כ"א כסליו, יום הצלה והשחרור פון כ"ק מרן מסאטמאר זי"ע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל

כ"א כסליו, יום הצלה והשחרור פון כ"ק מרן מסאטמאר זי"ע

שליחה דורך לייביששרייבער »

היינט כ"א כסליו פראווען צענדליגער טויזענטער סאטמאר חסידים פון גרעיטער ניו יארק און ווי אויך איבער די גארער וועלט דעם יום הצלה והשחרור פון זייער רבי'ן, דער רבי הק' ר' יואל טייטלבוים זי"ע ועכי"א.

וואו אימער עס וואוינט נאר א חסידישער איד איז אויך פארהאן א סאטמאר ביהמ"ד מיט א חסד אפאראט וואס דער סאטמאר רבי זי"ע האט אריין געפרעגלט אין זיינע חסידים. אן חסד קען מען קיין סאטמארער חסיד נישט זיין. די צדקה וואס ווערט פארטיילט צווישן די סאטמארער חסידים שטייגט איבער סיי וועלכע אינסטיטוציע סיי וואו איבער די וועלט. אי לאו האי יומא וואלט די חסד צווישן היימישע אידן געווען פילפאכיג ווייניגער ווי עס איז איצטערט נאך וואס דער סאטמאר רבי רבי יואל זי"ע האט אהערגעשטעלט.

======

אינמיטן סאמע די צווייטע וועלטס קריג האט מיט $50,000.00 הרב ר' מיכאל בער ז"ל אפגעהאלטן אריבער 30,000.00 סלאוואקישע אידן צו ווערן דעפארטירט אין א משך פון עטוואס איבער צוויי יאר.

ווי נאר הרב ר' מיכאל בער האט געזעהן אז מיט געלט קען מען אזויפיל אויפטוהן, האט ער אנגעהויבן ארבעטן אויף א ברייטערע פלאן צו ראטעווען אלע אידן וואס זענען נאך נישט דעפארטירט געווארן פון גאנץ אייראפע צו ווערן פארשוינט פון ווערן דעפארטירט. דער פלאן האט זיך דאן גערופן "דער אייראפע פלאן" וואס איז אריין אין קראפט ווי נאר די נאציס האבן אקופירט אונגארן אין מערץ 1944.

ווען די נאציס זענען אריין אין אונגארן זענען זיי שוין געוועזן עטוואס אויסגעברענט אין כמה פראנטן, די רוסישע האבן שוין דאן געפליקט פון די נאציס לעבעדיגע שטיקער אין פוילן, און ווי אויך אין קארפאטן און נאך אסאך געגענטער ווי די נאציס האבן זיך שוין נישט אזוי שנעל פאראויס גערוקט ווי זיי האבן זיך געריקט אין די סאמע ערשטע דריי יאר פון זייער אינוואזיע איבער די אייראפעישע מדינות. דאן האט וואסליציני אויפ'ן הוראה פון הרב מיכאל בער ז"ל געברענגט א פלאן צו די אידן-ראט אין אונגארן. דער פראפאזעל האט דאן געלויטעט, ער איז גרייט מוותר צו זיין אויף א דעפארטאציע פון א מיליאן אידן פארן סכום פון צוועלף מיליאן דאללער, ד.מ. צוועלף טאלער פער קאפ.

עס איז בכלל נישט קיין סך געלט געוועזן, עס האט געקענט פאסירן ווען נישט די ציונים אין אונגארן סאבאטזשירן נישט דעם פלאן פאר זייערע פריוואטע אגענדעס.

פאר דעם צוועק האט זיך יואל בראנד און רודאלף קאסטנער געשטעלט בראש פון די מצילים, און אנשטאט ארייננעמען די מיליאן אידן אין די הצלה פלאן האבן די צוויי נאר פאקוסירט אויף די ציוניסטשע היץ קעפ און פארטיי פירער.

אייכמאן שר"י וואס איז געווען אפיציעל געשטעלט אויף די אידן פראגע פון אונגארן (אייראפע) האט געשיקט יואל בראנד אלס שליח קיין איסטאנבול צו די דארטיגע אידן אנפרעגן צו זיי ווילן געבן פאר די נאציס טראקס, מיט נאך מיליטערישע איינריכטונגען, פאר אן אויסטויש וועלן די נאציס שענקען אידיש בלוט. ד.מ. אז מען וועט נישט דער'הרג'ענען א מיליאן אידן פאר די שיפמענט פון TRUCKS (פרטים וואס זיי האבן פארלאנגט, ווי פאלגענד. טויזנט טאן פון טיי, טויזענט טאן פון קאווע, און 10 טויזענט טראקס).

אבער משה שארעט, יצחק גרינבוים, און די אנדערע מיטגלידער פון די ציוניסטישע אגענטור אין איסטאנבול, האבן מחליט געווען נישט איינצוגיין פאר דעם אפמאך, אפי' עס מיינט אז דאס לעבן פון אזויפיל אידן זענען איינגעשטעלט, מיט'ן טענה אז די בריטישע הערשאפט מיט זייערע עלייס אמעריקא קאנאדא וכדו' וועלן נישט זיין צופרידן אז אידן שיקן מאטריאל פאר די דייטשן צוצוהעלפן זייער מלחמה סוקסעס, און העלפן ארויס די דייטשן אין די צייט וואס זיי זענען שוין אזוי צודריקט, און עס קען זיי צוגעבן צייט צו פירן די קריג. פאר אן עונש וועט די בריטישע מאנדאט נישט געבן די צוזאם געפאלענע אטאמאנישער קאלאני אין פאלעסטינע פאר די ציונים צו קענען האבן זייער אייגן לאנד.

דערפאר האט מען פון יואל בראנדס פארלאנג געמאכט א שווייג, מען האט דאס נישט ארויפגעלייגט אויפן טיש און פארטיג.

ווי אזוי האבן זיי דערשטיקט דעם מעסעדזש?

נישט מער נישט ווייניגער, די ציוני'סטישע אגענטור האט אריינגענארט יואל בראנד קיין מצרים אומלעגאל, אים דורכטראגנדיג דעם טערקישן גרעניץ קיין סיריע, און דארט האבן איהם די גרעניץ וועכטער גענומען אין א תפיסה קיין מצרים וואו ער האט נישט באקומען קיין צוטריט צו קיינע מענטשן, און זיכער נישט פאליטיקאנטן, פאר חדשים לאנג, און אזוי האט ער נישט געהאט פאר וועמען איבערצוגעבן זיין בקשה צו קענען ראטעווען די אידן פון אונגארן.

בינו לבינו האט אייכמאן געזעהן אז עס קומט נישט קיין ענטפער, האט ער מיט א שנעלקייט און פונקטליכקייט אנגעהויבן מיט די דעפארטאציעס שנעלער ווי בעפאר.

נאך די דורכגעפאלענע רעטונגס פלאן וואס עס איז שוין כמעט נישט געווען וועם צו ראטעווען אויף א מאסן אופן, האט רודאלף קאסטנער אונטערן טיש ווייטער געארבעט מיט אייכמאן אויף א קליינעם סכום מענטשן, נישט מער ווי צוויי טויזענט מענטשן פאר וועמען וועט קאסטנער שוין לאזן וויסן, אבער פאר א סך א גרעסערע סכום פער מענטש. פארשטייט זיך אז עס זאל זיך לוינען פאר אייכמאן נאכאמאל אויספרובירן קאסטנער צו ער קען אויפקומען מיט די געלטער. פארשטייט זיך, קאסטנער טאר נישט פאר קיינעם פארציילן פון דעם פלאן ביז נאכן אויספירן.

אין יאר 1960 אין אן אינטערוויו מיט אייכמאן און א דויטש-נאצישע דזשורנאליסט וויליאם סעסען אין ארגעטינע (די אינטערוויו איז געדריקט געווארן אין די לייף מעגעזין אין ארגענטינע) זאגט אייכמאן פאר ווילאם סעסען אז רודאלף קאסטנער האט צוגעזאגט צוצוהעלפן אייכמאן נאך וואס זיי האבן איינשטימיג מסכים געווען אויף די קליינע צאל מענטשן נישט צו ווערן דעפארטירט, אז ער קאסטנער וועט מאכן זיכער דורך די אידן-ראט אפיס אז די ווייטערדיגע דעפארטאציעס גייען צו מיט א רואיגקייט כדי עס זאל נישט נעמען צו לאנג צו לאדענען אז מען זאל קענען פארלאזן די שינעס פלאטפארמעס ווי אמשנעלסטן (דער ענדע פון דער דייטש איז שוין געווען נאנט און זיי האבן נאך פרובירט פארטיליגן וויפיל מען האט נאך געקענט) און ווי אויך וועט ער צושטעלן פאליצייאישע וואך אין די קעמפס ווי אלע העפטלינגען וועלן פארהאלטן ווערן ביז זייער לעצטער דעסטינאציע אוישוויץ.

נישט קיין שלעכטער געשעפט פאר אייכמאן. ער באקומט געלט אין טאש אריין וואס דארף נישט איבערגעגעבן ווערן פאר'ן רייך, און ווי אויך אידישע הילף אז די דעפארטאציעס זאלן דורכגיין שטיל אן קיין ווידערשטאנד אינצידענטן, און קאסטנער באקומט צוויי טויזענט פארטיי פירער.

אנהייב חודש מאי 1944 האט קאסטנער מיט נאך אנדערע פארטיי פירער באקומען א רעפארט וואס איז גערופן געווארן ווערבע-וועלצער רעפארט, וואס איז געשריבן געווארן דורך ווערבא וועלצער און צוויי אנטלאפענע פון אוישוויץ האבן מיט זיך מיטגענומען די רעפארט עס צו געבן פאר די פארטיי פירער וואס רודאלף קאסטנער איז געשטאנען בראש, ווארענענדיג די אידן-ראט נישט צו מאכן די זעלבע טעות וואס די פוילישע אידן-ראט האט געמאכט און זיך געלאזט פארנארן פון די נאציס און אזוי האבן רוב פוילישע אידן-ראטס צוגעהאלפן די דעפארטאציעס, נאר זיי זאלן וויסן אז די דעפארטאציעס גייען קיין אוישוויץ, און דארט איז אויך געשטאנען וואס עס טוהט זיך אפ אין אוישוויץ און ווי אוישוויץ קאכט ווי א קעסל מיט פארגאזן און פארברענען די מערסטע גופים וואס מעגליך, ווייל עס גייט גאר בקרוב אנהייבן אריינפליסן נאך הונדערטער טויזענטער העפטלינגען פון די אונגארישע שטעט. פארשטייט זיך אליינס אז די רעפארט איז פארוואסערט געווארן און באהאלטן געווארן אז קיינער זאל דערפון נישט געוואר ווערן, כדי נישט צו פארלירן דעם אפמאך פון אייכמאן, און עס זאל נישט פארקומען קיין שום רעוואלטן ביי די קומענדיגע דעפארטאציעס, ווייל דאן וועט קאסטנער האבן פארלוירן דאס געשעפט וואס ער האט געמאכט מיט אייכמאן.

חדשים שפעטער האט רייוועל כץ געשיקט די רעפארט קיין שווייץ באיזה אופן, וואס דארט איז די רעפארט געדריקט געווארן פאר'ן פובליק צו ליינען. דאן ווען די שווייצערישער גאווערמענט האט באקומען א ידיעה דערפון און עס אפגעשיקט צום רויטן קרייץ וואס האט דערמיט געמאכט א וועלטליכע וויי געשריי און די נאצישע אונגארישע גאווערמענט וואס האט געהאלפן אייכמאן מיט די דעפארטאציעס האט מיט געוואלד און דרוק פון די וועלט געמוזט פרובירן אפשטעלן די דעפארטאציעס, דאן האט מען שוין געהאט אוועקגעשיקט איבער פיר הונדערט און דרייסיג טויזענט אידן קיין אוישוויץ, וואס רוב פון זיי זענען ליידער אומגעקומען ווי נאר זייערע פיס האט געשטעלט די ערשטע טריט אויף די אוישוויצער באדן, הי"ד.

רודאלף קאסטנער האט ביי זיין אייגענע פארהער זיך מודה געווען אז אפי' די גליקליכע 1684 מענטשן וואס זענען שוין יא אנגעקומען אויף די רעטונגס באן איז שפעטער געווארן אפגעהאלטן און כמעט ערווארטעט די זעלביגע גורל ווי דער אלגעמיינער אונגארישער אידענטום, ווען נישט די שווערע טויזענטער דאלארן וואס מען האט נאכאמאל באצאלט, וואס רוב דערפון זענען געקמען פון די ארטאדאקסישע אידישע געמיינדעס פון בודאפעסט-אונגארן. די פאקט אז רוב פון די געלטער צו ראטעווען דעם ספעציעלן צוג איז געקומען פון די ארטאדאקסישע געמיינדע פון בודאפעסט און בשכר זאת האט ער געמוזט ארויפנעמען די פאר ארטאדאקסישע אדמורי"ם אויפן באן.

אדמו"ר מסאטמאר זי"ע, ר' חיים ראטה וואס האט אליינס באצאהלט א ריזיגער סכום, הרה"צ ר' יונתן שטייף זצ"ל, און ר' שלמה צבי שטראסער ז"ל.

כאטשיג וואס א ריזיגער סכום איז געווארן באצאהלט פארן סאטמאר רב'ס קאפ, האט קאסטנער בשו"א נישט געוואלט ארויפלאזן דעם רבי'ן זי"ע אויפן באן מיט די גליקליכע, ווייל ער איז א שונא ידוע פאר ציוניזם. אבער נאך וואס זיין שווער דר. יוסף פישער (הויפט קאנצעלאר פון קלויזענבורג ארטאדאקסיע) האט געזאגט "אדער דער סאטמאר רב אויך אדער קיינער", האט רודאלף נישט געהאט קיין ברירה און נישט געמאכט קיין איבערקערעניש דערוועגן.

ווען די באן האט דערגרייכט שווייץ און די אלע רייזענדע זענען שוין געווען על מי מנוחות, האט אמאל דער רבי זי"ע באגעגנט דר. פישער אין די גאס, דער דר. פישער שטעלט אפ דעם רבי'ן און זאגט פארן רבי'ן ווי פאלגענד: דער רבי פארשטייט אליינס אז איך און מיין איידעם האבן נישט געהאט אין פלאן צו ארויפלאזן אויף די באן וואס איז געווען געווידמעט פאר די פארטיי פירער, אבער אן אנטי ציוניסט מאן דכר שמי'. נאר וואסזשע דען, אפאר נעכט פאר די פלאן מיט די ליסטע זענען פארטיג געווען האב איך אויסגעקרויזט דעם רבינ'ס נאמען, אבער די יעניגע נאכט זעה איך מיין מאמע בהקיץ שטיין איבער מיר עד כדי צו דערווערגן, מיך ווארענעדיג צוריקצולייגן דעם רבינ'ס נאמען און זיך נישט דערוואגן איהם צו פארראטן, און אויב וועט די רבי נישט זיין אויף די באן וועט די הצלה נישט מצליח זיין! דער דר. יוסף פישער איז נישט געוועזן קיין קטלא קניא, זיין טאטע מאמע גאר ערליכע פרומע תורה'דיגע אידן און א פעטער פון הרה"צ ישראל יעקב פישער ז"ל ראב"ד פון עדה הרדית אין א"י.

אבער מיינט נישט אז די הצלה איז געגאנגען געשמירט, ארויף אויפן באן און גלייך געפארן קיין שווייץ. אנקומענדיג צו די אוסטרישע גרעניץ האט זיך דער באן אויפגעהאלטן דארט צוויי טאג, די גרעניץ וועכטער אין אוסטריע האבן די באן נישט געלאזט פארן ווייטער נאר פארקירעוועט דעם באן אויף א צווייטע דירעקציע. לאן אתה הולך? קיינער ווייסט נישט, אבער מען פארט. נאך אפאר טאג פארן האט זיך די באן נאכאמאל אפגעשטעלט אינמיטן פעלדער און וועלדער, פוסט און ליידיג, נישט וויסנדיג מאין באת, און זיכער נישט לאן אתה הולך. האבן זיך די מענטשן ארויסגעזעצט אינדרויסן צו שעפן עטוואס לופט, און די מענטשהייט זעהט ווי די קאנדאקטארס טענה'ן זיך ארום צווישן זיך, פרעגן זיי וואס גייט פאר, ווי פארט מען? "מיר האבן באקומען א באפעל זיך צו פארקירעווען קיין פוילן צו אוישוויץ"... א פחד א שרעק, דער עולם פאלט אוועק.

דער רבי זי"ע איז דער איינציגער פונעם באן וואס האט דאן געהאלטן קאפ.

דארט אינעם באן איז געווען א מיידל וואס האט נישט אויסגעקוקט ווי קיין אידישקע, האט דער רבי מייעץ געווען אז זי זאל פון דאנעט זיך זעהן צו דערקייקלען קיין בודאפעסט צו די אדרעס פון חיים ראטה און איהם פארציילן וואס דא גייט פאר.

חיים ראטה, צוזאמען מיט רודאלף קאסטנער זענען שנעל געלאפן צו אייכמאן מיט א טענה היתכן? דער צורר היהודים צושמייכלט זיך און ענטפערט קיהל, עס זעהט אויס אז עס איז דא א שטיקעל טעות. איך האב געשיקט דעם באן קיין אוישפיץ אין סודעיטן געביט, און איינער האט פארשטאנען אוישוויץ. אבער קיין פראבלעם, אויב די באן גייט אויף אוישוויץ וועל איך דיר געבן א צווייטע באן אנגעפילט אנשטאט די איצטיגע באן.

חיים ראטה האט זיך צובייזערט און פראטעסטירט, איך האב דירעקט באצאלט פאר די און פאר געוויסע הויכגעשעצטע פערזאנען וואס זענען אויף איר, א צווייטער באן פאררעכט נישט דעם מיסטעיק! ווייסטו וואס, זאגט דער אייכמאן מיט די זעלבע מאס רואיגקייט, וועסט מיר צולייגן א גרויסן סכום וועל איך פרובירן צו פאררעכטן די טעות.

חיים ראטה האט נישט געטראכט קיין צוויי, ער איז געלאפן ברענגען צו אייכמאן א ריזן סכום עוד הפעם, און דאן האט זיך דער באן פארדרייט און געפארן צום בערגן בעלזן לאגער ווי די נאציס האבן געווארט פאר פינף חדשים אז די אידן פון די פרייע וועלט זאלן זיך צוזאם קראצן און ברענגען נאך געלט צו ראטעווען נאך אידן פון פארטיליגט ווערן.

דער באן האט זיך דאן ארויסגעלאזט נאכאמאל, און דאן האט דער באן פאר א קורצן אפשטעל זיך אפגעשטעלט אין בראטיסלאווע סלאוואקיי, און דארט האט דער רבי זי"ע גערעדט צו לאקאלע אידן וואס האבן איבערגעגעבן די נייעס פאר ר' שלמה גפן, א חסיד פונעם רבין זי"ע, און האט געשריבן צו א שוואגער זיינער משה גראס וואס האט דאן געוואוינט אין שווייץ. ר' משה גראס האט דאס איבערגעגעבן פאר הרב ר' יצחק שטערנבוך, דער עסקן הידוע וואס האט געארבעט פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת צו ראטעווען און גרינגער מאכן פאר די אידישע קינדער אין די באטראפענע ראיאנען. ר' יצחק שטערנבוך האט גענומען די נייעס און עס געטראגן צו די מלחמה רעפיודזשי באורד אין וואשינגטאן.

רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל אין סלאוואקיי מיט זיינע מיטארבעטער האט אלארמירט די וועלט טאג און נאכט ביז בדרך אשר לא דרך איז געקומען געלט א טראפ נאך א טראפ, ביז עס האט זיך צוזאם געזאמעלט נאך א סכום וואס די נאציס האבן פארלאנגט פאר דעם טראנספארט, וואס זעענדיג אז די טראנספארט זענען דא שטארקע בעלנים וואס ווילן דאס זעהן אויף דער פריי האבן זיי געקוועטשט אויף דעם נאך און נאך. (דאכט זיך אז פון די ציוניסטישע פארטיי איז נישט געקומען קיין שום אנטראגע פון פרישע געלטער).

סאלי מאיר, וואס איז געווען די הויפט פארזיצער פון די דזשוינט אין שווייץ, האט געהאט גענוג געלט וואס מען האט געדארפט פאר די הצלה פלאן פון הרב ר' מיכאל בער זצ"ל, אבער ער האט ג'עטענה'ט אז מען קען דאס נישט טוהן ווייל די טראקס גייען קיין דייטשלאנד וואס איז שווער צוקלאפט ביי די רוסישע פראנט, און די דייטשן וועלן מאכן זיכער אז די רוסן דערוויסן זיך אז די פרישע זאפאסן קומען פון אידן אין אמעריקא און ענגלאנד, וועט דאס דאך מורא'דיג אנבייזערן די רוסן אנטקעגן אמעריקא און ענגלאנד, און אזוי וועלן די רוסן נישט זיין פאראייניגט מיט די אליאירטע קרעפטן אין דעם קריג, דאן וועט די מלחמה אריין גיין אין א פרישע פאזע און עס וועט געבן גאזאלין פאר די דייטשן צו קענען אנהאלטן עטוואס לענגער, דאס וועט נישט גוט אויסקלאפן. אפי' דאס געלט פאר די בערגן בעלזן טראנספארט האט דער סאלי מאיר נישט געוואלט ריליסען צו דעם דייטש, עד כדי כך אז ר' יצחק שטערנבוך האט פון פריש אליינס צוזאם געקראצט דאס געלט און איינגעהאנדלט 30 טראקס פאר די דייטשע מיליטער כדי צו קענען באפרייען דעם באן פון בערגן בעלזן און נאך אידן פון די שווייצערישער אידן און ווי אויך עטוואס פון בודאפעסט. ווי נאר סאלי האט דאס דערהערט איז ער געווארן אזוי כעס'יג, ער האט זיך אנטזאגט צו שיקן הילף קיין בודאפעסט פון דאן אן ווייטער.

ענדליך נאך די אלע אנשיקענישן אהער און אהין דעצעמבער (כ"א כסליו) 1944 איז די באן ארויסגעפארן פון בערגן בעלזן קיין שווייץ. אבער עודך, אינמיטן אוסטריע גאר נאנט צו דער שווייצער גרעניץ האט די באן זיך ווידער אפגעשטעלט און געשטאנען פאר שעות ארוכות אן קיין שום הסבר על מה ולמה. פארשטייט זיך די פאסאזשירן זענען ווידער אריין אין פאניק, זיי זעהען וואספארא חכמות די דייטשן מאכן דא מיט זיי, זיי זענען די שאך שטיקער וואס דער דייטש שפילט מיט זיי. נאך אסאך שעות שטיין איז ארויפגעקומען א סאלדאט מיט די דייטשע עס.עס. מונדירן און פארלאנגט פון אלע פאסאזשירן בלי שום יוצא מן הכלל זיך צו נעמען זייערע חפצים און אראפגיין פונעם באן. הימלער בכבודו ובעצמו האט באקומען אינפארמאציע אויף דעם באן און זיך בכלל נישט רעכענדיג מיט אייכמאן האט באפוילן אלע פאסאזשירן גלייך פון דארט קיין אוישוויץ אן קיין שהיות.

בשעת דאס פאסירט דא כמעט ביי די גרעניץ, טוהט זיך אפ אין בודאפעסט א געפעכט מיטן קאליניאל פון די עס.עס. גאווארדיע קורט בעכער, און זאגט אז אויף די טראנספארט קומט מען נאך א רעשטע פון $64,000.00 ד.מ. אז די טאטאל פרייז פאר די 1684 מענטשען האבן די נאציס פארלאנגט א סה"כ פון $1,684,000.00 און די פיר און זעכציג איז נאכנישט באצאהלט און אויב איז דאס געלט נישט דא אין א טאג-צוויי זענען די פארהאנדלונגען געענדיגט, און קיין אוישוויץ עס פארט.

סאלי מאיר אנטזאגט זיך פון באצאלן אפי' ער האט באקומען געלט פאר די צוועק אבער מיט די זעלבע טענה פון בעפאר קאן ער קיין געלט נישט אויסלייגן.

אין שווייץ איז דערגאנגען די ידיעה פונעם באן אפשטעל הארט פאר די שווייצער גרעניץ, און הרה"ח לייביש רובינפעלד ז"ל איז געגאנגען אפווארטן דעם באן ביים גרעניץ. נאך אזוי לאנג ווארטן האט ער פארשטאנען עפעס גייט פאר, נאכ'ן מברר זיין אז מען שלאגט זיך אויף די באלאנס, איז איהם איינגעפאלן צו משחד זיין דעם לאקאלער פארשטייער צו מאכן א שווייג און זאגן אין די הויפט קווארטיר אז עס איז שוין נישט געוועזן בידו צו אפשטעלן דעם באן.

דער לאקאלער אפיציר הערמאן קרומי איז בלינד געווארן פאר דאס געלט. געזאגט און געטוהן, ער האט געהייסן זיינע חברה צוזאם פאקן דעם באן מיט די מענטשן מיט די זאכן און ויסעו.

ווי קומט קאסטנער אריין אין זיין א חלק פון דעם רבינ'ס זי"ע הצלה ווייס איך נאך נישט. אויב איינער קען די פאקטן אנדערש ביטע, די פלאטפארמע איז אייערס.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר