פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

געווען אמאל צוויי ישיבה חברים וואס האבן געלערנט ביי ר' מאיר שפירא ז"ל אין ישיבת חכמי לובלין. ביידע פון פיינע פרומע ערליכע שטיבער, כמעט די זעלבע בעקגראונד. ביידע האבן אדורך געשטופט די ישיבה יארן מיט איין איינציג ציהל, אנזאמלען וואס מער אינפארמאציע אין חכמת חיצונים און חקירה. השכלה ביכער איז געוועזן זייער אקטיוויטעט דורכאויס די ישיבה זמנים. ביידע זענען געווען זעלטענע קעפ און שטארק שטודירט די חכמה חיצונית, ביידע האבן איינגעזעהן און געקומען צו די זעלבע החלטה, טאקע אז די גאנצע אידישקייט און די עקזיסטענס פון קוב"ה איז אן אויפגעטראכטע מאניפולירטע געדאנקען גאנג, עס ליגט נישט דערינען קיין איין איינציג ווארט אמת, פול אף קרעפ.
די גאנצע אידישקייט, די גאנצע גאט סטראי איז א סענרארעלע, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
די יארן זענען אדורכגעשטופט געווארן סוקסעפולי, אלע האבן געוואוסט די צוויי חברים זענען זעלטענע קענער און זייערע ידיעות אין זאכן זענען עבאוו עווערידזש, פיינע בחורים מיט גוטע קעפ. נישט קיין גרויסע מתמידים. נא, מה כל הרעש, נישט יעדער איז ראוי צו זיין א מתמיד.
ביידע האבן בשעה טובה ומוצלחת חתונה געהאט מיט שיינע שידוכים, זייער קשר איז אנגעגאנגען ווייטער אפי' נאך זייער חתונה, כסדר זיך געטוישט בריוון מיט זייער חידושים וואס זיי האבן צווישן זיך געטוישט זייערע לייסטונגען אין די חקירות.
לאמיר רופן די צוויי חברים יענקל און משה.
משה האט חתונה געהאט אין פוילן, א חשוב'ע שידוך געטוהן, מיט א פרומע ערליכע זיווג, ענבי הגפן וענבי הגפן.
און אזוי אויך יענקל האט געטוהן א שיינע רבני'שער שידוך פון אונגארן, צו א טאכטער פון די לאקאלע בית דין. משה האט זיך אריבערגעצויגן קיין אונגארן, און ווייטער ממשיך געווען מיט זיין עבודת הקודש אין די חקירה וועלט, געשריבן גאנצעטע בענדער אונטער אנאנימישער נאמען, און דאס לעבן גייט אן ביי די צוויי אלט-געזעסענע חברים.
ויהי היום, נאך יארן פון זיך שרייבן מיט יענקל, איז משה מחליט צו גיין וויזיטן זיין געוועזענעם חבר קיין אונגארן אויף א בליץ באזוך. שוין גענוג לאנג געשריבן זיך מיט איהם'ען, שוין זייער לאנג נישט געזעהן, א וויזיט וועט אריינברענגען אן געוואלדיגע המשכה צו זייער חברותא'שאפט.
משה הייבט אן פלאנען און טראכטן אויף ווען ער זאל אויסוועלן צו פארן, ווי לאנג ווי ער זאל איינשטיין, און אלע דעטאלן וואס מען דארף מסדר זיין, ווען ער וועט פעהלן פון די ארבעט פאר צוויי טעג.
א מינוט, וואס עפעס פארפעלן צוויי ארבעטס טעג? עס איז דאך ממש א שאד. שבת קודש און זונטאג זעהט אויס די בעסטע אפציע. אין די ארבעט זענען רואיג די צוויי טעג, אזוי פארפאסט ער נישט קיין סאך פון די ארבעט. אומר ועושה, ער באשטעלט א פירסט קלאס בילעט צו פארן אין צוויי וואכן ארום פרייטאג צונאכטס צווישן 6-7 דוקא ווען מזל מאדים איז שטארק גובר אויף די וועלט, אזוי קען ער נאך אריינכאפן די געהעריגע פולע פרייטאג טאג ביי די ארבעט, ממש אן אויפטרעף! ער וועט נישט פארפעהלן פון די ארבעט קיין איין ארבעטס שעה, אפי' ער וועט פארן אויף אונגארן.
משה האט במשך די יארן געגליטשט בגשם וברוח און האט זיך אינגאנצן געטוישט, ער איז ליידער געווארן א גוי כאחד הגוים. זיך אנגעטוהן ווי זיי, זיך אויפגעפירט ווי זיי. די אשת חיל זיינע וואס האט שוין נישט געקענט צולאזן אז אין איר שטוב זאל טריפה'נע מאכלים זיין א לכתחלה, און די קינדער צוזעהן ווי דער טאטע זייערע איז מחלל שבת, רייכערט ווי א קוימען נאך מער ווי א גאנצע וואך, האט באין ברירה זיך אויפגעהויבן און איבערגעלאזט איר מאן, און ב"ה אן קיין גרויסע שהיות אפי' קיין פיפס נישט האט משה אין רגעים געשריבן א גט און איר געלאזט גיין לחיים ולשלום.
דאן האט ער זיך אוועקגעצויגן פון די קליינע שטעטל אושפיצין וואו ער האט חתונה געהאט, און זיך אריבערגעצויגן צום הויפט שטאט ווארשע. אויך האט ער שיין מצליח געווען אין זיינע געשעפטן.
שבת אהער, שבת אהין... דאס מושג שבת איז שוין לאנג ארויס פון פענסטער, עס עקזיסטירט שוין לאנג נישט אין זיין לעקסיקאן. ער האט שוין אינגאנצן פארגעסן פון די פוילישע חסידישע שמאלץ-הערינג שטינק פון שלש-סעודות. מען לאזט זיך ארויס צום באן סטאנציע פרייטאג צונאכטס ל"ע מיט א צופרידנקייט, מיט א טייערער ציגאר אין זיין פיסק, פארענדיג מיט זיין שאפער צום סטאנציע פון די באנען וואס פארן אפ קיין אונגארן איבער נאכט.
ביי יענקל איז די מצב עטוואס אנדערש. ער זיצט זיך אין אונגארן מיט זיין 100% נישט גלויביגע דיעות און פירט קופקעס אויפציווייזן די נאנסענס פון די חז"ל מיט אידישקייט, און ווי אויך די הכחשה פון די עקזיסטענס פון גאט ב"ה א יעדן איינציגן ליבן טאג, פאר ווער עס הערט איהם נאר אויס.
משה זיצט שוין אין זיין ערשטע קלאס קאבינע, באשטעלט זיך עפעס א פיינעם שמאלציגן סענדוויטש, צינדט אן א ציגאר און ליינט די טעגליכע צייטונג. מיט זיינע פינאנציעלע נייעס אינטערעסע ווערט ער פארטיפט און האט הנאה פון די פאנאראמע וואס עס באווייזט זיך, און די פארביילויפנדע פעלדער וועלדער מיט די פונקטליכע שנעלקייט פונעם באן'ס גאלאפ וואס שפילט צו צו זיין אויער ווי א שיינער מוזיקאלישער אונטערשפילעריי.
דער קאנדאקטאר רופט שוין אויס די גרעניץ וועט זיין אין האלבע שעה, מאכט גרייט די פאפירן ביטע. ער גיט זיך אזא כאפ אויף, קוים באמערקט ווי די שעות זענען אזוי שנעל פארלאפן, אזא אנגענעמע רייזע שוין לאנג נישט געהאט, אוי איז דאס געווען א גוטער החלטה.
די גרעניץ דורכגאנג האט נישט גענומען צו לאנג, די באן לויפט ווייטער, די זוהן הייבט אן אויפשיינען אויף מזרח, עס הייבט אן טאגן. משה כאפט א בליק אויף זיין גאלדענע האנט זייגער, פשיהא ברומט ער זיך אונטער, מיר וועלן נאך זיין ביי די סטאנציע בעפאר 9 אזייגער, געוואונען אפאר שעה, די וועג איז געגאנגען שנעל און גרינג, איך האב פארדינט נאך אפאר שעה מיט יענקל.
די זכרונות מיט יענקל אין ישיבה הייבן שפילן אין זיין קאפ ווי א מאווי, ער צושמייכעלט זיך צו זיך אליינס פון א געלונגענע שטיקל וואס זיי האבן צוזאמען געמאכט אנטקעגן די ר"י. פיין געווען יענע צייטן, אבער איצטערט איז בעסער, די איינגעצוימקייט וואס איז דאן געווען איז נישט געווען צום אויסהאלטן. גארנישט געמעגט, נישט עסן, נישט שטיין דא, נישט גיין דארט, פארוואס טוען זיי דאס? די חרדישע חסידים לעבן איז דאך אזוי גוט אין מיין איצטיגע קולטור.
ענדליך די באן פארלאנגזאמט איר גאלאפ, משה הייבט זיך אן גרייטן אראפצוגיין ביי די דעסטינאציע סטאנציע, פון דארט וועט ער דינגען א קוטש וואס וועט איהם אריינפירן אין דעם שטאט ווי יענקל וואוינט.
ער קומט אן צו די סטאנציע, ער קוקט מיט וואונדער ארויס פון די באן פענסטער, עס זעהט נישט אויס אז קיין נברא געפינט זיך דא אין די סטאנציע. ווי וועט ער דא קענען דינגען א קוטש אויב קיינער געפינט זיך דא? אפשר איז דאס א פארמאכטע סטאנציע, טראכט ער זיך. אבער ניין, דאס איז די נאמען וואס יענקל האט מיר געזאגט אפצושטייגן.
נאך צוויי דריי מינוט איז די באן געקומען צו א קאמפלעטער אפשטעל, די טירן האבן זיך ברייט געעפנט צו די זייטן אויסצושפייען די פאסאזשירן וואס דארפן ביי די סטאנציע אראפגיין פון באן. משה גייט מיט אומזיכערע טריט, ער קוקט רעכטס און לינקס צו זעהן אויב נאך איינער גייט דא אראפ, אבער ניין, ער איז דער איינציגסטער. והאיש משתאה, ער כאפט נישט וואס דא גייט פאר. אויסער א קאץ ארומלויפן צווישן די פלאטפארמעס האט ער נאך א לעבעדיג נפש נישט געזעהן.
וואס גייט פאר מיט די אונגארישע פאלק? זיי ארבעטן נישט? עס איז שוין 9 אזייגער אינדערפרי! אבער עס איז נישטא דא קיינער, אין גם אחד. נאך א מזל ער האט גענומען פונקטליכע דירעקציעס פון יענקל בעפאר ער האט פארלאזט פוילן, כאטשיג ווייסט ער דורך די דירעקציעס ווי ער דארף צו גיין.
די דירעקציעס האבן געשטימט אויף די האר ווי אזוי יענקל האט עס אויסגע'משל'ט. דו וועסט אראפגיין פון די פלאטפארמע, אויפן רעכטן זייט וועסטו ארויסקומען צו די גאס וועסטו זעהן אנטקעגן דיר א בלויע קליינע צוויי שטאקיגע געביידע. ביי די געביידע דריי זיך אריין אין די גאס צו רעכטס, ווען דו וועסט דערגרייכן ביי די עק וועסטו זעהן די רויטע בודקע פון די לאטא, דארט מאך א האלבע לינקס און ביי די אפטייקע גלייך א רעכטס כאילו דו גייסט גראד.
דער יענקל האט א כוח אין וויזיע, טראכט ער ביי זיך. ער האט אראפגעלייגט די פונקטליכע אינסטרוקציעס כאילו ער משל'ט איהם אויס וואס ער זעהט איצטערט. נאך א מזל, ווען נישט ווי אזוי וואלט איך אנגעקומען צו די אנגעגעבענע אדרעס.
וואונדער איבער וואונדער, די גאסן זענען אויך לער פון מענטשן. דא און דארט זעהט מען עפעס אן אלטיטשקע, זעהט אויס ווי א רוימערקע ווארפן ברעקלעך צו די פייגלעך. אלע געשעפטן אינעם שטעטל/דארפ'ס סקווער פארמאכט. איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר. אפשר וואוינען דא נאר אידן וואס היטן דעם אלטמאדישן שב"ק? עס קען נישט זיין די הסבר, ווייל פארוואס זאל יענקל וואוינען צווישן די סארט מענטשן, ער איז דאך ממש אזוי ווי מיר. ווי נאר ער גייט אריין אביסל טיפער אינעם שטעטל, נאכפאלגנדיג די דירעקציעס זעהט ער אז דאס איז גאר א דערפל ווי נאר אידן וואוינען.
לויט די דירעקציעס האלט ער שוין ממש ביים הויז, אבער ער קען עס עפעס נישט געפינען. ער זוכט א נברא זאל אים אנצייגן ווי צו גיין, ביז פון דערווייטענס זעהט ער א חסידישער איד לויפט מיט זיינע נאסע פיאות דזשאסט ארויס פון מקוה, מיט די שטריימל שיף אויף זיין קאפ און דער טלית אזוי אנגעטוהן אויפן אקסל... ער לויפט איהם נאך און פרעגט, אנטשולדיגט, וואו איז דער אנגעגעבענער אדרעס?
דא דריי הייזער אראפ, יאגט ער זיך צו ענטפערן, כדי צו קענען לויפן ווייטער אין שוהל אריין.
נאך איין שאלה ביטע, ווייסטו אפשר צו דארט וואוינט יענקל קלאפהאלץ?
יא, דארט וואוינט ער.
א דאנק.
ווי משה האט זיך אין זיין מח אויסגע'דמיונ'ט האט יענקל אויך געמאכט די זעלבע טויש ווי ער אליינס. דאס האט משה אראפגעווארפן פון די רעלסן נישט צו קענען כאפן וואס די העק דא גייט פאר. יענקל דרייט זיך ארום אין א קליינטשיגע דארף ווי נאר חסידישע אידן האבן זיך משתקע געווען... וואס טוהט דער יענקל דא? ווילדע מחשבות לויפן איהם אין קאפ. יענקל האט מיך מיאוס מסדר געווען... ער האט מיך אין דעם קליינעם נעבעכדיגן שטעטעלע אהערגעשלעפט נאר מיר מחזיר בתשובה צו זיין... יו גייט ער פאר דעם כאפן, שפינען זיך זיינע מחשבות.
והאיש משתאה, פארוואס האט יענקל זיך נישט אריין געריקט אין די גרויסע שטאט בודאפעסט צוזאמען מיט די אלגעמיינע איינוואוינער פון אונגארן?
אבער אז מען איז שוין דא, גייען מיר נאכנישט טאנצן צו קאנקלוזשענס. ער קלאפט אן אין די אנגעוויזענע צוריבענע גרינע האלצערנע נידריגע טיר, אזוי נידעריג ווי דער טיר אזוי איז די נידריגע איבערוואגנדע פרוי מיט א האלב פארדרייטע ווייסע טורבאן אויף קאפ מיט א ווייסע שירצל וואס נעמט ארום איר גוף. זי פרעגט דירעקט, מיט וואס קען איך אייך העלפן? וועמען זוכסטו?
דא וואוינט יענקל קלאפהאלץ? פרעגט ער ווידער אומזיכער מיט זיך. זי ענטפערט "יא, איר האט געטראפן דעם ריכטיגן אדרעס אבער נישט די ריכטיגע צייט, ער איז איצטערט מן הסתם אין שוהל". זיין השערה איז, יא, ער האט מיך פיין אריין גענארט אין זאק, דער יענקל. משה וואונדערט זיך נאכאמאל, יענקל אין ביהמ"ד? עס מאכט נישט קיין סענס. אבער לאמיר פרובירן. ער גייט אין ביהמ"ד מיט ארונטערגעלאזטע נאז. זאכן שמעקן דא נישט גוט!
ער שפאצירט אריין אין ביהמ"ד און דער בעל תפלה האלט זיך אינמיטן גארגלען כתר יתנו לך, דאס ביהמ"ד אנגעפילט מיט אידן מיט טליתים אויף די קעפ מיט געפלאכטענע עטרות כמנהג זידיטשוב. משה סקענט אדורך דעם גאנצן שוהל צו זעהן צו ער דערקענט נישט איינער מער מאדערן, אן אויפגעקלערטער אן א בארד וכדו', וואס אזא איינער וועט מן הסתם זיין דער אזוי געזוכטער יענקל. אבער ניין, א יעדער איינער דא איז עקסטרעם חסידיש, זאקן שווארצע און ווייסע, א יעדער מיט די פילע צופלויגענע בערד און אומ-געמאכטע פיאות פון נאך דעם מקוה. אבער אזוי ווי ער האט איהם שוין נישט געזעהן אזויפיל יאר קוקט דאך יענקל אויס אינגאנצן אנדערשט ווי ער פלעגט אויסקוקן אין די ישיבה, שווער צו דערקענען.
מען האלט שוין ביי קוה. ער טראכט צו זיך, ער האט געמאכט צו א ווילדע שריט, געפארן מיט די באן 4-5 שעה אן זיך נאכפרעגן וואס יענקל'ס סטאטוס איז אין די הייטיגע טעג. אבער עס קען נישט זיין, די געשרייבעכץ איז דאך פעך און שוועבל, עס גייט איהם נישט אריין אין קאפ וואספארא טעות דא קען פארקומען, אויסער אז יענקל האט איהם פשוט פארנארט.
משה שטייט אזוי אין ביהמ"ד און די יתומים זאגן שוין דעם קדיש יתום. ער זעהט ווי דער שמש גרייט צו א טיש ביים עק פון ביהמ"ד מיט הערינג און אייער קוכן פאר די דאווענערס וואס דארפן דעם גלעזל שנאפס צו קענען אנגיין מיטן פרייליכן שבת'דיגן טאג.
א חלק עולם יאגט אהיים צו זייער געזינדל. א קליין חלק עולם זעצט זיך צום עטוואס אנגעגרייטן טיש. "על כן ברך" הערט א געשריי פון יענעם טישל, ער קוקט זיך צו וויאזוי א דארער חסיד'ישער באבערדעלטער אינגערמאן גיט א גיס אריין דעם קידוש בעכערל אין זיין גארגל און קאמאנדעוועט מען זאל איהם שוין צוריקשיקן דעם באטל ווייל ער האט דאך נאר געהאט איין פיצי לעק פון די גוטע סחורה. עס הייבט אן ווערן פרייליך, די טענער פון די טענה'רייען ווערן העכער. "דער רב איז באגאנגען א נארישע שריט", שרייעט דער היציגער רויטער מיט די גרויסע וואנצעס, אין איין האנט האלט ער דעם קליינעם הערינגל וואס ווארט צו ווערן אריין געשיבט אבער מען קען נישט מפסיק זיין אינמיטן בארעדן דעם רב, עס איז פונקט אזוי וויכטיג איצטערט ווי די הערינגל זאל אראפגעשלינגען ווערן.
"דער רב פארשטייט זיך זיין שטעטל, ער האט א פיינע קאנטראל, דא איז נישט קיין הפקר וועלט, נישט כל הישר בעיניו יעשה", שרייט צוריק א באסאווישער הויכער שווארצער געדיכטער אינגערמאן, ווען זיין לאנגער שפיציגער בארד שאקעלט זיך מיט, מיט די התלהבות.
פונקט אינדערמיט זיצט א קליינער באבערדעלטער אינגערמאן, בכלל נישט אזוי אנגעהיצט פון די טעמע וואס די זיצערס דארט שרייען, כאילו ער איז בכלל נישטא איצטערט. זיין צורה באשיינט מיט די באקאנטע חסידישע שווארצע ווייסע פלעסטיק גלעזער ארונטער געלאזט ביז צו זיין שפיץ נאז, הייבט אן רעדן מיט א רואיגער טאן, נישט היציג נאר גאר שמייכעלדיג, משה קען נישט הערן וואס ער זאגט, ער זעהט נאר ווי עס ווערט שטיל, די דעבאטע שטעלט זיך אפ און אלע פריערדיגע שרייער נייגן צו אן אויער צו זיין דברי חכמה, און די געלעכטער ווערט מער און העכער, אלע אויף איינמאל פלאצן אויס נאכאמאל און נאכאמאל פון דעם באבערדעלטער איד מיט ברילן און די טלית אויף די פלייצע.
משה גלייבט נישט וואס ער זעהט. ער קען נישט אזוי גוט הערן וואס ער רעדט, אבער דער איד סאונדט צו זיין א חכם און אן אויפגעקלערטער, און ווי אויך זיינע תנועות און שטימע איז זייער ענליך צו יענקל'ס וועמען ער געדענקט פון ישיבה - טאקע וועמען ער איז דא געקומען באזוכן... איז דאס דער געזוכטער יענקל? טראכט ער צו זיך.
ער ווארט דארט ביז די קידוש'ל וועט פארענדיגט ווערן און דער עולם וועט זיך צוגיין איש על מחנהו כדי צו קענען כאפן א שמועס מיט דעם אינגערמאן. ער מוז מיט איהם רעדן.
טו מעיק עי לאנג סטארי שארט. והנה עס איז דער געזוכטער יענקל.
יענקל! גיט משה א שריי מיט ביטערניש, דו מאכסט פון מיר חוזק? זיי מיר מסביר וואס דא גייט פאר?
וואס גייט דען פאר? ענטפערט יענקל מיט די זעלבע מאס רואיגקייט.
ענטפערט משה, "אני משה, מיט וועמען דו שרייבסט זיך כסדר פון פוילן".
אה, שלום עליכם! איך האב געוואוסט אז דו גייסט קומען איין טאג, איך האב נאר נישט געוואוסט ווען. איך וואלט דיר קיינמאל נישט דערקענט ווען דו אינטרעדוסט זיך נישט צו מיר. וואס מאכסטו? ווי אזוי גייען זאכן? שוין טאקע דיך לאנג נישט געזעהן.
קוק מיך אן, ענטפערט משה צוריק, איך קוק אויס און פיר זיך אויף ווי א גוי כאחד הגוים, דאנקען מיינע 10 פינגער און קלוגע מח, האב איך פרנסה בהרחבה, ווי אויך גאר א שיינע שטעלע אין די גרויסע פוילישע באנק. איך וואוין אין הויפטשטאט ווארשע אין די רייכערע קווארטל. איך פאר אום שבת מיט די באן קיין בודאפעסט. איך בין נישט קיין אחד בפה ואחד בלב, מיין פעדער מיט וואס איך שרייב צו דיר שרייט ארויס פונקט די פארטרעט וואס דו זעהסט. דו, מאידך גיסא, דיין פעדער שרייט איך בין א גוי אבער דא זעה איך אז דו גייסט מיט די גאנצע טראגע, שטריימל בעקיטשע, געפלאכטענע עטרה, גייסט געהעריג אריין אין שוהל שבת צום דאווענען.... איך פארשטיי נישט, קענסטו מיר מסביר זיין דעם קאנטראסט?
יענקל קוקט איהם אן, און פרעגט צוריק: משה, איך פארשטיי נישט דיין קשיא, וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט?
דו ביסט נאך פולי א איד? לויט די בריוון זעהט אויס אז דו ביסט א גוי גמור, וואס גייט דא פאר?
וואס מיינט א גוי גמור? פרעגט יענקל צוריק, סארקאסטיש.
בארד, פיאות, הוט און רעקל? - וואונדערט זיך משה - דאס איז זיכער קיין גוי נישט.
אזוי, אה איך האב נישט געוואוסט אז א גוי טאר נישט גיין אזוי... ענטפערט יענקל צוריק מיט די זעלבע לאכעדיגע טאן.
און דו היטסט שבת זעה איך?
זיכער, פארוואס נישט?
דו קענסט נישט די הלכה פון עכו"ם ששבת חייב מיתה? פרעגט משה האלב לאכעדיג...
נא דערפאר בין איך נישט חייב מיתה, איך בין געבוירן געווארן א איד.
אבער פארוואס היטסטו שבת, יענקל?
פארוואס נישט, משה? וואס איז שלעכט מיט היטן שבת? איך פארשטיי דיך נישט.
למשל דו ווילסט פארן אויף ווארשע, וועסטו פארן אין א שבת?
אמ, אמ, מן הסתם נישט. איך גלייך דעם טאג דא אין דארף, איך פארברענג דא מיט מיינע פריינט, זייער אנגענעם דוקא אין שבת. די אטמאספערע איז דא שבת עפעס אויסערגעווענליך. איך קען פארן אויף פרייטאג אדער זונטאג, שבת גלייך איך דא אין די שוהל מיטן עולם. די זינגען ביים דאווענען, און וואס נישט, אלעס ארום שבת איז ממש א מחיה, מעין עולם הבא.
אבער, אבער... פארלירט משה דעם לשון.
קום, לאמיר אריבערגיין צו מיר אין שטוב, וועלן מיר דארט רעדן.
יענקל הייבט אן שפאצירן מיט משה. משה צינדט אן א ציגארעטל, פארנויגט זיך דערינען מיט אנגסט.
זאג נאר יענקל, דו רייכערסט נאך?
יא זיכער, וואס דען זאל איך טוהן מיט מיינע ציגערעטלעך?
טא פארוואס רייכערסטו נישט יעצט?
פאר די זעלבע סיבה וואס איך רייכער נישט ווען איך שלאף, אדער רייכער נישט ווען עס ציהט מיר נישט.
און ווען יא וואלסטו ווען גערייכערט?
איך ווייס נישט, איך קען דאך נאר וויסן ווען איך וועל וועלן רייכערן, צו איך וועל זיך איינהאלטן אדער נישט.
לאמיך דיך אנדערש שטעלן די פראגע.
זייער גערן, פרוביר איך זאל בעסער פארשטיין וואס עס דריקט דיר.
האסט שוין אמאל גערייכערט אין שב"ק?
הממממ... איך געדענק נישט אזא זאך.
פארוואס נישט?
אזוי ווי איך האב דיר פריער געזאגט, אז איך ברויך נישט, און ווען איך ברויך נישט רייכער איך נישט, פשוט.
און א לעקטער צינדסטו יא אן אום שבת?
איך וועל דיר זאגן דעם אמת, משה, עס איז מיר נאך קיינמאל נישט אויסגעקומען צו דארפן אנצינדן א לעקטער אין שבת. אלעס איז בעצם איינגעשטעלט בעפאר שבת אז איך זאל נישט דארפן קיין לעקטער אנצינדן אום שבת, עס לויפט אין רוטין.
בקיצור, דו ביסט נישט קיין מחלל שבת בעצם.
פארוואס מחלל שבת זיין, וואס האב איך דערפון? פארוואס דארף איך דאס?
וואס הייסט פארוואס, להכעיס!!! די צמצום פון אידישקייט, וכו',
יענקל עפענט גרויסע ריזיגע אויגן און פרעגט צוריק משה: וואס האסטו געזאגט? להכעיס? להכעיס וועם, להכעיס וואס... וועמען ווילסטו אויפרעגן, פארוואס ווילסטו יענעם אויפרעגן, וואס האט ער דיר געטוהן אז דו ווילסט איהם אויפרעגן? וואס און פון וועמען רעדסטו פון? ממש איך פארשטיי נישט, איך בין נישט קלאר...
און בכלל, דעם יעניגן וואס דו ווילסט שוין אויפרעגן פאר סיי וואספארא סיבה, פארוואס רעגט ער זיך ווען דו רייכערסט? זיי מיר ביטע מסביר וואס און ווער איז די מדובר.
איך מיין אז דו ליינער, פארשטייסט שוין די מעשה.
פרוביר נישט אזוי שטארק פארוואסערן דיין אידישע פינטל. ווי מער דו וועסט פרובירן, וועט דיין אידישע פינטעלע פלאקערן אין דיר שטערקער. דו פרובירסט מיט אלע כוחות עס צו פארלעשן. איך זאג דיר צו, די מהלך וואס דו נעמסט פון עס פארלעשן וועט נישט ארבעטן.
אידישקייט איז נישט אזוי ביטער און שלעכט ווען דו האסט די ריכטיגע פערספעקטיוו. ארבעט נישט אזוי שווער עס ארויסצורייסן פון זיך ווייל דעמאלס וועסטו אלץ לעבן מיט די מהלך פון להכעיס און דו וועסט קיין מנוחה קיינמאל נישט האבן.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן!!!

הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 55
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
- האט שוין געלייקט: 218 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
פראביר נישט צו זיין א מאמין ווען די ווייסט אפי׳ נישט וואס א מאמין איז!!!
ווער בין איך? איך בין ״ ווער בין איך״
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
ר' לייביש:
בעיאטיפול!!!
די חכמה איז אז מ'מעג ענדשויען די לעבן.
אויב פון ניצן א פאון אויף שבת גייסטו האבן גילט, וואס איז עס דיך ווערד?
אויב דיין התנהגות גייט דיך אויסשפארן פון דיין משפחה און אלטע חברים (ווייל ביסט א כופר א רשע וכדו') וואס האסטו דערפון?
מ'קען טאקע נישט זיין זיכער קיין שום זאך, אבער ווי געשמאק איז צו רעדן צום ליבען טאטן אין הימל וואס האט אונז אזוי ליב, ס'איז אזוי קאוזי, אזוי סעיף. למה לא?! וואס איז שלעכט מיט א גוטע פיהלינג?
(כ'קען איינער וואס פליהט נישט אויף אן עראפלאן אום שבת ווייל: כ'קען נישט אויפגעבן מיין טשולנט!)

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
לייביששרייבער: דו ביסט א חד בדרא אין אנציען דעם עולם מיט אינטרעסאנטע סיפורי מעשיות. מ'וויל אייביג ליינען נאך א שורה. נאך א פאראגראף. און זיי אלע האבן אן אנטי-קלימא(ק)טישע ענד.
דער מוסר השכל וואס איך נעם ארויס פן די מעשה איז אז אפילו איינער וואס רעדט זיך איין אז ער איז א כופר איז אויך א מאמין.
ס'איז געווען אמאל איינער וועלכער האט אזוי ווי משה אדער יאנקל פון אונזער געשיכטע זיך אייביג געטענה'ט אז ס'איז נישט דא קיין גאט, (ח"ו). איינמאל. ווען ס'האט איהם באפאלן א רייע מיט נישט אנגענעמע געשעענישן. ער האט באקומען די פלו. אויך א טיקעט פון די פאליס. און זיינע געשעפטן האבן אנגעזעצט. האט ער זיך פארביטערטערהייט צו וויינט און געזאגט. גאט אין הימל וואס האסטו דיך פארלייגט אויף מיר? האבן איהם זיינע חברים געפרעגט...איין מינוט...ס'איז דאך נישט דא קיין גאט...!? יעצט איז יא דא?
דאס ווייזט אז אפילו דער וואס זאגט אז ער איז א כופר איז אויך א מאמין. בעת צר...!
דער מוסר השכל וואס איך נעם ארויס פן די מעשה איז אז אפילו איינער וואס רעדט זיך איין אז ער איז א כופר איז אויך א מאמין.
ס'איז געווען אמאל איינער וועלכער האט אזוי ווי משה אדער יאנקל פון אונזער געשיכטע זיך אייביג געטענה'ט אז ס'איז נישט דא קיין גאט, (ח"ו). איינמאל. ווען ס'האט איהם באפאלן א רייע מיט נישט אנגענעמע געשעענישן. ער האט באקומען די פלו. אויך א טיקעט פון די פאליס. און זיינע געשעפטן האבן אנגעזעצט. האט ער זיך פארביטערטערהייט צו וויינט און געזאגט. גאט אין הימל וואס האסטו דיך פארלייגט אויף מיר? האבן איהם זיינע חברים געפרעגט...איין מינוט...ס'איז דאך נישט דא קיין גאט...!? יעצט איז יא דא?
דאס ווייזט אז אפילו דער וואס זאגט אז ער איז א כופר איז אויך א מאמין. בעת צר...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
לאז עס נעטוראל
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
בדרך אגב איך האב שוין די געשריבן א מאמר איינע פון מיינע ערשטע מאמרים. איך האב אמרל געכאפט א בחורל ניצן זיין פוין אום שבת. און איך פרעיג איהם וואס איז דאס ? ענטפערט ער מיר וואס הייסט איך וויל מחלל שבת שיין, פרעיג איך און וואסערע נאך חילול שבת האסטו שוין געטוהן, זאגט ער די עיקר פוין. איך בין עדיקטעט דערצו אן די פוין בין איך אויס מענטש. אזוי אין א לייט צינד'סטו אויך אן אום שבת ?שעפטאל האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:23 pm ר' לייביש:
בעיאטיפול!!!
די חכמה איז אז מ'מעג ענדשויען די לעבן.
אויב פון ניצן א פאון אויף שבת גייסטו האבן גילט, וואס איז עס דיך ווערד?
אויב דיין התנהגות גייט דיך אויסשפארן פון דיין משפחה און אלטע חברים (ווייל ביסט א כופר א רשע וכדו') וואס האסטו דערפון?
מ'קען טאקע נישט זיין זיכער קיין שום זאך, אבער ווי געשמאק איז צו רעדן צום ליבען טאטן אין הימל וואס האט אונז אזוי ליב, ס'איז אזוי קאוזי, אזוי סעיף. למה לא?! וואס איז שלעכט מיט א גוטע פיהלינג?
(כ'קען איינער וואס פליהט נישט אויף אן עראפלאן אום שבת ווייל: כ'קען נישט אויפגעבן מיין טשולנט!)
לאו דוקא,
און די ווילסט זייער שטארק מחלל שבת זיין זאגסטו ?
נישט זייער שטארק, אבער יא איך וויל.
אויב אזוי, איי עם סערי טו אינפארמ יו. די פוין איז נישט קיין חיללול שבת אזוי ווייט, אויסער עובדה דחול האסטו קיין שום חיללול שבת נישט געהאט. סו קענסט נאך האלטן שבת און ניצען די פוין. אויב ברנט דיר נישט מחלל שבת זיין אזוי שטאר נאר דו בוסט שטארק עדיקטעט מוזטו זיך אליינס איינרעדן אז די ווילסט מחלל שבת זיין עס פעהלט נישט אויסץ צינד נאר נישט אן קיין לעקטער און די מוזט נישט מחלללשבת זיין אויב די ווילסט נישט און נוץ דיין פוין געזונטערהייט.
די מקוה איז טאקע אן ערנסטערע שאלה ווי די סמארטפאון לגבי די איסורי עשיות מלאכה בשבת (אויסער די עובדא דחול וואס איז אויך א דיון בפנ''ע).
אויב וועסטו הערן די טעכנעלאגיע וואס א פול ריטדזשארדשט ליטיום-אייען (LI-ION BATTERY) בעטערי באשטייט פון און ווי אזוי עס פראווייד לעקטער צו די סמארטפאון, ווי אויך די סקרין וואס שיינט כאילו א לעקטער ליגט דערינטער אבער למעשה נישט, איז דער אינגערמאן נישט אזוי אומ-גערעכט לגבי דעם ענין פון טוהן סיי וואספארא מלאכה וואס מען טאר נישט טוהן אין שב''ק אויסער די פאקט פון עובדה דחול. (זעה הערה אויבן)
די טעכנעלאגיע פון די ליטיום אייון באטעריעס ארבעט ווי פאלגענד.
די באטערי האט אין זיך 4 באשטאנדטיילן
מעטאל אקסייד (Metal Oxide)
קארבאן מאטריאל (Carbon Material)
ענאוד (Anode)
קעטאוד (Cathode)
מעטאל אקסייד איז א צוזאם שטעל פון א געוויסע מעטאל און אקסידזשען צוזאמען (Oxygen)
די מעטאל אקסייד ווערט אקטיוויזירט דורך צוויי וועגן. אדער דורך עס אינטערצינדן מיט פייער כדי עס זאל ווערן גאר הייס גיט עס ארויס פאוער, אדער דורך א קעמיקאל וואס מאכט די מעטאל אקסייד שפירן כאילו עס איז אונטערגעצינדן געווארן און דאן גוט די מעטאל ארויס פאוער.
עס ווענדט זיך וואספארא אמאונט אויף פאוער מען וויל פון די מעטאל אקסייד ארויסבאקומען, כדי צו דעסיידען וואספארא מאטריאל מען זאל ניצן צו הייס מאכן דעם אייזן.
לענינו, א סמארטפאון דארף נישט צופיל פאוער, ניצט מען די קעמיקאל וואס רופט זיך קֶעטָאד. די קעטאד רעדוצירט די סטארעדזש פון דעם מעטאל אקסייד און גייט אריין צו די פאון דורך די קליינע אייזענס וואס מען זעהט אונטער די בעטערי וואס איז אויך מעטאל אקסייד די צוויי/דריי קליינע אייזענס ווערן דאן הייס דורך די קעטאד וואס ווערט דאן כדי צו פראוויידן די פאוער פאר די סמארטפאון. די פאוער ווערט רעדוצירט פונעם בעטערי און גייט אריין אין די פאון.
ווען די בעטערי טשארדזשט זיך ווערט די פאוער סטארעדזש אָנגעפילט אין די מעטאל אקסייד וואס ליגט און די שווארצע קליינער קעסטל הנקרא בעטערי, דורך די ענאוד וואס טוהט פונקט די פארקערטע פעולה פון די קעטאד, עס ברענגט אריין די פאוער אז די קעטאד זאל שפעטער האבן פון ווי יונק צו זיין. ע''כ צו טשארדזשען די פאון אין שבת אויב ער שטעקט ער דאס איין אין די וואנט בעצם יום השבת האט ער אפשר יא געטוהן א מלאכה פון לא תבערו, ווייל די פאוער וואס קומט פון די וואנט צו אנפילן די מעטאל קומט דורך א פייער ענערדזשי דורך די נעגעטיוו און די פאזיטיוו, פארקערטע כוחות וואס קריעט א קאנטראלירטע פייער צווישען די אייזענס וואס דאס מאכט הייס די מעטאל אקסייד צו ווערן אקטיוויזירט און דאן קומט אריין די קעטאד און מאכט זיכער אז די מעטאל אקסייד קאנסומט די ענערדזשי און בלייבט זיך האלטן און די אייזן וואס ווען מען וועט עס דארפן וועט עס די ענאוד שוין ארויס נעמען און דיסטריביוטן. (הני מילי אויב טשארדזשט מען פון די וואנט, אבער אויב ניצט מען א פאוער בענק בעטערי קען זיין ארבעט עס אויף די זעלבע וועג ווי די פאון זעלבסט).
היוצא לנו מזה לגבי די בעטערי האט ער נישט געווען קיין מלאכה פון אֵש באיזה אופן, כל זמן ער האט דאס נישט איינגעפלאגט אין די וואנט.
די סקרין טעכנעלאגיע ארבייט מיט על. סי. די. LCD Liquid Crystal Display אדער או. על. אי. די. OLED Organic Light-Emitting Display
על. סי. די. ארבייט אויך מיט צוויי מיני טעכנאלאגיעס וואס ביידע פון זיי נעמען נישט קיין פיזישע לעקטער. עס איז פיור סייענס. איינע פון די מאטריאלן וואס מיר האבן פריער דערמאנט. ווען די קעטאוד ווערט ריליסד צו די על. סי. די. ווערט א געוויסער געז עקסייטעט פון די לעקטער ריליעס וואס עס לאזט ארויס צו די קאנטראלירטע טיוב וואו די געז ליגט איינגעצוימט. די סייענטס ארבעט אז ווען די סארט פון געז ווערט עקסייטעד (דורך די היץ) גיט עס ארויס א יו. ווי. UV (ultraviolet) ענערדזשי וואס דאן געשעהט א ריעקשאן פון א קעמיקל וואס הייסט פאספאר (Phosphor) וואס שיינט אויף ווען עס קומט אים קאנטאקט מיט יו. ווי. געז.
(בדרך אגב די זעלבע סייענטס ווערט אויך גענוצט אין פלארעסענט באלבס אז די טיוב פון די באלבס איז אָנגעפילט מיט יו. ווי. געז. און די לעקטער וואס שטראמט אריין צו די באלבס עקסייט די יו. ווי. און די פאספאר שיינט אויף. כל זמן לעקטער שיסט אריין אינעם באלב וועט די יו. ווי. זיין עקסייטעד און עס האלט די פאספאר אינעם באלב טוב שיינעדיג). וע"כ איז דא נישטאָ קיין פייער אינוואלווד.
די דיספלעי וואס מיר זעהן אויף די סקרין איז א ריפלעקשאן פון די יו. ווי. וואס שיינט אויף דורך די פאספאר, כאילו עס שיינט אדורך א סטענסל. די סטענסל ווערט פראדוצירט דורך די דאטא וואס ווערט געשיקט צו די סקרין. (וואס איז שוין גאר אן אנדערע טעכנאלאגיע, וויאזוי די דאטא שטעלט אויס סטענסעלס אין רגעים וכו', דאס איז שוין זיכער נישט פאר די ארטיקל דא, אבער מיט לא תבערו און לעקטער האט עס זיכער נישט, וויבאלד דער גאַנצער מאשינס לעקטער האבן מיר דא געשריבן איז נישט קיין פייער) און די צוויי קעמיקאלישער באשטאנדטיילן שטעלן אויף אקארדינג צו די קאָלירן און אויסלייג פון די סטענסל.
צום שלוס, קיין עכטע מלאכה פון הך דהוה במשכון חשובה אדער אפי' אויף איינע פון די סייגים פון חז"ל לויט די פריערדיגע הסבר האט ער נישט עובר געווען.
לגבי עובדה דחול וועלן מיר א צווייטן מאל רעדן. עס איז שוין דרייע. א גוטע נאכט. https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... &start=184
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!
זייער שיין !
באמת הנאה געהאט !
די הייבסט אהן ווי סאיז א אמתע מעשה, בין איך נייגעריג צי סאיז טאקע ? אדער נאר אז סוואלט געקענט געשעהן
באמת הנאה געהאט !
די הייבסט אהן ווי סאיז א אמתע מעשה, בין איך נייגעריג צי סאיז טאקע ? אדער נאר אז סוואלט געקענט געשעהן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!
עס געשעהט א יעדן איינציגסטן טאג און אן אנדערע פארמאט.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!
אויף צו זיין א כופר דארף מען זיין א גרויסע תלמיד חכם
- בר גיורא
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!
ר' לייביש.
קודם
דיין ארטיקעל דערמאנט מיך פון חיים גראדע'ס בוך "די ישיבה".
highly recommended.

The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
שוין, לייביש לאזט מיך נישט זיין א כופר, פרימארגען לאזט מיך נישט זיין א מאמין, בין איך דאך קרח מכאן ומכאן, וואס טוה איך דא? וועל איך ענק אלע מוזן גוט אריינפייפן, אן אנדערע אויסוואל האב איך נישט במחילת כבודכם.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- בר גיורא
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
קענסא זיין אגנאסטיק. spinozist, (סאיז אין דיין נאמען!! ).
דארפסט נאך איידיעס??
דארפסט נאך איידיעס??
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
קענסט זיין וואס רוב חרדים זענען, נישט קיין כופר און נישט קיין מאמין, מען גייט אן מיטן לעבן, און ס׳מאכט נישט אויס ווער ס׳גערעכט, ווייל מ׳גייט סייווי גארנישט טוישן באזירט אויף דעים.ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 6:21 pmשוין, לייביש לאזט מיך נישט זיין א כופר, פרימארגען לאזט מיך נישט זיין א מאמין, בין איך דאך קרח מכאן ומכאן, וואס טוה איך דא? וועל איך ענק אלע מוזן גוט אריינפייפן, אן אנדערע אויסוואל האב איך נישט במחילת כבודכם.
ס׳איז אזוי ווי די מחלוקת צי עילאה גבר צי תתאה גבר, סייענטיפיקלי זענען ביידע נישט גערעכט, אבער מען טענה׳ט זיך ווייטער און די כוללים, פאר די עווערעדזש חרדי מאכט עס נישט אויס ווער ס׳איז גערעכט, ווייל ער גייט ווייטער טוהן וואס ער האט געטוהן ביז יעצט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑
שוין, לייביש לאזט מיך נישט זיין א כופר, פרימארגען לאזט מיך נישט זיין א מאמין, בין איך דאך קרח מכאן ומכאן, וואס טוה איך דא? וועל איך ענק אלע מוזן גוט אריינפייפן, אן אנדערע אויסוואל האב איך נישט במחילת כבודכם.
זיכער לאז איך, זאלסט נאר וויסן ווי-אזוי צו זיין א כופר.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
דאס איז א חרדישע קרענק אז ס'נאר דא איין וועג צו טוהן זאכן, ס'נאר דא איין וועג זיך אנצוקליידן, איין סארט חינוך (מ'שלאגט זיך נאר וועלכע, קאממאן קאר אדער אנקאממאן), איין פאזיציע צו שלאפן (תרתי משמע), איין גאט און איין רבי. ס'נישט דא נאר איין וועג צו זיין א כופר, פונקט ווי ס'נישט דא נאר איין וועג צו זיין א מאמין. און יא, ס'מעגן זיין צוויי רביס, און שלאפן אויפ'ן רוקן הייסט אויך געשלאפן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 55
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
- האט שוין געלייקט: 218 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
איי איי שפינוזה, אויב דו ביסט א מאמין וועסטו גלייבן צו מען לאזט יא אדער נישט און צו די גלייבסט יא אדער נישטברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:54 pm דאס איז א חרדישע קרענק אז ס'נאר דא איין וועג צו טוהן זאכן, ס'נאר דא איין וועג זיך אנצוקליידן, איין סארט חינוך (מ'שלאגט זיך נאר וועלכע, קאממאן קאר אדער אנקאממאן), איין פאזיציע צו שלאפן (תרתי משמע), איין גאט און איין רבי. ס'נישט דא נאר איין וועג צו זיין א כופר, פונקט ווי ס'נישט דא נאר איין וועג צו זיין א מאמין. און יא, ס'מעגן זיין צוויי רביס, און שלאפן אויפ'ן רוקן הייסט אויך געשלאפן.
The answer is in the mirror and there little you can do about it
ווער בין איך? איך בין ״ ווער בין איך״
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:54 pm דאס איז א חרדישע קרענק אז ס'נאר דא איין וועג צו טוהן זאכן, ס'נאר דא איין וועג זיך אנצוקליידן, איין סארט חינוך (מ'שלאגט זיך נאר וועלכע, קאממאן קאר אדער אנקאממאן), איין פאזיציע צו שלאפן (תרתי משמע), איין גאט און איין רבי. ס'נישט דא נאר איין וועג צו זיין א כופר, פונקט ווי ס'נישט דא נאר איין וועג צו זיין א מאמין. און יא, ס'מעגן זיין צוויי רביס, און שלאפן אויפ'ן רוקן הייסט אויך געשלאפן.
עני וועג איז פיין אויב דו ווייסט וויאזוי, נישט קיין חילוק ווי אזוי. איינער וואס טוהט זיך אויס די קאפל, און עסט טריפה, און וואטשט אויך פארן איז נאך זייער ווייט פון א כופר. אפי' ער עסט יו"כ, און מחלל שבת בפרהסיא, באשטעלט גיד הנשה אין מעקדאנעלדס, איז נאך אלץ נישט קיין כופר.
להכעיס פאר וועם מיט שטריימל בעקיטשע און איז נישט מחלל שבת, און עסט נישט קיין טריפה, מקפיד אויף געוויסע חומרות וואס ער האט געזעהן ביי זיין טאטע אלץ ערליכער איד ווייל ער זעהט נישט פארוואס נישט, איז סך א גרעסערע כופר פון די אויבנדערמאנטע עבירות.
דער ערשטער איז אפשר א גרעסערע עבריין, אבער כופר מיינט ווען ער פרעגט להכעיס פארוועם, און פארוואס זאל איך עס טוהן ווען עס ציהט מיר בכלל נישט. אבער וואס איז די הוכחה אז הקב"ה איז דא, אין עוד מלבדו ווייס איך נישט. דער איז א כופר באלוקי ישראל, במלוא מובן המלה.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
נו, און אויב בין איך א כופר וועל איך דאך אויך א כופר זיין צו מ'לאזט יא צו נישט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
לייביששרייבער האט געשריבן: ↑ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑ דאס איז א חרדישע קרענק אז ס'נאר דא איין וועג צו טוהן זאכן, ס'נאר דא איין וועג זיך אנצוקליידן, איין סארט חינוך (מ'שלאגט זיך נאר וועלכע, קאממאן קאר אדער אנקאממאן), איין פאזיציע צו שלאפן (תרתי משמע), איין גאט און איין רבי. ס'נישט דא נאר איין וועג צו זיין א כופר, פונקט ווי ס'נישט דא נאר איין וועג צו זיין א מאמין. און יא, ס'מעגן זיין צוויי רביס, און שלאפן אויפ'ן רוקן הייסט אויך געשלאפן.
עני וועג איז פיין אויב דו ווייסט וויאזוי, נישט קיין חילוק ווי אזוי. איינער וואס טוהט זיך אויס די קאפל, און עסט טריפה, און וואטשט אויך פארן איז נאך זייער ווייט פון א כופר. אפי' ער עסט יו"כ, און מחלל שבת בפרהסיא, באשטעלט גיד הנשה אין מעקדאנעלדס, איז נאך אלץ נישט קיין כופר.
להכעיס פאר וועם מיט שטריימל בעקיטשע און איז נישט מחלל שבת, און עסט נישט קיין טריפה, מקפיד אויף געוויסע חומרות וואס ער האט געזעהן ביי זיין טאטע אלץ ערליכער איד ווייל ער זעהט נישט פארוואס נישט, איז סך א גרעסערע כופר פון די אויבנדערמאנטע עבירות.
דער ערשטער איז אפשר א גרעסערע עבריין, אבער כופר מיינט ווען ער פרעגט להכעיס פארוועם, און פארוואס זאל איך עס טוהן ווען עס ציהט מיר בכלל נישט. אבער וואס איז די הוכחה אז הקב"ה איז דא, אין עוד מלבדו ווייס איך נישט. דער איז א כופר באלוקי ישראל, במלוא מובן המלה.
כ'הער וואס דו זאגסט, אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז א כופר מיינט א לוזער וואס האלט נישט ביי גארנישט, ס'שטערט איהם נישט די חומרות פון טאטן ווייל ער גייט סייווי נישט טוהן עפעס פראדוקטיוו אנשטאט, זאל שוין זיין דאס. זיין חבר ווידער וואס פארט אויפ'ן באן אום שבת איז נישט קיין כופר, ער איז פשוט א פראגמאטישער מענטש וואס טוט וואס ער האט צו טוהן און געגאנגען צום נעקסטן סטעפ. איך בין מסכים צו דיין הגדרה, רבותי, איך בין נישט קיין כופר, איך בין פשוט פראגמאטיש, הערטס אויף מיר צו באשרייען אלץ כופר ווייל אז נישט וועט עטץ כאפן פון לייבישן, ראו הוזהרתם.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 55
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
- האט שוין געלייקט: 218 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !
בקיצור, דו ביסט נישט מסכים מיט ישעי לייבוביץ.לייביששרייבער האט געשריבן: ↑ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑ דאס איז א חרדישע קרענק אז ס'נאר דא איין וועג צו טוהן זאכן, ס'נאר דא איין וועג זיך אנצוקליידן, איין סארט חינוך (מ'שלאגט זיך נאר וועלכע, קאממאן קאר אדער אנקאממאן), איין פאזיציע צו שלאפן (תרתי משמע), איין גאט און איין רבי. ס'נישט דא נאר איין וועג צו זיין א כופר, פונקט ווי ס'נישט דא נאר איין וועג צו זיין א מאמין. און יא, ס'מעגן זיין צוויי רביס, און שלאפן אויפ'ן רוקן הייסט אויך געשלאפן.
עני וועג איז פיין אויב דו ווייסט וויאזוי, נישט קיין חילוק ווי אזוי. איינער וואס טוהט זיך אויס די קאפל, און עסט טריפה, און וואטשט אויך פארן איז נאך זייער ווייט פון א כופר. אפי' ער עסט יו"כ, און מחלל שבת בפרהסיא, באשטעלט גיד הנשה אין מעקדאנעלדס, איז נאך אלץ נישט קיין כופר.
להכעיס פאר וועם מיט שטריימל בעקיטשע און איז נישט מחלל שבת, און עסט נישט קיין טריפה, מקפיד אויף געוויסע חומרות וואס ער האט געזעהן ביי זיין טאטע אלץ ערליכער איד ווייל ער זעהט נישט פארוואס נישט, איז סך א גרעסערע כופר פון די אויבנדערמאנטע עבירות.
דער ערשטער איז אפשר א גרעסערע עבריין, אבער כופר מיינט ווען ער פרעגט להכעיס פארוועם, און פארוואס זאל איך עס טוהן ווען עס ציהט מיר בכלל נישט. אבער וואס איז די הוכחה אז הקב"ה איז דא, אין עוד מלבדו ווייס איך נישט. דער איז א כופר באלוקי ישראל, במלוא מובן המלה.
ווער בין איך? איך בין ״ ווער בין איך״
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!
ניין, דירעקט נישט קיין לוזער. דווקא זייער א קלוגער מענטש. און אויב עפעס וואס ער טוהט שטערט איהם נישט צו זיין פראדאקטיוויטי, און נאך מער, ער אינדזשויט אפי' די זאכן, זינגען ממקומך ביי שבת שחרית, איבערהויפט א קארליבאך, וואס קען זיין שענער פון דעם. קוואקען ביי א קידוש מיט חברים און מאכן א ברכה ווייל אזוי איז ער געוואוינט און עס שטערט נישט זיין ווייטערדיגע סדר היום, בי איט.
משא"כ דער עבריין וואס וויל זיין א כופר להכעיס (פאראגמאטישע מענטש), א יעדע תנועה קלה וואס ער טוהט האט ער א פעין. ער מוז רייכערן אין שבת אפי' ער האלט נישט ביים רייכערן. ער מוז פארענטפערן אז שבת איז זיין בעסטע טאג צו פארן ווייל מען ארבעט נישט. שבת לויפט ער ארום ווי צודרייטער עפענען און צו מאכן די לייטס ווייל דאס וועט פראווען זיין מח אז ער גלייבט טאקע אז עס איז נישטא קיין גאט עפ"ל. דער וואס פרובירט צו זיין א כופר איז אן אנגעווייטאגטער נפש, און ער איז געפייניגט 24/7 מיטן וועלן זיין א כופר, און ער דארף זיין אין קאנסטענט סטעיט אף מיינד אז עס איז טאקע נישטא.
מאידך גיסא, דער עכטער כופר לעבט נישט קיין לעבן פון פעין און גילט, און מאכט נישט קיין חשבונות אויף א יעדעס ריר וואס ער טוהט צו בין איך גענוג כופר אדער נישט. יא רייכערן, נישט רייכערן, נאר טאמער ער וויל, און ווען ער וויל, וועט ער נישט טראכטן קיין צוויי.
משא"כ דער עבריין וואס וויל זיין א כופר להכעיס (פאראגמאטישע מענטש), א יעדע תנועה קלה וואס ער טוהט האט ער א פעין. ער מוז רייכערן אין שבת אפי' ער האלט נישט ביים רייכערן. ער מוז פארענטפערן אז שבת איז זיין בעסטע טאג צו פארן ווייל מען ארבעט נישט. שבת לויפט ער ארום ווי צודרייטער עפענען און צו מאכן די לייטס ווייל דאס וועט פראווען זיין מח אז ער גלייבט טאקע אז עס איז נישטא קיין גאט עפ"ל. דער וואס פרובירט צו זיין א כופר איז אן אנגעווייטאגטער נפש, און ער איז געפייניגט 24/7 מיטן וועלן זיין א כופר, און ער דארף זיין אין קאנסטענט סטעיט אף מיינד אז עס איז טאקע נישטא.
מאידך גיסא, דער עכטער כופר לעבט נישט קיין לעבן פון פעין און גילט, און מאכט נישט קיין חשבונות אויף א יעדעס ריר וואס ער טוהט צו בין איך גענוג כופר אדער נישט. יא רייכערן, נישט רייכערן, נאר טאמער ער וויל, און ווען ער וויל, וועט ער נישט טראכטן קיין צוויי.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!
איך האב גראדע נישט ליעב קארליבאך'ס ממקומך, בכלל האב איך מקובל פון מיין טאטע אז קארליבאך איז טרייף. איך זינג דווקא די ממקומך וואס מ'האט געזונגען ביים רבי'ן ווייל ס'שטערט מיר נישט צו מיין פראדוקטיוויטי, אפשר לויט דעם בין איך יא א כופר? כ'בין שוין אינגאנצן צומישט.לייביששרייבער האט געשריבן: ניין, דירעקט נישט קיין לוזער. דווקא זייער א קליגער מענטש. און אויב עפעס וואס ער טוהט שטערט איהם נישט צו זיין פראדאקטיוויטי און נאך מער ער אינדזשויט אפי' די זאכן. זינגען ממקומך ביי שבת שחרית, איבערהויפט א קארליבאך וואס קען זיין שענער פון דעם.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑ איך האב גראדע נישט ליעב קארליבאך'ס ממקומך, בכלל האב איך מקובל פון מיין טאטע אז קארליבאך איז טרייף. איך זינג דווקא די ממקומך וואס מ'האט געזונגען ביים רבי'ן ווייל ס'שטערט מיר נישט צו מיין פראדוקטיוויטי, אפשר לויט דעם בין איך יא א כופר? כ'בין שוין אינגאנצן צומישט.
איך ציה צוריק, נאר דו זאלסט נישט ווערן צומישט.