א גוט מארגן חבירים, א פרישער התחדשות האט מיר געכאפט אנהייב זמן איך בין אריין אין קאווע שטיבעל כאפן א פלאץ און זאגען העלא פאר מיינע אלטע פריינט פון שטיבעל וואס האבן מיך אזוי מקרב געווען (דעם נייעם בחור וואס איז אנגעקומען אינמיטן זמן). און מעמקא דליבא וויל איך טאקע אויס דריקען מיין הכרת הטוב צו די אלע וואס האבן מיר אזוי מקרב געווען א"א לפרטם הם. אבער אפאר ניקים מוז איך ארויס ברענגען באזונדער וואס זיי זענען געווען די נחשונים און מיר אזוי מקרב זיין
@שמעקעדיג
@berlbalaguleh
@ליטוואק פון בודאפעסט
@שעפטאל
@דער גאלדענער אדלער
ואחרון חביב @אלפא וואס האט מיר היפש מאטאוואציע אריין געשיקט אין אישי.
און ווי אויך פאר די אלע וואס שטרענגען זיך ממש אן מיר צו שענקן א לייק (איך דארף מיך טאקע אליינס מחזק זיין אין דעם, צו לייקן אפטער, אי"ה איך נעם זיך אונטער טאקע מער צו לייקן ווען איך וועל שפירן אז דער תגובה דיזערווט א לייק)
און נאך א געוואלד מיט אנדערע ניקים וואס האבן געטוהן דאס זעלביגע אבער מיט די אויבן דערמאנטע האב איך פערזענליך פארפיגט באישי אדער זיך געשריבען צווישען די שורות פון די פון די תגובה'ס מיט אן הערצה נמרצת וואס האט מיר ממש דעווארעמט דאס הארץ
בעוותינו הרבים (מן הסתם די חטאים פונעם דור) האט מיך געמאכט פאר די הייליגע טעג, אז איך בין עפעס אזוי ארויס גפאלן פונעם סדר הישיבה (קאווע שטיבעל) איך בין געפלויגען דורך אויס די ימים טובים, מיין עקסעס איז געוועזען עטוואס שווער.
ענדליך די 5 וואכען יו"ט איז פארביי מאכט זיך א נאך א מעידזשאר שווערער אפהאלט פון (דעטאלן זענען איבעריג משום גילוי) פארברענגן מיט מיינע גוטע ווירטואלע פריינט וואס האט זיך געצויגן עד הנה.
איין טאג די וואך איז אריין אין מיר א רוח טהרה, ורגלי מוליכין אותי צום שטיבעל און זעהן וואס מיינע פריינט מאכן, נלך ונראה את שלום אחינו. און די גרמא בניזקין איז דא, און די טינט האט זיך ממש אויף-געלאזט און גענומען פליסען אוט-אף קאנטראל. (דער רבוש"ע זאל ווייטער העלפן)
בינו לבינו האב איך אריין געבאמפט אין די מפתח פון @שמן למאור עס איז געווען אזוי געשמאק און גרינג צו טרעפן זיינע פערל ווערטער די מים קרים שאין להם סוף, אין די נושאים וואס איך האב אן איטערעסע.
וויל איך ברבים אין פארנט פון בי"ד הגדול ד'קאווע שטיבעל פרעגן רשות פון @שמן למאור צו איך מעיג עס נאך מאכן ?
און באותו מעמד ובאותו מקום, ובחדא מחתא, האבן מיר נעכטן נאכט פארענדיגט זייער א פראוואקאטיווע ארטיקעל וואס אנבלאנגט אין די מאחורי (וואס איז אפשר צו פראוואקאטיוו אפי' פאר די מאחורי, אבער פארט איז עס ציפעדיג. ווען א באטרעפענדער אין דעם ענין טרעפט זיך צווישען די שורות וועט איהם קלאר ווערן אסאך זאכן וואס עס דריקען איהם אינערליך (וואס פארשטייט זיך אז אינדעראויסען פון זיינע אייגענע מחשבות קעמערליך וועט אזא איינער נישט ארויס טראגן זיינע טראכטונגען בנושא זו פאר קיין נברא אין די וועלט.) און די וואס טרעפן זיך נישט אין די שורות , אבער טראכט אויף א צווייטער וואס געפונט זיך אין די שורות וועט זיין דזשאדזשמענט פעסינג דראסטיש רעדוצירט ווערן. (עכ"פ אזוי מיין איך)
איך בין נאר מפחד (תמיד. אשרי אדם) צו עס איז נישט צו שטארק פראוואקטיוו און צו קאלירפול מיטן גאנצער פראכט דעטאלירט און צו די באטרעפענדע וועלן זיין צו עמפינדלעך מיט די שורות און הק' לייביש'עס קאריער אין שלום בית איז אווער ווייל דער אמת ציפט צו שטארק.
און אנדערע ווערטער אויב ליינסטו עס, איז אויף דיין אייגענער אחריות Viewer discretion advised
מיט די הקדמה וויל איך שטעלן א פאול צו מען זאל דעם ארטיקעל לייגען אדער נישט.
מפתח געזען ביי שמן למאור
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: מפתח געזען ביי שמן למאור
לייג לייג, האלט דיך נישט צוריק פון גארנישט!
און איינוועגס, שכח פאר די קאמפלימענט!
און איינוועגס, שכח פאר די קאמפלימענט!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: מפתח געזען ביי שמן למאור
דיין אחריות ?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: מפתח געזען ביי שמן למאור
אויף די וועלט קען איך נישט נעמען אחריות, אבער איך נעם אחריות אויף יענע וועלט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
Re: מפתח געזען ביי שמן למאור
ווי איז די מפתח?
שרייב וואס דיר שמעקט פאר דעם איז קאווע שטיבל געמאכט געווארן
און וועלקאם בעק! ווי מיסד יו!
שרייב וואס דיר שמעקט פאר דעם איז קאווע שטיבל געמאכט געווארן
און וועלקאם בעק! ווי מיסד יו!