לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

איצטערט איז פארגעקומען א מעגא קאמפיין פאר די זייער וויכטיגע מוסד לב לילד.
עס באקאנט פאר וועם עס איז נעבעך באקאנט, אז ווען עלטערן פון א קינדער געבענטשטע משפחה ל"ע גט'ן זיך ווי עס רעאונירט די קינדער און זייער אויפציאונג.
די קינדער געווענליך בלייבן ביים מאמען אין שטוב, דער טאטע משום איזה סיבה שהוא האט נישט קיין צוטריט צו די קינדער (געווענליך ווי עס איז א געפעכט אין די בתי דינים און אין די קארט סיסטעמ'ס וואס מיר וועלן נישט אריין גיין איצטערט צו עס איז בארעכטיגט אדער נישט, אבער דאס איז ל"ע ולא עליכם די פאקט)
ווען דאס פארסירט איז עס די מאמע וואס האלט צוריק די קינדער צו ווערן צו געלאזט צום טאטן. גזירה הוא מלפני ואסור לההרר אחריה זאגט די מאמע
א אינגעל דארף א טאטע צו לערנען מיט איהם, אבות ובנים פראגראמען וכדו' א אינגעל כאפט אן דעם טאטנס האנט און מען גייט צוזאמען אין ביהמ"ד אריין. א אינגעל זיצט ביים דאווענען נעבן זיין טאטע, דאווענט אין זיין סידור מיט די אנווייזונגען פון זיין טאטן.
וואס טוהט א אינגעל וואס האט נישט זיין טאטען, ער קען מיט זיין טאטע נישט זיין ווייל די מאמע לאזט עס נישט צו (פארן וואויל זיין פונעם קינד שטייצעך)
קומט אריין די חשובע ארגענעזאציע לב לילד און שטעלט צו א ווארעמער אינגערמאן וואס ווערט א סובסיטוט אויפן טאטענ'ס פלאץ, דאס קינד גייט מיט דעם אינגערמאן אין שוהל אריין, לערנט מיט דעם אינגערמאן ביי אבות ובנים וכו' וכו'
זייער א שיינע וויכטיגע ארגאנעזאציע ריכטיג ?
עס איז דא א טאטע וואס וואוינט צוויי גאסען אוועק פון דאס קינדס מאמע, א נארמאלער אנטשטענדיגער אינגעמאן, אבער די געוועזענע ווייב זיינער האט דאס נישט איינגעזעהן, ע"כ האט זי זיך געדארפט פון איהם אפגט'ן . ער איז נישט קיין שלעגער אדער נישט קיי אביוזער ח"ו. דאס קינד'ס מאמע האט זיך מיט איר געוועזענער מאן געדארפט אפ גט'ן ווייל ער איז געווען צו פרום פאר איר, אדער גאר א גרויסער באם פאר איר, ער האט זיך געמאכט די פיאות מיט דיפידי-דו. און איצטערט דארף דאס קינד גיין אין שוהל מיט א פרעמעדער אינגערמאן א לב לילד עסקן וואס האט ב"ה זיינע אייגענע קינדער צו ערציהען. און דאס קינד פונעם פארטריבענער אינגערמאן וואס טאר קיין צוטריט צו זיינע קינדער נישט האבן, שלעפט זיך נאך דעם עסקן'ס אייגענע קינדער ווי א פיפטער רוד.
פרעגט זיך די פראגע, פארוואס זאל דאס קינדס מאמע נישט אפשיקן דאס קינד שבת צופרי צום טאטן, וואס וואוינט נישט מער ווי א דריי מינוטיגער שפאציר אז דאס קינד זאל קענען גיין מיט זיין עכטער טאטע אין שוהל אריין ווי אלע קינדער אין זיין יארגאנג. פארוואס זאל די לב לילד פראפעשאנאל נישט צו העלפן צו די מציאות אז דאס זאל פאסירן. אויב מישטו זיך נישט, מיש זיך אויך נישט און קיין שום אנדערע ענין בנוגע קאסטעדי, אויב מישטו זיך יא, זעה צו העלפן, נישט ח"ו חרוב מאכן.
לתקוני שדרתיך ולא לעוותי
איינער דארף דא מאכן א פארטשען מיט געלט רייט מען אויף די געפילן פון אונזערע איידעלע הארץ סטרונעס. די מאווי קיקערס באקומען נאך א גאר דראמאטישע מאווי ווי עס ווערט אויף געשפילט וואס עס טוהט זיך אפ אין די הייזער פון די קינדער.
פאליס, שלעק, מען באפט אוועק די קינדער און מען פירט זיי אוועק אונטער שטרענגע פאליצייאישע וואך.
אזוי ? זענען די קינדער'ס בלוט הפקר פאר אפאר טולער? די האסט גענומען אלע קינדער פון צוטיילטע עלטערן און זיי סטיגמעטייזט אז זיי ווערן פארכאפט מיט פאליס און טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס ביי ג'גט'ע עלטערן.
וויפיהל מאל מאכט זיך אזאנע גיטין? רוב גטן זענען ציווילעזירט אן קיין פאליס דראמא. עס איז גענוג ביטער אן א פאליס און אז עס הערשט נישט קיין הארמאניע אין שטוב איז שוין גענוג ביטער.
א נייע עפאכע הייבט זיך אן פאר די קינדער, אויב ח"ו איז ער א קינד פון געגטע עלטרן מיינט עס אז ער איז א פארכאפטער פון פאליס און לב לילד האט איהם געראטעוועט.
ווי אזוי גייט א קינד אין חדר וואוסענדיג אז אלע זיינע חבירים האבן געזעהן דעם דראמאטישע הארץ רייסענדע ווידעאו און די צייט ווען ער איז אליינס א קינד פון א גט און האט נישט דאס מינדעסטע אנונג פון וואס די קליפ רעדט בכלל.
את"ל עס איז יא אזוי, ווי אזוי העלפט לב לילד צו אז די מאמעס זאלן האבן די פולשטענדיגער קאנטראל אויף די קינדער און נישט פאלגן די ד"ת וכדו' און דאן צו העלפן צו די רשעות פון נישט צו לאזן די טאטעס צו זייערע צאן קדשים, אפשר איז כדי די קינדער זאלן יא קענען געניסען פון זייער פאטערליכע ליבשאפט ווי איידער זיין א פיפטע ראד ביים עסקן וואס נעמט איהם אין שוהל.
לב לילד גייט ענטפערן אביוזערס, מיט ווער ווייסט וואס נאך. דאס איז איין קעיס פון טויזענט.
די אלע עקטארס וואס שפילן אויף די מאווי זענען בארימטע אקטיארן פאר אפאר פיאסטער זענען זיי גרייט פאר עני-טינג, און זענען טאקע אפשר אויך קינדער פון עלטערן וואס זענען געווען צו טיילט. און אויב האט דער אקטיאר נאך געהאט א שווערער יוגענט פון אזא שטוב איז פילפאכיג בעסער, אבער איך זאג אייך צו, גייט צו און פרעגט זיי, איז עס ממש אזוי ? די ענטפער וועט זיין אמממממ נישט ממש עטוואס איבערגעטריבען אבער וכו'
זייט וויסען, איך נעם נישט אוועק די אייציעלענע פעלער פאקטן וואס עס איז יא אזוי, רוב מאל איז עס נישט. עס איז נאר אז די מאמע האט פערזענליכער ווענדעטא אנטקעגן דעם פאטער פון אירע קינדער וועט זי דערפאר מפקיר זיין אירע קינדערס בלוט מיט די הילף פון לב לילד.
הרף!!! לאזט אייך אפ פון אונזערע קינדע און העלפט נישט די מאמעס נישט לאזן זעהן די טאטעס פון אונזערע קינדער און סטיגמעטייז נישט אלע קינדער פון צוטיילטע עלטערן ווען רובו ככלו זענען די פראסעס זייער איידל און בכבודיג אוזער ווען עס איז דא עסקנים ווי לב לילד, און פריוואטע מענטשען וואס העלפן די מאמעס אנטקעגן די טאטעס.

הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
א שטארקע נקודה אבער נאכן ליינען וואס אפאר מיטגעמאכטע האבן געשריבן אויף אייוועלט זעט מען יא אז ליידער איז דא א שיינע מספר פון אזאנע שרעקליכע מעשיות, אויב נישט מיט פאליס איז סתם שרעקליכע הרוגות, און דאס איז נאר פון די וואס זענען ארויסגעקומען רעדן און שרייבן עס איז זיכער דא אסאך מער
אודאי איז עס נישט על הכלל כולו יצא, אבער ליידער איז דא גענוג זעט אויס
פשוט פון ליינען וואס די מיטגעמאכטע האבן געשריבן

- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
דו האסט נומערן אדער סטאטיסטיקס אדער דו רעדסט וואס דו שטעלסט זיך פאר?לייביששרייבער האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:39 am איצטערט איז פארגעקומען א מעגא קאמפיין פאר די זייער וויכטיגע מוסד לב לילד.
הרף!!! לאזט אייך אפ פון אונזערע קינדע און העלפט נישט די מאמעס נישט לאזן זעהן די טאטעס פון אונזערע קינדער און סטיגמעטייז נישט אלע קינדער פון צוטיילטע עלטערן ווען רובו ככלו זענען די פראסעס זייער איידל און בכבודיג אוזער ווען עס איז דא עסקנים ווי לב לילד, און פריוואטע מענטשען וואס העלפן די מאמעס אנטקעגן די טאטעס.
איך קען נישט די ארגעניזאציע, איך ווייס נישט פון קיין סאך גיטין פרשיות, ניטאמאל זייערע פראפעגאנדע ווידעאס האב איך געזען.
אבער צו אריינרעדן דערין פארלאנגט בפשטות אטאריטעט, אויף ביידע וועגן.
רוב מעשיות וועלכע נעמען אריין מענטשן - בפרט קריגערייען צווישן מענטשן - זענען ווייט פון סימפל אויף איין וועג אדער צווייטע.. איך קען נישט גלייבן אז עס זאל אפי' זיין איין מעשה ווי 'די טאטע איז א נארמאלע אינגערמאן, די מאמע האלט די קינדער אן קיין צוטריט צו אים' אן קיינע נואנסן אינדערמיט וואס איז ע"פ רוב אומבאקאנט פארן פובליק - אפי' ווען אזא פרשה איז שוין יא צושמירט אין די גאסן..
צו פארבן די בילד אז אלע מעשיות זענען ברוטאל און הארץ-רייסענד איז אויך גענומען די זאך צו א ספעציפישע עקסטריעם, און איך ווייס נישט ווער עס שטייט אונטער די מערכה צו וויסן וויפיל קאפ אין מח זיי האבן אינוועסטירט צו טרעפן די פיין-ליין פון ארויסברענגען די נקודה מיט די מינימאלסטע טרעטן אויף די הינער-אויגן פון אזעלכע משפחות וכדו'. אבער איך גלייב זיכער אז זיי האבן עס גענומען אין באטראכט, אויך גלייב איך אז אסאך וויקטים'ס אזוי-צו-זאגן ווערן נישט אזוי געטראפן ווי דו לייגסט עס דא אראפ, ממילא איז מיין מיינונג אז איך קען נישט באמת אריינרעדן - חוץ פון קאמענטירן צו האלטן די שטימעס רואיגער און ווייניגער צו איין זייט..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלפא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
דו האסט נומערן אדער סטאטיסטיקס אדער דו רעדסט וואס דו שטעלסט זיך פאר?
סארי, פרעג נישט אפ יענעם'ס צד ווען דיין גאנצע קריטיק איז אויך נאר השערות אן סטאטיסטיקס
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
די וואס מאכן מיט ווערן זייער גאליבעל און זיי זענען די שרייבער און האלטן זיך גערעכט און ממילא שרייען זיי אויס זייער ווייטאג. ווען עס טוהט וויי שייט מען.קליינע צדיק האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:44 am א שטארקע נקודה אבער נאכן ליינען וואס אפאר מיטגעמאכטע האבן געשריבן אויף אייוועלט זעט מען יא אז ליידער איז דא א שיינע מספר פון אזאנע שרעקליכע מעשיות, אויב נישט מיט פאליס איז סתם שרעקליכע הרוגות, און דאס איז נאר פון די וואס זענען ארויסגעקומען רעדן און שרייבן עס איז זיכער דא אסאך מער
אודאי איז עס נישט על הכלל כולו יצא, אבער ליידער איז דא גענוג זעט אויס
פשוט פון ליינען וואס די מיטגעמאכטע האבן געשריבן
פון די הונדערטער גטן וואס זענען פארהאן העטר מען נאר פון די שמוציגע. די בכבודיגע נארמאלע אומשטענדן אין א גט ווערט נישט ארום געשמירט אין די גאסן און ע"כ הערט מען נישט דעפון אזוי ווי די שמוציגע.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
נישט קיין נומבערס און נישט קיין סטאטיסטיקס דארף מען האבן ווען עס גוסט זיך בלוט. די וויי געשריי און מאסן עוולה'ס וואס ווערן געטוהן מיט די קינדער און זייער עלטערן דארף נישט קיין נומבער עס איז איינס צו פיהל.
בדרך אגב די געדאנק קומט פון פערצען יעריגער בחורל וואס איז פון ג'גטע עלטרען.לשון קדשו "איך בין געווארן אין ישיבה א מצורע נאך די קליפס א פאפריקע יאנטשי"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
אפגעזעהן די מטרה, איזה די עד זייער נעסטי לענ"ד
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
זייער א גלייכע אקציע, מיר זענען באקאנט מיט די טאטעס פון די ארגענעזאציע. און ווי אויך עטוואס בארטאפענע פאמיליעס. מאך א פאול צווישען די געניסער פון זיי און זעה למי הזכה ולמי החייב.אלפא האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:57 am דו האסט נומערן אדער סטאטיסטיקס אדער דו רעדסט וואס דו שטעלסט זיך פאר?
איך קען נישט די ארגעניזאציע, איך ווייס נישט פון קיין סאך גיטין פרשיות, ניטאמאל זייערע פראפעגאנדע ווידעאס האב איך געזען.
אבער צו אריינרעדן דערין פארלאנגט בפשטות אטאריטעט, אויף ביידע וועגן.
רוב מעשיות וועלכע נעמען אריין מענטשן - בפרט קריגערייען צווישן מענטשן - זענען ווייט פון סימפל אויף איין וועג אדער צווייטע.. איך קען נישט גלייבן אז עס זאל אפי' זיין איין מעשה ווי 'די טאטע איז א נארמאלע אינגערמאן, די מאמע האלט די קינדער אן קיין צוטריט צו אים' אן קיינע נואנסן אינדערמיט וואס איז ע"פ רוב אומבאקאנט פארן פובליק - אפי' ווען אזא פרשה איז שוין יא צושמירט אין די גאסן..
צו פארבן די בילד אז אלע מעשיות זענען ברוטאל און הארץ-רייסענד איז אויך גענומען די זאך צו א ספעציפישע עקסטריעם, און איך ווייס נישט ווער עס שטייט אונטער די מערכה צו וויסן וויפיל קאפ אין מח זיי האבן אינוועסטירט צו טרעפן די פיין-ליין פון ארויסברענגען די נקודה מיט די מינימאלסטע טרעטן אויף די הינער-אויגן פון אזעלכע משפחות וכדו'. אבער איך גלייב זיכער אז זיי האבן עס גענומען אין באטראכט, אויך גלייב איך אז אסאך וויקטים'ס אזוי-צו-זאגן ווערן נישט אזוי געטראפן ווי דו לייגסט עס דא אראפ, ממילא איז מיין מיינונג אז איך קען נישט באמת אריינרעדן - חוץ פון קאמענטירן צו האלטן די שטימעס רואיגער און ווייניגער צו איין זייט..
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
100% עס האט געשאסען א נייער בליק אויף די באטראפענע קינדער. די סטיגמא איז ממש אומדערטרעגליך זאגן מיר עטליכע וואס מיר זענען אין קאנטאקט.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
דאס איז א צווייטע נקודה אויף וואס דו ביסט לכאורה שטארק גערעכט איבער די סטיגמע און בזיון וואס עס האט געברענגטלייביששרייבער האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:48 amנישט קיין נומבערס און נישט קיין סטאטיסטיקס דארף מען האבן ווען עס גוסט זיך בלוט. די וויי געשריי און מאסן עוולה'ס וואס ווערן געטוהן מיט די קינדער און זייער עלטערן דארף נישט קיין נומבער עס איז איינס צו פיהל.
בדרך אגב די געדאנק קומט פון פערצען יעריגער בחורל וואס איז פון ג'גטע עלטרען.לשון קדשו "איך בין געווארן אין ישיבה א מצורע נאך די קליפס א פאפריקע יאנטשי"
איך האב זיך נאר באצויגן צו די חלק אז עס איז זעט אויס דא אסאך מעשיות וואס גייען ליידער צו זייער ברוטאל און שמוציג טאקע נישט רוב אבער נישט איינצעלע
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
דאס איז א צווייטע נקודה אויף וואס דו ביסט לכאורה שטארק גערעכט איבער די סטיגמע און בזיון וואס עס האט געברענגט
איך האב זיך נאר באצויגן צו די חלק אז עס איז זעט אויס דא אסאך מעשיות וואס גייען ליידער צו זייער ברוטאל און שמוציג טאקע נישט רוב אבער נישט איינצעלע
צו דעם בין איך מסכים אז עס איז נישט קיין אייצעלענע, אבער די הילף און שטיצע וואס מען געט פאר די מאמעס צו ניצן די קינדער פאר א שטעקן און נישט לאזן דעם טאטען האבן קיין שייכות מיט די רינדער איז א הימעל שרייענדער עוולה. דערנאך וויינען מיט קראקעדיל טרערן איז אן אייגענע קריעשאן וואס איז אנגעפירט ביי עסקנים וואס זענען שפעטער געווארן די פייער-לעשער און געברענגט וואסער צום פייער מיטן נאמען לב לילד
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- זה חלקי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 107
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 6:10 pm
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
די מאווי האב איך נישט געזעהן אבער לויט ווי איך פארשטיי האט די מוסדות קיין שייכות מיט קיין קאסטאדי געפעכטן
זיי קומען אריין צו העלפן קינדער פון א סינגל מאמע לאחר המעשה
זיי קומען אריין צו העלפן קינדער פון א סינגל מאמע לאחר המעשה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 147
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:59 pm
- האט שוין געלייקט: 235 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
אפשר קען מען מאכן אז דו געגעטע טאטא זאל ווערן א עסקן אין לב לילד. איך גלייב אז ער וועט עס טיען פאר פריי, וועט עס נישט קאסטן קיין געלט פארן צבור
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
הרב @לייביששרייבער איך זעה נישט קיין שום הכרח אז די הילף פון לב לילד נעמט אוועק די געלעגנהייטן פונעם טאטן. אויב איז מעגליך צו העלפן אז די טאטע'ס אנוועזנהייט זאל ערמעגליכט ווערן, גלייב איך נישט אז לב לילד שטייט אין וועג. די הילף וואס די קינדער באקומען איז נישט קיין שטארקע גורם צו די שלעכט הארץ פונעם מאמען.
און נאכדעם וואס דער מצב איז שוין, אז משום איזה סיבה קען נישט דער טאטע טון דער דשאב, דאן איז לב לילד א גרויסע ישועה.
און אפילו נניח אז די מציאות פון אזא ארגענעזאציע טוט שטיצען די שלעכטע מעשים פון די מאמע, דאן האלטסטו אז צוריקגעהאלטן הילף פארן קינד איז א לעגיטימע מיטל צו נוצען כדי צו העלפן די טאטע צוריקבאקומען זיינע רעכטן?

There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
געהערט פון איינעם וואס האט גערעדט מיט די עסקנים פון לב לילד אז פאר זיי נעמען א קעיס בעטן זיי די הסכמה פאר ביידע עלטערן
און רוב מאל געבן עס ביידע, ווייל אין א ניכטערע מינוט וויל יעדער אז עס זאל זיין די בעסטע פאר די קינד מיט קעיר און סופארט און זיי וואלטן אויך געוואלט בעצם אז די קינד זאל נישט ווערן אריינגעשלעפט נאר בשעת א געפעכט פארלירט מען זיך טיילמאל צווישן זיך און עס קלאפט אויס אז די קינד ווערט צוריסן פון ביידע זייטן

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
(הרב) לייביששרייבער: צוערשט שלום עליכם:פון דיינע ווערטער איז משמע אז די ארגעניזאציע לב לילד איז א חלק פון די פראבלעים. און נישט די סאלושן.
האמת אגיד. איך האב קיינמאל פריער (ווי אז ס'איז געווען באשריבן אין "מאמענט" מעגעזין) נישט געהערט פון אט די ארגעניזאציע. און איך האב נישט געזעהן דעם קליפ. און די קינדער וועלכע "שפילן" דארט.
נאר לפי עניית דעתי פעהלט זיך אויס אזא ארגעניזאציע. אויך. זיי זענען נישט גורם דירעקט אדער אומ-דירעקט אז די שלעכטמוטיגע, טראציגע און קורצזיכטיגע מאמעס זאללן נישט צו לאזן זייערע (געוועזענע) מענער צו זיין מיט די קינדער. אויסער, פארשטייצעך אין קלארע פעלער פון ווי דער טאטע האט (ליידער) אביוז'ט אדער מאלעסטעד די קינדער. נאר אין "געוויינליכע" פעלער פון א גט וואו די שלעכטע פרוי נוצט די קינדער אלס "פאונס" אין א שאך ברעטל. אדער ארויסצו קוועטשן וואס מער (אומבארעכטיגטע) קאנצעסיעס פון איהר געוועזענעם מאן און זיין משפחה. אדער אויספרעסן ווי מער געלט.
נאר לב לילד און איהרע מיטארבעטערס האבן גארנישט צו טון מיט דעם.. זייער מיסיע איז אז ווען ס'איז מכח איזו סיבה שהיא נישט דא א פונקציאנירנ'דער טאטע קומען זיי אריין אין פיקטשער און זייי פארפולן (טיילווייז) די ראלע פון א טאטע.
איך ווייס פון א פאל אין די ברייטערע משפחה, וואו ס'איז ליידער דא א גט מיט 3 קינדער. נאר דער טאטע באקומט "אייניגע" רעכטן צו זיין און פארברענגען מיט די קינדער. ספעציעל אין די ימים טובים. כאטש זיי זענען מערסטנס ביי די מאמע.
אויף ענגליש איז דא א ווערטל...Don't throw out the baby with the bathwater...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
די סטיגמע וואס די קאמפעין איז גורם איז unacceptable קוק וויאזוי שטארני שטיינמעץ ארג מאכט, זייער נארמאל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 66
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 9:09 am
- האט שוין געלייקט: 31 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
מ'קען נישט גלייבען גארנישט אויף אייוועלט, חוץ אפשר די נייעס פון אוקריינע מלחמה. ס'איז א צענזירטע בלעטעל. ס'איז אזוי באגלייבט ווי דער איד'ס מאנראו אפטיילונג.קליינע צדיק האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:44 am א שטארקע נקודה אבער נאכן ליינען וואס אפאר מיטגעמאכטע האבן געשריבן אויף אייוועלט זעט מען יא אז ליידער איז דא א שיינע מספר פון אזאנע שרעקליכע מעשיות, אויב נישט מיט פאליס איז סתם שרעקליכע הרוגות, און דאס איז נאר פון די וואס זענען ארויסגעקומען רעדן און שרייבן עס איז זיכער דא אסאך מער
אודאי איז עס נישט על הכלל כולו יצא, אבער ליידער איז דא גענוג זעט אויס
פשוט פון ליינען וואס די מיטגעמאכטע האבן געשריבן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
אפיציעל נישט, אבער למעשה מישן זיי זיך יא ווען א קינד מכלומר'שט רעדט זיך אויס
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
ווען דער פאטער איז נישט קיין מאלעסטער אדער אביוזער איז נישטא קיין שום סיבה אין די וועלט אז א קינד אל זיך דארפן נאך שלעפן ווי א פיפטער רוד מיט אן עסקן צו אנפילן די חלל פון א ביאלאגישער פאטער.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:57 pm (הרב) לייביששרייבער: צוערשט שלום עליכם:פון דיינע ווערטער איז משמע אז די ארגעניזאציע לב לילד איז א חלק פון די פראבלעים. און נישט די סאלושן.
האמת אגיד. איך האב קיינמאל פריער (ווי אז ס'איז געווען באשריבן אין "מאמענט" מעגעזין) נישט געהערט פון אט די ארגעניזאציע. און איך האב נישט געזעהן דעם קליפ. און די קינדער וועלכע "שפילן" דארט.
נאר לפי עניית דעתי פעהלט זיך אויס אזא ארגעניזאציע. אויך. זיי זענען נישט גורם דירעקט אדער אומ-דירעקט אז די שלעכטמוטיגע, טראציגע און קורצזיכטיגע מאמעס זאללן נישט צו לאזן זייערע (געוועזענע) מענער צו זיין מיט די קינדער. אויסער, פארשטייצעך אין קלארע פעלער פון ווי דער טאטע האט (ליידער) אביוז'ט אדער מאלעסטעד די קינדער. נאר אין "געוויינליכע" פעלער פון א גט וואו די שלעכטע פרוי נוצט די קינדער אלס "פאונס" אין א שאך ברעטל. אדער ארויסצו קוועטשן וואס מער (אומבארעכטיגטע) קאנצעסיעס פון איהר געוועזענעם מאן און זיין משפחה. אדער אויספרעסן ווי מער געלט.
נאר לב לילד און איהרע מיטארבעטערס האבן גארנישט צו טון מיט דעם.. זייער מיסיע איז אז ווען ס'איז מכח איזו סיבה שהיא נישט דא א פונקציאנירנ'דער טאטע קומען זיי אריין אין פיקטשער און זייי פארפולן (טיילווייז) די ראלע פון א טאטע.
איך ווייס פון א פאל אין די ברייטערע משפחה, וואו ס'איז ליידער דא א גט מיט 3 קינדער. נאר דער טאטע באקומט "אייניגע" רעכטן צו זיין און פארברענגען מיט די קינדער. ספעציעל אין די ימים טובים. כאטש זיי זענען מערסטנס ביי די מאמע.
אויף ענגליש איז דא א ווערטל...Don't throw out the baby with the bathwater...!
א מאמע וואס איז טראציג איז נאר ווייל עס איז דא חיזוק פון אן ארגענעזאציע וואס זאגט זאג נישט די קינדער וועלן זיין 100% מסודר.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
איך בין אביסל אינוואלווד אין מערערע קעיסעס פון קינדער וואס גייען צו לב וילד, און אויך בין איך נאנט מיט עטליכע פון די עסקנים, איך האב אזויפיל צו זאגן, כ'האב נישט די צייט דערצו, אבער פטור בלא כלום אי אפשר: קען זיין ס'איז דא חסרונות, אבער בלי שום ספק אז די מעלות און בענעפיטן וואס דאס ברענגט פאר די אומשולדיגע קינדער איז אומשאצבאר, און שטייגט איבער פי כמה די מעגליכע חסרונות!
עס פארדריסט מיר אביסל ווען מענטשן זענען מלא טענות אויף אן ארגאניזאציע וואס איז אויפגעקומען מיט א נייע דערהער, אין א פעלד ווי קיינער האט כמעט נישט געטון דערין. פשוט מקיים געווען די משנה "במקום שאין איש השתדל להיות איש". מיר זענען שוין געוואוינט אז אנשטאט טון אליינס, לאזט מען יענעם טון, און נאכדעם האט מען נאך טענות אויף יענעם אז ער טוט נישט לויט ווי איך פארשטיי. שלימות איז נישט פאראן אין ערגעץ, אבער לדעתי שטרעבט מען דא אויף שלימות! די שמחה פון די קינדער וואס באטייליגן זיך אין די פראגראם איז אין לשער, פילע פון זיי האבן ממש אויפגעלעבט! מען ראטעוועט עולמות ממש. א נפש אחת מישראל איז א עולם מלא.
אמת נכון הדבר, עס זענען ליידער פאראן מאמעס וואס פייניגן זייער עקס-מענער מיט'ן צונעמען די קינדער פון זיי. איך האב שוין אסאך געשריבן דערוועגן ביי די גט/עגונה אשכולות. אבער איך האב נישט קיין השגה ווי עס קומט אריין דא. ווי איינער האט שוין געשריבן, פרובירט די ארגאניזאציע צו ארבעטן מיט טאטע און מאמע צוזאמען, און אז די מאמע איז א רשע'נטע, אלו הצאן מה חטאו? אודאי איז בעסער ער זאל גיין אין שול מיט'ן טאטן, און נישט זיין א "פיפטער ראד" צו א עסקן. אבער קודם כל, א פיפטער ראד איז נאך אלץ בעסער ווי גארנישט, בלייבן אליינס שימלען אינדערהיים אדער אליינס גיין אין ביהמ"ד וכו'... און נאכדעם, איך האלט נישט אז דאס קינד איז א פיפטער ראד, רוב קינדער קומען פון גארנישט, זיי זענען מושפל עד לעפר, און זיי לעבן אויף ווען איינער קוקט אויף זיי, נעמט קעהר פון זיי און קעמפט פאר זייערע רעכטן, און צומאל צאלט אפילו געלט פאר זיי און איז בקשר מיט זייערע מחנכים וכדו' וכדו'. רוב פון די וואלונטירן זענען אליינס אדורכגעגאנגען אין לעבן די סארט שוועריגקייטן און פארשטייען צום נפש פונעם קינד אויף וועמען זיי נעמען קעהר. וועסט כמעט נישט טרעפן קיין קינד וואס האט א פראבלעם מיט די ארגאניזאציע. אדרבה, זיי לעבן אריין דערין און מאכן זיכער נישט צו פארפאסן קיין שום מסיבה אדער איווענט וואס זיי שטעלן צו! עס איז נישט זייער צווייטע היים, נאר ליידער זייער "ערשטע היים". זיי קאלן "זייער עסקן" פאר יעדע שוועריגקייט און פראבלעם.
איי די קליפ? וועלקאם טו מארקעטינג אין 2024. פונקט ווי ווען קינדער בלייבן יתומים לייגט מען צעטלעך מיט בילדער ווי די קינדער וויינען, און ווי אימער מעגליך פרובירט מען צו קוועטשן אויף אונזערע שוואכע עמאציעס ווייל אזוי מאכט מען געלט, כן הדבר הכא, מען לייגט אראפ א סצענע מיט די מערסט דראמאטישע פארבן ווייל דאס כאפט דעם מענטש און ער גיט א שיינע נדבה. שווער צו גלייבן אז קינדער ווערן אראפגעקוקט דערפאר, עכ"פ בכלליות (א יוצא מן הכלל קען זיך אייביג מאכן). ליידער פאסירן שוין די סארט פעלער צו אפט אז מען זאל נאך אראפקוקן די קינדער; אין יעדע מוסד און אין יעדע ביהמ"ד זענען פאראן מערערע אזעלכע משפחות.
דיסעגרי. פאראן אזעלכע מעשיות לרחצה, וביודעי ומכירי קאמינא. אויב איז עס נישט 100% אמת, קען עס אבער זיין אמת, און עס פאסירט ליידער הארצרייסענדע געשיכטעס.
אונטערשטע שורה, די ארגאניזאציע איז א אויסטערלישע הילף און א ברכה פאר כלל ישראל אין יעדע הינזיכט, זייער הילף פאר די צובראכענע קינדער איז אומבאשרייבליך.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
ביי בוני עולם האבן אויך מענטשען געהאט דער טענה
אבער זעט אויס די די פארדינסט איז מער ווי די פארלוסט
און אגב אסאך מיטגעמאכטע האבן שוין פון פריער געהאט א סטיגמע און זענען ליידער אנגעקוקט געווארן אלס נעבעכ'ס אפשר וועט דאס גאר העלפן אז אויסער סתם זיין א נעבעך וועט מען זיי כאטש העלפן
אבער זעט אויס די די פארדינסט איז מער ווי די פארלוסט
און אגב אסאך מיטגעמאכטע האבן שוין פון פריער געהאט א סטיגמע און זענען ליידער אנגעקוקט געווארן אלס נעבעכ'ס אפשר וועט דאס גאר העלפן אז אויסער סתם זיין א נעבעך וועט מען זיי כאטש העלפן
- זה חלקי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 107
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 6:10 pm
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
דאן פארשטיי איך נישט די מטרה פון די אשכוללייביששרייבער האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 12:58 amאפיציעל נישט, אבער למעשה מישן זיי זיך יא ווען א קינד מכלומר'שט רעדט זיך אויס
די ארגעניזאציע טוט אויף גאר גרויסע זאכן