פאר די פון אונז וואס פילן אז זיי האבן פארפאסט לימודי חול, נעווער טו לעיט. אז רבי עקיבה האט געקענט אנהייבן לערנען ביי די פערציג מיט א ליידיגע קאפ, קענען מיר - גמרא קעפ - אודאי. ספעציעל אין די אינטערנעט עפאכע וואס ימים פון אינפארמאציע זענען ציגעשטעלט אויף א גאלדענע טאץ.
אבער דא עקא, אז טאקע ווייל ס'איז דא אזויפיל אינפארמאציע ארום, איז שווער צי טרעפן די ריכטיגע תוכן אויף די ריכטיגע לעוועל פאר בעגינערס. ס'דארף זיין א באלאנס פון קורץ אבער היקפ'דיג, פאר בעגינער אבער נישט קינדעריש, און וויכטיגע נושאים און נישט פארפאטשקעט צייט.
אלזא, האב איך געקלערט צי עפענען דא אן עלעמענטרי סקול פאר היימישע יונגעלייט, ח"ו נישט קיין קאלעדזש, און ווער עס האט גוטע סחורה זאל ביטע ברענגען להרוות נפשות הצמאות.
בעניני:
סייענס
היסטארי
גיאגרעפי
שפראך
קולטור
וכו וכו
ומלאה הארץ דעה עבג"צ בב"א
ביטע נאר ברענגען זאכן וואס פיטן די אויבנדערמאנטע קרייטעריע. נישט סתם אינטערעסאנטע לינקס אהער טשענעלס וכו'. בקיצור, חומר וואס די וואס גענוצט ווען דו וואלסט געווען אונזער טיטשער.
א דאנק
לאמיר גיין אין עלעמענטרי סקול
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1144
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5596 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1351 מאל
לאמיר גיין אין עלעמענטרי סקול
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
דער אשכול פארמאגט 24 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן