"ליידער אין די לעצטע זמנים איז אריינגעקומען אין מוסדות דאהי א נייע מהלך אין סדר הלימודים און חדר אז מ'זאל קודם דורך לערנען חמשה חומשי תורה און נאכדעם נ"ך און מהייבט הערשט אן לערנען גמרא אויף די שפעטערע יארן. כ'ווייס נישט פונקטליך וואס די סדר איז און וואס די מקור איז, אבער איין זאך איז זיכער, אז ס'איז א נייע מהלך וואס מ'האט קיינמאל נישט געטון, און ס'איז א שינוי אין די מסורה מדור דור. די עצם משנה זיין איז א געוואלדיגע פירצה, און כל שכן אין אזא זאך וואס די פריערדיגע האבן נישט געהאלטן פון דעם".
ווי נאר איך האב עס געזעהן איז מיר געווארן אינטערסאנט ווי ס'איז דא אזא ת''ת, אפשר איז כדאי דארט צו שיקן,
ביז איך בין אנגעקומען אז לכאורה האט ער דא געמיינט זיי גרויסע פאליטישע שונא און ברידער, דער א.ג. סאטמארע רבי און מרא דאתרא פון קרית יואל.
יא, אין די שטאט וואס רביה''ק מ'סאטמאר ז''ל האט מייסד געווען, און אין די מוסדות וואס ער האט מייסד געווען דארט פאר פופציג יאר צוריק, האט מען ענדליך געמאכט א שטיקל טויש, מ'האט אין איין געוויסע אפטיילונג פון די ת''ת אנגעהויבן לערנען אויף א נייע מהלך.
בעצם דארף מען מברר זיין פונקטליך די סדר דארט, און איך האף נאך בס''ד צוריקצוקומען צי דעם,
אבער בקיצור, איז דאס א מהלך פון קודם לערנען גאנץ תנ''ך און נאכדעם משניות און ערשט נאכדעם גמ',
פארשטייט זיך אז אין קרית יואל גייט מען נישט לערנען נ''ך, נאר חמשה חומשי תורה, און ערשט נאכדעם משניות - אבער אויך נישט די גאנצע, און נאכדעם גמ', וואס גייט מאכן אז מ'זאל אנהייבן לערנען גמ' מיט די קינדער שפעטער.
די סדר גייט אז מ'לערנט חמשה חומשי תורה אויפן סדר, און נישט יעדע וואך א נייע פרשה, נאר ווי מ'האט געענדיקט פאריגע מאל.
אבער כדי נישט צי טוישן אינגאנצן, האט סאטמארע רבי מהר"א פארלאנגט אז מ'זאל אויך לערנען יעדע וואך פון יענע פרשה, צי מ'טוט עס למעשה איז א מחלוקת.
אין די מוסדות איז נישט יעדער איינשטימיג מיט דעם, און פאר א מנהל האבן זיי אויפגענומען איינער פון א''י וואס פירט עס פון דארט, די מהלך קומט פון א''י ווי מ'וועט אי''ה שפעטער מער מרחיב זיין...