט דער חפץ חיים נישט געגעסן קיין נאכטמאל. ער האט געלערנט תורה מיט נאך מער שמחה ווי אלעמאל. אויפצומארגנס איז די רביצין נאכאמאל געגאנגען צו דער בעקעריי פרובירן איר מזל. דאסמאל, אנדערש ווי נעכטן, האט דער בעקער איר שיין אויפגענומען און געזאגט אז זי קען נעמען די שטיקלעך ברויט. נאכמער, האט ער צוגעגעבן, אז פון היינט אן דארף זי גארנישט באצאלן! די רביצין האט זיך שטארק דערפריידט. זי וועט יעצט קענען ווייטער שפייזן איר גרויסן מאן מיט דעם באשיידענעם מאלצייט פון די ברויט-קניידלעך, און ער וועט קענען לערנען אומגעשטערט און נישט דארפן הונגערן.

"עס איז מיר געווען א וואונדער," האט די רביצין דערציילט יארן שפעטער, נאכדעם וואס איר מאן איז שוין געווען אומעטום באוואוסט ווי דער גרויסער "חפץ חיים". "וואס איז פלוצלינג געשען מיט'ן בעקער? בלויז איין טאג פריער האט ער זיך גארנישט צו טון געמאכט פון מיינע געבעטן צו נעמען אויף בארג. עס איז אים כלל נישט אנגעגאנגען אז איך וועל נישט האבן צו עסן און וועל דארפן הונגערן, און דא מיטאמאל האט ער ווי פארגעסן דערפון, און אן דעם וואס איך זאל אפילו דארפן בעטן האט ער זיך אנגערופן צו מיר אז איך קען נעמען די שטיקלעך ברויט און כ'דארף גארנישט באצאלן. "ערשט יארן שפעטער האב איך פארשטאנען, אז עס האט גארנישט געהאט מיטן בעקער, עס איז אלס געווען דער יצר הרע, וואס האט געוואלט איין זאך, אוועקרייסן מיין מאן פון דער תורה, אבער איינזעענדיג קלאר אז היו לא תהיה, דער 'חפץ חיים' וועט זיך מוסר נפש זיין פאר תורה און נישט לאזן שטערן פון לערנען, האט ער מער נישט געהאט קיין אויסרייד אונז צו לאזן ווייטער הונגערן. ער האט שוין מסכים געווען אז מיר זאלן באקומען נישט נאר אויף בארג נאר אינגאנצן אומזיסט."

דערציילנדיג די געשיכטע, האט דער פאניעוועזשער רב אויסגעפירט: "ווייסט איר וואס עס איז דער שפיץ פון דער מעשה? וואלט דאס זעלבע געווען פאסירט ביי וועלכן אנדערן פון אונז, וואלט דעמאלט געווען איינס פון די צוויי: אדער וואלט ער אנגעהויבן טראכטן, ווי אזוי צו באאיינפלוסן דעם בעקער אז ער זאל יא געבן אויף בארג, אדער וואלט ער זיך געמאכט חשבונות, ווי אזוי און פון וועם צו גיין שאפן דאס געלט צו באצאלן דעם בעקער.

"דער 'חפץ חיים' האט אבער אנדערש פארשטאנען. ער האט נישט געטראכט פונעם בעקער, ווי אזוי צו שאפן פאר אים דאס געלט. ער האט נישט געזען פאר זיך, נישט קיין בעקער און נישט קיין אנדערע מענטשן. ער האט געזען די לאנגע האנט פונעם יצר הרע און האט באלד געוואוסט אז ער שטייט דא הינטער אים און וויל אים שטערן." ווען מען ווייסט אז די שטערונגען נאך א קבלה טובה זענען נישט קיין צופאל, נאר דאס קומט אויסצופרואוון דעם מענטש צו זען זיין געטריישאפט צום רבוש"ע, דעמאלט איז פיל גרינגער זיך צו שטארקן און אויספירן דעם רצון הבורא בשלימות.

עד כאן המעשה ווי עס ווערט דערציילט אינעם גליון. יעצט לאמיר זיך נעמען צום "אומדערציילטע" חלק פון די מעשה וואס האט זיך אפגעטון ביים בעקער אינדערהיים. אייגנטליך לאמיר צוריקגיין פריער אינעם טאג, נאך בעפאר די רעביצין פונעם חפץ חיים איז אריינגעקומען אין די בעקעריי.

יענעם טאג, איז די בעקער -לאמיר אים ריפן ר' בערל- געווען אין אן אנגעצויגענע שטימונג. די חובות זענען אים געווען אביסל איבער די מאס און די בילקעס האבן זיך אביסל צוגעברענגט. בכלל איז ער יענעם זונטאג אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט און זאכן זענען נישט געווען געהעריג מסודר.

דאן שפאצירט אריין די ארעמע שלעפערטע, און בעט שוין נאכאמאל די איבריגע שטיקלעך ברויט. זי איז שוין שילדיג פון פריער, און יעצט וויל זי נאך. בערל האט שוין געהאט גענוג, ער איז געווען פעד אפ פון איר, און איר קלארגעשטעלט אז אן באצאלן באקומט מען נישט!

טרויעריגעהייט האט די פרוי ארויסשפאצירט פונעם בעקעריי, און זיך געגאנגען איר וועג אהיים. גלייך האבן די קישקעס פונעם בעקער זיך גענומען ספאנטאן צו דרייען. זיין געוויסן האט אנגעהויבן צו מאנען. וואס איז? וואס גייט דיר אן? זי האט דאך נישט צו באצאלן, זי איז נישט קיין רויבער, סך הכול וויל זי שפייזן איר מאן, זי איז דאך נעבעך אן ארעמע פרוי.

"יא, אבער אויב וועל איך געבן אומזינסט, דאן וועלן אנדערע געוואויר ווערן, און שפעטער וועלן אלע בעטן אומזינסט, און דאן קען איך פארמאכן דאס בעקעריי" האט א צווייטע שטימע צוריקגעזאגט אין זיין קאפ.

"פיין" טראכט בערל ווייטער, "אבער נאך אלעם רעדט מען דא פון די ברויטן וואס קיינער וויל ממילא נישט קויפן, איז וואס גייט מיר אן צו שטיצן א תלמיד חכם וואס האט ממש נישט צו עסן"?

הקיצור, די גאנצע איבריגע טאג האט דער בעקער געטראכט אהין און צירוק, ביז ער איז אנגעקומען אהיים, און דערציילט פאר זיין ווייב וואס איז פארגעקומען ביי אים אין בעקעריי מיט פרוי קעגען.

ווי נאר זיין ווייב האט דאס געהערט איז זי געווארן אויס מענטש, און זיך גענומען צו מאכן קולות אויף איר מאן. "בערל! דו ווייסט וואס עס מיינט מצער צו זיין א תלמיד חכם"?! מסתמא איז ער היינט נאך אגאנצע טאג לערנען פלייסיג געגאנגען שלאפן הינגעריג! וואס גייט דיר אן זיי צו געבן די איבריגע שטיקלעך וואס קיינער דארף סייווי נישט?! ווער ווייסט וואספארא קטרוג איז יעצט דא אויף אוזער קאפ?! איך וויל אז שוין מארגן זאלסטו איר זאגן אז פון היינט אין ווייטער קען זי באקומען די שטיקלעך ברויט בחינם, און אין דעם זכות וועלן מיר זוכה זיין צו אלעם גוטן!

און טאקע דער אנדערע אינדערפרי האט דער בעקער צום גרויס פרייד פון די רעבעצין, געלאזט וויסן אז פון היינט אן קען זי באקומען די ברויט בחינם!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די אנדערע חלק פון די מעשה

שליחה דורך עמרם »

דארף מען וויסן ווער די פרוי פון די בעקער איז געווען וואס אין איר זכות האט כלל ישראל די משנה ברורה
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: די אנדערע חלק פון די מעשה

שליחה דורך נאך א מיינונג »

די מעשה איז נישט קיין סתירה מיט דיין 'אנדערע חלק פון די מעשה'. אזוי פירט דער אויבישטער זיין וועלט, מיט מגלגלין זכות ע"י זכאי וכו'. דער בעקער האט פונקט געכאפט א התעוררות תשובה ווען דער חפץ חיים האט געהאלטן ביי די מדריגה זוכה צו זיין צו א ישועה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די אנדערע חלק פון די מעשה

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמרם האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:53 pm דארף מען וויסן ווער די פרוי פון די בעקער איז געווען וואס אין איר זכות האט כלל ישראל די משנה ברורה
עמרם: דער לייק איז פאר דיר (אין ריבוי אחר ריבוי אלא למעט).

דאס זאגט דער אלטער איד'ל וואס קען נאר זאגן א פאר דשאוקס. ווי קומט ער דען צו דעם גרויסן שרייבער (וועלכער וואלט זיך געמעגט אויסלערנען ספעללינג א ביסל בעסער). תלמוד/תלמיד: מסתמה/מסתמא...וכו'
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: די אנדערע חלק פון די מעשה

שליחה דורך שמן למאור »

נוח האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 11:18 pm איך כאפ נישט די נקודה, אויסער סתם ליצנות. ס'איז א שיינע מעשה, און אוודאי איז געווען עפעס ביהיינד די סיענס, אבער מצד דער חפץ חיים והרבנית קומט דער מוסר השכל זייער קלאר ארויס. (כאטש איך פארשטיי נישט ווי אזוי דער חפץ חיים האט געקענט צוריקגיין לערנען אן זיך זארגן אז זיין ווייב הונגערט אויך.)

ס'איז אמת אז אמאל לאזט מען ארויס פרטים פון א מעשה וואס מ'ווייסט אז ס'האט פאסירט כדי צו מאכן די מעשה מער וואונדערליך און דראמאטיש, אבער דא איז עס בכלל נישט אזוי, נאר דו האסט צוגעבאקן די סצענע וואס איז מעגליך וואס האט פאסירט - אשר על כן?
די נקודה איז, אז אסאך מאל באשרייבט מען א מעשה ווי עס וואלט ווען געווען עפעס אן אויסערגעווענליכע אומנאטורליכע נס, און נאר אזוי קען מען געהעריג ארויסנעמען דעם מוסר השכל.

דער שרייבער שרייבט אזוי:
עס איז מיר געווען א וואונדער," האט די רביצין דערציילט יארן שפעטער, נאכדעם וואס איר מאן איז שוין געווען אומעטום באוואוסט ווי דער גרויסער "חפץ חיים". "וואס איז פלוצלינג געשען מיט'ן בעקער? בלויז איין טאג פריער האט ער זיך גארנישט צו טון געמאכט פון מיינע געבעטן צו נעמען אויף בארג. עס איז אים כלל נישט אנגעגאנגען אז איך וועל נישט האבן צו עסן און וועל דארפן הונגערן, און דא מיטאמאל האט ער ווי פארגעסן דערפון, און אן דעם וואס איך זאל אפילו דארפן בעטן האט ער זיך אנגערופן צו מיר אז איך קען נעמען די שטיקלעך ברויט און כ'דארף גארנישט באצאלן.
דער שטיקל מאכט עס אויסקוקן ווי עפעס אן אפענע נס איז דא פארגעקומען, ווען "איבערנאכט" איז דער בעקער איבערגעדרייט געווארן אויף א וואונדערליכן אופן, און די איינציגסטע הסבר דערויף איז נאר אז:
ערשט יארן שפעטער האב איך פארשטאנען, אז עס האט גארנישט געהאט מיטן בעקער, עס איז אלס געווען דער יצר הרע, וואס האט געוואלט איין זאך, אוועקרייסן מיין מאן פון דער תורה, אבער איינזעענדיג קלאר אז היו לא תהיה, דער 'חפץ חיים' וועט זיך מוסר נפש זיין פאר תורה און נישט לאזן שטערן פון לערנען, האט ער מער נישט געהאט קיין אויסרייד אונז צו לאזן ווייטער הונגערן. ער האט שוין מסכים געווען אז מיר זאלן באקומען נישט נאר אויף בארג נאר אינגאנצן אומזיסט."
מען פארהוילט זיך פונעם פשוט'ן פאקט אז די מעשה האט וויירשיינליך זייער א פשוטע גלאטע דרך הטבע'דיגע מהלך וויאזוי די זאך איז פארגעקומען, און מיט דעם אלעם קען מען ווייטער ארויסנעמען דעם וואונדערליכן מוסר השכל פון וויאזוי דער חפץ חיים האט עס אנגעקוקט און פארשטאנען ווער עס פירט די אלע דרך הטבע'דיגע זאכן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: די אנדערע חלק פון די מעשה

שליחה דורך שמן למאור »

נוח, מיין אישו איז דא 'נישט' אז מען האט באמת אויסגעלאזט א חלק פון די עצם מעשה. איך מיין אז מען כאפט דאס פון מיין אייגן אויסגעטראכטע חלק וואס איך האב "צוגעלייגט". דער חלק וואס איך האב צוגעשריבן איז דאך טאקע ניכר אז ס'איז אויסגעטראכט, און דער שרייבער וואלט נישט געדארפט אויסטראכטן א חלק פון די מעשה וואס ער ווייסט דאך נישט וויאזוי ס'איז באמת פארגעקומען.

מיין פראבלעם איז 'נישט' אז דער שרייבער האט גענומען א גאנצע מעשה שהיה לפניו און אויסגעלאזט שטיקלעך. ווען יא וואלט דאס געווען גאר א שטארקע עוולה מצדו וואס וואלט זיך געפאדערט א גרויסע מחאה. און מיין ארטיקל איז טאקע נישט דא קיין שטארקע ביקורת, עס ברענגט נאר ארויס א נקודה למחשבה.

די נושא איז דא אויף אונזער ליבע צו מאכן פון אלעס אן אומגלויבליגע סיפור, עפעס שלא כדרך הטבע. אנשטאט צו אנערקענען דעם אמת אז עולם כמנהגו נוהג און דער באשעפער שטייט אינטער אלעם, מוז מען אלעס מאכן אויסערארנטליך.

דער סיבה פארוואס דער בעקער איז איבערגעדרייט געווארן איבערנאכט, קען מען זייער גוט מסביר זיין אויף עטליכע נארמאלע אופנים, און איינס פון זיי האב איך טאקע באשריבן. דאך האבן אונז א רייץ אלעס צו לייגן אין א זייט, און געבן ס'גאנצע קרעדיט פארן שטן.

די פראבלעם טרעפט מען אין ממש אלע היימישע ליין מאטריאל, און איז א ברייט-פארשפרייטע פראבלעם. ווען מען וויל למשל איבערצייגן א היימישע איד אז א סמארטפאון איז טמא, וועט מען נישט ברענגען א הסבר מיט א ראיה פון די תורה דאס אויפצואווייזן, מען וועט אנשטאט ברענגען מעשיות וואס צייגן אן אז אלע ישועות קומען נאר דורך דעם.

די טרויעריג-בארימטע גליון השמעיני את קולך פארציילט נישט וואך נאך וואך די ריאליטעט אז טויזנטע היימישע אידענעס מאכן זיך שווער דאס לעבן און האבן פאקטישע שאדנס פון נישט ניצן קיין אינטערנעט. זיי פארהוילן זיך פון די מציאות אז אידן און ביזנעסלייט פארלירן פאקטיש געלט דורכן זיין 'פרום' אויף זייער אייגענעם חשבון. זיי פארציילן נאר די יוצא דופן'דיגע מעשיות, פון מענטשן וואס האבן 'פינקט' יא געזען עפעס א מאדנע הצלחה, און דאס דארף שוין צו זיין על הכלל כלו יצא.

צו לעבן אין א דמיון איז קיינמאל נישט גוט, און עס קען האבן פארשידענע אומגעוואונטשענע קאנסוקווענצן. דאס שטרעבונג צו טרעפן איבעראל עפעס אויסערגעווענליך, און אייביג ווארטן אז דער נס זאל דיר אויך ענדליך דערגרייכן, קען זיך ליידער ענדיגן מיט גאר גרויסע אנטוישונגען. ענדערש לעב אינעם רעאליטעט, ווייס אז די טבע האלט די לייצעס, און גאט טוישט נישט די סדרי בראשית יעדעס שני וחמישי וואס א תמים האט אים אנציגט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט