ווי פילט דער עולם איבער OU?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 12:41 am בערל: דו דערמאנסט מיך נאך א פראבלעם וואס קען זיך מאכן מיט די OU פאטעיטא טשיפס. מיט אפאר יאר צוריק האב איך מיך ארומגעדרייט אין גאס מיט א חבר ערלעדיגן געוויסע זאכן, מיטאמאל האט מיך אנגעכאפט א הונגער, בין איך אריין אינעם נענטסטן קיאסק און גענומען א פארטי סייז פאטעיטא טשיפס פון Lay's, נאר אזויווי איך בין דאך אן אויבערחכם וואס דארף אלץ אויספרובירן עפעס ניי האב איך גענומען די vinegar flavor וואס קומט אין די בלויע בעג. מיין חבר האט מיר אנגעווארנט נישט צו נעמען דעם פלעיוואר ווייל איך גיי עס נישט ליעב האבן, איך האב מיך אבער גע'עקשנ'ט אז ס'קען דאך נישט מעגליך זיין אז ס'איז ממש אזוי אומבא'טעמ'ט אז מ'קען עס ממש נישט אין מויל ארייננעמען, כ'מיין מענטשן קויפן עס דאך, ווי שלעכט קען עס שוין זיין? יא יא, כ'האב באצאלט די פאר טאלער, ארויס אין גאס מיט'ן בעג אין די הענט, גענומען איין ביס אין מויל אריין, און די רעשט איז אריין גראד אינעם קארנער גארבידש קען, פעך!!! שוין, האב איך געדארפט צוריקגיין קויפן די געהעריגע געהלע בעג ווי א נארמאלער מענטש און סווייפן נאך א 5 טאללער.
אלס אן ענגלישע אפשטאמיגע, מוז איך דא צוריק קומן מוחה זיין. ענק אמעריקאנער זענן א באנדע אקסן! דו הערסט?! אקסן! ענק פארשטייען נישט די גליק פון פאטעיטא טשיפס מיט עסיג. וואס פארשטייען ענק צו עסן בכלל אז מ'פארשטייט נישט די גליק פון די פאטעיטא טשיפס? ווען איינער קומט פון ענגלאנד, ברענגט ער מיר דאס, אדער marmite, אדער fisherman's friends און נאך אזעלכע עניינים וואס די אמעריקאנער פארשטייען דערצו א מכה בדופק.

נאר א זייטיגע נאטיץ, אין אמעריקא, בדרך כלל, איז salt and vinegar potato chips מילכיג, מיט אן OUD. הן לגבי חלב עכו"ם הן לגבי עסן נאך פליישיגס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: לגבי די רוחניות'דיגע חששות ביסטו גערעכט. נאר איבער "טעיסט" קענמען זיך נישט טענה'ן. כידוע איז דא דאס ווערטל..."על טעם וריח אין להתוכח"...!
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך דערהויבענע איד »

berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 6:53 am ליטוואק פון בודאפעסט: לגבי די רוחניות'דיגע חששות ביסטו גערעכט. נאר איבער "טעיסט" קענמען זיך נישט טענה'ן. כידוע איז דא דאס ווערטל..."על טעם וריח אין להתוכח"...!


אויף די משנה וואס דו ברענגסט, זאגן טאקע די מפרשים אויפן פלאץ, "אבל על ריח וטעם, מתווכחים בכל פעם..."
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

מנהל האט געשריבן:רוב אידן וואס אידענטיפיצירן זיך אלץ ארטאדאקסיש פירן זיך ווי אזוי?
יא, אין ענגליש הייסט עס kosher by ingredient הגם ס'דא אסאך מדריגות אין דעם, כדלהלן.
מנהל האט געשריבן:און ווי אזוי איז דאס צעהן מדריגות אונטער OU?
איך קען נישט אויסרעכנען צעהן חומרא'ס וואס די OU האט (אדער קולות וואס אנדערע הכשרים/מענטשן האבן :P ) off the top of my head ווי מ'זאגט, כ'האב שוין פריער אויסגערעכנט צוויי, לאמיך פרובירן נאך אפאר. רוב ארטאדאקסישע אידן וועלן עסן אין א vegan אדער מילכיגע/פארווע רעסטוראן אנע הכשר, אדער סתם פראדוקטן וואס האבן א vegan שטעמפל, די הסבר פאר דעם היתר מיין איך דארף מען נישט מסביר זיין. ס'דא נאך א שוואכער מדריגה וואס דאס מיין איך פירן זיך אויך רוב ארטאדאקסישע אידן (אויסער פון YU און רעכטס) אז מ'קוקט אויף די עיקר ingredients און אויב מ'טרעפט נישט דארט עפעס נישט כשר עסט מען (אין דעם אליין איז אויך דא מדריגות, איז gelatin כשר? גרויסע מחלוקת, די OU האלט אז נישט כדלעיל, אנדערע הכשרים האלטן אז יא.) די הסבר פאר דעם היתר איז שוין אביסל מער קאמפליצירט, שעפטאל האט עס שוין אויבן אביסל אנגערירט. די נידעריגסטע מדריגה אין כשרות פון וואס איך האב געהערט האב איך גראדע געהערט פון א חסידישער אינגערמאן פון בארא פארק וואס גייט מיט א שטריימל שבת, היבש באלעבאטיש אבער א גרויסער תמים און בכלל נישט קיין אויפגעקלערטער/אפיקורס/וואטעווער. זאגט ער מיך אזוי, ווען ער איז אין דער פרעמד איז אלעס כשר אויסער פלייש... כ'האב מיך א שטיק צייט געמוטשעט צו טרעפן א היתר דערויף ביז כ'האב עפעס אויסגעארבעט (סתם פאר די mental gymnastics דערפון, נישט אז ער האט מיך געפרעגט וואס צו טוהן). מיין עיקר אישו איז געוועהן צוויי זאכן, פיש, און פרענטש פרייס. איז אויף פיש האב איך געטראכט בדרך אפשר אז מ'עסט נאר פון די סארטן פיש צו וואס מ'איז צוגעוואוינט, סעלמאן, טילאפיע, א.א.וו., (כ'האב איהם נישט געפרעגט צו ער טוט טאקע אזוי...) און מ'פארלאזט זיך אז רוב פון די סארט פיש האבן שופן און זענען כשר. ביי פרענטש פרייס איז דא די אישו אז מ'נוצט די זעלבע אויל צו פרעגלען טרייפענע פלייש, דא איז שוין א שטיקל סטרעטש צו זאגן ביטול בששים אבער איך בין נישט זיכער אז מ'קען עס טאקע אינגאנצן אויסשליסן. בכל אופן מיין איך אז מער קולא'דיג פון דעם קען מען נישט גיין און זיך נאכאלץ פאררופן א שומר כשרות.

אז מ'רעדט שוין, כ'האב א שכן וואס האדעוועט ציגן, בין איך איינמאל געוועהן ביי איהם אין שטוב און איך זעה אין פריזער אזעלכע גרויסע שטיקער פלייש. פרעג איך איהם וואס איז דאס? זאגט ער מיר אז ס'האט איהם איין טאג אנגעפאקט אויפצועסן איינע פון זיינע ציגן, ער קען דאך אבער נישט שחיטה איז ער אויפגעקומען מיט א וואזשנעם איינפאל (גראדע מיין איך אז די גאנצע ציגן-פלייש מעשה האט זיך אנגעפאנגען ווייל ער האט געוואלט פראוון זיין פוינט, אבער שוין...) אלנספאלס, טענה'ט ער אזוי, די גאנצע טעם פאר שחיטה איז נאר ווייל אין ביבלישע צייטן איז דאס געוועהן דאס מערסטע humane וועג פון הרג'נען א בעל חי, גייט ער בשיטת רבי שמעון אז דרשינן טעמא דקרא, איז אויב איז די גאנצע טעם פון שחיטה אלץ humane killing איז דאך היינטיגע צייטן קוילן מיט א ביקס ווייניגער צער פאר'ן ציג ווי א מעסער (עכ"פ אזוי זאגן די סייענטיסטן וועם ער הערט אויס). געזאגט און געטוהן, ער האט גענומען זיין ביקס (אויב געדענק איך גוט האט ער אפילו געמאכט די ברכה על השחיטה :lol: ) און שוין. שטעלט זיך אבער א גרויסע פראבלעם, מ'דארף דאך זאלצן דאס פלייש, און צו דעם האט ער דאך נישט קיין נערוון (און בכלל, ער האט דאך שוין געפראווט זיין פוינט...), דערפאר זיצט די גאנצע פלייש אין פריזער שוין ווייס איך נישט וויפיל וואכן... אוי האב איך געהאט א גוטן לאך, פארשטייסטו וואס גייט דא פאר, אויף שחיטה וואס איז א דאורייתא האט ער זיך געטראפן אזא שיינעם היתר געבויט אויף א פאנטאזירטן פשט אין פסוק, אבער אויף עסן אומגעזאלצענע פלייש וואס די גאנצע פלייש געזאלצעכץ איז נאר א חומרא פון די ראשונים (וואס ארבעט אפילו נישט ווייל אפילו מיט'ן זאלצן בלייבט נאך רוב בלוט איבער), אויף דעם האט ער נישט געקענט טרעפן קיין היתר, פלאי פלאים! כ'האב איהם געזאגט אז נעקסטע מאל ער וויל אויפעסן איינע פון זיינע ציגן זאל ער טוהן פארקערט ווייל אויף עסן אומגעזאלצענע פלייש קען איך נעמען אחריות אבער אויף געקוילעטע פלייש נישט. די פראבלעם איז נאר אז אויף אזא אופן וועט ער נישט קענען פראוון זיין פוינט אז היינטיגע צייטן קוילן א בעל חי מער אויסגעהאלטן ווי שחט'ן, איז עס געבליבן ביים אלטן...
מנהל האט געשריבן:ווארף נישט קיין סטעיטמענטס וואס א דורכשניטליכער היימישער איד וועט נישט פארשטיין אינסטינקטיוו - אהן קלאר מסביר זיין.
כ'האף אז איר וועט אננעמען מיין תשובה, איך נעם מיך פאר פון היינט און ווייטער עס נישט צו טוהן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך איך אויך »

דו רעדסט געבראטענע שטותים מיט לאקשן, נו שוין בדיל ויעבור.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך שפינוזה: מיט דעם מהלך (פון דיין פרענד) קענמען ראציאנאליזירן די גאנצע תורה.

דאס איז ענליך (נישט אינגאנצן) צו וואס די רעפארמער טוען.

מיט די גאנצע אויפגעקלערטקייט און מאדיפיצירן די מצוות עשה און לא תעשה פון די תורה דארף נאך פארבלייבן א געוויסער פראצענט פון תמימות. פון גלייבן און פרובירן מקיים צו זיין די מצוות התורה. און די בעסטע און מערסטע רעאליסטישע וועג דאס צו טון איז אויסהערן וואס די חז"ל זאגן און אויך די גדולי הראשונים.

וויל אנישט וועללן מיר בלייבן אן רעליגיע.

איך האב אמאל צוגעזעהן א "מגילה ליינען צערעמאניע" פון א רעפארם טעמפל. ס'איז נישט מער ווי א "פורים שפיעל" אין די נעגאטיווע סענס . אדער א "שבת סערוויס". מיט דעם בעסטן ווילן און ליבעראלע אויפפאסונג קענמען עס נישט אנרופן "דאוונען" אדער צינדן ליכט לכבוד שבת. ווען? 2 שעה נאכ'ן זמן הדלקת הנרות?!
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך צפור בודד »

דער אשכול איז אויך אינטערעסאנט פאר אן אנדערע סיבה: דהיינו דער מרחק ביי אונז צווישן וואס מען ווייסט און מען גלייבט און דאס וואס מען טוט למעשה.

אזויווי רבי ר' ברוכ'ל אמסטערטאמער, האב איך אויך אמאל "געוואוסט" אז או יו איז "גוט" אבער נישט "היימיש" און "ביי אונז" עסט מען עס נישט. פארוואס נישט? האט שוין א רבי געזאגט, דער וואס פרעגט וואו שטייט... (איבער דעם מרחק ביי אונז צווישן ידיעה און עשייה וועט @מי אני אוודאי האבן א הסבר ארוך וערוך בטוב טעם.) איך שטעל מיך אבער אויך פאר אז א חלק פון דעם אפשיי ביי אונז צו או יו איז ווייל מיר האבן א זלזול צו אונזערע "היימישע מעשיות" וואס קומט צוזאמען מיט אן "אווער דער טאפּ" שעצונג צו זאכן וואס זענען געטון דורך יעקעס\גשטיצטע בערד\מגולחים\געבילדערטע וכדומה. ואידך זיל גמור
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך אלפא »

@מי אני האט דאך דאס טאקע געשריבן:
מי אני האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 5:23 pm פון דא און ווייטער האט זיך ערווארבן א שמועס איבער מגדיר זיין ״אויפגעקלערטקייט״, דהיינו ״ענלייטענד״. עס האט זיך געטוהן צי אויב עס אפעקטירט נישט איינעם׳ס התנהגות און בּיהעיוויאר בפועל, הייסט דאס דעמאלטס נישט ״אויפגעקלערט״. אין אנדערע ווערטער, דאן איז דאס נאר ״אויפגעקלערט״ לשם ״אויפגעקלערט״ ולא יותר.

דאס האט מיר דערמאנט פון וואס דר. יהודה קורצער האט געזאגט בסוף פון די לעקציע. ער האט געזאגט אז וואס א לעקציע וכו׳ ציהלט אויף איז ABC. והיינו, צו אויפטוהן לגבי די צוהערערס׳ אפעקט און געפיהל צו די נושא; צו אויפטוהן לגבי די צוהערערס׳ בּיהעיוויאר און זיי זאלן טוהן עפעס (אנדערש) ביחס צו די נושא; און צו אויפטוהן לגבי די צוהערערס׳ קאגנישאן און פארשטאנד ושיטות בשכל לגבי די נושא.

איך וואלט געזאגט אז זיין ״אויפגעקלערט/ענלייטענד״ איז בעיקר אויף אויסצוברייטערן דעם A און C חלק: צו אויסברייטערן די געפיהל און קאגניטיוו מקומות לגבי פארשידענארטיגע שיטות ומהלכים בנושאים (און זיי וויסן, און קענען האבן א פאזיטיווע געפיהל צו זיי בכלל). משא״כ לגבי טוישן ממש עפעס אינעם B און התנהגות חלק איז ל״ד. דאס איז ווייל וויבאלד א התנהגות איז שוין עפעס במעשה ובפועל ממש און אבּזערווידענד, פארלאנגט דאס שוין בהכרח א קאסט-בּענעפיט אנאליז בפּראקטיק. וואס צו מאכן די שוקל זיין, איז דאך אליינס א קאגניטיוו ראציאנאלע ענלייטענד וועג פון טראכטן. אזויפיל יא, אז ער דארף זעהן משוה צו זיין אז זיין ברייטערע A און C אין דעם, זאל נישט זיין א סתירה ממש ובהדיא מיט זיין B חלק, וואס דאן איז דאך אט דאס די באקאנטע פראבלעם פון קאגניטיוו דיסאנענס.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
פשוטע אלף בית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:45 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך פשוטע אלף בית »

די עיקר נקודה פון ou ביי סיי וועלכע פראדוקט, דארף מען וויסן ווער דער אחראי איז געווען. למעשה געבן זיי נישט אייביג ארויס.
געוויסע זענען האלבע אידן וואס האבן נישט די מינימום ערנסטקייט פאר די תורה/הלכה.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אלס אן ענגלישע אפשטאמיגע, מוז איך דא צוריק קומן מוחה זיין. ענק אמעריקאנער זענן א באנדע אקסן! דו הערסט?! אקסן! ענק פארשטייען נישט די גליק פון פאטעיטא טשיפס מיט עסיג. וואס פארשטייען ענק צו עסן בכלל אז מ'פארשטייט נישט די גליק פון די פאטעיטא טשיפס? ווען איינער קומט פון ענגלאנד, ברענגט ער מיר דאס, אדער marmite, אדער fisherman's friends און נאך אזעלכע עניינים וואס די אמעריקאנער פארשטייען דערצו א מכה בדופק.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך פרנס החודש »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 9:02 pm
מנהל האט געשריבן:רוב אידן וואס אידענטיפיצירן זיך אלץ ארטאדאקסיש פירן זיך ווי אזוי?
יא, אין ענגליש הייסט עס kosher by ingredient הגם ס'דא אסאך מדריגות אין דעם, כדלהלן.
מנהל האט געשריבן:און ווי אזוי איז דאס צעהן מדריגות אונטער OU?
איך קען נישט אויסרעכנען צעהן חומרא'ס וואס די OU האט (אדער קולות וואס אנדערע הכשרים/מענטשן האבן :P ) off the top of my head ווי מ'זאגט, כ'האב שוין פריער אויסגערעכנט צוויי, לאמיך פרובירן נאך אפאר. רוב ארטאדאקסישע אידן וועלן עסן אין א vegan אדער מילכיגע/פארווע רעסטוראן אנע הכשר, אדער סתם פראדוקטן וואס האבן א vegan שטעמפל, די הסבר פאר דעם היתר מיין איך דארף מען נישט מסביר זיין. ס'דא נאך א שוואכער מדריגה וואס דאס מיין איך פירן זיך אויך רוב ארטאדאקסישע אידן (אויסער פון YU און רעכטס) אז מ'קוקט אויף די עיקר ingredients און אויב מ'טרעפט נישט דארט עפעס נישט כשר עסט מען (אין דעם אליין איז אויך דא מדריגות, איז gelatin כשר? גרויסע מחלוקת, די OU האלט אז נישט כדלעיל, אנדערע הכשרים האלטן אז יא.) די הסבר פאר דעם היתר איז שוין אביסל מער קאמפליצירט, שעפטאל האט עס שוין אויבן אביסל אנגערירט. די נידעריגסטע מדריגה אין כשרות פון וואס איך האב געהערט האב איך גראדע געהערט פון א חסידישער אינגערמאן פון בארא פארק וואס גייט מיט א שטריימל שבת, היבש באלעבאטיש אבער א גרויסער תמים און בכלל נישט קיין אויפגעקלערטער/אפיקורס/וואטעווער. זאגט ער מיך אזוי, ווען ער איז אין דער פרעמד איז אלעס כשר אויסער פלייש... כ'האב מיך א שטיק צייט געמוטשעט צו טרעפן א היתר דערויף ביז כ'האב עפעס אויסגעארבעט (סתם פאר די mental gymnastics דערפון, נישט אז ער האט מיך געפרעגט וואס צו טוהן). מיין עיקר אישו איז געוועהן צוויי זאכן, פיש, און פרענטש פרייס. איז אויף פיש האב איך געטראכט בדרך אפשר אז מ'עסט נאר פון די סארטן פיש צו וואס מ'איז צוגעוואוינט, סעלמאן, טילאפיע, א.א.וו., (כ'האב איהם נישט געפרעגט צו ער טוט טאקע אזוי...) און מ'פארלאזט זיך אז רוב פון די סארט פיש האבן שופן און זענען כשר. ביי פרענטש פרייס איז דא די אישו אז מ'נוצט די זעלבע אויל צו פרעגלען טרייפענע פלייש, דא איז שוין א שטיקל סטרעטש צו זאגן ביטול בששים אבער איך בין נישט זיכער אז מ'קען עס טאקע אינגאנצן אויסשליסן. בכל אופן מיין איך אז מער קולא'דיג פון דעם קען מען נישט גיין און זיך נאכאלץ פאררופן א שומר כשרות.

אז מ'רעדט שוין, כ'האב א שכן וואס האדעוועט ציגן, בין איך איינמאל געוועהן ביי איהם אין שטוב און איך זעה אין פריזער אזעלכע גרויסע שטיקער פלייש. פרעג איך איהם וואס איז דאס? זאגט ער מיר אז ס'האט איהם איין טאג אנגעפאקט אויפצועסן איינע פון זיינע ציגן, ער קען דאך אבער נישט שחיטה איז ער אויפגעקומען מיט א וואזשנעם איינפאל (גראדע מיין איך אז די גאנצע ציגן-פלייש מעשה האט זיך אנגעפאנגען ווייל ער האט געוואלט פראוון זיין פוינט, אבער שוין...) אלנספאלס, טענה'ט ער אזוי, די גאנצע טעם פאר שחיטה איז נאר ווייל אין ביבלישע צייטן איז דאס געוועהן דאס מערסטע humane וועג פון הרג'נען א בעל חי, גייט ער בשיטת רבי שמעון אז דרשינן טעמא דקרא, איז אויב איז די גאנצע טעם פון שחיטה אלץ humane killing איז דאך היינטיגע צייטן קוילן מיט א ביקס ווייניגער צער פאר'ן ציג ווי א מעסער (עכ"פ אזוי זאגן די סייענטיסטן וועם ער הערט אויס). געזאגט און געטוהן, ער האט גענומען זיין ביקס (אויב געדענק איך גוט האט ער אפילו געמאכט די ברכה על השחיטה :lol: ) און שוין. שטעלט זיך אבער א גרויסע פראבלעם, מ'דארף דאך זאלצן דאס פלייש, און צו דעם האט ער דאך נישט קיין נערוון (און בכלל, ער האט דאך שוין געפראווט זיין פוינט...), דערפאר זיצט די גאנצע פלייש אין פריזער שוין ווייס איך נישט וויפיל וואכן... אוי האב איך געהאט א גוטן לאך, פארשטייסטו וואס גייט דא פאר, אויף שחיטה וואס איז א דאורייתא האט ער זיך געטראפן אזא שיינעם היתר געבויט אויף א פאנטאזירטן פשט אין פסוק, אבער אויף עסן אומגעזאלצענע פלייש וואס די גאנצע פלייש געזאלצעכץ איז נאר א חומרא פון די ראשונים (וואס ארבעט אפילו נישט ווייל אפילו מיט'ן זאלצן בלייבט נאך רוב בלוט איבער), אויף דעם האט ער נישט געקענט טרעפן קיין היתר, פלאי פלאים! כ'האב איהם געזאגט אז נעקסטע מאל ער וויל אויפעסן איינע פון זיינע ציגן זאל ער טוהן פארקערט ווייל אויף עסן אומגעזאלצענע פלייש קען איך נעמען אחריות אבער אויף געקוילעטע פלייש נישט. די פראבלעם איז נאר אז אויף אזא אופן וועט ער נישט קענען פראוון זיין פוינט אז היינטיגע צייטן קוילן א בעל חי מער אויסגעהאלטן ווי שחט'ן, איז עס געבליבן ביים אלטן...
מנהל האט געשריבן:ווארף נישט קיין סטעיטמענטס וואס א דורכשניטליכער היימישער איד וועט נישט פארשטיין אינסטינקטיוו - אהן קלאר מסביר זיין.
כ'האף אז איר וועט אננעמען מיין תשובה, איך נעם מיך פאר פון היינט און ווייטער עס נישט צו טוהן.
לגבי די פרענטש פרייס, קען מען לכאורה זאגן אז עס איז נותן טעם
לפגם. איך גלייב נישט אז אלטע אויל פון מקדאנעלדס געט צו עפעס א גוטע טעם נאך די אלע שווארץ יאר וואס מען טובל׳ט דערין. (די אויל איז זיכער נישט ראוי לאכילה).
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך פרנס החודש »

איך האב זיך אריינגעטון אין כשרות פאר א שטיק צייט, און עס זעט מיר אויס אז נישט פארלאזן זיך אויף UO איז אין בעסטן פאל נישט מער פון virtue signaling.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך בעל אחריות »

פרנס החודש האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 4:22 pm איך האב זיך אריינגעטון אין כשרות פאר א שטיק צייט, און עס זעט מיר אויס אז נישט פארלאזן זיך אויף UO איז אין בעסטן פאל נישט מער פון virtue signaling.
פאר'ן זיך אריינטוהן אין כשרות האסטו דאס נישט געוויסט, ריכטיג? סא פארוואס טראכסטו נישט אז מענטשן וואס האבן זיך נישט אריינגעטוהן עסן נישט ou ווייל זיי האלטן/מיינען אז עס איז באמת נישט גוט?
Payphone
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 10, 2022 11:24 am

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך Payphone »

די אמת איזה אז איך בין אביסעל צומישט ווייל פין איין זייט ניצן אלע היימישע השגחות זייערע זאכן ווי למשל קאלארינגס. אבער דאך זאגט מען אז זיי זענען שוואך
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך די קעפעלע »

פשוטע אלף בית האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:55 am די עיקר נקודה פון ou ביי סיי וועלכע פראדוקט, דארף מען וויסן ווער דער אחראי איז געווען. למעשה געבן זיי נישט אייביג ארויס.
געוויסע זענען האלבע אידן וואס האבן נישט די מינימום ערנסטקייט פאר די תורה/הלכה.

איך מיין אז די ארטיקלען וועלן אייך עטוואס אויפקלערן מיט אייער ווילדע הנחה אויף ת''ח יראים ושלמים.

https://cross-currents.com/2015/05/03/b ... an-the-ou/

https://oukosher.org/passover/articles/ ... anization/
[NAMELESS]

Re: ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי ווייט איך ווייס איז או-יו גאר א גוטע און פארלעסליכע הכשר
פארשפארט