וואס האט פאסירט אין דעם טאג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

וואס האט פאסירט אין דעם טאג

שליחה דורך לייביששרייבער »

סתם אן אינטערסאנטער אנאליז וואס עס לויפט מיר אין מיין קאפ זינט איך בין אזוי העפליך געווארן אויפגענומען אלץ גאסט שרייבער אפאר חדשים צוריק אין די גאר געשמאקע העפליכע ענווייראמענט, די קאווע שטיבל.

עס איז איצטערט בערך 4-5 שעה נאך וואס איך האב געגעסן נאכטמאל, צוזאמען מיט אלע התירים, צאנז, טאג, נאכט, און א גוטן דרימל וכו', איז שוין איצטערט זיכער אז ע"פ הלכה נישטא קיין ספק ספיקא צו מען קען שוין טרינקען א קאווע. מאך איך מיר א קאווע און איך קום אריין אין שטיבל מיט מיין פריוואטער קאוד וואס איך האב זיך ערווארבן ווען איך בין געווארן א מעמבער אינעם שטיבל.

ווי עס איז באקאנט פאר אלע מעמבערס, איז די שטיבעל אפן 24/7 פאר די מעמבערס וואס האבן א קאוד, פארשטייט זיך מיט די נייע תקנה, אז זיי האבן אריין געטשעקט אינעם שטיבעל כאטש איינמאל אין די זעקס חדשים. אבער איינמאל די צוויי פראטאקאלן זענען מסודר באזט די טיר פונעם שטיבל צוריק און אינעווייניג דו ביסט.

מיט די גאנצע געשמאק הייבן מיינע אויגן אן לויפן אויף די הויפט בלאט פונעם שטיבל. אזויפיל נושאים. כולם אהובים! ווי הייב איך אן ליינען, וואספארא נושא ציהט מיין אינטערעסע, און אזוי אינעם שטיבל לאזט מען דאך די מחשבות לויפן פריי (אויפדערווייל) און קיינער דיקטירט נישט מיין טראכטן גאנג אדער וואס איך מעג אדער נישט טראכטן דא. (עס הענגט א קלארער אויפשריפט דא אין שטיבל איז טראכטן פארבאטן. נישט ווי אנדערע וואס שרייבן טראכטן איז נישט פארבאטן) איך סקראול ארויף און אראפ, צופיל אפשענס. געוואלדיגע שרייבערס מיט א ים מיט ידיעות אין אלע נושאים. אין שטיבל מיט מיר געפינען זיך לייבן אין ידיעות, אנגעהויבן ביי געזעץ, און געענדיגט ביי מענטאל העלט און אלעס אינדערמיט. פראפעשאנעל טאלאנטן אנאליזירער, פון מאלן, זינגען, שפילן, עקטן און וואס נישט, לייף קאוטשינג ענד דעוועלאפמענט, מעדעצין, היסטאריקער פון אומגעשעענע צו געשעענע היסטאריע, פאליטיקער, ליטעראטור קענער, בעלי דמיון, בעלי הריון, שריפט שטעלער, נפש אנאליזירער פון שריפט-שטעלערס (אפי' אן זיך טרעפן מיט זיי), ממש יעיל אונעווערסיטי האבן נישט אונטער זייער בעלט ארויסגעגעבן קיין הונדערטסטעל כוחות וואס מיר פארמאגן דא ב"ה.

ווי מער איך טראכט וואס מיר פארמאגן דא ביינונז אין שטיבל זעה איך אז טאמער איך הייב אן אויסרעכענען וואס מיר האבן אלץ דא וועט די ווייטערדיגע טויזענטער שורות נאר באשריבן ווערן וואספארא כוחות האבן זיך דא צוזאם געזאמעלט אונטער איין דאך. ע"כ לאמיר דא אפשטעלן שרייבן וואספארא כוחות מיר האבן דא, און טראכט נאר פון סיי וואס איר ווילט נאר טראכטן, רעדן, אדער ליינען איז דא די בעסטע קוואליטעט אין די נושא דא אין דעם שטיבל.

איך קען נישט מחליט זיין וואס צו נעמען פונעם מעניו דא אין שטיבל, בלייב איך אויפן הויפט בלאט צו זעהן און כאפן וואס דא גייט נאך פאר בעפאר איך מאך מיין דעסיזשען וואס צו ליינען.

פשיהא, זעה איך פון אונטן די סכום פון וויפיל מודעות עס איז שוין געשריבן געווארן דא זינט 2012, קארגע 11 יאר. WOW נישט מער און נישט ווייניגער אריבער א האלב מיליאן מודעות פון אזאנע לייבן, אפי' די ריסערטש ענד דעוועלאפמענט פון די יונייטעד סטעיטס האט נישט אין 11 יאר ארויסגעשטעלט אזויפיל טיפע מודעות.

אריבער 15000 טויזענט אשכולות! אויך ממש נישט צום גלייבן. זייט וויסן א יעדע אשכול פאר זיך איז אן עולם מלא, ממש עמעזינג, טרעף איך זיך אויסשרייען פון אונטער מיינע וואנצען (וואס איך האב נישט).

אך, גיב זיך א כאפ... העי, דו ביסט נישט אליינס דא אין שטיבל, רעד נישט צו זיך אליינס, די אלע דא וועלן נאך מיינען איך בין צוריקט... קוק זיך אום מיט וויפיל מענטשן איך זיץ צוזאמען אין שטיבל! נישט מער און נישט ווייניגער, קוואדער צו צוויי אינמיטן נאכט זיצן אין שטיבל 52 מענטשן, 16 דערפון זענען איינגעשריבענע מעמבערס, צוויי באהאלטן זיך ערגעץ ווי אין שטיבל (די קי פעד גיט איין די אלע אינפארמאציע אויף אן עלעקטאראנישע בולעטין באורד וואס ווערט אפדעיטעט א גאנצן צייט אין שטיבל כדי די באניצער זאלן ווערן אינספערירט) און 34 וואס טראכטן נאך צו זיי ווילן דזשוינען דרייען זיך ארום מיט רשות (פארשטייט זיך לימיטעד) ווי געסט, צו זעהן צו דאס פלאץ איז געאייגענט פאר זיי.

א יעדע 15 מינוט שיקט די קיפעד אפדעיטס צו די עלעקטראנישער בולעטין בארד פונעם שטיבל אז אלע מעמבערס זאלן קענען מיטהאלטן ווי דער שטיבל ב"ה שפרודעלט, בגשם וברוח.

אבער דאן באמערק איך א קליינער הערה אויפן בארד וואס האט געכאפט מיין אויג און מיין נייגער, און דאס וויל איך דא פונעם עולם פרעגן, את אשר ישנו פה עמנו היום ואת אשר איננו פה.

וואס האט פאסירט אין דעם טאג נאוועמבער דער ערשטער אין יאר 2021? אין אידישער קאלענדער דאטום קומט דאס אויס כ"ו חשון תשפ"ב. וואס האט דאן פאסירט? וואס איז געוועזען די סיגניפיקענס פון יענעם טאג?

וואס האט דאן פאסירט, חברים, וואס האט דאן פאסירט אז קאווע שטיבל האט געבראכן היסטאריע יענעם טאג כ"ו חשון תשפ"ב. ווייסט ווער עטוואס וועגן דעם סיגניפיקענט טאג? קומט אריין ביטע מיט אן ענטפער.

די ארטיקל איז סתם געקאטשקעט אריינקומענדיג אין שטיבעל אן קיין שום אגענדע נאר סתם זיך לופטערן, איז ווער אין פאר די רייד?

אוקיי גענוג געווען עס איז שוין 3:50AM עס איז צייט צוצולענען דעם זעקל ביינער, טאמארא איז ענאדער דעי. א גוטע נאכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: וואס האט פאסירט אין דעם טאג

שליחה דורך לייביששרייבער »

א גוט מארגן עולם.
איך ווייס נישט צו עס איז נאך דא אין די קאווע שטיבעל אזא גרויסער צדיק ווי @שעפטאל. איך גוב נאר א קליינער גרבץ און איך בין גאראנטירט מיט א לייק ממש א פלעדזשור ווען נישט אותו צדיק, ווייס איך נישט צו איך וואלט אפי' געשריבען אפי' איין ווארט.

אזא צדקות דארף ווערן ארויס געברענגט אום איינערקענט.

קודאויס @שעפטאל :mrgreen:
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: וואס האט פאסירט אין דעם טאג

שליחה דורך שעפטאל »

שכוח!!
נעקסטיים טעג מיך ווייל כ'בין אביסל פארנימן דעי טעג, כ'יאג נישט אלעס אהן

לאוו יא אלל!!
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: וואס האט פאסירט אין דעם טאג

שליחה דורך לייביששרייבער »

קיינער קומט נישט אריין מיט וואס האט פאסירט מיט דעם דאטום וואס מיר האבן געקאטשקעט די לעצטע פאר שורות
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וואס האט פאסירט אין דעם טאג

שליחה דורך berlbalaguleh »

לייביששרייבער: איך האב נאר איין שאלה (נישט א הלכה'דיגע איבער בשר בחלב/וחלב). אויב דו האסט טועם געווען (לכה"פ) א רביעית פון די משקה המשכר/משקר פאר דו האסט דיך צוגעלייגט. אדער נאכדעים וואס דו ביסט אויפגעשטאנען. נאר איידער דו האסט גענימען "קאטשקען"... ווייל אויב יא. האסטו א "שותף"...!
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: וואס האט פאסירט אין דעם טאג

שליחה דורך לייביששרייבער »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:01 pm לייביששרייבער: איך האב נאר איין שאלה (נישט א הלכה'דיגע איבער בשר בחלב/וחלב). אויב דו האסט טועם געווען (לכה"פ) א רביעית פון די משקה המשכר/משקר פאר דו האסט דיך צוגעלייגט. אדער נאכדעים וואס דו ביסט אויפגעשטאנען. נאר איידער דו האסט גענימען "קאטשקען"... ווייל אויב יא. האסטו א "שותף"...!
אן משקה המשכר/המשקר איז נישטא קיין כתיבה. די דארפסט דאס שוין צו-וויסען ביי נאו.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
פארשפארט