חשבתי ימים מקדם שנות עולמים – טריבנע געדאנקען ערב חנוכה בין השמשות
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
חשבתי ימים מקדם שנות עולמים – טריבנע געדאנקען ערב חנוכה בין השמשות
אזכרה נגינתי בלילה, ליגנדיג אין בעט יעצט ערב חנוכה מיט א פארבייגענדע פלו, נישט לערנענדיג קיין אות אחת כמעט לרגל חנוכה, נאר זעהן היינט צוויי א האלב מאוויס (גראדע גאנץ פיינע 'ניקיטה'), דערמאן איך זיך אין די פריערדיגע יארן, פאר מיינע קאווע שטיבל יארן, פאר מיינע מאווי יארן, וויאזוי האט אויסגעקוקט א ערב חנוכה, ווער רעדט נאך אין ישיבה ערב חנוכה, וואף! מיט אזא פייער פון געגועים צום אור ה', אור הגנוז וואס ווערט נתגלה און קומט אראפ טאקע פאר די צובראכענע נשמות די למטה מעשרה טפחים'דיגע נשמות, די נשמות וואס זאגן כי שחה לעפר נפשינו דבקה לארץ בטנינו, שוין זייענדיג אויף די נידריגסטע ארט ווי די ערד פון ווי מ'קען שוין נישט פאלן (עכ"פ אזוי מיינען זיי, ביז די נעקסטע פאל), אה! ווי נעמט מען די אמאליגע צייטן, די אמאליגע ריינקייט, די אמאליגע לעכטיגקייט
אבער וואס זאל מען טון, אז די שאור שבעיסה האט מיר איינגערעדט נישט זיך צוהערן צו מיינע רבי'ס און עלטערן, נאר טון וואס די הארץ באגערט, בשרירות לבי אלך, קוקן ווי מ'דארף נישט, ליינען וואס טויג נישט, הערן וואס לוינט זיך נישט, עפענען די אויגן צו די ברייטע ריזן עול"ם הגשמי וואס איז מעלי"ם אויף אלוקות, די וועלט וואס האט אזויפיל צו פארקויפן, זאכן וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט ביז דאן, גאנצעטע נושאים פון וואונדער, פון וויסנשאפט, פון ארט, פון קולטור, פון אינטערטעימענט, פון זינגען, רעליגיע און טעאלאגיע, פילאסאפיע און פסיכאלאגיע, פאליטיק און פינאנץ, אסטראנאמיע און מאטעמאטיק, ליבע און שנאה, און אזוי ווייטער און אזוי ווייטער, ווערנדיג פארבלענדעט פון די מאסע ידיעות וואס כ'האב קיינמאל אפילו נישט געוואוסט צו זאגן, האט דאס איבער גענומען מיינע פילינגס, מיינע הרגשים, נישט לאזנדיג קיין פלאץ פאר די אמאליגע עכטע הרגשים צו ג-ט ב"ה, צו א שבת, צו א יו"ט, צו א תורה, צו א מצות, צו א חנוכה נאכט חנוכה לעכט
נעם איך ארויס א תהלימ'ל און זעה אז אויף דעם וויינט שוין אונזער באליבטער אייביגער קעניג דוד ע"ה (קאפיטל ע"ז):
חשבתי ימים מקדם שנות עולמים, איך דערמאן מיך מיינע פריערדיגע טעג
אזכרה נגינתי בלילה, דענק איך ווי איך פלעג זינגען ביי די חנוכה לעכט
עם לבבי אשיחה ויחפש רוחי, ווי כ'האב אויסגעגאסן מיין הארץ מיט בענקעדיגע טרערן צום קל חי, מתי אבוא ואראה פני אלקים
און זענדיג וויאזוי איך קוק איצט אויס, פרעג איך
הלעולמים יזנח ד' ולא יוסיף לרצות עוד, ער האט מיר אויף אייביג פארלאזט? דאס איז עס? כ'וועל מער נישט זוכה זיין צו שפירן קרבת אלקים?
האפס לנצח חסדו, וכו', השכח חנות קל וכו' וכו' וכו'
מה בצע בדמי ברדתי אל שחת? היודך עפר?! היגיד אמתך?!
די המשך הקאפיטל האב איך נאך נישט אויפגעכאפט, זעט אויס איך האלט נאך נישט דארט
אולי יש עוד תקוה

אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: חשבתי ימים מקדם שנות עולמים – טריבנע געדאנקען ערב חנוכה בין השמשות
איי איי, וואס קען מען מוסיף זיין צו די היייליגע ווערטער?
איין זאך נאר זאלסטו וויסן, ביסט נישט אליינס... עמך אנכי בצרה, און נאך אסאך יונגעלייט...
רפואה שלימה!!

וירח ה' את ריח הניחוח
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: חשבתי ימים מקדם שנות עולמים – טריבנע געדאנקען ערב חנוכה בין השמשות
כספי: אזוי הערליך און אפן הארציג!!
מיין ביסל חיזוק: שכל לחוד ורגש לחוד
מ'קען וויסן חכמת מי אני
און זיך ווארימען איבערן תהילים'ל און חנוכה לעכטיל
כ'געדענק ווען כ'האב אויך געמיינט אז ס'איז א סתירה, פון מיינע חברים וואס זענען אזעלכע עובדים הער איך די זעלבע כמו כפירה און שטותים.
די הארץ לעכצט נאך ספירטואלעטי ס'איז פשוט געשמאק!
האסט געטראפן עפעס ניי ס'הייסט וועלט, שכל, אפן'קייט, געב עס צייט וועסט צוריק הנאה האבן אויך פון ריינע תמימית'דיגע פשוטע הארץ!
(דיסקלעימער, כ'קען טאקע נישט חכמת מי אני, אבער כ'האב שוין דורך געמאכט אזא ראולערקאוסטער כפי דרגתי)

- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: חשבתי ימים מקדם שנות עולמים – טריבנע געדאנקען ערב חנוכה בין השמשות
WELCOME to life!
עס איז הערליך אראפגעלייגט, און יא, אסאך פון אונז (לכאו') שפירן אזוי אדער זענען דאס אריבער.
ווען עס קומט מיר אויס כסדר צו טראכטן דערפון קום איך צומאל צום החלטה אז דאס גופא - די מחשבות פון געגועים צו ג-ט (אדער וואטעווער..) - דאס איז שפיץ חסידות און דאס אזא 'ממעמקים'דיגע' געשריי פון וואס די תניא רעדט אפט, און צו אונז האט די בעש"ט געצילט מיטן איינבאקן געטליכקייט למטה מעשרה כפשוטו. עס נעמט נישט קיין 15 מינוטיגע שמונה עשרה'ס אדער אלע 5 קדושות פון קדושות לוי (אדער גאר גאנץ מאיר עיני חכמים..) אדער אפי' דרייען קנויטן, צו זיין נאנט צו ג-ט און צו מעגן נהנה זיין פון די אורות פון א יעדע מצוה. עס נעמט די סעקונדע פון טיפע קאנעקשאן (-אפי' גשמיות'דיגע) וועלכע מ'קען נישט איבעררייסן פאר קיין פרייז, עס נעמט די בענקשאפט צו די 'גוטע יארן' -צוזאמען מיט דאס פארשטאנד אז עס איז געווען היבש קינדעריש, און עס נעמט די ווילן צו טון גוט און זיין גוט באשר הוא שם -מיט די נקודות וואס ליגן יעצט אויף מיר צו ארבייטן...
איך קען נישט זאגן אז איך האב גע'פעסס'ד דעם סטעידזש אין לייף און איך קען שוין טון די יחוד שמיא וארעא צו וואס @שעפטאל איז זוכה, אבער איך מיין יא אז דאס אליין, די סטראגעלס און די ראולערקאוסטערס, די בענקשאפט און צומאל פאראיבל צו די פריערדיגע צייטן, דאס איז וואס לעבן איז דא פאר, וזה עבודתו כל ימיו במלחמה זו...
וואס יא, אויף א גשמיות'דיגע לעוועל, אפט מאל ווען איך קום צו אזעלכע מצבים -חנוכה לעכט אומצוגעגרייט (אדער צוגעגרייט מיט אפאר מאוויס כלשונך..), א שבת סעודה נאכן עס אפ'חוזק'ן דורך די וואך, א חופה וואו עס איז מיר מער מסתבר אז די זיידעס קומען נישט אראפ, א.א.וו.- קומט אמאל אריין אן אור, מער אזא קולטוארן ליכטיגקייט, די טיפקייט און עמאציאנאליטעט פון זיך פילן מחובר צו צענדליגע דורות און צו טויזענטער מענשטן וואס האבן זיך גאר גע'הרג'ט דעפאר, וועלכע נעמט מיר איבער נעקסט לעוועל, און דאס געבט מיר די שטופ אנצוגיין דערמיט ביתר שאת..

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

- זה חלקי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 107
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 6:10 pm
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
Re: חשבתי ימים מקדם שנות עולמים – טריבנע געדאנקען ערב חנוכה בין השמשות
גאר שיין געשריבן
רעפלעקשן, רויע געפילן, אפענע מחשבות.
איך פערזענדליך, איך גלייב נאך אסאך שעירן דיין סטראגל.
ווילאנג מען פילט נאך מען בענקט נאך מיינט אז די לעכטל איז נאכנישט פארלאשן.
רעפלעקשן, רויע געפילן, אפענע מחשבות.
איך פערזענדליך, איך גלייב נאך אסאך שעירן דיין סטראגל.
ווילאנג מען פילט נאך מען בענקט נאך מיינט אז די לעכטל איז נאכנישט פארלאשן.
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: חשבתי ימים מקדם שנות עולמים – טריבנע געדאנקען ערב חנוכה בין השמשות
איך אויך נישט
כ'האב זיך נישט מסביר געוועהן.
ס'האט זיך אריינגע'גנב'ט א מחשבה'לע ביים חנוכה לעכטיל "ווער זאגט אז ס'האט געברענט אכט טעג?" אבער אנשטאט זיכן אן ענטפער אין שכל האבעך זיך מחיה געוועהן מיט די הרגש פון מעט אור דוחה הרבה חושך.
ביי קידוש האט זיך אריינגעכאפט אזא ווער זאגט? אבער מיין הארץ איז צופרידן אז אין איין דיימענשען שטומט דעם כי ששת ימים עשה ה', אגב כ'האב שנעל געקוקט אויב די וויין איז מבושל, סאו כ'בין נישט מכשיל קיינעם מיט יין נסך. (געליינט אין איינע פון די אלטע אשכולות דא..)
כ'שטיי ביים ציון פון א צדיק, נאכן אויסארבטן אז בעהטן דעם צדיק צו דאווענען פאר מיך איז נישט עבודה זרה. הייבעך אהן צו טראכטן "שעפטי וואס מאכסטו זיך נעריש, דו מיינסט טאקע ער הערט?" אבער דאס הארץ וויל פיהלן אז די הייליגע צדיק ברענגט השפעות, סאו כ'לאז עם..
והיינו ווי סאך כ'ווייס אז אסאך זאכן מאכן נישט קיין סענס שכל'דיג, אבער דאס הארץ מאנט זיין ספירוטאל קאננעקשן מיטן שורש, כ'וועל שוין פיוויט'ן די הרגשים לויט די היינטיגע השגות. אדער גאר זיין א נער אבער הנאה האבן פונעם דמיון.
ווייל סוכ"ס כ'ווייס אויך נישט זיכער אז ס'איז נישט אמת
- בר גיורא
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: חשבתי ימים מקדם שנות עולמים – טריבנע געדאנקען ערב חנוכה בין השמשות
So, lets act like its true??
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: חשבתי ימים מקדם שנות עולמים – טריבנע געדאנקען ערב חנוכה בין השמשות
@בר גיורא:
ווער זאגט אז שכל ווייסט דעם אמת מער פון דעם הארץ?
אונז האבן ביידע חלקים אין זיך, (ווי האט ר' גד'ל געזאגט: ודע מה שתשיב לאפיקורס - צום אפיקורס אין זיך!)
מ'מעג עגנאלידשן און עקסעפטן ביידע און לעבן בשלום מיט אלע חלקי הנפש.

אויב דו האלסט אז אמת איז סובדזשעטיוו און סאיז נישטא קיין אבדזעקטיוו אמת, ניחא.
אבער נאך דיין טריפ לעצטענס קוקט אויס אז דו ביסט אנגעקומען צו "עפעס העכער", אז מה זה?
אבער נאך דיין טריפ לעצטענס קוקט אויס אז דו ביסט אנגעקומען צו "עפעס העכער", אז מה זה?
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: חשבתי ימים מקדם שנות עולמים – טריבנע געדאנקען ערב חנוכה בין השמשות
ברידער
כ'האב נישט די טול'ס צו וויסן די אמת, ניטאמאל צו וויסן אויב אמת איז סובדשעקטיוו אדער אבדשעקטיוו. (מענטשלע האט דען?)
וואס כ'האב באקומן נאך מיין טריפ (אויב כ'האב..) קען קיין אותיות נישט ארויס ברענגן. (איינע פון די ניקים האט מיך אמאל געפרעגט: פארוואס באהאלסטו זיך אזוי שטארק אויפן שטיבל. כ'האב עם געזאגט ער קען פשוט איבער ליינן מיינע תגובות מיטן שמייכל און שלוה, יעצט קען ער זעהן מיין פנים ווען כ'שרייב לאוו יא אלל..)
נחזור לענייננו: כ'האב דייקא נישט א שווארץ אדער ווייסע מהלך. אבער אונז האבן די יכולת צו האלטן ביידע צדדים, וויסן אז מ'ווייסט נישט און מ'קען נישט וויסן. און זיין אקעי מיט דעם.
אגב. לאמיך ארויספאקן א מחשבה'לע וואס דערהאלט מיך: דאס אליין אז מ'קען נישט וויסן דעם אמת מיינט אז מ'דארף נישט.