שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 10:25 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אליינס און מיינע השקפות און דעות ווי איך געפין זיך, איך וויל זייער פארברענגען מיט חברים דא וואס פארשטיין צי נושאים און דברים העומדים ברומו של עולם. איך פלעג אסאך ליינען נאך פאר מהאט געמוזט איינשרייבן.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 1:47 am
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לכבוד מנהל הרב קאווע שטיבעל שליט"א
אני רוצה להיות מעמבער בהשטיבעל.
אשמח מאוד
איוב איך קען ווערען אנגענומען אין אזא חשובע פלאץ אין העלפן ארום אין ארום....
ישר כוח למפרע
גאון הגאונים
אני רוצה להיות מעמבער בהשטיבעל.
אשמח מאוד
איוב איך קען ווערען אנגענומען אין אזא חשובע פלאץ אין העלפן ארום אין ארום....
ישר כוח למפרע
גאון הגאונים
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:29 am
- האט שוין געלייקט: 201 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
עס איז מיר א כבוד צו זיין איינגעשריבען אין אזא חשוב'ע פלאץ ווי מען שמועסט אויס כל מיני ענינים אפענערהייט בדרך הראוי והנכון סיי אין מילי דעלמא סיי אין מילי דשמיא
אויך אינטערעסירט מיר שטארק חסידישע פאליטיק
אויך אינטערעסירט מיר שטארק חסידישע פאליטיק
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:22 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אני בן אדם שמאוד אוהב לדעת ולקרוא המון דברים והוסתבבתי בחיים שלי בהמון מקומות וקראתי המון דברים ואני רוצה לדעת האמת של הדברים ומה שמסתתר מתחת ומה שלא מספרים אצלינו וזה המקום היחיד שבאמת כותבים ויכולים לדעת באמת מה מסתתדר מתחת להכל והכל על טהרת הקודש
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אין בין א "פשוטע" אינגערמאן אין איינע פון די גרויסע אידישע שטעט, איך האב הנאה צו ליינען די זאפטיגע געשפרעכן אויף קאווע שטיבל, און איך קוק ארויס צוצוגעבן מיין צוויי צענט
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב געלערנט אין סאטמאר ישיבה על דרך הסלולה מרבינו הקדוש אין מהאט מיר אייביג אראפגעלייגט אז סאטמאר איז א חסידות נישט וואו אלע אנדערע פלעצער וואס פארנעמען נישט א צווייטען און אז סאטמאר איז אפען פאר אנדערע געדאנקען וכו אבער מיט די יארן האב איך געזען אז דאס איז ווייט פון אמת. אויך איך האב זייער ליב יודישע היסטאריע וואס האט נישט קיין צענזור אויך האב איך ליב צו שמועסן זאכן וואס מקען נישט נישט שמועסן ברבים אין בתי מדרשים
- עמקות התם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:14 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום וברכה חברים יקרים ואהובים,
עמקות התם דאס איז דאך די ערשטע זאך וואס איר האט זיך באגעגנט מיט מיר, דאס איז דאך מיין פרצוף, איז וואס באדייט עס, דרייען זיך אנשים און שטעלן אוועק דעם נורמ׳ מיט כל מיני חכמה הן מלמעלה הן מלמטה עד שאין להם שיעור פאר דיין אייגענעם, איז דא איין שכל וואס איז למעלה מטעם ודעת וואס דאס איז די סוד פין תם דעם שכל דעגרייכען נישט אלע אינדוסגענדיגע, דאן איז דא דעם מעגליכקייט צו מאכען קשרים מיט דיר און דעם אלע ארומיגע און מיט טיילען אביסעל פין דיין נקודה.

"You are not your thoughts; you are the observer of your thoughts"
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 4:36 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן
נארוואס לעצטנס געוואר געווארן איבער די זייטל,
איך בין בטבע זייער א שעמעוודיגער.....
כ'האף אז איך וועל זיך טרעפן דא דאס פלאץ
לאורך ימים בעז"ה....
נארוואס לעצטנס געוואר געווארן איבער די זייטל,
איך בין בטבע זייער א שעמעוודיגער.....
כ'האף אז איך וועל זיך טרעפן דא דאס פלאץ
לאורך ימים בעז"ה....
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:48 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
זייער פשוט! איך זיך א פלאץ ווי מען קען ליינען און זיך ארויסגעבען אן די אזוי גערופענע צענזור וואס די אנדערע אידישע וועבזייטלעך האבען ארויסגעשטעלט, זיך ליפטערן און פארברענגען און זיך ארויסגעבען אויפ א געשמאקע אופן און 0ראבירעו צו צודעבען צו די געשמאקע אטמאספערע!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן איך מין נישט קיין רויטער אבער איך גלייך די קאליר, מיר גלייכן זייער די ידיעות און ברייטקייט פון קאווע שטיבל און ליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל מיר פלאנען צי שרייבן פעם לפעם אדער מפעם לפעם, ביטע אננעמען מיין ניק
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 3:43 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
געווען א מעמבער און נישט געשריבן גענוג, און מיר נעמען זיך פאר מער צו שרייבן מיר וואוינען אין בארא פארק און ארבעטן אין בושוויק, מיר טרייען זיך צו האלטען פריש און האבן זייער האנאה פון קאווע שטיבל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 5:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נייגעריג פאר א סייט אויף אידיש צי ליינען היימישע נייעס א פלאץ צי פאברענגען איך בין א פלענע אינגערמאן צווישן חסידישע אידן אין האב נישט וואס צי שרייבן אן צי קומען צי פערציג ווערטער איך האף אז דעס וועט זיין גענוג
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 10:47 pm
- האט שוין געלייקט: 33 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קאווע שטיבל איז נישט ניי פאר מיר. אסאך מחשבות און געדאנקען איבער אונזערע געזעלשאפט וואס מען הערט נישט אין ערגעץ קען מען טרעפן דא. הגם איך בין נישט מסכים מיט אלע דעות און אלס ערליכע יוד וויל איך נישט אז יעדעס זאך זאל זיין ווי מען זאגט אפ טו דיסקאשין, אבער דאך איז דא דא גענוג און נאך עינינים וואס מען קען הערן פון אן אנדערען פרעספעקטיוו.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:54 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו ליינען יידיש און זיך איינקויפען ידיעות און וואס מער נושאים. און ווען איך האב וואס צוצוגעבען זאל נאך איינער הנאה האבען פןן די ידיעות וואס איך האב.
איך בין איבער די 30 חסידיש במקור און אביסעל נאכאלץ.
איך בין איבער די 30 חסידיש במקור און אביסעל נאכאלץ.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב נייעס מהנעשה והנשמע בעולם, אוודאי א גלאז קאווע קען נישט שטערן, צו הערן אפאר גוטע ווערטער פון אונזערע ברודער אויף די גאנצע וועלט, ספעציעל און אזא צייט ווי יעצט, וואס איעדער קען ניצען דברי חיזוק ודברי שמחה אנצוגיין מיטן טאג טגליכן לעבן
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אַ געטרייַער ליבהאָבער פון ייִדישער קולטור און געשיכטע. איך הנאה פון לערנען און דיסקוטירן ייִדישע טעמעס, ספּעציעל אין די געביטן פון ליטעראַטור און פילאָסאָפיע. אויך האָב איך אַ פּאַסיע פֿאַר מוזיק און טראַדיציאָנעלע כלים. מיין ציל איז צו טיילן און פארברייטערן דאָס רייכטום פון ייִדישקייט דורך דיאַלאָג און געמיינזאַמע לערנען.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א ביזנעסמאן אין שרייבער וואס געהערט צו א ספעסיפישע קהילה אבער איך גלייך אנדערע מיינונגען, פארנעם היא, אין גלייכט שטארק צו דעבעטן.
מע טוט דאס סיי אלץ ליבשאפט צו דעם אין אביסל פאר פרנסה.
מע טוט דאס סיי אלץ ליבשאפט צו דעם אין אביסל פאר פרנסה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1389 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פארוואס איז נישט א יעדע זאך אפ טו דיסקאשען מממה נפשך. אויב איז עס ריכטיג וועט די דיסקאשען נאר ארויס ברענגן און שטערקער פאראייניגן די סטענד פון וואס מען האט דיסקוסירט. און אויב נישט וועסטו דאך אליינס זעהן אז וואס די לויפסט אוועק פון דיסקאשענס איז בכלל נישט די אידישקייט פון וואס אידישקייט איז געווידמעט אויף.טל ומטר האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:44 pm קאווע שטיבל איז נישט ניי פאר מיר. אסאך מחשבות און געדאנקען איבער אונזערע געזעלשאפט וואס מען הערט נישט אין ערגעץ קען מען טרעפן דא. הגם איך בין נישט מסכים מיט אלע דעות און אלס ערליכע יוד וויל איך נישט אז יעדעס זאך זאל זיין ווי מען זאגט אפ טו דיסקאשין, אבער דאך איז דא דא גענוג און נאך עינינים וואס מען קען הערן פון אן אנדערען פרעספעקטיוו.
עס איז נישטא א מושג אז דאס איז נישט אפ טו דיסקאשענס אנלעס די ווילסט זיין בלינד דערצו.
די קענסט אפשר זאגן אז די נושא איז ביי מיר אף לימיטס, פאר זיי וועלעכע סיבה, צו ווייל איך קען עס נישט, אדער איך וויל נישט געוואר ווערן אז איך לעיב אין א טעות אלע מיינע יארן. איך וויל אזוי טוה איך ווייל מיין טאטע האט מיר געזאגט אז אזוי איז ריכטיג און איך בין נישט נייגעריג צו טראכטן אנדערשט. אבער צו אפהאלטן דיסקאשענס אויף סיי וואס עס זאל נאר נישט זיין איז אין מיינע אויגן נישט קיין פארגאנג.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
טראכטען דארף מען. אלעס וועט מען/קען מען פון דיר צונעמען, אבּער דאס זאלסטו אנכאפּען שׁטארק און נישׁט אפּלאזען, לייק נעווער עגען.
ליידער היינט איז דאס שׁוין אויך געאסר׳ט, אחוץ אויבּ בּיזטו פון דעי וואס זענען מקפּיד אויף ״זמן ק״שׁ ״ - דען יו שׁאלד בּי פיין.
ליידער היינט איז דאס שׁוין אויך געאסר׳ט, אחוץ אויבּ בּיזטו פון דעי וואס זענען מקפּיד אויף ״זמן ק״שׁ ״ - דען יו שׁאלד בּי פיין.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:31 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך הער כסדר רעדן פון דעם פלאטפארמע און נאכן באזוכן דא א שטיק צייט קוקט עס אויס צו זיין זייער אינפארמאטיוו און געשמאק. אלזא ליינען האלבע זאכן ווי א בלינדער האט נישט קיין פשט, האבן מיר מחליט געווען זיך איינצושרייבן. מיט האפענונג אז איר וועט הנאה האבן, און אז איך זאל קענען צוגעבן.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 3:46 am
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב דא געזען גאר שיינע זאכן און איך קען נישט זיך אהלטן מיט מיין נייגעריקייט און איך מוז זען דעם גאנצען קאווע שטיבל, סאיז מיר זייער אינטערעסאנט
חסידשע פאליטיק אין שיינע קליפס פון זינגערס
און אויך צו לייגען ניי פרישע שיינע זאכן
חסידשע פאליטיק אין שיינע קליפס פון זינגערס
און אויך צו לייגען ניי פרישע שיינע זאכן
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 6:11 am
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אין די נושא פון אינטראווערטס/עקסטראווערטס איז שוין אסאך טינט פארגאסן געווארן, פערזענליך האב איך באמערקט אז הגם איך גלייך די הומען סביבה, און כ'על זיך בדרך כלל נישט ארויסדרייען פון ערשיינען ברבים, בתוך עמי אנכי יושבת, וועל איך דאך שפירן א פיל רוהיגערע מוח און סאך פליסיגער ארייננעמען און ארויסגעבן אינפארמאציע וואס איך קאנסום פריוואט, זאל עס זיין וואטסעפפ, אנליין, און פארומס.
מהאי טעמא איז מיר א געוואלדיגע הנאה צו זשוינען אזא תוכנפולע סייט ווי אזויפיל קלוגע יונגעלייט און עלטערע לאזן זיך ווי מ'רופט "לאאס" און גיסן אויס מאוצרם הטוב על דא ועל דהא. און איך האף טאקע צו קענען זיין א חלק אין די חשובע חבורה, ובשם השם נעשה ונצליח
מהאי טעמא איז מיר א געוואלדיגע הנאה צו זשוינען אזא תוכנפולע סייט ווי אזויפיל קלוגע יונגעלייט און עלטערע לאזן זיך ווי מ'רופט "לאאס" און גיסן אויס מאוצרם הטוב על דא ועל דהא. און איך האף טאקע צו קענען זיין א חלק אין די חשובע חבורה, ובשם השם נעשה ונצליח
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אינגערמאן וואס וויל וועלען טראכטן טיף, וואוינט בתוככי ניו יארק רבתי, אין איז אין א געהעריגע חסידישע קהלה, שיקט די קינדער אין אינזערע היימישע מוסדות לשם ולתפארת, אין עסט נאר כשר בתכלית הכשרות, שוין וואס נאך וויל דער עולם וויסן ?