לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1389 מאל

לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי

שליחה דורך לייביששרייבער »

איצטערט איז פארגעקומען א מעגא קאמפיין פאר די זייער וויכטיגע מוסד לב לילד.

עס באקאנט פאר וועם עס איז נעבעך באקאנט, אז ווען עלטערן פון א קינדער געבענטשטע משפחה ל"ע גט'ן זיך ווי עס רעאונירט די קינדער און זייער אויפציאונג.

די קינדער געווענליך בלייבן ביים מאמען אין שטוב, דער טאטע משום איזה סיבה שהוא האט נישט קיין צוטריט צו די קינדער (געווענליך ווי עס איז א געפעכט אין די בתי דינים און אין די קארט סיסטעמ'ס וואס מיר וועלן נישט אריין גיין איצטערט צו עס איז בארעכטיגט אדער נישט, אבער דאס איז ל"ע ולא עליכם די פאקט)

ווען דאס פארסירט איז עס די מאמע וואס האלט צוריק די קינדער צו ווערן צו געלאזט צום טאטן. גזירה הוא מלפני ואסור לההרר אחריה זאגט די מאמע

א אינגעל דארף א טאטע צו לערנען מיט איהם, אבות ובנים פראגראמען וכדו' א אינגעל כאפט אן דעם טאטנס האנט און מען גייט צוזאמען אין ביהמ"ד אריין. א אינגעל זיצט ביים דאווענען נעבן זיין טאטע, דאווענט אין זיין סידור מיט די אנווייזונגען פון זיין טאטן.

וואס טוהט א אינגעל וואס האט נישט זיין טאטען, ער קען מיט זיין טאטע נישט זיין ווייל די מאמע לאזט עס נישט צו (פארן וואויל זיין פונעם קינד שטייצעך)

קומט אריין די חשובע ארגענעזאציע לב לילד און שטעלט צו א ווארעמער אינגערמאן וואס ווערט א סובסיטוט אויפן טאטענ'ס פלאץ, דאס קינד גייט מיט דעם אינגערמאן אין שוהל אריין, לערנט מיט דעם אינגערמאן ביי אבות ובנים וכו' וכו'

זייער א שיינע וויכטיגע ארגאנעזאציע ריכטיג ?

עס איז דא א טאטע וואס וואוינט צוויי גאסען אוועק פון דאס קינדס מאמע, א נארמאלער אנטשטענדיגער אינגעמאן, אבער די געוועזענע ווייב זיינער האט דאס נישט איינגעזעהן, ע"כ האט זי זיך געדארפט פון איהם אפגט'ן . ער איז נישט קיין שלעגער אדער נישט קיי אביוזער ח"ו. דאס קינד'ס מאמע האט זיך מיט איר געוועזענער מאן געדארפט אפ גט'ן ווייל ער איז געווען צו פרום פאר איר, אדער גאר א גרויסער באם פאר איר, ער האט זיך געמאכט די פיאות מיט דיפידי-דו. און איצטערט דארף דאס קינד גיין אין שוהל מיט א פרעמעדער אינגערמאן א לב לילד עסקן וואס האט ב"ה זיינע אייגענע קינדער צו ערציהען. און דאס קינד פונעם פארטריבענער אינגערמאן וואס טאר קיין צוטריט צו זיינע קינדער נישט האבן, שלעפט זיך נאך דעם עסקן'ס אייגענע קינדער ווי א פיפטער רוד.

פרעגט זיך די פראגע, פארוואס זאל דאס קינדס מאמע נישט אפשיקן דאס קינד שבת צופרי צום טאטן, וואס וואוינט נישט מער ווי א דריי מינוטיגער שפאציר אז דאס קינד זאל קענען גיין מיט זיין עכטער טאטע אין שוהל אריין ווי אלע קינדער אין זיין יארגאנג. פארוואס זאל די לב לילד פראפעשאנאל נישט צו העלפן צו די מציאות אז דאס זאל פאסירן. אויב מישטו זיך נישט, מיש זיך אויך נישט און קיין שום אנדערע ענין בנוגע קאסטעדי, אויב מישטו זיך יא, זעה צו העלפן, נישט ח"ו חרוב מאכן.

לתקוני שדרתיך ולא לעוותי

איינער דארף דא מאכן א פארטשען מיט געלט רייט מען אויף די געפילן פון אונזערע איידעלע הארץ סטרונעס. די מאווי קיקערס באקומען נאך א גאר דראמאטישע מאווי ווי עס ווערט אויף געשפילט וואס עס טוהט זיך אפ אין די הייזער פון די קינדער.
פאליס, שלעק, מען באפט אוועק די קינדער און מען פירט זיי אוועק אונטער שטרענגע פאליצייאישע וואך.

אזוי ? זענען די קינדער'ס בלוט הפקר פאר אפאר טולער? די האסט גענומען אלע קינדער פון צוטיילטע עלטערן און זיי סטיגמעטייזט אז זיי ווערן פארכאפט מיט פאליס און טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס ביי ג'גט'ע עלטערן.

וויפיהל מאל מאכט זיך אזאנע גיטין? רוב גטן זענען ציווילעזירט אן קיין פאליס דראמא. עס איז גענוג ביטער אן א פאליס און אז עס הערשט נישט קיין הארמאניע אין שטוב איז שוין גענוג ביטער.

א נייע עפאכע הייבט זיך אן פאר די קינדער, אויב ח"ו איז ער א קינד פון געגטע עלטרן מיינט עס אז ער איז א פארכאפטער פון פאליס און לב לילד האט איהם געראטעוועט.

ווי אזוי גייט א קינד אין חדר וואוסענדיג אז אלע זיינע חבירים האבן געזעהן דעם דראמאטישע הארץ רייסענדע ווידעאו און די צייט ווען ער איז אליינס א קינד פון א גט און האט נישט דאס מינדעסטע אנונג פון וואס די קליפ רעדט בכלל.

את"ל עס איז יא אזוי, ווי אזוי העלפט לב לילד צו אז די מאמעס זאלן האבן די פולשטענדיגער קאנטראל אויף די קינדער און נישט פאלגן די ד"ת וכדו' און דאן צו העלפן צו די רשעות פון נישט צו לאזן די טאטעס צו זייערע צאן קדשים, אפשר איז כדי די קינדער זאלן יא קענען געניסען פון זייער פאטערליכע ליבשאפט ווי איידער זיין א פיפטע ראד ביים עסקן וואס נעמט איהם אין שוהל.

לב לילד גייט ענטפערן אביוזערס, מיט ווער ווייסט וואס נאך. דאס איז איין קעיס פון טויזענט.

די אלע עקטארס וואס שפילן אויף די מאווי זענען בארימטע אקטיארן פאר אפאר פיאסטער זענען זיי גרייט פאר עני-טינג, און זענען טאקע אפשר אויך קינדער פון עלטערן וואס זענען געווען צו טיילט. און אויב האט דער אקטיאר נאך געהאט א שווערער יוגענט פון אזא שטוב איז פילפאכיג בעסער, אבער איך זאג אייך צו, גייט צו און פרעגט זיי, איז עס ממש אזוי ? די ענטפער וועט זיין אמממממ נישט ממש עטוואס איבערגעטריבען אבער וכו'

זייט וויסען, איך נעם נישט אוועק די אייציעלענע פעלער פאקטן וואס עס איז יא אזוי, רוב מאל איז עס נישט. עס איז נאר אז די מאמע האט פערזענליכער ווענדעטא אנטקעגן דעם פאטער פון אירע קינדער וועט זי דערפאר מפקיר זיין אירע קינדערס בלוט מיט די הילף פון לב לילד.


הרף!!! לאזט אייך אפ פון אונזערע קינדע און העלפט נישט די מאמעס נישט לאזן זעהן די טאטעס פון אונזערע קינדער און סטיגמעטייז נישט אלע קינדער פון צוטיילטע עלטערן ווען רובו ככלו זענען די פראסעס זייער איידל און בכבודיג אוזער ווען עס איז דא עסקנים ווי לב לילד, און פריוואטע מענטשען וואס העלפן די מאמעס אנטקעגן די טאטעס.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר