פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען די ווייסט אפי נישט וואס א כופר איז !

שליחה דורך לייביששרייבער »

בקיצור, דו ביסט נישט מסכים מיט ישעי לייבוביץ
וואס זאגט ישעי' לייבוביץ ?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
[NAMELESS]

Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער זאגט שוין גארנישט
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

לייביששרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:32 pm
ברוך שפינוזה האט געשריבן: איך האב גראדע נישט ליעב קארליבאך'ס ממקומך, בכלל האב איך מקובל פון מיין טאטע אז קארליבאך איז טרייף. איך זינג דווקא די ממקומך וואס מ'האט געזונגען ביים רבי'ן ווייל ס'שטערט מיר נישט צו מיין פראדוקטיוויטי, אפשר לויט דעם בין איך יא א כופר? כ'בין שוין אינגאנצן צומישט.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :D :D :D :D :D :D :D :D :D :D :D :D :D

איך ציה צוריק, נאר דו זאלסט נישט ווערן צומישט.
עה, כ'בין נישט ממש צומישט, אז דו פארשטייסט נישט קיין רמזים (אפשר האסטו יא פארשטאנען?) וועל איך מוזן מסביר זיין ברחל בתך הנאקעטע. דער כופר פייניגט זיך צו פארן שבת מיט'ן באן כדי אפצוטוהן דעם רבי'ן זי"ע, דער מאמין טוט אפ דעם רבי'ן זי"ע מיט'ן דווקא זינגען דיפרעסטע קארליבאך ניגונים, ווער שטייט בעסער? ביידע די זעלבע לוזערס, אותה גברת בשינוי אדרת. דו ביזט אזוי פארנומען אראפמאלן דעם כופר ווי איינער וואס זיין גאנצן וועזן איז אנגעבלאזענקייט אויף גאט אז דו פארזעהסט דעם גאנצן בילד, איך קען מאמינים פון די פרומסטע וואטעווער וואס זענען טיעף אינעווייניג אזוי אנגעבלאזן אויף גאט חבל לך על הזמן, נאר דער כופר האט וואו עס ארויסצוגעבן זעהסטו עס. איך פלעג האבן א פרומער חבר וואס האט זיך געהאלטן פאר א שטיקל preacher אין עניני יהדות ואמונה, אמאל ווען ער איז דורך א שווערע תקופה און געוועהן אין א vulnerable situation האט ער זיך אויסגערעדט צו מיר אז ס'עסט איהם דאס געזונט אז ער איז געבוירן פרום, ער וואלט אזוי שטארק געוואלט ארומגיין קלאבן און האקן מיידלעך, נאר יעצט איז ער שוין פארהייראט מיט קינדער גייט עס שוין נישט אזוי אבער הלוואי ווען ער קען ווען צוריקדרייען דעם זייגער. איך זאג דיר צו אז יעדער איינציגסטער "מאמין" דא האט אן ענליכע ליסטע מיט טענות קעגן גאט, בעיקר די וואס זענען פארנומען עס פראדשעקטן אויף אנדערע. איי איי איי, כל הפוסל במומו פוסל, וכל נגעים שאדם רואה בחוץ הם מנגעי עצמו, אין היינטיגע שפראך הייסט דאס psychological projection. ליין דערוועגן, ס'וועט דיר צונוצקומען אין לעבן, זיכער מער ווי זיין אבסעסד מיט וויפיל כופרים לעבן נעבעך אין אזויפיל פיין.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!

שליחה דורך בר גיורא »

@שפינוזה, אביסעל צו מרחיב זיין אין דיינע דיבורים.
רוב מענטשען וועלן פרובירען צו projation זייערע פרובלעמען אויף "עפעס/איינעם" אנדערש.
מדארף קענען ציטיילן מענטשהייט נישט ביי כופר-מאמין, נאר ביי מענטשען וואס קענען פעיסען זיך מיט ריעליטי, און מענטשען וואס וועלן אייביג ארויפווארפען אויף איינעם אנדערש. איך קען גלויביגע וואס האבען נישט קיין "ביטחון"...
און איך קען כופרים וואס באשולדיגען גאט פאר זייערע דורעכפעלער...(אבסורד אבער א מציאות)
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

בר גיורא האט געשריבן: @שפינוזה, אביסעל צו מרחיב זיין אין דיינע דיבורים.
רוב מענטשען וועלן פרובירען צו projation זייערע פרובלעמען אויף "עפעס/איינעם" אנדערש.
רוב מענטשן איז א שטיקל גוזמא, ס'איז א defense mechanism וואס אסאך מענטשן נוצן וואו אנשטאט איינזעהן אין זייערע פעהלערן טרעפן זיי א צווייטער וואס האט דעם זעלבן פעהלער, און אזוי דורך זיך קאנצענטרירן און אריינחושן אין יענעמ'ס פעהלער קענען זיי מסיח דעת זיין פון זייער אייגענע. וואס איך?! יענער! און מ'וועט אויף קיין רגע נישט מסיח דעת זיין פון יענעם ווייל די מינוט וואס דאס געשעהט דארף מען אנפאנגען טראכטן פון זיך.
בר גיורא האט געשריבן:און איך קען כופרים וואס באשולדיגען גאט פאר זייערע דורעכפעלער...(אבסורד אבער א מציאות)
גאט איז א מושג וואס מ'קען נאכאלץ באשולדיגן אפילו מ'גלייבט נישט אין קיין פאקטישע גאט, א כופר וואס באשולדיגט גאט איז מער אנגעווייטאגט אויף די אומשטענדן אין וואס ער איז געבוירן און די opportunities וואס ער האט נישט געהאט ווי איידער אין עפעס אן ענטיטי מיט agency וואס האט איהם אריינגעלייגט אין פעקל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!

שליחה דורך לייביששרייבער »

אילו ואילו דברי אלוקים אחרים.
עס קומט די זעלבע מאמר אויף מאמינים וואס זיי ווייסן נישט וואס אמונה איז.
די האסט א טעות מעיקרא אין מיינע כוונות אזוי ווי די שרייבסט אפשר ווייסטו יא. איך רעד נישט פונעם אנגעווייטאגטער כופר מער ווי פונ'ם אנגעווייטאגטער מאמין. ד.מ. אזוי סיי וואס עס איז אן עקשאן וואס קומט ווייל מען איז אנגעווייטאגט און מען פאניגט זיך אליינס צו טוהן די עקשאן כל זה אמן דנין. אבער ביים כופר ברענגט זיך עס ארויס מער פאני (סארקאסטיש) וויי ביים מאמין.

רעדענדיגע פון פיסכילאגישע פראדזשעקשאן איז בערך די נושא אויף אלע פראנטן. אסאך געליינט דערוועגן ווי אי''ה געט טו איט עט סאם פוינט.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
פארשפארט